רוי:סלאוועניע

פון המכלול
ווערסיע פון 21:49, 27 נאוועמבער 2022 דורך בוט שרגא (שמועס | ביישטייערונגען) (קרדיט + קטגוריות)
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
רעפובליק פון סלאוועניע
Republika Slovenija
פאן סלאוועניע
סימבאָל סלאוועניע
פאָן הערב
נאַציאָנאַלע זינגליד:
אָרט פון סלאוועניע
קאָנטינענט אייראפע
אָפיציעלע שפּראַך סלאוועניש
הויפּטשטאָט ליובליאנא 46°03′N 14°30′E / 46.050°N 14.500°E / 46.050; 14.500 מאפעס, בילדער פון דער הייעך און נאך אינפארמאציע אויף דעם ארט
רעגירונג פארלאמענטארע רעפובליק
פּרעזידענט
פּרעמיער מיניסטער
בארוט פאַכאר
גרינדונג דאַטום
1991
פלאַך מאָס
וועלט גראַדונג פלאַך
פּראָצענט וואַסער
20,273 קוואַדראַט ק"מ
153סט
0.7%
באַפעלקערונג
- צאָל
- וועלט גראַדונג
- ענגקייט

2,050,189 (2011)
$57.892
101 מענטשן פאַר אַ ק"מ
פּראָדוקט ווערדע $57.892 ביליאן (2011)
וואַלוטע איירא
צייט זאָנע צענטראלע אייראפעישע צייט
אינטערנעט דאָמען si.
טעלעפאָן קאָד 386+

סלאָװעניע (סלאוועניש: Slovenija), אפיציעל די רעפובליק פון סלאוועניע (סלאוועניש: Republika Slovenija), איז אַ לאַנד אין צענטראַל אײראָפּע צווישן די אלפן און דעם מיטלענדישן ים. זי גרענעצט איטאליע צו מערב, קראאטיע צו דרום און מזרח, אונגארן צו צפון־מזרח און עסטרייך צו צפון. זי באדעקט א שטח פון 20,273 קוואדראט ק"מ און האט א באפעלקערונג פון 2.05 מיליאן.[1][2] די הױפּטשטאָט איז ליובליאנא.

די אפיציעלע שפראך פון סלאוועניע איז סלאוועניש.

סלאוועניע איז א מיטגליד אין דעם אייראפעישן פארבאנד און אין נאט"א.

היסטאריע

די ערשטע סלאווענען זענען אנגעקומען אין דעם געגנט פון סלאוועניע אינעם 6טן יארהונדערט. פון דעם 13טן יארהונדערט ביז 1918 איז סלאוועניע געווען א טייל פון עסטרייך.

אין 1989 האט דער פארלאמענט פון סלאוועניע באשלאסן זיך צו שיידן פון יוגאסלאוויע, און אין 1990 איז די החלטה געווארן באשטעטיקט דורך א רעפערענדום. אין 1991 האט סלאוועניע דערקלערט איר אומאפהענגיקייט. די יוגאסלאווישע מיליטער האט אינוואדירט אום 27סטן יוני, אבער נאכן אינטערווענץ פון די פאראייניקטע פעלקער האט געענדיגט דאס קעמפן נאך צען טעג. אין 1992 האט דער אייראפעישער פארבאנד אנערקענט די אומאפהענגיקייט פון סלאוועניע. יענע יאר האט מען געהאלטן דעמאקראטישע וואלן, און מען האט געוויילט מילאן קוטשאן פרעזידענט פון דעם לאנד.

געאגראפיע

סלאוועניע געפינט זיך אין דרום־מזרח אייראפע, צווישן די אלפן און דעם מיטלענדישן ים. זי גרענעצט קראאטיע צו דרום און מזרח, אונגארן צו צפון־מזרח, עסטרייך צו צפון און איטאליע צו מערב. סלאוועניע, איטאליע און עסטרייך האבן א באגעגן־פונקט לעבן פעטש, אין צפון פון לאנד. אין דרום־מערב פון לאנד איז א קורצער בארטן ביים אדריאטישן ים.

צווישן די פויגלען אין סלאוועניע זענען סאוועס, אדלערן, און שווארצע און גרינע פיקהאלצן.

רעפערענצן

  1. ציטירן פאנטשער: אומגילטיגער <ref> טעג; קיין טעקסט נישט געשריבן פאַר רעפערענצן מיטן נאָמען Surface2005
  2. ציטירן פאנטשער: אומגילטיגער <ref> טעג; קיין טעקסט נישט געשריבן פאַר רעפערענצן מיטן נאָמען Population 2010-10-01


מוסטער:אייראפע-געא-שטומף

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!