רבי יהושע בן חנניה

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
רבי יהושע בן חנניה
תקופת הפעילות דור שני לתנאים
השתייכות בית הלל
רבי'ס רבן יוחנן בן זכאי
תלמידים רבי עקיבא, אלישע בן אבויה, רבי ישמעאל, רבי יוחנן בן ברוקה ורבי אלעזר חסמא.
בני דורו רבן גמליאל דיבנה, רבי אליעזר בן הורקנוס, רבי אלעזר בן עזריה ורבי יוחנן בן נורי

רַבִּי יְהוֹשֻׁעַ בֶּן חֲנַנְיָה איז געווען פון די גרויסע תנאים אין ארץ ישראל, און פון די פירער פונעם דור נאך חורבן בית שני. און ער איז רבי יהושע סתם וואס ווערט דערמאנט אין די משנה[1]. ער איז געווען א תלמיד מובהק פון רבי יוחנן בן זכאי און א נאנטער חבר מיט רבי אליעזר. ער איז געווען אב בית דין אין בית הוועד אין יבנה, צו דער זייט פון דער נשיא רבן גמליאל השני.

לעבנס געשיכטע

רבי יהושע איז געבוירן סוף ימי בית שני. נאך פאר זיין געבורט האט זיין מאמע די צדקת אים אוועקגעשטעלט פאר תורה. און אלע זיינע שוואנגער טעג איז זי ארומגעגאנגען יעדן טאג אויף אלע בתי מדרשות אין שטאט און זיי געזאגט: "ביטע בעטס רחמים אויף דער עובר שבמעי אז ער זאל זיין א חכם"[2] נאך זיין געבורט האט אים זיין מוטער געפירט זיין בעטל צום בית המדרש כדי זיינע אויערן זאלן זיך אנקלעבן מיט דברי תורה[3]. און זי האט טאקע זוכה געווען מיט אירע מעשים, און איר זון איז געווארן פון די גרויסע חכמים, ביז מען האט געזאגט אויף אים "וואויל איז דער וואס האט אים געבוירן"[2].

רבי יהושע האט נישט געהאט קיין דרויסנדע שיינקייט, אבער דערקעגן האט ער געהאט אן אויסערגעווענליכע קלוגשאפט און פקחות – ווי די טאכטער פון קייסער האט געזאגט אויף אים: "פרעכטיגע קלוגשאפט אין א מיאוס'ע כלי"[4] און ער האט זיך באניצט דערמיט צו העלפן זיינע ברידער אינעם שטורמישן תקופה נאכ'ן חורבן הבית.

פון זיין יוגנט האט רבי יהושע באדינט רבן יוחנן בן זכאי אין זיין גרויסן ישיבה אין ירושלים, און איז געווען פון זיינע פינף גרעסטע תלמידים – מיט זיינע חבירים רבי אליעזר, רבי יוסי הכהן, רבי שמעון בן נתנאל און רבי אלעזר בן ערך[5]. ווען רבי אליעזר איז אנגעקומען לערנען תורה פאר רבי יוחנן, ווען ער האט אכנישט עוסק געווען אין תורה, איז רבי יהושע שוין געווען א וועטעראן תלמיד[6].

רבי יהושע איז געווען א לוי, און איז נאך געווען פון די לויים וואס זינגען אין מקדש. אין גמרא ווערט דערציילט, אז ווען רבי יהושע האט אמאל געוואלט העלפן רבי יוחנן בן גודגדא מיט די הגפת דלתות אין מקדש, האט אים רבי יוחנן געזאגט: "מיין זון, גיי צוריק, ווייל דו ביזט פון די משוררים און נישט פון די שוערים"[7]. אין אן אנדער ארט שילדערט רבי יהושע די שמחה וואס איז געווען אין מקדש אין יום טוב סוכות:

"ווען מיר האב זיך געפרייט ביים שמחת בית השואבה, האבן מיר נישט געזען קיין שלאף אין אונזערע אויגן. וויאזוי? ..."[8].

מען טרעפט נישט אויף קיין שום ארט אויב ער האט געהאט זון אדער טעכטער. דער איינציגער זאך וואס איז באקאנט איבער זיין פאמיליע איז אז זיין פלימעניק איז געווען א באוואוסטע תנא: חנניה בן אחי רבי יהושע.

