רבי ישראל נאג'ארה (געבוירן ארום ש"י אין צפת; אוועק בערך ה'שפ"ט אין עזה) איז געווען א גרויסער פּייטן און דיכטער פון זיין צייט און פון אלע צייטן, און איז באקאנט אלס "נעים זמירות ישראל". ער איז געווען א רב, א מקובל, און א מפרש פונעם תנ"ך. ער איז אויך געווען דער רב פון דער אידישער קהילה אין עזה.

רבי ישראל בן משה נאג'ארה
געבורט ארום ה'ש"י
צפת, אָטאָמאַנישע אימפּעריע
פטירה ה'שפ"ח
עזה, אָטאָמאַנישע אימפּעריע
תחומי עיסוק פּייטן, דרשן, מפרש התנ"ך, רב, סופר
ספרים זמירות ישראל, משחקת בתבל, שוחטי הילדים, כתובת ישראל, פזמונים, שארית ישראל, פצעי אוהב
בני דורו אר"י הקדוש, רבי יוסף קארו, רבי חיים וויטאל.
טאטע רבי משה בן לוי נג'ארה
מאמע טאכטער פון רבי ישראל די קוריאל
קינדער רבי משה נג'ארה דער צווייטער, רבי לוי נג'ארה, א טאכטער וואס איז געשטארבן יונג.

ער האט געמאכט א רעוואלוציע אין פיוט און אין פאעזיע אין לשון קודש, דורכ'ן גוט צופאסן זיינע ווערטער צו מוזיק, און דורך נוצן ליבע-באגריפן פון סעקולארער פאעזיע פאר זמירות און שירי קודש. זיינע פיוטים זענען דורכגעדרינגען געווארן אין רוב קהילות. זיין געשטאלט, וואס איז בחייו געווען קאנטראווערסיאל, איז נאך זיין טויט געווארן פארערט, און זיין פאעזיע איז געווארן א מוסטער פאר שירי קודש.

ביאגראפיע

זמירות ישראל … והוא להרב ישראל נאגאר"ה שהיה מ"ץ בק"ק עזה והיה מריץ אגרותיו לרבינו בצלאל אשכנזי ולהרב מהריט"ץ כנראה בקונט' מימי ישראל אשר בסופו (וכתבו משם רבינו האר"י זצ"ל אשר שירותיו חשובות בשמים וכו'). והרב מנחם די לונזאנו בס' שתי ידות משיג עליו בענין השירים. והרב ישראל הנזכר הוא בנו של הרב החסיד מגורי האר"י זצ"ל הרב המחבר לקח טוב … והרב ישראל הנזכר הי"ל איזה חבורים כמו שתראה בהקדמתו לזמירות ישראל ועוד יש חלק שני מפיוטיו בכ"י ונקרא שארית ישראל.

רבי חיים יוסף דוד אזולאי, שם הגדולים, מערכת ספרים אות ז', סעיף כז, ערך "זמירות ישראל"

רבי ישראל נאג'ארה איז געבוירן געווארן און אויפגעוואקסן אין צפת[1]. זיין פאמיליע שטאמט פון מגורשי ספרד, און דער משפחה-נאמען צייגט אז זיי זענען געקומען פון נאכערא (Nájera), א שטאט אין צפון שפּאניע אויפ'ן נאכערילא טייך. עס איז אנגענומען אז רבי ישראל'ס זיידע, רבי לוי נאג'ארה, איז געבוירן געווארן אין שפּאניע און איז אנטלאפן קיין דמשק נאכ'ן גירוש שפאניע. רבי ישראל'ס פאטער, רבי משה בן לוי, איז געבוירן געווארן אין סאַלאָניקי, גריכנלאנד, און אין זיינע שפעטערע יארן האט ער זיך אריבערגעצויגן מיט זיין משפחה קיין צפת און איז געווען מיט די מקובלים ארום דעם אר"י הקדוש[2]. זיין זיידע פון זיין מוטערס זייט, רבי ישראל די קוריאל, איז געווען פון די גרויסע רבנים פון צפת, און איינער פון די פיר חכמים וואס האבן באקומען סמיכה פון מהר"י בירב.

