רוי:רבי אלימלך פון ליזענסק

פון המכלול
ווערסיע פון 16:40, 14 דעצעמבער 2023 דורך צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (החלפת טקסט – "[[נפתלי צבי הורוויץ" ב־"[[רבי נפתלי צבי הורוויץ")
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
טעקע:Noamelimelech.jpg
ציון פון ר' אלימלך פון ליזשענסק זי"ע, וואו אידן פון אלע עקן פון די וועלט פארן נאך היינט צוטאג אוסצופועלן ישועות

רבי אלימלך פון ליזשענסק זצ"ל (ה'תע"ז - כ"א אדר ה'תקמ"ז), פארפאסער פון ספר נועם אלימלך, באקאנט מיטן נאמען דער הייליגער רבי ר' מיילעך.

אפשטאם

דער הייליגער רבי ר' מיילעך איז געבוירן אין יאר ה'תע"ז, צו זיין פאטער הרב אליעזר ליפמאן. און צו זיין מוטער מרת מירל.

[1]רבי אליעזר ליפמאן איז געווען א רייכער מענטש ער האט פארמאגט אן ארענדע נעבן טיטשין, גאליציע, (אכט קילאמעטער פון דער שטאט ריישא), דער רבי ר' זושא האט געזאגט אויף זיין פאטער ער איז געווען א "מרא דחושבנא".

[2] אויף זיין מוטער האט דער רבי ר' זושא געזאגט, אז זי האט מיטאמאל נישט געקענט דאווענען פון א סידור, נאר ברכה זאגן האט זי געקענט. דערצו האט ער געזאגט אז אויף דעם ארט וואו זי האט געזאגט ברכה יעדן אינדערפרי, האט גערוט די שכינה הקדושה.

זיי האבן געהאט זיבן קינדער פון דעם איז באקאנט:

  • דער רבי ר' זושא
  • דער רבי ר' אלימלך
  • הרב נתן ער איז געווען רב אין סטיטשין
  • הרב אברהם פון קעניגסבערג
  • די שוויגער פון הרב פסח לאנגזאם דער פאטער פונעם בני יששכר

אויף די עלטערע יארן האבן זיי זיך געצויגן קיין טיטשין און ליגן דארט אויפן בית החיים. אויף דער מצבה איז ארויפגעקריצט:

פ"נ איש תם וישר האלוף התורני מו"ה ר' אליעזר ליפמאן ב"ר משה זצ"ל נפטר י"א אדר

זיין געשיכטע

דער הייליגער רבי ר' מיילעך האט געלערנט אין טיקטין צוזאמען מיט דעם רבין רבי שמעלקא פון ניקאלשבורג, נאכהער איז ער אריבער צו אים קיין שינאווא, ווען רבי שמעלקא איז געוורן רב אין ניקאלשבורג איז דער הייליגער רבי ר' מיילעך מיט געפארן אים ארויס העלפען מיט זיינע קעגנערס.

נאכדעם וואס זיין ברודער דער רבי ר' זושא איז צוגעצויגן געווארן צו חסידות, האט ער ביייאיינפלוסט זיין ברודער דער הייליגער רבי ר' מיילעך, און זענען צוזאמען געפארן צום מעזריטשער מגיד, און געווארן פון זיינע גרויסע תלמידים. דארט איז ער באקאנט געווארן מיט די הייליגע חבריא, ספעציעל מיט דעם בערדוטשעווער רב.

אין יאר ה'תקל"ג נאך די פטירה פון מעזריטשער מגיד איז דער הייליגער רבי ר' מיילעך געווארן דער אנפירער פון די חסידים אין גאליציע, מערסטנסטייל פון זיין רבין'ס תלמידים זענען געקומן צו אים.

זיינע תלמידים

דער הייליגער רבי ר' אלימלך זי"ע, האט געהאט פיר גרויסע תלמידים, וואס אויף זיי האבן צדיקים געזאגט דעם פסוק, ומשם יפרד והי' לארבעה ראשים, וואס פאר זיי האט ער צוטיילט פון זיינע גרויסע כוחות, די ליכטיגע אויגן פאר'ן חוזה מלובלין, די קדושת המוח פאר רבי מענדעלע פון רימאנאוו, די קדושת הלב פאר'ן קאזשניצער מגיד, און די הייליגע מויל פאר'ן אפטער רב. דער אפטער רב איז געווען יונגער פון די דריי, לאחר פטירתם, איז ער געווארען מנהיג הדור. מען זאגט א מימרא, אין אבות אלא שלשה, קאזשניץ, רימאנאוו, לובלין—ווייל אפטא איז א אנדערע בחינה. ווען דער חוזה איז נפטר געווארן, האבן זיך די תלמידים צוזאמען גענומען אין דער שטאט קאמארנא, דער עטרת צבי און ראפשיצער רב ...., שפעטער האט דער אפטער רב איבער געפרעגט פון ראפשיצער רב וויאזוי איז געווען די אסיפה, האט דער ראפשיצער רב געזאגט, אז דער עטרת צבי האט געדאווענט מנחה פארן עמוד, און זייט רבי ר' אלימלך האט מען נישט געהערט אזא מנחה.