זיינע רביס

רבן יוחנן בן זכאי, דער הויפט פון די חכמי התורה אין תקופה פון חורבן הבית, איז געווען דער לעצטער רינגעלע אינעם קייט פון מקבלי התורה פון תקופת בית שני. ער האט מקבל געווען פון הלל און שמאי און האט איבערגעגעבן פאר זיינע תלמידים, וואס האבן פארשפרייט די תורה ביי אידן נאכ'ן חורבן. רבי יהושע איז געווען ער אחד המיוחד צווישן זיי, און רבן יוחנן האט איבערגעבן פאר דעם תלמיד זיינעם דאס רוב פון זיין חכמה, ווי אויך דער חלק פון סודות התורה. אין גמרא איז געברענגט א מעשה וואס ווייזט אויף די גרויסקייט פון רבי יהושע אינעם חלק הנסתר פון די תורה אויך ווען ער איז נאך געווען א תלמיד:

רבי יהושע און זיין חבר רבי יוסי הכהן זענען געגאנגען אין וועג, און האבן געזאגט "לאמיר דרש'ען אין מעשה מרכבה". האט רבי יהושע אנגעהויבן און גע'דרש'נט. יענער טאג איז געווען תקופת תמוז [וואס געווענליך איז דער הימל קלאר דאן], האבן זיך די הימלען פארוואלקנט און עס איז געזען געווארן ווי א בויגן אין הימל. און די מלאכי השרת האבן זיך פארזאמלט און געקומען הערן, ווי מענטשן וואס זאמלען זיך איין און קומען זען די מזמוטי חתן וכלה. איז רבי יוסי געגאנגען און דערציילט פאר רבן יוחנן בן זכאי, האט ער געזאגט "אשריכם ואשרי יולדתכם, אשרי עיני שכך ראו[9]. [שפעטער האט רבי יהושע אויסגעלערנט די סודות פאר רבי עקיבא, און רבי עקיבא האט גע'דרש'נט אויף אן ענליכן אופן פאר רבי יהושע[9].]

רבן יוחנן האט אויסגערעכנט די שבח פון זיינע גרויסע תלמידים, און אויף רבי יהושע האט ער געזאגט: "אשרי יולדתו"[10], אז ער איז מאושר במדות טובות, ביז אלע זאגן אויף אים וואויל איז דער וואס האט אים געבוירן[11]. [רבן יוחנן'ס ווערטער זענען אויך מרמז אויף די איבערגעגעבנקייט פון רבי יהושע'ס מאמע, ווי דערציילט אויבן, וואס אין איר זכות איז ער אנגעקומען צו זיין גרויסקייט[12].] אויך האט רבן יוחנן געליינט אויף אים דעם פסוק[13]: הַחוּט הַמְשֻׁלָּשׁ לֹא בִמְהֵרָה יִנָּתֵק"[14].

נאך איידער'ן חורבן איז רבי יהושע אנגעקומען צו הוראה, און איז נסמך געווארן דורך רבן יוחנן בן זכאי[15]. פון דער מעשה וואס איז געברענגט אין גמרא לערנען מיר אז ער איז געווען פון די ראשי המדברים צווישן די חכמים נאך בזמן הבית:

איינאל האט מען געטראפן מענטשליכע ביינער אינעם לשכת דיר העצים אין בית המקדש, און די חכמים האבן צוליב דעם געוואלט גוזר זיין טומאה אויף גאנץ ירושלים [אלס חשש טאמער ס'זענען באגראבן מתים אויף נאך פלעצער]. איז רבי יהושע אויפגעשטאנען אויף זיינע פיס און געזאגט: "איז נישט קיין בושה וכלימה פאר אונז אז מיר זאלן גוזר זיין טומאה אויף די שטאט פון אונזערע עלטערן? וואו זענען די מתי מבול? וואו זענען די הרוגי נבוכדנצר (וואס זענען גע'הרג'עט געווארן ביים ערשטן חורבן הבית)"?[16]. ד.ה., אז וויבאלד מיר זעען אז עס זענען נישט מצוי קיין ביינער פון טויטע אין ירושלים – נישט ביינער פון מתי מבול וואס טרעפן זיך אין אנדערע פלעצער, און נישט ביינער פון די הרוגים וואס נבוכדנצר האט גע'הרג'עט ביים ערטשן חורבן – על כרחך אז מ'האט בודק געווען דעם שטאט (בשעת'ן בויען דעם צווייטן בית המקדש) און מ'האט אלעס מפנה געווען. דעריבער, דאס אנטדעקן עטליכע ביינער אין לשכת העצים איז ניש בכח צו מערער זיין אויף דער חזקת טהרה פונעם שטאט[17].