ר' ישראל נאג'ארה האט געלערנט ביי זיין פאטער און ביי זיין זיידן אין צפת. אין זיינע יונגע יארן איז ער אריבער קיין דמשק מיט זיין פאטער רבי משה, וועלכער איז געווארן רב דארט, און ר' ישראל איז געווארן דער שליח ציבור אדער סעקרעטאר אין דער שפּאנישער קהילה דארטן[3]. פאר א שטיק צייט האט ער ארומגעוואנדערט ביי קהילות אין דער אטאמאנישער אימפעריע: ער האט באזוכט אין סאַלאָניקי, חלב, בורסא, קושטא, און אין מצרים. אין בורסא האט ער געטראפן און ווארשיינליך געלערנט מיט רבי יוסף גאנסו. דערנאך איז ער צוריקגעקומען קיין דמשק פאר א קורצער צייט, און שפעטער איז ער צוריק קיין צפת, וואו ער האט חתונה געהאט און עס איז אים געבוירן געווארן א טאכטער. ער האט געלעבט אין דער צייט פונעם אר"י הקדוש און הרב יוסף קארו.

נאָך אַן אטאקע אויף די אידן פון צפת דורך אן אראבישן שבט אין של"ט האבן די נאג'אַרהס פארלאזט די שטאָט. ר' ישראל האט זיך באַזעצט אין דזשאָבאַר, א פאָרשטאָט פון דמשק, וואו ער האט געדינט אלס שרייבער פון דער קהילה, פאראנטווארטליך פאַר'ן שרייבן די קהילה בריוו און קאמוניקירן מיט אנדערע קהילות. ער האט זיך געלערנט טערקיש און אראביש. ער איז דורכגעגאנגען אומגעווענליכע פערזענליכע טראגעדיעס; זיין ערשטע פרוי איז געשטארבן יונג, און זיין איינציגע טאכטער פון דעם זיווג איז געשטארבן אין עלטער פון צען יאר. שפעטער האט ער ווידער חתונה געהאט, און עטליכע קינדער פון דער צווייטער זיווג האבן געלעבט ביז'ן זייערע ערוואקסענע יארן[4].

אין זיינע שפעטערע יארן האט ער זיך באזעצט אין עזה און איז געווארן ראב"ד און הויפט רב פון דער קהילה. נאך זיין פטירה ארום שפ"ה, האט אים זיין זון ר' משה נאג'ארה, אויך א פּייטן, איבערגענומען אלס רב. זיין אייניקל ר' יעקב נאג'ארה איז געווען פארמישט אין דער מחלוקת מיט כת ש"ץ[4].

פון דאס וואס זיינע פיוטים זענען געשריבן אין מעטערס פון פאַרשידענע לאַדינאָ, טערקישע, און גריכישע לידער, איז קענטיג אז ער האָט געקענט עטליכע פרעמדע שפראכן. צוליב זיין אויפוואקסן אין צפת איז ער געקומען אונטער דער ברייטער השפּעה פון קבלת האר"י. ווי עס איז קענטיג פון זיינע ווערק איז ער געווען א למדן, און ער האט זיך געשריבן מיט פילע רבנים פון זיינע צייט, אריינגערעכנט רבי בצלאל אשכנזי, רבי יום טוב צהלון, משה חמון, און מנחם חפץ[5].

זיינע ווערק

ר' ישראל נאג'ארה האט מחבר געווען ספרים אין פארשידענע געביטן; פירושים אויף תנ"ך, דרוש, און הלכה. אבער ער איז בעיקר בארימט צוליב זיין ריזיגער פאעטישער אויסגאבע, און ער ווערט געזען אלס דער גרעסטער פייטן נאך דעם גירוש שפאניע. ער האט מחבר געווען ארום טויזנט פיוטים, פילע פון זיי אין אראמיש. זיינע פיוטים געווען זייער פאפולער צווישן אידן, פון אינדיע אין מזרח ביז מאראקא אין מערב. מען האט זיי געזונגען אין שבתות, ימים טובים, ביי שירת הבקשות (העב') און ביי משפחה שמחות. דאס זינגען פיוטים איז געווען א פאפולערע פארעם פון פארוויילונג אין יענער צייט, ספעציעל אין שבת און יום טוב[6].

כאטש ער האט אין זיין יוגנט געשריבן סעקולערע און ליבע לידער, זענען זיינע הויפט חיבורים שירי קודש., וועלכע זענען דורכגעוויקט מיט אמונה, באציאונגען צו אידישע ליידן, און בענקשאפט פאר די גאולה. זיין סטיל איז באאיינפלוסט פון ספרדישער און אראבישער פאעזיע לגבי זייער געבוי און אינהאלט, אבער ער האט אויך גענוצט אריגינעלע פארמען און טעמעס[3]. זיינע פיוטים זענען שנעל אויפגעכאפט געווארן, און געווארן גאר איינפלוסרייך. פיוט ביי די עדות המזרח שטיצט זיך שטארק אויף זיין ארבעט און זיינע חידושים ביז די לעצטע צייטן[7].

