פרשת מקץ
| |||||
פסוקים | בראשית מא, א – מד, יז | ||||
---|---|---|---|---|---|
צאל פסוקים | 146 (8'טע - אייניג מיט פרשת בראשית) | ||||
צאל ווערטער | 2022 (3'טע) | ||||
צאל אותיות | 7914 (2'טע) | ||||
אינהאלט | יוסף לעזט פרעה'ס חלומות, און ווערט געשטעלט אלס משנה למלך אין מצרים; די זיבן זאטע און זיבן הונגער יארן אין מצרים; די קינדער פון יעקב גייען אראפ קיין מצרים, ברענגען נאך בנימין, און יוסף פארהאלט אים | ||||
| |||||
הפטורה | |||||
מקץ | מלכים א' ג, טו – ד, א | ||||
שבת חנוכה | זכריה ב, יד – ד, ז | ||||
צווייטע שבת פון חנוכה | מלכים א' ז, מ – ז, נ |
פרשת מִקֵּץ איז די צענטע פרשה פון ספר בראשית. די פרשה גייט פון קאַפּיטל מ"א, פסוק א', ביז קאַפּיטל מ"ד, פסוק י"ז, לויטן אנגענומענעם צעטיילונג פון קאפיטלען. די 146 פסוקים זענען געשריבן אין איין פרשה פתוחה.
די פרשה הייסט "מקץ" אויף די ערשטע כאראקטעריסטישע וואָרט פון די פרשה. אין די פרשה ווערט געשילדערט ווי יוסף האט געלעזט פרעה'ס חלומות און אנגעזאגט איבער וויאזוי צו באהאנדלען די זיבן זאטע און הונגער יארן; ווי ער ווערט געשטעלט אלס משנה למלך; זיינע ברידער קומען אראפ קיין מצרים קויפן שפייז און יוסף פארלאנגט אראפצוברענגען בנימין, וועלכער ווערט פאַרהאלטן דורך יוסף פאר'ן אנגעבליך גנב'ענען זיין בעכער.
פרשת מקץ ווערט געליינט צווישן כ"ז כסלו און ד' טבת. אין מערסטנס יארן (ארום 89.9%) קומט עס אויס אום שבת חנוכה.
פרשה אינהאלט
פרעה'ס חלומות
צוויי יאר נאך די געשיכטע מיט יוסף און דער שר המשקים און שר האופים געשילדערט אין פרשת וישב, האט זיך פרעה גע'חלומ'ט צוויי חלומות: אינעם ערשטן זענען זיבן פעטע קיען ארויס פונעם טייך און געפאשעט אינעם זומפ, און נאך זיי זענען נאכגעקומען זיבן מאגערע קיען וועלכע האבן איינגעשלינגען די זיבן פעטע, אנדעם וואס עס זאל זיך אנזען סיי וועלכע טויש אין זייער מאגערע אויסזען. פרעה האט זיך ערוועקט און דאן גע'חלומ'ט א צווייטע חלום וואו ער האט געזען זיבן פעטע זאנגען ארויסשפראצן פון טייך, און דאן זענען נאכגעקומען זיבן אויסגעקלאפטע זאנגען וועלכע האבן איינגעשלינגען די פעטע, אנדעם וואס עס זאל זיי אפעקטירן. פרעה האט זיך ערוועקט צעטומעלט און פרובירט דערגיין די באדייט פון די חלומות ביי אלע געלערנטע און חרטומים פון מצרים, אבער איז נישט געווען צופרידן פון זייערע פארטייטשונגען. דער שר המשקים האט פארגעשלאגן צו ברענגען יוסף וועלכע האט ריכטיג געלעזט די חלומות פון אים און דער שר האופים.
פרעה האט געלאזט רופן יוסף, וועמען מען האט ארויסגעיאגט פון טורמע, איבערגעטון און געשוירן, און געברענגט פאר פרעה. פרעה האט אים געשילדערט זיינע חלומות, וועלכע יוסף האט פארטייטשט אז ביידע דייטן אן אויף איין בעפארשטייענדע פאסירונג, און די פעטע קיען און זאנגען רעפרעזענטירן זיבן זאטע יארן, ווידעראום די מאגערע – זיבן הונגער יארן; דאס איינשלינגען פון די פעטע דורך די מאגערע אנדעם וואס עס זאל זיך אנזען, איז וויבאלד די זיבן הונגער יארן וועלן זיין אזוי געפערליך אזש עס וועלן פארגעסן ווערן די זאטע; דאס איבער'חזר'ן די חלום צוויי מאל דייטעט אן אז גאט וועט דאס צושטאנד ברענגען אין גיכן. דאן האט יוסף געראטן פרעה וויאזוי דאס צו באהאנדלען: ער זאל שטעלן א קלוגער מענטש איבער מצרים, און באאמטע איבער די לאנד וועלכע זאלן איינמאנען א טייל פון די תבואה אין די זאטע יארן און אוועקלייגן אין שפייכלערן אפגעהיטן פאר די זיבן הונגער יארן.