רבי יהושע האט ווארשיינליך געהאט א גרויסע ישיבה (צוזאמען מיט רבי אליעזר) נאך בחייו פון רבן יוחנן בן זכאי, פאר'ן חורבן, וואו רבי עקיבא אט געלערנט פאר אים[18]

ביים חורבן הבית

נישט לאנג נאך וואס דער אידישער ווידערשטאנד קעגן די רוימער האט אויסגעבראכן, האט די קעניגרייך געשיקט איר מעכטיגער מיליטער זיי צו אונטערדריקן. דער רוימישער גענעראל אספסיינוס מיט זיינע לעגיאָנען האבן באלאגערט ירושלים. די עסן אין שטאט האט זיך אויסגעלאזט, און א שרעקליכער הונגער האט אונטערדריקט די איינוואוינער. רבן יוחנן בן זכאי האט געזען מיט זיין קלוגשאפט אז דער שטאט וועט פאלן צו די רוימער, און האט באשלאסן ארויסצוגיין פון ירושלים און גרינדן א תורה צענטער אין אן אנדער פלאץ. וויבאלד די זעלאטישע בריונים האבן נישט געלאזט קיינעם ארויסגיין צו די רוימער, האט זיך רבן יוחנן געמאכט ווי א טויטער, און זיינע תלמידים רבי אליעזר און רבי יהושע האבן אנגעכאפט זיין ארון פון ביידע זייטן און האבן אים ארויסגעטראגן פון שטאט, כאילו צו באגראבן[19].

ווען רבן יוחנן איז געקומען פאר אספסיינוס איז ער

אין יבנה

נאך וואס רבן יוחנן בן זכאי האט באשטימט דער תורה צענטער אין שטאט יבנה, האט ער אליין זיך באזעצט אין ברור חיל, און רבי יהושע, מיט די אנדערע גרויסע תלמידים פון רבן יוחנן, האבן זיך באהאפטן אין זייער אלטן רבי'ן און זענען געגאנגען נאך אים אהין[20]. און ווילאנג רבן יוחנן האט געלעבט זענען זיי דארט געזיצן פאר אים ביז זיין פטירה, וואס דאן זענען זיי געגאנגען אויף יבנה[21].

נאך רבן יוחנן'ס פטירה איז רבי יהושע געווארן אב בית דין אין יבנה, צו דער זייט פון רבן גמליאל השני (זון פון רבן שמעון בן גמליאל הנשיא וואס איז גע'הרג'עט געווארן פאר'ן חורבן) וועלכער איז געווארן דער נשיא פון די סנהדרין[22]. אין גמרא ווערט דערציילט אז אין די סנהדרין אין יבנה זענען געווען פיר חכמים וואס האבן געקענט זיבעציג שפראכן, און רבי יהושע איז איינער פון זיי[23].

צווישן די חברים פון רבי יהושע אין יבנה – אויסער רבן גמליאל און זיינע חברים תלמידים פון רבן יוחנן וואס זענען געקומען מיט אים קיין יבנה נאך זייער רבינ'ס פטירה – זענען געווען רבי טרפון, רבי אלעזר בן עזריה, רבי צדוק, רבי אלעזר המודעי, רבי יוחנן בן נורי, רבי יהודה בן בתירא הראשון און רבי פפייס. רבי עקיבא איז אנהייב געווען א תלמיד פון רבי יהושע, און שפעטער איז ער גרויס געווארן און געווארן א חבר זיינער[24]. שמעון בן זומא און שמעון בן עזאי זענען געווען זיינע אינגע חברים.

רבי יהושע האט נישט געוואוינט בקביעות אין יבנה, און איז נאר געקומען דארט פון צייט צו צייט (ווי מערסטנס זקני הוועד וואס זייער קביעות'דיגער ארט איז געווען אין זייער שטאט און זענען נאר געקומען קיין יבנה אין די ימי הוועד). זיין וואוינארט איז געווען אין שטאט פקיעין, דארט האט ער אויפגעשטעלט אן אייגענעם ישיבה און בית דין[25].

זיינע תלמידים

צווישן זיינע תלמידים זענען געווען רבי יוחנן בן ברוקה, רבי אלעזר חיסמא, רבי אילעאי, רבי אלעזר בן יהודה איש ברתותא און רבי אלעזר בן שמוע.