ער האט גענומען לידער אין שפאניש, לאדינא, טערקיש, און אראביש, טייל פון זיי ליבע-לידער מיט צווייפלהאפטיגן אינהאלט, און ער האט צו די ניגונים צוגעפאסט ווערטער מיט א אידישע תוכן. אין זיינע ספרים האט ער ביי יעדע פיוט געשריבן לויט וועלכן גוי'אישן ליד דער פיוט גייט, אזוי אויך דער מקאם דערפון. ער איז נישט געווען דער איינציגער צו נוצן די מעטאד פון נעמען פאפולערע ניגונים און זיי צוטיילן אנדערע ווערטער, אבער ער האט זיך אויסגעצייכנט מיט דעם כמות און קוואליטעט. ווי ער זאגט אין דער הקדמה צו "זמירות ישראל", האט ער דאס געטון מיט דער כוונה אפצוקערן די אידישע יוגנט פון סעקולערע לידער, דורך פארפאסן שירי קודש צו די מעלאדיעס וואס זיי זענען געוואוינט צו הערן[8][6].

זמירות ישראל און שארית ישראל

דער ספר "זמירות ישראל", זיין הויפט זאמלונג פון געדיכטן און פיוטים, איז געדרוקט געווארן בחייו אין דריי אויפלאגעס, און אויסער דעם איז עס קאפירט געווארן בכתב אין פילע קהילות[6]. די ערשטע אויסגאבע איז געווען אין צפת אין 1587 און האט אנטהאלטן 109 פיוט און זמירות. די צווייטע אויסגאבע איז געווען אין סאַלאָניקי אין 1594. די דריטע פארגרעסערטע אויסגאבע אין ווענעציע (שנ"ט–ש"ס) האט אנטהאלטן 346 פיוטים און איז צעטיילט אין דריי חלקים: (1) "עולת תמיד", 225 פיוטים פאר וואכנטעג, ארגאניזירט לויט'ן אָטאָמאַנישן מקאם סיסטעם; (2) "עולת שבת", 54 פיוטים פאר יעדן שבת פון יאר; (3) "עולת חודש": 160 פיוטים און קינות פאר די ימים נוראים, פּורים, תשעה באב, און פארשידענע געלעגנהייטן[9]. אויסצוגן פון זמירות ישראל זענען פארעפנטליכט געווארן אונטער'ן נאמען "תפילות נוראות" אין 1712.

צווישן זיינע באקאנטע פיוטים אין זמירות ישראל זענען "יה רבון עלם", "יערת דבש"[10] און "יעלה בואי לגני[11]". זיין אראמישע זמר, "יה רבון עלם ועלמיא", איז פון די באקאנטסטע פיוטים אין דער אידישער וועלט. כאטש ער איז געווען פון א ספרדישן אפשטאם, איז דער דאזיגער פיוט איינגעפירט געווארן אויך ביי די אשכנזישע קהילות און ווערט געזונגען יעדן שבת.

אין דעם ספר זמירות ישראל איז אויך דא זיין באקאנטן פיוט "ירד דודי לגנו", אויך באקאנט אלס די "כתובה לחג השבועות", וואס איז א זמר וואס באשרייבט די חתונה-תנאים צווישן ישראל און גא-ט[12]. מען ליינט דאס אין פיל קהילות פון עדות המזרח אויף שבועות. א באזונדערער נוסח פון שטר תנאים און כתובה, וואס איז איינגעפירט צו ליינען אום שבועות אין די סיגוט-סאטמארער הויפן, איז בטעות צוגעשריבן געווארן צו אים[13].

ר' ישראל האט איבערגעלאזט א כתב יד "שארית ישראל", א גרויסע זאמלונג פון פיוטים, וואס האט געזאלט זיין דער צווייטער טייל פון זמירות ישראל. ער איז אבער נפטר געווארן איידער ער האט עספיעט עס צו דרוקן. פילע פון זיי זענען פארעפנטליכט געווארן דורך פארשידענע געלערנטע[14]. דער ספר "שארית ישראל – מזמירות ישראל", מיט 418 זעלטענע פיוטים, איז לעצטנס ערשינען אין א פארש-ארבעט דורך טובה בארי און עדווין סערוסי[6][8]. אן אנדער פיוט אין דעם נייעם ספר "שארית ישראל" איז "ימלט אי נקי", וואס איז געווידמעט ארץ ישראל און דעם ווילן ס'זאל זיך מערן שמחות ביי אידן[6].

