מאַטערסדאָרף, (Mattersdorf; אפיציעלער נאמען זינט 1924: מאטערסבורג דייטש: Mattersburg; אונגאריש: Nagymárton, נאדימארטאָן; אין גיטין: מאטרשטורף[1]), איז א שטאָט אין בורגנלאנד, די מערסט מזרח'דיגע פראווינץ פון עסטרייך. ביז 1920 איז די שטאט געווען א טייל פון קעניגרייך פון אונגארן אין דער עסטרייך־אונגארישער אימפעריע. די שטאָט איז געווען איינע פון די "שבע קהילות".

היסטאָריע

די געגנט פון מאטערסדארף איז געווען באזעצט שוין אין דער אוראַלטער צייט, ווי ארכעאלאגישע אויסגראבונגען ווייזן. די ערשטע דערמאנונג פון דער שטאט איז געווען אין 1202, אונטערן נאמען "ווילאַ מאַרטיני". דער נאמען מאַטערסדארף שטאמט פונעם מענער־נאמען מאַרטין. אין 1354 האט מאטערסדארף באקומען מאַרק־רעכט. די אייזנבאַן פון ווינער נוישטאָט קיין מאַטערסדאָרף איז געעפנט געוואָרן אין 1847, וואָס האָט בייגעטראָגן צו דער אַנטוויקלונג פון דער געגנט. נאָך דער ערשטער וועלט־מלחמה איז מאַטערסדאָרף צוגעטיילט געווארן צו עסטרייך אין 1921. אין 1926 איז מאַטערסבורג דערקלערט געווארן א שטאָט. אין 1971 זענען מאטערסבורג און וואַלבערסדארף פאראייניגט געווארן אין איין געמיינדע.

די אידישע קהילה

מאטערסדארף איז געווען איינע פון די שבע קהילות אין בורגנלאנד, וואס זענען געווען בארימט פאר זייער פרומקייט און די בארימטע רבנים וואס זיי האָבן פּראדוצירט. די שטאט איז טראדיציאנעל געווען צעטיילט אין צוויי דיסטריקטן: Izraelita-Nagymarton ("אידישע נאדימארטאָן") און Keresztény Nagymarton ("קריסטליכע נאדימארטאָן"). די אידישע גענגט איז געווען אַן אויטאָנאָמע אַדמיניסטראַטיווע איינהייט פון 1694 ביז 1902. די קהילה האט אויך געהאט אן אייגענע פייערלעשער.

היסטאריע

אידן זענען געגלייבט זיך צו האבן באזעצט אין מאטערסדארף שוין בערך אין יאר 800 (ד'תק"ס) אדער 1222 (ד'תתקפ"ב). א פּלאטע אויף דער שיל-וואנט זאל האבן געוויזן אז זי איז געבויט געווארן אין 1354 (ה'קי"ד). לויט א טראדיציע, האבן זעקס ברידער מיטן נאמען שישא, וועלכע זענען אנטלאפן פון שפאניע אין דעם 14טן אדער 15טן יארהונדערט, געפונען א נייעם היים אין אונגארן און האבן אנגעהויבן די אידישע קהילה פון מאטערסדארף. אלנפאלס, אידן האבן שוין געוואוינט דארט איידער די טערקן האבן איבערגענומען די געגנט אין 1526 (רפ"ו), ווען מאטערסדארף האט אריינגענומען פילע פליטים פון שאָפּראָן. אין שכ"ט האבן געוואוינט דארט 67 אידן אין 11 הייזער.

די שטאט איז געווען אויפן וועג פון דער טערקישער אינוואזיע פון וויען און איז עטליכע מאל אויסגעפּלינדערט געווארן דורך די טערקן צווישן 1544 און 1671. אין 1622 (שפ"ב) איז די קהילה געקומען אונטער דער שוץ פון דער עסטערהאַזי פאמיליע, אונגארישע אדעל וואס זענען געווען געטריי צום עסטרייכישן האפסבורג מלוכה. באלד נאך וואס לעאָפּאָלד דער ערשטער האט פארטריבן די אידן פון וויען אין 1670 (ת"ל), האבן די אידן אין 1671 געמוזט פארלאזן אויך מאטערסדארף. אין 1675/8 האט מען זיי ערלויבט צוריקצוקומען, אבער זיי האבן געמוזט צוריקקויפן זייערע פארמעגנס. אין 1694 (תנ"ד) האט פּאול עסטערהאַזי ארויסגעגעבן פאר די שבע קהילות א באשיצונגס-בריוו, וואס איז געווארן באנייט פיר מאל, און אין 1800 (תק"ס) איז עס פונדאסניי פארפאסט געווארן.