די לעזונג איז געפאָלן פאר פרעה און ער האט אויסגערופן אז יוסף דער פאסיגסטער מענטש דערפאר, נאך וואס גאט האט אים צואוויסן געטון די באדייט פון די חלומות, און פרעה האט געשטעלט דעם דרייסיג יעריגן יוסף אלס משנה למלך אין שפיץ פון דאס לאנד. פרעה האט געגעבן פאר יוסף זיין רינגל און אנגעטון קעניגליכע קליידער, און ער איז געווארן ארומגעפירט איבער גאנץ מצרים אין א קעניגליכע וואגן. פרעה האט גערופן יוסף "צָפְנַת פַּעְנֵחַ" און אים געגעבן פאר א ווייב אָסְנַת די טאכטער פון פּוֹטִי פֶרַע[1]. יוסף האט געהאט מיט איר צוויי זין, וועמען ער האט א נאמען געגעבן מנשה און אפרים.
דורכאויס די זיבן זאטע יארן האבן די מצריים אונטער די פירערשאפט פון יוסף איינגעזאמעלט אן אומצאליגע סכום פון תבואה און אוועקגעלייגט אויף די הונגער יארן[2].
יוסף'ס ברידער גייען קיין מצרים
נאך די זיבן זאטע יארן, האט זיך אנגעהויבן די זיבן הונגער יארן איבער מצרים און די לענדער ארום[3], ווען יוסף האט געעפנט די אוצרות פון תבואה צו שפייזן די מצריים, און אויך פון די לענדער ארום איז מען געקומען קויפן שפייז אין מצרים[4].
אויך אין כנען איז דער הונגער אנגעגאנגען, און יעקב האט געשיקט זיינע צען זין קיין מצרים קויפן תבואה, אבער בנימין האט ער געהאלטן מיט זיך מורא האבנדיג אז ס'וועט מיט אים פאסירן אן אומגליק אויפ'ן וועג. די ברידער זענען אנגעקומען צו יוסף, און זיך געבוקט צו אים. יוסף האט זיי דערקענט, אבער זיך נישט אנטפלעקט צו זיי, און גערעדט צו זיי שטרענג און זיי באשולדיגט אלס שפיאנען, די ברידער האבן צוריק גע'טענה'ט אז זיי זענען געקומען מיט ריינע כוונות צו קויפן עסן. יוסף האט זיי איינגעשפארט פאר דריי טעג, און דאן זיי באפוילן צו ברענגען בנימין צו אויפווייזן זייער אומשולד, בשעת שמעון וועט פארבלייבן איינגעשפארט. די ברידער האבן געשמועסט צווישן זיך אז דאס קומט אלס שטראף אויף וואס זיי האבן געטון צו יוסף, און יוסף איז געגאנגען אין א זייט און געוויינט איידער ער האט זיך צוריקגעקערט צו זיי. ער האט באפוילן זיי אהיימצושיקן מיט שפייז, און צוריקלייגן די געלט וואס זיי האבן באצאלט אין זייערע זעקלעך, וועלכע די ברידער האבן באמערקט אויף זייער וועג אהיים און זיך שטארק דערשראקן דערפון.
אנקומענדיג אהיים צו יעקב, האבן זיי דערציילט אלעס וואס איז אויף זיי אריבער, איבער די געלט וואס זיי האבן צוריקבאקומען, און דער פארלאנג צו אראפטראגן בנימין. יעקב איז נישט איינגעגאנגען, זאגנדיג אז יוסף איז פארלוירן, שמעון איז איינגעשפארט, און יעצט ווילן זיי אוועקנעמען אויך בנימין. ראובן האט זיך פרובירט אונטערנעמען א נדר אז זיינע צוויי זין זאלן שטארבן אויב ברענגט ער נישט צוריק בנימין, אבער יעקב האט נישט מסכים געווען[5].