אנדערע כתבים

רבי ישראל נג'ארה האט אויך מחבר געווען אנדערע כתבים. צווישן זיי:

  • משחקת בתבל (צפת, שמ"ז) – אַן עטישע פאעמע וועגן דער נישטיגקייט פון דער וועלט.
  • פצעי אוהב (איסטאנבול, שנ"ח) – א פירוש אויף איוב.
  • מימי ישראל – רעטאָרישע בריוו מיט וועלטליכע און ליבע-לידער, געשריבן אין זיין יוגנט, און צוגעלייגט צו דער דריטער אויסגאבע פון זמירות ישראל. צעטיילט אין פיר חלקים: מי השילוח (צו פייטנים און פאעטן), מי מנוחות (צו פארשידענע מענטשן), מי מריבה (וועגן מוסר און שלום), מי מצור (העלפן קהילות אין קריזיס), מי זהב (בעטן צדקה פאר ארעמע לייט), מי המרים (טרייסט בריוו)[15]. דער בריוו "משחקת בתבל" איז צוגעלייגט צום ספר, אבער איז אן אייגענער קונטרס.
  • כלי מחזיק ברכה (ווענעציע, ש"פ) – הלכות פון, און א פירוש אויף, ברכת המזון[16].
  • מקוה ישראל – דרשות. (די היברובוקס סקען אנטהאלט נאר פינף פון פערציג דרשות. בר אילן אוניווערזיטעט האט איבערגעדרוקט דעם פולן ספר, תשס"ד).
  • שוחטי הילדים: געדרוקט אין אַמסטערדאַם, תע"ח. אנטהאלט די הלכות פון שחיטה און ניקור אין א לייכטער שפראך פארשטענדליך אפילו פאר קינדער.
  • פזמונים: א זאמלונג פון 120 זמירות, ארויסגעגעבן אין תרי"ח.
  • מערכות ישראל (אין כתב יד, פארלוירן) – על התורה.

פון זיינע הלכה תשובות געפינען זיך אין די שו"ת פונעם מהריט"ץ (רבי יום טוב צהלון), מיט וועמען ער האט זיך געשריבן אין הלכה.

מיינונגען פון זיינע צייטגנוסן

רבי מנחם לאָנזאַנאָ פון דמשק האָט שטאַרק קריטיקירט זיין פּאָעטישע אינאָוואַציעס, למשל זיינע זמירות וועגן דער חתונה פון דער באשעפער און כלל ישראל[17].

רבי חיים וויטאל האט געהאט א זייער נעגאטיווע מיינונג וועגן רבי ישראל נג'ארה. אין זיין ספר "ספר החזיונות" ברענגט ער פון א פרוי וועלכע א גייסט וואס איז אריין אין איר (א דיבוק), וועלכע באשולדיגט ר' ישראל אין שווערע עבירות, אריינגערעכנט שכרות, ניבול פה, חילול שבת, זיך קריגן מיט זיין ווייב, אוממאראלישע מעשים, און באציאונגען מיט א גוי'טע[18].

ר' חיים וויטאל שרייבט, אז דער גייסט האט אויך געזאגט אז ר' ישראל האט צוגעגרייט א מאלצייט צווישן תענית טעג, געזונגען הויך, געגעסן פלייש, געטרונקען וויין און זיך שיכור געווארן. ר' חיים וויטאל גיבט אָן אַז ר' ישראל האט צו אים מודה געווען אז די אינצידענט איז פארגעקומען. אבער, ר' חיים וויטאל זאגט נישט צי ער האט געפרעגט ר' ישראל וועגן די ערנסטערע באשולדיגונגען[19].

פון דער אנדערער זייט, האט דער אר"י הקדוש, לויט דעם ספר "חמדת ימים", געהאט א פּאָזיטיווע מיינונג אויף אים און האט ער געזאגט אז ער איז געווען א נצוץ פון דוד המלך עליו השלום. דער אר"י האט אמאל ביים זינגען פון רבי ישראל נאג'ארה אין א ליל שבת, געזען מלאכים, טויזנטער און צענדליגער טויזנטער, גייענדיג אראפ און ארויף אין זיין הויז צו הערן דאס געזאנג, ווייל אלע זיינע זמירות זענען געווען מיט רוח הקודש. ווען דער אר"י האט באמערקט אז די מלאכים זענען אוועקגעגאנגען ווייל ר' ישראל האט געזונגען ביים טיש מיט אנטבלויזטע ארעמס און אן א הוט, האט דער אר"י געשיקט צוויי תלמידים זיינע אים צו זאגן דעם ענין. ווען ר' ישראל האט דאס געהערט האט אים באנומען א ציטערניש, און ער האט זיך אוועקגעזעסן מיט דרך ארץ ביי זיין טיש און האט צוריקגעקערט צו זיין געזאנג. די מלאכים האבן זיך גלייך אומגעקערט ווי פריער, פרייליך ווי ביים חתונות פון חתן און כלה, און דער אר"י מיט זיין תלמיד האבן דאס געזען און זיך פארוואונדערט[20].

