שובבי"ם

פון המכלול
ווערסיע פון 20:06, 17 דעצעמבער 2023 דורך למאי נ"מ (שמועס | ביישטייערונגען) (צוגעלייגט דעסקריפציע)
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

שובבי"ם (אין אן עיבור יאר: שובבי"ם ת"ת) איז די צייט פון די זעקס וואכן וואס מען ליינט די ערשטע פרשות פון ספר שמות: שמות, וארא, בא, בשלח, יתרו, משפטים. די תקופה פאנגט זיך אן ארום צוויי וואכן נאך חנוכה און ענדיגט זיך נאנט צו ראש חודש אדר. אין אן עיבור יאר פארלענגערט זיך די תקופה אריינצו אין חודש אדר א' און עס ווערט אנגערופן שובבי"ם ת"ת נאך די צוויי קומענדיגע פרשות: תרומה, תצוה. די טעג זענען זייער מסוגל צו מתקן זיין דעם פגם היסוד.

אין פארגאנגענהייט איז געווען צושפרייט דער מנהג צו פאסטן אין די שובבי"ם טעג אדער אין א טייל פון זיי. אזוי אויך איז פארהאן א מנהג צו פאסטן אין די טעג א תענית דיבור.[1]

מקור

דער ערשטער מקור צו א תענית אין די שובבי"ם טעג איז פון הרב יוסף אוסטרייכר וואס האט מעיד געווען אז די מנהג אין עסטרייך איז צו פאסטן אין אן עיבור יאר אכט תעניות יעדן דאנערשטאג, אין די פרשיות. הרב אוסטרייכר האט מעיד געווען אז זיין רבי, בעל תרומת הדשן, האט געפאסט אין די טעג.[2] אויך אין ספר המנהגים פון רבי יצחק אייזיק מטירנא שטייט אז מען פירט זיך צו פאסטן דאנערשטאג יעדע וואך פון די שובבי"ם טעג אין די עיבור יארן.[3] די מנהג ווערט געברענגט אין ספר מגן אברהם אויפן שולחן ערוך.[4]  ווי אין יעדן תענית ציבור, האט מען זיך אויך געפירט צו זאגן סליחות ביי שחרית פון די תענית טעג.[5] אין פריערדיגע מקורות, ערשיינט דער מנהג נאר ביי עיבור יארן (וואס נאר ביי זיי לייגט מען צו די ווערטער ביי תפילת מוסף פון ראש חודש "ולכפרת פשע"), און אזוי האבן געשריבן די מקובלים אז דער עיקר תיקון איז ביי אן עיבור יאר[6].

שובבי"ם אין קבלה

לויט די קבלה[7], זענען די שובבי"ם טעג מסוגל אויף כפרת עוונות און איבערהויפט א תיקון אויף פגם מידת היסוד, וויבאלד אין די פרשיות ליינט מען וועגן די שיעבוד מצרים וואס לויט קבלה איז עס געווען כדי צו ארויסנעמען די ניצוצי הקדושה.

כדי צו מתקן זיין דעם חטא פאדערט זיך על פי סוד צו פאסטן א געוויסן צאל פון תעניתים (צום ביישפיל: אויף פגם היסוד דארף מען פאסטן פ"ד תעניות, אויף רציחה דארף מען פאסטן תתש"י תעניות און אזוי ווייטער). כדי צו אנפילן די פ"ד תעניות איז איינגעפירט צו פאסטן יעדן וואכנטאג, און צומאל צו פאסטן אין די שובבי"ם טעג צוויי טעג נאכנאנד (אזא דאפלטע תענית איז ווערד ווי זיבן און צוואנציג תעניות) - סה"כ פ"ד תעניות (54 פון די צוויי דאפלטע תעניתים און נאך 30 טעג פון אלע וואכנטעג).[8] אין די ישיבות המקובלים אין ירושלים אין שפיץ פון 'שער השמים' 'השלום' און 'נהר שלום', און אין די שולן פון הרב ציון בוארון פירט מען זיך צו פאסטן און זאגן די תפילת ״תיקון השובבים״ לויט דער רש״ש, צוויי מאל א וואך - מאנטאג און דאנערשטאג אין די שובבי"ם טעג. איינציגע זענען די וואס פאסטן יעדן טאג, צווישן זיי די חכמי ישיבת המקובלים שער השמים, אבער א מערהייט פאסטן נאר מאנטאג און דאנערשטאג אדער נאר א תענית דיבור, ווי דער גר"א האט איינגעפירט.

