רוי:רבי ישראל אלטער
הרב ישראל אלטער (געבוירן כ"ה תשרי ה'תרנ"ו 1895 - ב' אדר ה'תשל"ז 1977) איז געוועזן גערער רבי פון ה'תש"ח (1948) ביז ה'תשל"ז (1977). זײַנע תורות זענען געדרוקט אין דעם ספר 'בית ישראל'.
לעבענס געשיכטע
ער איז געבוירן אין שטעטל גער, פוילן, כ"ה תשרי תרנ"ו (1895) צו זײַן פאטער דעם "אמרי אמת" און זיין מאמע ראדע יהודית ווען זײַן זיידע דער "שפת אמת" האט נאך געלעבט. ער האט חתונה געהאט מיט א טאכטער פון זייו פעטער הרב יעקב מאיר בידערמן, מיט וועמען ער האט געהאט צווי קינדער. די רביצין מיט אירע קינדער און אייניקלעך זענען אומגעקומען אין דעם חורבן אייראפע.
אין הת"ש איז ער אוועקגעפארן פון פוילן מיט זיין פאטער קיין ארץ ישראל.
ווען דער "אמרי אמת" איז אוועק האבן גערער חסידים אויפגענומען אים אלס רבי. ער האט ווידערגשטעלט דאס צעבראכענע חסידות אויף די פיס, ווי אויך האט ער געהאלפן אנדערע חסידות'ן.
זײַן ארבעט פארן ברייטערן צבור
במשך די יארן תש"ח - תשל"ז, ווען דער רבי ישראל האט געפירט די גערער רעביסטיווע, האט ער אײַנגעפירט עטליכע תקנות.
די תורות וואס ער האט געזאגט בײַ טישן א.ד.ג. זענען געדרוקט אין בית ישראל (זקס בענדער).
צום לייענען
- פאר ישראל, הרב אהרן סוראסקי צוזאמען מיט הרב ברוך ווידיסלאווסקי, תשס"ב (דרײַ בענדער)
וועבלינקען
- היסטארישע ווידעא פון שריפת חמץ. [1]
- דאס אידישע ווארט, ניסן תשס"ב, ספעציעלע ביילאגע צו דער 25סטער יארצייט פונעם "בית ישראל"
פריערדיגער: הרב אברהם מרדכי אלטער "אמרי אמת" |
דער גערער רבי תש"ח - תשל"ז |
נאָכפאלגער: הרב שמחה בונים אלטער "לב שמחה" |
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!