אין 1744 (תק"ד) האבן דארט געוואוינט בערך 352 אידן אין 30 הייזער. זיי האבן זיך פארנומען מיט 45% האנדל, 23% האנטווערק, 21% סערוויסן, און 13% בילדונגס פאכן (שרייבער, לערער). אין 1770 (תק"ל) זענען געווען רעגיסטרירט 179 אידישע משפחות; אין 1785 זענען געווען בערך 767 מענטשן אין 43 הייזער; אין 1818 האט מען געגעבן רשות צו בויען נאָך 12 הייזער. די אידן האבן געדארפט צאלן צינזן צו די שטעט שאפּראן און וויענער ניישטאַדט פארן רעכט צו האנדלען אין זייערע גרעניצן.

אום י"ח אדר ב' תקס"ב האט א פייער פארניכטעט דעם אידישן פערטל אין מאטערסדארף, און פיל מענטשן פארלוירן זייערע הייזער, און טייל פון זייער פארמעגן. מענטשן פון די דערנעבנד שטעט האבן געשיקט נדבות צו שטיצן זייערע ברידער אין מאטערסדארף. דער רב פון מאַטערסדארף אין יענער צייט, דער חתם סופר, האט אין א תשובה פרובירט אויסצורעכענען א גלייכן וועג צו צעטיילן די נדבות צווישן די מענטשן[2].

א כאָלערע עפּידעמיע אין 1830–1832 (תקצ"א–תקצ"ב) האט אויך געהאט א שווערן אפעקט אויף דער אידישער קהילה, וואס האט געפירט צו א רעדוקציע אין דער צאל איינוואוינער[3]. אין תר"ח האבן געוואוינט אין דער שטאט 1,500 אידן (א דריטל פון דער גאנצער באפעלקערונג).

די הונדערטער-יאריגע אויטאנאמיע האט געשאפן א שטארקע קהל'ישע רעגירונג, וואס האט רעגולירט נישט נאר רעליגיעזע ענינים, נאר אויך עקאנאמישע און געזעלשאפטליכע ענינים. צווישן די בארימטערבנים וואס האָבן געדינט אין דער קהילה זענען געווען רבי גרשון ב"ר אברהם חיות, רבי ירמיה מאטערסדארף, רבי יששכר בער ב"ר שמשון בלאך, רבי משה סופר (חתם סופר) און רבי שמעון סופר. די מאטערסדארפער ישיבה איז געווען בארימט און געצויגן תלמידים פון גאנץ אייראפּע.

מאטערסדארף האט געהאט אירע אייגנארטיגע מנהגים. אין טאג פון א ברית איז מען אויפגעשטאנען פריער, און די מוהל, סנדק, און אבי הבן האבן אנגעטון א קיטל צום ברית[4]. רבי שמעון סופר דרוקט זיך אויס אז "אלע מנהגי ק"ק מאטערסדארף זענען לויט ותיקין קדושי עליונים הגאון בעל פנים מאירות, והגאון המקובל איש אלקים מורינו רבי גרשון חיות זצ"ל, והגאון המקובל האלקי מורינו רבי ליב בן הגאון רבי שמואל חיים ישעי' זצ"ל, והגאון הקדוש המקובל מורינו רבי בער חסיד זצ"ל, בנו של הגאון מוהר"ש חסיד בעל המחבר ספר תוספות חדשים על גליון המשניות, ואאמ"ו מאור הגולה זצ"ל זכותם יגן עלינו"[5].

די שפראך וואס די אידן פון מאטערסדארף האבן גערעדט איז געווען אידיש, און זיי האבן גענוצט אידישע נעמען. מיט דער צייט האבן די מאטערסדארפער אידן אנגעהויבן רעדן דייטש אין שטוב אבער האבן געהאלטן די באנוץ פון אידישע נעמען ווייט אין דעם 19טן יארהונדערט אריין[6].