בנימין מיט די ברידער אין מצרים
נאך וואס דער הונגער האט זיך פארשטארקט און די עסן וואס זיי האבן געברענגט פון מצרים איז אויסגעלאפן, האט יעקב ווידער געשיקט זיינע קינדער קיין מצרים, אויף וואס יהודה האט ווידערהאלט יוסף'ס פארלאנג מיטצוברענגען בנימין, און זיך אונטערגענומען ערבות אים אהיימצוברענגען. יעקב האט אנגעוויזן זיינע זין מיטצונעמען געשאנקען און די צוריקגעגעבענע געלט, און זיי געוואונטשן גאט זאל זיי געבן רחמים, און זיי זאלן אהיימקומען מיט שמעון און בנימין. די ברידער זענען געגאנגען מיט די געשאנקען און בנימין, און זיך ווידער געשטעלט פאר יוסף.
ווען יוסף האט געזען בנימין, האט ער באפוילן זיינע שטוב מענטשן צו צורישן א מאלצייט, און זיי זענען פארבעטן געווארן צו יוסף אינדערהיים. די ברידער האבן מורא געהאט אז מען רופט זיי וועגן די געלט וואס זיי האבן געפינען אין די רענצלעך, און דערציילט די געשיכטע ווי זיי האבן געטראפן דאס געלט, און אז זיי האבן עס צוריקגעברענגט. דער באדינער האט זיי בארואיגט אז גאט האט זיי דאס צוריקגעשענקט, און זיי אריינגעברענגט צו יוסף, ארויסגעברענגט שמעון, געגעבן וואסער זיך צו וואשן און געגעבן שפייז פאר זייער בהמות. ווען יוסף איז געקומען האבן זיי אים געגעבן דעם געשאנק, און זיך געבוקט פאר אים. יוסף האט זיך נאכגעפרעגט איבער זייער טאטע און בנימין, און זיך נישט געקענט צוריקהאלטן פון וויינען אין א זייטיגע צימער. ער האט זיך אפגעוואשן די געזיכט, זיך צוריקגעקערט און געהייסן שטעלן ברויט, און געזעצט די ברידער לויט זייער עלטער, אויף וועלכע די ברידער האבן זיך געוואונדערט פון וואו ער ווייסט דאס. ער האט פארטיילט מתנות פאר יעדן, און געגעבן פינף מאל מער פאר בנימין, און זיי האבן געגעסן אינאיינעם[6].
בנימין און די בעכער
יוסף האט באפוילן אנצופילן די זעק פון די ברידער מיט וויפיל עסן מעגליך, און ווידער צוריקלייגן דאס געלט, און אריינלייגן זיין בעכער אין זאק פון בנימין. אינדערפרי האבן זיך די ברידער ארויסגעלאזט אין וועג, און ביים ארויסגיין אויסער די שטאט, האט זיין באדינער, אויפ'ן באפעל פון יוסף, זיי נאכגעיאגט און פארגעהאלטן פאר'ן זיין כפויי טובה און גנב'ענען זיין בעכער אין וועלכע ער טרינקט און מאכט דערמיט כישוף. די ברידער האבן דאס קאטעגאריש געלייקנט, אנצייגנדיג אז אפילו דאס געלט וואס זיי האבן געטראפן אין די זעק פארגאנגענע מאל האבן זיי צוריקגעברענגט, און אויב טרעפט מען עס ביי איינעם פון זיי זאל יענער שטארבן און זיי אלע זאלן בלייבן קנעכט. דער באדינער האט געענטפערט אז נאר דער ביי וועם מען וועט עס טרעפן וועט זיין א קנעכט, און די איבריגע וועט מען פריי לאזן.
מען האט דורכגעזוכט זייערע זעק און געטראפן דעם בעכער ביי בנימין. זיי זענען צוריקגערופן געווארן צו יוסף, וואו ער האט זיי אויסגע'מוסר'ט דערויף, און יהודה איז געפאלן צו אים און געזאגט אז זיי וועלן אלע ווערן קנעכט פאר אים, אויף וועלכע יוסף האט געענטפערט אז ער וואלט נישט געטון אזאנס, נאר בנימין זאל זיין א קנעכט, און די איבריגע ברידער קענען צוריקגיין פריי צו זייער פאטער[7].
