רוי:סאווע
די סאָווע, נאַכטפויגל אדער אוילע איז אַ רויב פויגל וואָס פליט און אקטיוו געווענליך נאר ביינאכט. עס האט ספּעציעלע פעדערן וואָס מאכן נישט קיין קלאנג ווען ס'פליט די פליגלעך. סאוועס פאנגען קליינע זויג-חיות, צום ביישפיל מייז, קיניגלעך, וועווערקעס (אויף אונגארישן דיאלעקט "מאָיקושן") און אפילו קליינע קעץ. קליינע סאוועס שפייזן זיך אויכעט פון פליענדיגע און קריכנדיגע אינזעקטן. סאוועס וואוינען אין נעסטן, אינעווייניג פון די ביימער אדער אין דעכער פון פארשידענע געביידעס, און בפרט אין שייערן אדער אנדערע בנינים וועלכע געפינען זיך אויף פאַרמען. עס זענען פאראן פילצאליגע סארטן סאוועס, מער ווי 200 פארשידענע זגאַלן. סאָוועס זענען פארשפרייט אויף אַלע קאנטינענטן אויסער פון אנטארקטיקע.
זעט אויך
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!