האט איר געוואוסט? איז א פראיעקט צו צייגן שטיקלעך אינפארמאציע און אינטערעסאנטע פאקטן אויף הויפטבלאט פון המכלול. די זאצן אין "האט איר געוואוסט?" זענען קוריאזן און חידושים בשייכות צו המכלול ארטיקלען. התאריך המופיע בצד כל קוריוז בדף זה אינו קשור בהכרח לתאריך שבו אירע, אלא לתאריך שבו הוא מוצג בעמוד הראשי של המכלול. לדיונים אודות החלפת הידיעות והצעות לידיעות חדשות, גשו לדף השיחה המתאים.
שימו לב: מכלולאים חדשים מתבקשים שלא לערוך את פסקאות "האט איר געוואוסט?". פסקאות אלו מופיעות, בסופו של דבר, בעמוד הראשי, ועל כן רצוי להשאירן למשתמשים הוותיקים המכירים מקרוב את נוהלי העבודה.
האט איר געוואוסט?
דאטומען |
באמערקונגען |
אינהאלט
|
ט"ו חשון, ה'תשפ"ד |
|
- די נעמען פון די חדשים היינט אין באנוץ זענען איינגעפירט געווארן אין די תקופה פון גלות בבל און שיבת ציון. זיי ווערן דערמאנט צום ערשטן מאל אלע אינאיינעם אין מגילת תענית, לויטן סדר פון ניסן ביז אדר. פארשידענע צונעמען זענען באנוצט געווארן אין פריערדיגע דורות, ווי "ירח האיתנים" פאר תשרי און "חודש זיו" פאר אייר.
|
ט"ו-ט"ז חשון, ה'תשפ"ד |
|
- שבת בראשית האט געדינט אין אסאך קהילות אלס המשך צו שמחת תורה. עס זענען געווען איינגעפירט ספעציעלע פיוטים און יוצרות, כיבודים פאר דער חתן תורה און חתן בראשית, באזונדערע רעכטן פאר די חברה קדישא, און אין טייל קהילות האט מען געפראוועט די הקפות אין שבת בראשית נאך מוסף.
|
ט"ו-י"ז חשון, ה'תשפ"ד |
|
|
ט"ז-י"ח חשון, ה'תשפ"ד |
|
- זונטאג איז דער טאג ווען דער גן עדן איז באשאפן געווארן. טייל צדיקים האבן זיך געפירט צו עסן די סעודת מלוה מלכה אין דעם טאג, און טייל האבן נישט געזאגט תחנון. פון די אנדערע זייט, לויט פארשידענע שיטות טאר מען נישט האנדלען מיט קריסטן פון ארץ ישראל אין זונטאג (און צוויי טעג בעפאר), מען טאר מען נישט פראווען א חתונה, און מען זאל נישט מאכן א מילה שלא בזמנה.
|
י"ז-י"ט חשון, ה'תשפ"ד |
|
|
י"ח-כ' חשון, ה'תשפ"ד |
|
- דער נאמען פון אבימלך מלך גרר איז סעמיטיש, וואס שטעלט פאר א שוועריגקייט ווייל די פלשתים זענען געווען פרעמדע אינוואדירער פון מערב זייט פון מיטלענדישער ים וואס האבן גערעדט אן אנדערן שפראך. לויט טייל פארשער זענען געווען צוויי פעלקער מיט דעם נאמען, און די פלשתים פון די תקופה פון די אבות זענען יא געווען פון סעמיטישן אפשטאם. אן ענליכער נאמען געפונט זיך אין די אמארנא בריוון: אבימילכי דער מצר'ישער גובערנאטאר פון צור.
|
י"ט-כ"א חשון, ה'תשפ"ד |
|
- פרייטאג ווערט באטראכט א אומ'מזל'דיגע טאג אין טייל קולטורן, איבערהויפט צווישן מאטראזן, וואו עס ווערט געגלייבט אז עס איז געפארפול אנצוהייבן א רייזע איבערן ים אין פרייטאג. א לעגענדע פארציילט אז די בריטישע ים-פלאט האט גערופן א שיף מיטן נאמען "פרייטאג", עס ארויסגעשיקט צום ערשטן רייזע אין פרייטאג, און דער שיף איז קיינמאל נישט צוריקגעקומען. א שיף מיט דעם נאמען האט אבער קיינמאל נישט עקזיסטירט ביי די בריטן.
|
כ'-כ"ב חשון, ה'תשפ"ד |
קען ווערן איבערגענוצט אין אייר. |
- אין די חדשים מרחשון און אייר הייבן די ישיבות אן א פרישן זמן, נאך די טעג פון בין הזמנים. אין פראנקפורט האט מען זיך געפירט צו צו זינגען ביים בענטשן דעם חודש מיט א גמרא ניגון. אין די ספרי חסידות ווערט געברענגט אז דאס איז אזוי איינגעפירט געווארן ווייל די חדשים זענען מסוגל צו באגרייפן דעת תורה מער ווי אנדערע חדשים, ווי עס צייגט דער צירוף פון שם הוי"ה, און דערפאר דארף מען אין די צייטן זיך פארטיפן אין גמרא מיט תוספות.
|
כ"א-כ"ג חשון, ה'תשפ"ד |
|
- דער צאל פון תפילות אין א יאר ווענדט זיך אין איר קביעות: אין בשז און השג יארן זענען פארהאן די מערסטע - 1,247 תפילות אין חוץ לארץ. (כאטש א זשה יאר פארמאגט דעם זעלבן צאל טעג, 385, מאכן זיך אבער מער ימים טובים אין שבת, ווען איין מוסף ווערט געזאגט פאר ביידע). דאקעגן, די ווייניגסטע תפילות ווערן געזאגט אין א זחא יאר - 1,143 אין חוץ לארץ.
|