דאטומען
דער שבת ווען מ'ליינט די פרשה, קען געפאלן אין פינף אנדערע דאטומען:
- השא יאר און השג יאר – כ"ז כסלו
- הכז יאר און החא יאר – כ"ח כסלו
- גכה יאר און בשה יאר, גכז יאר און בשז יאר – ל' כסלו
- בחג יאר און זשג יאר, בחה יאר און זשה יאר – ב' טבת
- זחא יאר און זחג יאר – ד' טבת
הפטורה
אין א גרויסע מערהייט יארן ווערט פרשת מקץ געליינט אום חנוכה, ווען אין רוב יארן וועט מען ליינען די הפטורה פון שבת חנוכה, אין ספר זכריה, קאַפּיטל ב', פסוק י"ד – קאַפּיטל ד', פסוק ז'. אין די יארן וואס שבת מקץ געפאלט ב' טבת (ארום 30% יארן), איז פארהאן צוויי שבתים אין חנוכה - מיט מקץ זייענדיג די צווייטע, ליינט מען אין ספר מלכים א', קאַפּיטל ז', פסוק מ' – קאַפּיטל ז', פסוק נ'[8].
אין די זעלטענע יארן וואס דער שבת געפאלט נאך חנוכה - ד' טבת, ליינט מען די מקץ הפטורה, אין ספר מלכים א', קאַפּיטל ג', פסוק ט"ו - קאַפּיטל ד', פסוק א', וואס הייבט זיך אן מיט ”וַיִּקַץ שְׁלֹמֹה וְהִנֵּה חֲלוֹם”, וועלכע קלינגט ענליך צום אנהויב פון אונזער פרשה[9].
ביי די ראָמאַניאטן איז די מקץ הפטורה אין ספר ישעיהו, קאַפּיטל כ"ט, פסוק ז' ביז קאַפּיטל ל', פסוק ד'[10].
דרויסנדע לינקס
טעקסט:
- פרשת מקץ, אויף שיתופתא
- פרשת מקץ, אויפן "וויקיטעקסט" זייטל
- פרשת מקץ - טעקסט מיט תרגום אונקלוס, אויפ'ן "מכון ממרא" זייטל
- פרשת מקץ, אויפ'ן "מקראות גדולות הכתר" זייטל
טייטש
- מאיר הלוי לעטעריס, "פרשת מקץ", חמשה חומשי תורה אין אידיש, ניו יארק, תרע"ד
פארברייטערונג:
- שיעורים אויף פרשת מקץ אויף קול הלשון
- פרשת מקץ, אויפ'ן מחלקי המים זייטל
- פרשת מקץ, אויפ'ן "בית חב"ד" זייטל
- זעט שיעורים אויף פרשת מקץ, אויפן "בינינו" זייטל
- פרשת מקץ, אויפן "פרשת השבוע" זייטל
- דער ארטיקל "פרשת מקץ", אויפ'ן "ויקישיבה" זייטל
- נושאים אויף פרשת מקץ אויפ'ן "על התורה" זייטל
רעפערענצן
- ↑ לויט חז"ל (בראשית רבה, פרשה פ"ו, פסקה ג'; סוטה יג, ב) רעדט מען פון פוטיפר, אבער דער רשב"ם, מא, ה זאגט אז על פי פשט איז דאס א צווייטער מיניסטער.
- ↑ מא, א–נב.
- ↑ אבן עזרא, רמב"ן, בראשית מא, נד.
- ↑ מא, נג–נז.
- ↑ קאַפּיטל מ"ב.
- ↑ קאַפּיטל מ"ג.
- ↑ מד, א–יז.
- ↑ מגילה לא, א; שולחן ערוך, אורח חיים, סימן תרפ"ד, סעיף ב'.
- ↑ רבי מרדכי יפה, לבוש החור ב, או"ח, סי' תרסט.
- ↑ הפטרת מקץ אויפ'ן על התורה זייטל. עס ווערן געברענגט דארט נאך וואריאציעס.
פרשיות | ||
---|---|---|
ספר בראשית | בראשית • נח • לך לך • וירא • חיי שרה • תולדות • ויצא • וישלח • וישב • מקץ • ויגש • ויחי | |
ספר שמות | שמות • וארא • בא • בשלח • יתרו • משפטים • תרומה • תצוה • כי תשא • ויקהל • פקודי | |
ספר ויקרא | ויקרא • צו • שמיני • תזריע • מצורע • אחרי • קדושים • אמור • בהר • בחוקותי | |
ספר במדבר | במדבר • נשא • בהעלותך • שלח • קרח • חקת • בלק • פינחס • מטות • מסעי | |
ספר דברים | דברים • ואתחנן • עקב • ראה • שופטים • כי תצא • כי תבוא • נצבים • וילך • האזינו • וזאת הברכה |