פדיון התעניות

די שובבי"ם טעג זענען אויך מסוגל אויסצולייזן די תעניות אויך מיט געלט (מיט דער סכום פון עסן פאר א תענית) וואס ווערט געגעבן פאר צדקה. דער פדיון רעכט מען אפ ביי תפילת מנחה פונעם וואך און מען לייגט צו די תפילה פון עננו פון דער רש"ש. די תפילה איז פול מיט קבלישע יסודות וואס אין זיי בעט דער מענטש ריינצווואשן זיין זעל פון אלע זינד. בשעתן דאווענען אין פאסטן פירט מען זיך צו אנטון זעק און לייגן אש אויפן קאפ, בלאזן שופר, לערנען תורה און זיך מתוודה זיין אויף די זינד. עס זענען געווען פוסקים און מקובלים וואס האבן חולק געווען אויפן פודה זיין די תעניות, אבער דער חיד"א האט מיישב געווען דעם מנהג. הרב בן ציון מוצפי האט געשריבן [9] אז בשעת הדחק קען מען אזוי טון אבער אין באדינג אז מען זאל פאסטן איין טאג אדער צוויי, מען זאל תשובה טון, און עוסק זיין בתורה.  

שובבי"ם טעג אין חסידות

ביי חסידים לייגט מען נישט אזוי שטארק דעם געוויכט אויף די חלק פון פאסטן, וויבאלד פאסטן ברענגט צו צו ביטול תורה אלס די שוואכקייט וואס נעמט ארום דעם פאסטער. אין א מערהייט חסידות'ן איז איינגעפירט צו פארמערן מיט די שעות פון לערנען און דאווענען אן אויסרעדן. דאס קען זיין א זאך פון לערנען פינף שעות רצופות נאר דאנערשטאג (ווי אין ערלוי) אדער זיך מקבל תענית זיין יעדן טאג און פארשטערקערן דאס לערנען. צווישן די פראמינענטע חסידות'ן אין די מנהגים פון די טעג (עד כדי אן ענליכקייט צו די טעג פון חודש אלול) איז סלאנים, וואס איר ערשטער רבי, רבי אברהם וויינבערג, בעל ה"יסוד העבודה" האט געביטן די תעניתים מיט לערנען תורה חמש שעות רצופות, אן מפסיק זיין מיט עסן, טרינקען אדער רעדן. אין די סלאנימער ישיבות איז איינגעפירט צו לערנען יעדן טאג צוויי מאל 5 שעות רצופות און נאך איינמאל 3 שעות ברציפות. נאך סלאנים האבן נאך חסידות'ן אנגענומען דעם מנהג.

אין טשערנאביל פירט מען זיך אין די טעג צו לערנען ליל שישי א גאנצע נאכט, און צו פאסטן פרייטאג ביז נאך חצות, און געבן צדקה פאר א עני הגון פרייטאג.

אין די הויפן פון נאדווארנא און קרעטשניף פירט מען זיך צו פאסטן יעדן פרייטאג פון די שובבי"ם טעג, אין דושינסקיא זאגט מען עקסטערע סליחות אין די דאנערשטאג טעג פון שובבי"ם און די רבי'ס פלעגן אויך פאסטן אין די טעג, און אין שומרי אמונים, תולדות אהרן, און תולדות אברהם יצחק, פירט מען זיך ווי עס האט אוועקגעשטעלט רבי אהרן ראטה, דער ראש השושלת, צו פאסטן איינע פון די דאנערשטאג טעג פון שובבי"ם (געווענליך אין פרשת בשלח אדער משפטים), און מען ענדיגט דעמאלטס גאנץ תהלים מען ליינט 'ויחל' און מען זאגט עננו ביי מנחה, פאר מנחה געבט מען צדקה אין א באשטימטן סכום, און דער טאג ווערט אנגערופן 'תענית פדיון נפש'.

לערנען הלכות טהרה

רבי ישראל משה דושינסקי האט מתקן געווען ביי זיין חסידות אז מען זאל לערנען אין די שובבי"ם טעג די הלכות פון טהרת המשפחה וואס אין יורה דעה[10].

צו ליינען מער

דרויסנדע לינקס

רעפערענצן

  1. צום שובבים ותענית דיבור, דבר, פעברואר 17, 1961
  2. לקט יושר עמוד 116
  3. הגהות מנהגים פורים אות י'
  4. סימן תרפה אין די הקדמה
  5. מחזור כל בו חלק ג, דפוס וילנא, עמ' 324 ואילך.
  6. הרב בן ציון מוצפי, יסוד ציון, עמ' כא
  7. אר"י הקדוש (שער רוח קודש שער ז תיקון כז דף כג ע"א), רמ"ע מפאנו (מאמר תיקוני התשובה פרק ד ופרק טז), חיד"א ספר חדרי בטן (ויחי ראשון), ספר פני דוד (פרשת שמות, יב), זייערע ווערטער ווערן געברענגט אין יסוד ציון עמוד ג-ה.
  8. צפורן שמיר
  9. יסוד ציון פ"א סעי' יא, עמ' מח.
  10. התאחדות תלמידי בית יוסף צבי, ספר היובל, ירושלים, תשס"ד


קלארשטעלונג: די אינפארמאציע אויף המכלול איז בלויז פאר בארייכערונג און זאל נישט געזען ווערן ווי א פסק הלכה.

קטגוריה:תעניות