רוי:אונטערקארפאטישע וואיעוואדעשאפט

ווערסיע פון 09:40, 22 נאוועמבער 2022 דורך צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (1 רעוויזיע אימפארטירט: אימפארטירט פון די יידישע וויקיפעדיע, זע ביישטייערער ליסטע)

די אונטערקארפאטישע וואיעוואדעשאפט (פּויליש: Podkarpackie פאדקאַרפאַצקיע) איז א וואיעוואדעשאפט (פראווינץ) אין דרום־מזרח פוילן. זי איז געשאפן געווארן דעם 1טן יאנואר 1999 פון די געוועזענער ריישער, פשעמישלער, קראסנער און (טייל פון) טארנער און טארנאבזשעגער וואיעוואדעשאפטטן.

דער נאמען פון דעם פראווינץ שטאמט פון דער נאנטקייט צו די קארפאטן בערג. איר הויפטשטאט איז ריישע.

די פראווינץ האט גרענעצן מיט קליינפוילן צו מערב, שווענטאקזשיקיע וואיעוואדעשאפט צו צפון־מערב, לובלינער וואיעוואדעשאפט צו צפון, אוקראינע צו מזרח און סלאוואקיי צו דרום. זי באדעקט א שטח פון 17,844 קוואדראט ק"מ, און האט א באפעלקערונג פון 2,096,971 (אין 2006). די פראווינץ איז זייער בערגיק, און האט אסאך וועלדער וואס באדעקן 35.9% פונעם גאנצן שטח.

גרעסערע שטעט

שטאט פוילישער נאמען איינוואוינער
  ריישע Rzeszów זשעשוף 171.330
  פשעמישל Przemyśl פזשעמישל 66.756
  ראזוואדאוו Stalowa Wola סטאַלאוואַ וואלאַ 64.753
  מעליץ Mielec מיעלעץ 60.979
  דזשיקאוו Tarnobrzeg טאַרנאבדזשעג 49.753
  קראסנע Krosno קראסנא 47.455
  דעמביץ Dębica דעמביצאַ 46.693
  יעראסלאוו Jarosław יאַראסלאַוו 40.167
  סאָניק Sanok סאַנאק 39.110
  יאסלא Jasło יאַסלא 37.277