דער חמדת ימים אליין שרייבט: וכבר חברו הקדמונים וכל בעלי השיר פיוטים מיוחדים לזמר בשבת ומכולם לא ישרו בעיני אלא פיוטי בעל זמירות ישראל דאית בהון קבלה אמיתית, והאיש המשכיל ישכיל בם שיש הרבה מהם שאין לומר בשבתות וימים טובים והוא סמך על עין המשכיל[21].

נאך זיין פטירה איז זיין געשטאלט געווארן געערט, טראץ דער שטארקער התנגדות וואס ער האט געטראפן אין זיין לעבן. זיין שירה איז געווארן א מאדעל פאר שירי קודש. ר' ישראל'ס פיוטים זענען אויך אויסגעלויבט געווארן דורך רבי יהודה אריה די מודינא, וועלכער האָט קאָמפּאָנירט א ליד לכבוד אים, וואָס איז געדרוקט געוואָרן אין אָנהייב פון עולת שבת, דער צווייטער טייל פון זמירות ישראל[מקור פארלאנגט].

מיינונגען פון שפעטערדיגע פערזענלעכקייטן

די שבתאים און פראַנקיסטן האָבן אים שטארק געשעצט, האלטנדיג אים בטעות פאר א מקובל. זיי האבן אזוי ליב געהאט איין פון זיינע לידער, אז זיי האבן עס געמאכט פאר זייערס א הימנע [22].

חיים נחמן ביאליק (א סעקולערער העברעאישער פאעט פון 20'סטן יארהונדערט) האט אין זיין ארטיקל "שירתנו הצעירה" שארף קריטיקירט נג'ארה'ס עפנטליכקייט צו די קולטורן פון די גוים. ער האט זיך באקלאגט אויף "דער גלות'ישער, מאדנער און באזונדערער קרעכץ, וואס איר נאטור איז צו פאראידישן אין קאנטאקט אפילו איטאליענישע ליבעס-לידער און זייערע ניגונים". ער האט ערקלערט אז רוב פון ר' ישראל נאג'ארה'ס זמירות זענען מינים פון "סירוסים ושנויים" (פארקריפלונגען און ענדערונגען) פון לידער, ווי אן איטאליענישער "דאן זשואן" זינגט צו זיין סעניארא הינטער'ן פענסטער, אבער ר' ישראל נאג'ארה זינגט מיט אש אויפ'ן קאפ, אין דער זעלבער מעלאדיע און אין לשון הקודש, צו קודשא בריך הוא ושכינתיה ביים ארון הקודש ביים תיקון חצות[23].

מאיר בניהו פאַרטיידיגט ר' ישראל און שלאגט פאר אז זיינע קריטיקער האבן אים אפשר געווען מקנא צוליב זיינע דרשות און די פילע מענטשן וואס זענען זיך צוזאמענגעקליבן ביי אים[24].

מקום קבורה

רבי ישראל נאג'ארה איז באגראבן געווארן אין עזה, און זיין קבר איז געווען באקאנט אין דעם בית הקברות פון עזה. נאך דער סיני מלחמה זענען אידן געקומען צו באזוכן זיין קבר, אבער נאך דעם ווי עזה איז צוריקגעגעבן געווארן אונטער'ן עגיפטישן הערשאפט, האבן די עגיפטער פארשוועכט דעם קבר, און נאך דער זעקס-טאגיגער מלחמה איז זיין קבר-ארט נישט געווען באקאנט. עס איז געווען א שמועה אז מדינת ישראל ווייסט וועגן זיין קבר און קלויבט אויס עס צו פארהוילן. ר' ישראל מאיר גבאי האט געזאגט אז עס געפינט זיך לעבן דער אלטער מעטשעט אין די סאדזשאאיא געגנט, וואס איז געווען דער אלטער בית החיים פון עזה. עס קען זיין אז איבערבלייבענישן פונעם בית הקברות עקזיסטירן, אבער דעם ארט פון דעם קבר אליין איז אומבאקאנט[25].