זיין גרויסקייט

דער בעל חסד לאברהם א זיידע פון חיד"א, איז געקומען אין חלום צום רבין אלימלך און געפרעגט: בערך בזה"ל: איך האב געמאכט 10 ספרים, וואס מ'פלאגט זיך צדיקים בעוה"ז, און צדיקים בגן עדן זיי צופארשטיין, און דא פלוצלונג ווערט ער געוואר, אז ווען רבי ר' אלימלך זאגט יהא שמיה רבה, קערט זיך איבער די גן עדן מיט אלע עולמות עליונים, און עס קומט אראפ השפעות אויף די וועלט, און אויף אלע קומענדיגע דורות, לויט די רצון פון רבי ר' אלימלך, האט ער געפרעגט: במה כוחך גדול, פון וואס נעמט זיך דיין גרויסן כח.

ער האט געשריבן זיינע תורות אינעם ספר נועם אלימלך.

הסתלקות

דער קבר פונעם רבי ר' מיילעכ'ס טאָכטער אסתר עטל אלבוים אויפן אַלטן ייִדישן בית־עולם אין פריסטיק אין פוילן אין 2013

דער הייליגער רבי ר' מיילעך איז נפטר געווארן כ"א אדר ה'תקמ"ז און ער ליגט אין ליזשענסק, צו זיין ציון קומען אידן פון אלע עקן פון די וועלט נאך היינט צוטאג אוסצופועלן ישועות.

פאמיליע

דער הייליגער רבי ר' מיילעך האט געהייראט אין שינאווא מרת שפרינצא א טאכטער פון הרב אהרן רוקח א ברודער פון הרב אלעזר רוקח רב אין אמסטערדאם. פון זייערע קינדער:

  • הרב אלעזר ווייסבלום, ממלא מקום פון פאטער אין ליזשענסק.
  • הרב אליעזר ליפא (ליפמאן) ווייסבלום פון חמעלניק.
  • מרת מירל (מיריש), די ווייב פון הרב אליהו פון שדה לבן.

בזיווג שני האט דער הייליגער רבי ר' מיילעך געהייראט מרת גיטל א טאכטער פון הרב יעקב מרגליות.

זיינע ספרים און פארפאסונגן

  • נועם אלימלך
  • לקוטי שושנה
  • צעטיל קטן
  • תפלה קודם התפלה

רעפערענצן

  1. הסכמה פון הרב חיים דוב מזל אויף דעם ספר מנורת זהב פון רבין רבי זושא
  2. הסכמה הנ"ל
תלמידים פון מעזריטשער מגיד

רבי אברהם המלאך · רבי אברהם פון קאליסק · רבי אברהם חיים פון זלאטשאוו · רבי אהרן הגדול פון קארלין · רבי אלימלך פון ליזענסק · רבי ברוך מעזשיבוזשער · רבי ברוך פון קאסוב · רבי גדליהו ראבינאוויטש פון ליניץ · רבי זאב וואלף פון זיטאמיר · רבי זאב וואלף פון טשארנא-אוסטראה · רבי חיים פון אמדורא · רבי חיים טירער פון טשערנאוויץ · רבי יהודה לייב פון פולנאה · רבי יחיאל מיכל פון זלאטשוב · רבי יעקב יוסף פון אוסטראה · רבי יעקב שמשון שעפעטיווקער · רבי יצחק אייזיק פון קאריץ · רבי לוי יצחק פון בארדיטשוב · רבי מנחם מענדל פון וויטעבסק · רבי מנחם נחום טווערסקי פון טשערנאביל · רבי משה פון פשעווארסק · רבי משה חיים אפרים פון סדילקאוו · רבי משולם זושא פון האניפאלי · רבי משולם פייוויש העלער · רבי עוזיאל מייזליש · רבי פנחס הורוויץ · רבי צבי הערש פון נאדווארנא · רבי שלמה גאטליב · רבי שלמה לוצקער · רבי שמואל שמעלקא הורוויץ פון ניקלשבורג · רבי שמעון שלמה פון סאוואראן · רבי שניאור זלמן פון לאדי