זרוע
די זרוע (ווערטערליך: ארעם) איז א שטיקל פלייש וואס מען לייגט אין די קערה פון סדר נאכט, אלס אנדענק צום קרבן פסח.
מקור און טעמים פון מנהג
אין די משנה[1] ווערט דערמאנט אז מען ברענגט אריין - צוזאמען מיט די מצה און מרור און חרוסת - אויך "שני תבשילין". אין גמרא ירושלמי און בבלי אויפ'ן ארט ווערן געברענגט עטליכע מיינונגען, וואס די צוויי געקעכטס זענען.
מאי שני תבשילין? אמר רב הונא: סילקא וארוזא[2]. רבא הוה מיהדר אסילקא וארוזא הואיל ונפיק מפומיה דרב הונא. אמר רב אשי: שמע מינה דרב הונא, לית דחייש להא דרבי יוחנן בן נורי. דתניא רבי יוחנן בן נורי אומר: אורז מין דגן הוא וחייבין על חימוצו כרת ואדם יוצא בו ידי חובתו בפסח. חזקיה אמר: אפילו דג וביצה שעליו. רב יוסף אמר: צריך שני מיני בשר – אחד זכר לפסח ואחד זכר לחגיגה. רבינא אמר: אפילו גרמא ובישולא.
די פוסקים זענען צעטיילט אין זייערע מיינונגען להלכה: לויט טייל ראשונים דארף מען ברענגען דווקא צוויי סארטן פלייש[3]; אנדערע נעמען אן אז סיי וועלכע מינים זענען גוט[4]. פילע מקורות ברענגען דעם מנהג צו נעמען א שטיקל פלייש (די "זרוע") אלס זכר צום קרבן פסח און אן איי אלס זכר צום קרבן חגיגה[5], און אזוי ווערט גע'פסק'נט אין שולחן ערוך[6], און אזוי איז למעשה דער מנהג היינט.
דער טעם וואס רב יוסף געבט אן פאר די צוויי געקעכטס, צו דערמאנען די קרבנות, איז ריכטיג אויך לויט די אנדערע שיטות וועלכע פארלאנגען נישט דווקא פלייש[7]. נאך א טעם ווערט דערמאנט דורך די ראשונים, אז זיי זענען קעגן משה און אהרן וועלכע זענען געווען די שליחים צו באפרייען אידן פון מצרים[8].
א טעם צום מנהג צו נעמען די "זרוע", די ארעם פון א באשעפעניש (זעט ווייטער), איז על שם די ”זְרוֹעַ נְטוּיָה” וואס ווערט דערמאנט ביי יציאת מצרים[5]. נאך א טעם, א רמז צו דעם וואס השי"ת האט אונטערטעניגט די שטאלצע מצריים, ווי דער פסוק דרוקט זיך אויס: ”אֶת־זְרוֹעַ פַּרְעֹה מֶלֶךְ־מִצְרַיִם שָׁבָרְתִּי” (יחזקאל ל, כא)[9].
די זרוע פלייש
דער מנהג איז צו נעמען א געבראטן שטיקל פלייש, פון ארעם פון א שעפסל[10] אָדער קאלב אָדער אַ הינדל פליגל[11]; אבער טייל פירן זיך צו ניצן א גארגל פון הינדל פלייש[12], א זכר צו דעם וואס דער גענאק פון אידן איז געשוואלן געווארן צוליב דער שווערער לאסט[13]. מען בראט דעם זרוע בעפאר יום טוב, און עס זענען דא וואס פירן זיך עס צו קאכן בעפאר'ן בראטן[14].
רוב אשכנזים און טייל ספרדים עסן נישט די געבראטן זרוע פלייש אין די נאַכט פון פסח, כדי עס זאל נישט אויסקוקן ווי מען עסט קדשים בחוץ. דער מהרש"ל נעמט אן אז בעסער זאל מען קאכן דאס פלייש אנשטאט בראטן, כדי מען זאל עס קענען עסן אין סדר נאכט[15]. אנדערע פירן זיך איבערצוקאכן און עסן דעם זרוע אין צווייטן נאכט פון פסח[16]. אבער ביי טייל ספרדים (קורדיסטאן, תימן, טריפאלי, ארם צובא, און ארץ ישראל) איז יא דער מנהג צו עסן דעם געבראטענעם זרוע אין ערשטן סדר נאכט[17].