די זעלבסטשטענדיגע אידישע קהילה איז ערשט אין מערץ 1902 (תרמ"ב) צוזאמענגעשטעלט געווארן מיט דער גוי'אישע מאַרק געמיינדע. אבער, די אידישע פייערלעשער האט געהאלטן איר אויטאנאמיע און איז געווען מער עפעקטיוו ווי די קריסטליכע פייערלעשער פון דער שטאט. פון דאן איז די צאל אידן געשרינקען צוליב עמיגראציע צו גרעסערע שטעט; אין 1902 זענען זיי געפאלן צו 752, און ביי די צייט פונעם אַנשלוס פון עסטרייך דורך דייטשלאנד (1938) צו 511.

חורבן

 
בית החיים אין מאטערסדארף
 
דענקמאל אויף דעם פּלאץ פון די שול

אין 1938 האבן די נאַציס חרוב געמאכט די שול און אנדערע קהל'ישע אינסטיטוציעס און געשעדיגט דעם אידישן קווארטל. אַ טייל פון די קהילה האט עמיגרירט, און די איבריגע, בערך 100, זענען געווארן דעפּארטירט צו די פארניכטונגס־לאגערן.

די איבערבלייבענישן פון די אידישע געגנט איז שפּעטער חרוב געווארן דורכאויס מאדערניזירונג-פּראיעקטן, און ביז 1970 איז בלויז אַן אלטער בית-עולם איבערגעבליבן אלס זכר פון דער אלטער קהילה. בערך 7,000 דאקומענטן פון די קהילה-ארכיוון זענען פּרעזערווירט געווארן אין די צענטראלע שטאַט-אַרכיוון אין אייזענשטאַדט.

נאך דער גרינדונג פון מדינת ישראל האט רבי שמואל עהרנפעלד, אַן אייניקל פונעם חתם סופר, געגרינדעט אין ירושלים דעם קווארטאל קרית מאטערסדארף צום אנדענק פון זיין בורגנלאַנדער שטאַם. די אנגעזעענע ישיבה פון מאטערסדארף ווערט דארטן ווייטערגעפירט ביזן היינטיגן טאג.

א דענקמאל צום אנדענק פון דער געוועזענע אידישער קהילה פון מאטערסבורג איז געבויט געווארן אויפן ארט פון דער צעשטערטער שול און איז געעפנט געווארן אין 2017. א גאס אין מאטערסבורג איז גערופן געווארן נאך דעם לעצטן רב, רבי שמואל עהרנפעלד.

געאָגראַפיע

מאַטערסבורג געפינט זיך אין צפונ'דיגן טייל פון בורגנלאַנד, מזרח פון ווינער נוישטאָט, אין וואולקאַטאַל (Wulkatal).

באַוואוסטע פערזענליכקייטן

  • רבי שמחה בונם פון פשיסחא, האט געלערנט אין מאטערסדארף ביי רבי ירמיה.
  • רבי משה שרייבער (חתם סופר), פריער רב פון מאטערסדארף און שפּעטער פון פּרעשבורג.
  • רבי שמואל עהרנפעלד, לעצטער רב פון מאַטערסדאָרף און גרינדער פון קרית מאַטערסדאָרף אין ירושלים.
  • ד"ר ריכאַרד בערשעלער (Richard Berczeller), אידישער דאקטער אין מאטערסדארף פאר דער צווייטער וועלט־מלחמה. א גאס אין מאטערסבורג איז גערופן געווארן נאך אים.

ביבליאגראפיע

דרויסנדיגע לינקס

רעפערענצן

  1. שו"ת חתם סופר, ליקוטי שו"ת סי' מא.
  2. שו"ת חתם סופר, חלק ב' יורה דעה, סי' רלט.
  3. Vogel, C. G. (2020). Mattersdorf, Hungary During Cholera, 1831–1832, And the 1836 Jewish Census Created in Its Wake. Avotaynu, XXXVI(2)
  4. שמואל בדורו, געברענגט אין א שמועס פון וויענער רב, ג' ויצא תשע"ה, מיט א טעם פון רבי ישכר דוב פון בעלזא.
  5. רבי שמעון סופר, מכתב סופר ב, יו"ד סי' כח, אין א בריוו צו רבי יהודה לייב אייגער.
  6. זעט: ד. סטאלעק, "מאַטעריאַלן צום בורגנלענדער יידיש" אין פילאָלאָגישע שריפטן, באַנד 2, ווילנער פאַרלאַג פון ב. קלעצקין, 1928 זז' 265–279.