אבער רבי יהושע'ס גרעסטער תלמיד איז געווען רבי עקיבא, וואס דער אנהייב פון זיין משמש זיין פאר חכמים איז געווען פאר רבי אליעזר און רבי יהושע, און האט משמש געווען פאר זיי דרייצן יאר[26], און האט זיי אויך באדינט[27]. אזוי שטארק האט זיך רבי עקיבא מדבק געווען אין זיין רבי'ן רבי יהושע, ביז ער איז אריין נאך אים אין בית הכסא כדי צו לערנען הנהגות בית הכסא. ווען בן עזאי האט זיך געוואונדערט אויף אים אויף דעם וואס ער האט אזוי מעיז פנים געווען פאר זיין רבי'ן, האט רבי עקיבא געענטפערט: "תורה היא וללמוד אני צריך"[28]. אין גמרא ווערט דערציילט אז רבי אליעזר האט אויסגעלערנט רבי עקיבא פארשידענע ענינים אין הלכות כשפים און ער האט זיי נישט פארשטאנען, נאכדעם האט ער זיי געלערנט פון רבי יהושע און האט זיי פארשטאנען[29]. ווי געזאגט, צום סוף איז רבי עקיבא גרויס געווארן און געווארן א תלמיד־חבר פאר רבי יהושע.

נאך א מערקווירדיגער תלמיד פון רבי יהושע איז אונקלוס הגר, וואס איז געווען פון די פאמיליע קרובים פון דער רוימישער קייסער. אונקלוס האט געשריבן דער איבערזעצונג פון דער תורה אויף אראמיש פונעם מויל פון רבי אליעזר און רבי יהושע[30] – דאס איז דער באוואוסטער תרגום: "תרגום אונקלוס". אין מדרש ווערט דערציילט אז אונקלוס האט זיך געוואונדערט פאר זיי אויפ'ן פסוק[31]: "וְאֹהֵב גֵּר לָתֶת לוֹ לֶחֶם וְשׂמְלָה", וואס פון דעם הערט זיך לכאורה א גרינגשעצונג אין גרים, אז זייער גאנצער שכר איז בלויז ברויט אין קליידונג. רבי יהושע האט אים בארואיגט און אים ערקלערט דעם פסוק'ס מיינונג. ביז מ'האט געזאגט: ווען נישט דער אריכות פנים וואס רבי יהושע האט מאריך געווען מיט עקילס (אונקלוס), וואלט ער צוריק אפגעפארן[32].

זיינע אקטיוויטעטן פאר'ן פאלק

רבי יהושע האט געזען און פארשטאנען אז פון הימל האט מען געקרוינט די רוימער, און ס'איז נישטא קיין עצה נאר צו שתד'לען ביי זיי, דעריבער האט ער אפט געשמועסט פארשידנס מיט די גרויסע פון רוים, אירע שרים און קעניגן. אלס איינער פון די הויפטן פונעם דור, איז ער געפארן עטליכע מאל צו רוים מיט דער נשיא רבן גמליאל השני, רבי אליעזר, רבי עקיבא און רבי אלעזר בן עזריה[33], כדי צו ממתיק זיין און מבטל זיין די גזירות פונעם קעניגרייך. מיט זיין קליגשאפט און זיסע רייד האט ער מצליח געווען אין זיינע מעשים[34].

זייענדיג אין רוים האט רבי יהושע געהערט אויף א אידישער אינג, פון די געפאנגענע פון ירושלים, וואס געפינט זיך אין טורמע. רבי יהושע האט אים אויסגעלייזט מיט אסאך געלט און אים געשיקט קיין ארץ ישראל. "ולא עברו ימים מועטים עד שהורה הוראה בישראל", און דאס איז דער גרויסער תנא רבי ישמעאל בן אלישע[35].

רבי יהושע האט זיך אפט גע'טענה'ט מיט די מינים און ויכוחים וואס זיי האבן באצווינגען די אידן[36], און מיט זיין חכמה האט ער זיי שטענדיג באזיגט, ביז פאר זיין פטירה ווען די חכמים האבן זיך געזארגט ווער עס גייט שיצן אויף זיי פון די מינים פון יעצט[37]. די גמרא זאגט אז פון ווען רבי יהושע איז געשטארבן איז בטל געווארן עצה און מחשבה, צו וויסן וואס צו ענטפערן פאר מינים און פארשטיין זייערע וואונקען[38].

