רוי:ב' ניסן
קפיצה לניווט
קפיצה לחיפוש
ב' ניסן איז דער צווייטער טאג פונעם זיבעטן חודש
אין די אידישע יאר, ציילנדיג פון תשרי, און דער צווייטער טאג פונעם ערשטן חודש ציילנדיג פון ניסן.
חגים וזמנים
- קרבן פון נתנאל בן צוער, דער נשיא פון שבט יששכר
- "פורים בצרה" – די אידן פון בצרה, איראק, זאגן נישט קיין תחנון און ליינען א ספעציעלע מגילה וואס רבי יעקב אלישר האט געשריבן, צוליב די נסים וואס האבן פאסירט אין יאר ה'תקל"ט.
געשעענישן
- א'תרנ"ז – נח האט דעם טאג פארשאלטן כנען, לויט'ן ספר היובלים
- ב'תמ"ט – דעם טאג נאך חנוכת המשכן, איז פארברענט געווארן די ערשטע פרה אדומה דורך אלעזר הכהן
- ה'מ"ג – בלוט בלבולים האבן געפירט צו פאגראמען אין קרייצנאך און מעלריכשטאדט, דייטשלאנד, אין וועלכע פינף אידן זענען אומגעברענגט געווארן
- ה'תקל"ט – די אטאמאנישע אימפעריע, מיטן הילף פון די ארטיגע אידן, האבן באזיגט דעם פערסישן מיליטער וועלכער האט פרובירט איינצונעמען בצרה. די אידן פון בצרה האבן באשטימט דעם טאג אלס א פורים שני
געבוירן
- ה'תרע"ב – רבי ניסן מינדל, א שרייבער און רעדאקטאר פון אידישע ספרים, און סעקרעטאר פון די ליובאוויטשער רביים (נפטר ה'תשנ"ט)
- ה'תרצ"ג – רבי חיים קמיל, ראש ישיבת אופקים (נפטר ה'תשס"ה)
- ה'תשי"ט – רבי ישכר בער לייפער, דער בישטינער רבי
יארצייטן
- ה'תצ"ט – רבי ישעיה באסאן, פון די חשוב'ע רבנים אין איטאליע, רב פון פאדווא און רעגיו, דער רבי פון רמח"ל
- ה'תר"פ – רבי שלום דובער שניאורסאהן, דער רש"ב, דער פינפטער ליובאוויטשער רבי (געבוירן כ' חשון ה'תרכ"א)
- ה'תשכ"ב – רבי יוסף דוב כהן, דער רב פון חדרה
- ה'תשכ"ח – רבי יעקב יוסף טווערסקי, דער דריטער סקווירער רבי
- ה'תשס"ה – רבי חיים יצחק הלוי, דער רב פון הרצליה