ביבליאגראפיע

דרויסנדיגע לינקס

רעפערענצן

  1. יצחק טסלר, "בעיני יהודי המזרח הוא היה כוכב עליון": הפיוטים האחרונים של רבי ישראל נג'ארה, אויף ynet, אפריל 9, 2024.
  2. רבי חיים יוסף דוד אזולאי, שם הגדולים, מערכת סופרים אות מ', סעיף קסא (ברוקלין, 1958)
  3. 3.0 3.1 Abraham David, "Najara, Israel ben Moses", Encyclopaedia Judaica, 2007.
  4. 4.0 4.1 טובה בארי, "בן בלתי ידוע של ר' ישראל נג'ארה: ר' לוי בן ישראל ופיוטיו", תרביץ סד(ב), טבת-אדר תשנ"ה, עמ' 275–300‏, JSTOR 23600680.
  5. "Najara", JewishEncyclopedia.com (ענגליש).
  6. 6.0 6.1 6.2 6.3 6.4 יצחק טסלר, "בעיני יהודי המזרח הוא היה כוכב עליון": הפיוטים האחרונים של רבי ישראל נג'ארה, אויף ynet, אפריל 9, 2024.
  7. יוסף יהלום, ‏"ר' ישראל נג'ארה והתחדשות השירה העברית במזרח לאחר גירוש ספרד", פעמים 13, תשמ"ב, עמ' 96–124.
  8. 8.0 8.1 טובה בארי, ‏"גלגוליו של הקובץ שארית ישראל לרבי ישראל נג'ארה", ספר זכרון לפרופ' מאיר בניהו, חלק ב: קבלה ומחשבת ישראל ספרות, שירה, פיוט ותפילה (ירושלים: יד הרב ניסים, תשע"ט), 1085–1094.
  9. זמירות ישראל, בעלגראד, תקצ"ח.
  10.   דער פיוט יערת דבש, אויף הפיוט והתפילה וועבזייטל.
  11.   דער פיוט יעלה יעלה, אויף הפיוט והתפילה וועבזייטל.
  12.   דער פיוט ירד דודי לגנו (כתובה לחג השבועות), אויף הפיוט והתפילה וועבזייטל.
  13. זעט סדר התנאים והכתובה שמיוחס לר' ישראל נגארה מי חיבר אויף אוצר החכמה פארום ; "ווער האט מחבר געווען דער נוסח שטר אירוסין ליום טוב שבועות ?", אשכול אויף אייוועלט.
  14. ווי אין דוד ילין, "עשרים שירים משירי 'שארית ישראל' לר' ישראל נג'ארה", מחקרים לזכרו של ר' עמרם קוהוט, ניו־יורק תרצ"ו, עמ' נט-פח.
  15. רבי יחיאל היילפרין, סדר הדורות, ספרים, א'רכד.
  16. קאנסטאנטין, תצ"ד אויף גוגל.
  17. מנחם די לונזנו, שתי ידות, דף קמב.
  18. שבחי רבי חיים וויטאל, אוסטראה, תקפ"ו, עמ' יט; רבי חיים וויטאל, ספר החזיונות, מהדורת פיירשטיין, מכון בן-צבי, ירושלים תשס"ו, עמ' 68.
  19. Marc B. Shapiro, Hasidism in America, Seforim Blog, ‏October 18, 2017.
  20. חמדת ימים, חלק א, איזמיר תצ"ב, דף עח (פרק ח, אות יב) און חלק ג פרק ג, אות ו–ז; רבי יצחק מאגריסו, ילקוט מעם לעז, ה'תק"ו, פר' ויקהל לח, ג. תר' ללשון קודש, תשכ"ט, עמו' תתתמג.
  21. חמדת ימים, חלק א, פרק ח, אות פב.
  22. גרשם שלום, ‏"שיר של ישראל נג'ארה בפי השבתאים", אין Samuel Löwinger and Joseph Somogyi, eds., Ignace Goldziher Memorial Volume, Part I (Budapest: Globus, 1948), 41-44.
  23. חיים נחמן ביאליק, "שירתנו הצעירה, אות ג, אדעס תרפ"ז" אין פרויקט בן-יהודה.
  24. אסופות ד, זז' 234–235.
  25. זעט מקום קבורת רבי ישראל נג'ארה בעזה אויף אוצר החכמה פארום.