מיט רבי אליעזר

ווען רבן יוחנן בן זכאי האט געזאגט פאר זיינע תלמידים: "צאו וראו איזוהי דאך ישרה שיבור לו האדם", האט רבי יהושע געזאגט: "חבר טוב"[39]. רבי יהושע האט טאקע זוכה געווען צו א גוטער פריינט – זיין גרויסער ידיד רבי אליעזר. פון זייער יוגנט זענען זיי צוזאמען אויפגעוואקסן אינעם ישיבה פון רבן יוחנן בן זכאי, און צוזאמען האבן זיי געפירט א גרויסע ישיבה (וואו רבי עקיבא האט געלערנט), און צוזאמען זענען זיי געקומען קיין יבנה. די ווינדערליכע פריינטשאפט האט זיך געצויגן צענדליגע יארן, ביז דער גרויסער מחלוקת וואס האט אויסגעבראכן אין יבנה צווישן רבי אליעזר און די אנדערע חכמים לגבי די דין טומאה אין א "תנור של עכנאי"[40], ווען רבי יהושע האט זיך שארף קעגנגעשטעלט רבי אליעזר'ס שיטה. ווען רבי אליעזר האט געזאגט: "אויב איז די הלכה ווי מיר זאלן די ווענט פון בית המדרש אויפווייזן" און די ווענט האבן אנגעהויבן אראפפאלן, האט זיי רבי יהושע אנגעשריגן: "אויב תלמידי חכמים זענען מנצחים זה את זה בהלכה, אתם מה טיבכם?" צוליב די כבוד פון רבי יהושע זענען די ווענט נישט ווייטער אראפגעפאלן, אבער האבן זיך אויך נישט אויפגעשטעלט, צוליב די כבוד פון רבי אליעזר, נאר זענען געבליבן שטיין געבויגן. ווען רבי אליעזר האט ביים ענדע געזאגט: "אויב איז דער הלכה ווי מיר, זאל מען אויפווייזן פון הימל", און ס'איז ארויס א בת קול "מה לכם אצל רבי אליעזר שהלכה כמותו בכל מקום", איז רבי יהושע אויפגעשטאנען אויף די פיס און געזאגט: "לֹא בַשָּׁמַיִם הִיא"[41], ווייל דער תורה איז שוין געגעבן געווארן אין סיני און עס שטייט דערין[42]: "אַחֲרֵי רַבִּים לְהַטֹּת", דעריבער קוקן מיר נישט אויף א בת קול[43]. ווען רבי אליעזר האט זיך נאך אלס געהאלטן ביי דאס זייניגע און האט נישט אנגענומען דעם דעת פונעם רוב, האבן די חכמים זיך צוזאמגעציילט און אים מנדה געווען[44], און איז געבליבן אין נידוי ביז זיין טויט. פון דאן, האט רבי אליעזר פארלאזט יבנה און איז זיך געגאנגען צו לוד, און מיט דעם האבן זיך די צוויי באליבטע פריינט אפגעטיילט פאר די רעשט פון זייער לעבן ביז רבי אליעזר'ס פטירה. נאך זיין פטירה האט זיך רבי יהושע געשטעלט אויף די פיס און געזאגט: "הותר הנדר, הותר הנדר" [ד.ה. די נידוי וואס מ'האט אים מנדה געווען][45], און האט אים מגפף געווען Vraagteken-2.svg און אים געקישט און געוויינט, און געזאגט: "רבי, רֶכֶב יִשׂרָאֵל וּפָרָשָׁיו"[46][47]. איינמאל איז רבי יהושע אריין אינעם בית המדרש פון רבי אליעזר, און האט אנגעהויבן קישן דעם שטיין אויף וואס רבי אליעזר פלעגט זיצן, און געזאגט: "דער שטיין איז גלייך צום בארג סיני, און דער וואס איז געזיצן דערויף איז גלייך צום ארון הברית""[48].

זיין מחלוקת מיט רבן גמליאל

איינע פון די באקאנטע געשעענישן פארבינדן מיט רבי יהושע איז דאס אפזאגן אבן גמליאל פון די נשיאות אויף דעם וואס ער האט פארשעמט רבי יהושע אין עטליכע פארשידענע פעלער.

אין די גורל'דיגע תקופה פון דאס ווידער־אויפבוי פונעם פאלק נאכ'ן חורבן הבית, האט רבן גמליאל געזען פאר ריכטיג נישט צו ערמעגליכן קיין שום ערעור אויף די סמכות פונעם נשיא, אלס חשש אז דאס וועט ברענגען צו א טיילונג ביים פאלק, און דעריבער האט ער זייער מקפיד געווען אויף ווער ס'האט זיך געקריגט מיט זיין הכרעה[49].