די פוסקים דערמאנען אז די וואס עסן נישט דעם זרוע אין סדר נאכט זאלן עס נישט אוועקווארפן, וואס איז א ביזוי מצוה, נאר זיי זאלן עס עסן אויפצומארגנס[18]. טייל פירן זיך אויפצוהענגען דעם געבראטענעם זרוע ביים טיר פון שטוב, צו דערמאנען דאס בלוט פון קרבן פסח וואס איז אין מצרים געשמירט געווארן ביים שוועל[19]. לויט דער מנהג פון די ליביער אידן, ווערט דער זרוע פארברענט ביי שריפת חמץ קומענדיגן ערב פּסח.
עס איז א מנהג אז מען זאל נישט צעברעכן דאס ביין פונעם זרוע, נאר עס זאל בלייבן גאנץ, ווי ביים קרבן פסח[20].
דרויסנדע לינקס
- שלו שבתאי, אכילת זרוע צלי בליל פסח, אויפ'ן "חידוש" וועבזייטל
רעפערענצן
- ↑ משנה, פסחים י, ג
- ↑ לויט רב הונא איז אפילו דאס אויך גוט, כל שכן צוויי סארטן פלייש (רשב"ם און תוספות, פסחים קיד, ב, ד"ה סילקא)
- ↑ משנה תורה לרמב"ם, הלכות חמץ ומצה, פרק ח', הלכה א'; הגהות מיימוניות אויפ'ן ארט אין נאמען פון רבינו שמחה; מהר"ש מאוסטרייך געברענגט אין מהרי"ל סדר ההגדה עמוד צ' סימן ו'
- ↑ טור, אורח חיים, סימן תע"ג; אור זרוע חלק שני, סימן רנ"ו; סמ"ג עשין מ"א; רבינו ירוחם, נתיב ה' חלק ד'; של"ה, מסכת פסחים פרק נר מצוה אות ל"ב
- ↑ 5.0 5.1 ארחות חיים, ליל הפסח, סימן י"ב, אין נאמען פון א ירושלמי וואס געפינט זיך נישט ביי אונז; כלבו, סימן נ' ד"ה והנה לך; רבי מנחם המאירי, מאירי, פסחים קיד, ב; מגיד משנה, אויף הלכות חמץ ומצה, פרק ח', הלכה א'; רבי דוד אבודרהם, סדר ההגדה ד"ה וכך היא, רבי שמעון בן צמח דוראן, מאמר חמץ אות קכו
- ↑ שולחן ערוך, אורח חיים, סימן תע"ג, סעיף ד'
- ↑ חידושי רבינו דוד און חידושי הר"ן, פסחים קיד, ב . אין תלמוד ירושלמי, מסכת פסחים, פרק י', הלכה ג', ווערן די טעמים געברענגט אין נאמען פון א ברייתא
- ↑ דעת זקנים, שמות יב, ח; רוקח, סימן רפ"ג. אין מעשה רוקח, סימן נ"ט, ווערט געברענגט צו נעמען אויך א דריטן געקעכטס, צו דערמאנען אויך מרים הנביאה
- ↑ סדר כהלכתו אויף מעשה רב, סימן קצ"א
- ↑ ספר המנהיג, סימנים ס"ד-ס"ה, מהד' רפאל, עמ' תפ"א-תפ"ב
- ↑ פרי מגדים, אורח חיים, סימן תע"ג, אשל אברהם ס"ק ז'
- ↑ יסוד ושורש העבודה, שער תשיעי פרק רביעי, סדר ערב פסח
- ↑ אוצר יד החיים אות תשי"ב. דער מנהג ווערט אויך געברענגט אין פרי מגדים, אורח חיים, סימן תע"ג, אשל אברהם ס"ק ז', וועלכער שרייבט אז ער ווייסט נישט קיין טעם דערצו
- ↑ הגדה של פסח ברכי יוסף; מנהג גור, געברענגט אין ויגד משה אויף פסח, השמטות צו סימן ג'; מנהג רבי אהרן רוקח פון בעלזא, געברענגט אין תמידים כסדרן, מנהגי ערב פסח
- ↑ שו"ת מהרש"ל, סימן פ"ח
- ↑ אור צדיקים סימן ל"ב סעיף ג'; הגדת חקל יצחק
- ↑ ארץ חיים (סתהון) סימן תעו ס"ק א; שו"ת יחוה דעת חלק ג סימן כז; שולחן ערוך המקוצר חלק ג עמ' מט; רבי שבתאי בן חיים, השבח לאל עמ' 102
- ↑ רבי אברהם דאנציג, חיי אדם, כלל ק"ל, סעיף ו'
- ↑ הגדת חיים לראש סידור הקערה אות ג'
- ↑ כף החיים, אורח חיים סימן תע"ג, ס"ק ס'; סידור היעב"ץ