אין איין געשעעניש, האבן זיך רבן גמליאל און רבי יהושע געקריגט לגבי די כשרות פון עדים וואס האבן מעיד געוועם אויף דאס זען די נייע לבנה, און אלס רעזולטאט איז געשאפן געווארן א חילוק צווישן זיי לגבי דעם ריכטיגן דאטום פון ראש חודש. ווען רבן גמליאל האט געהערט אז רבי יהושע קריגט אויף זיין הכרעה [און ער האט חושש געווען אז דאס וועט ברענגען א צעטיילונג ביים פאלק ווען א טייל וועלן מאכן די ימים טובים איין טאג און טייל וועלן דאס קומענדיגע טאג, און אויך אז אנדערע וועלן, צוליב רבי יהושע, זיין עלול צו קומען קריגן אויף די סנהדרין], האט ער געשיקט צו רבי יהושע: "איך בין אויף די גוזר אז דו זאלסט קומען צו מיר מיט דיין שטעקן און דיינע געלט אין יום כיפור ווען עס פאלט אויס לויט דיין חשבון". רבי יהושע האט זיך געזארגט וויאזוי ער זאל זיך פירן, און זיינע חברים האבן אים גע'עצה'ט צו אננעמען רבן גמליאל'ס הכרעה. האט רבי יהושע גענומען זיין שטעקן און געלט אין האנט און איז געגאנגען קיין יבנה צו רבן גמליאל אינעם טאג וואס לויט זיין חשבון איז געפאלן יום כיפור. איז רבן געמליאל אויפגעשטאנען און אים געקישט אויפ'ן קאפ, און אים געזאגט: קום מיט פרידן מיין רבי און תלמיד. מיין רבי – אין חכמה, און מיין תלמיד – אז דו האסט אנגענומען מיינע ווערטער. וואויל איז דעם דור אז די גרויסע הערן צו די קליינע"[50]}}.

זיינע מאמרים

זיין קלוגשאפט

מיט'ן רוימיש'ן קייסער

די רוימישע קיסרים האבן אנערקענט זיין קלוגשאפ און האבן פיל געשמועסט מיט אים. אין גמרא אין מדרש ווערן געברענגט פיל פון זיינע ויכוחים מיט'ן קייסער (מערסטנס מיט'ן קייסער אדריינוס) און זיין פאמיליע:

אמאל האט דער קייסער אים געזאגט: "איך וויל זען דיין גא-ט". רבי יהושע האט אין געענטפערט אז א מענטש קען נישט זען דעם אויבערשטן, און ווען דער קייסער האט זיך פאר'עקשנ'ט האט אים רבי יהושע געשטעלט אינדרויסן און אים געזאגט צו קוקן אינעם זון. דער קייסער האט פארשטייט זיך נישט מצליח געווען. האט אים רבי יהושע געזאגט: "אויב אין דער זון וואס איז איינע פון די שמשים פאר הקב"ה, קענסטו נישט קוקן איז דען נישט א כל שכן די שכינה?"[51].
א"ל קיסר לרבי יהושע בן חנניא: "מפני מה תבשיל של שבת ריחו נודף?" אמר לו: "תבלין אחד יש לנו ושבת שמו, שאנו מטילין לתוכו, וריחו נודף". אמר לו: "תן לנו הימנו". אמר לו: "כל המשמר את השבת, מועיל לו, ושאינו משמר את השבת אינו מועיל לו"[52].

אין רבי יהושע'ס צייטן האט דער רוימישער קעניגרייך פלוצים געגעבן רשות צו בויען דעם בית המקדש. באלד האבן זיך צוזאמגענומען פילע אידן פון ארץ ישראל און גולה, און די פאלק'ס עשירים, פפוס ולוליאנוס, האבן צוגעשטעלט גאלד און זילבער און אלע אנדערע זאכן וואס פעלן זיך אויס צום בויען. צום באדויערן איז די צייט נאכנישט רייף געווען, און די כותים די אנטיסעמיטן זענען געקומען פאר'ן רייסער און האבן מוציא דיבה געווען אויף די אידן אז זיי וועלן דאדורך ווידערשפּעיגן אין די רוימער. ווען דער קייזער האט געענטפערט אז ער האט שוין געגעבן אשות און קען מער נישט צוריקצוען, האט מען אין מייעץ געווען אז ער זאל אויסנעמען דאס בויען דעם מקדש מיט'ן דאס אוועקריקן פון איר פריערדיגן ארט אדער מיט'ן אביסל טוישן די מאָסן, און דערפאר וועלן זיך די אידן אליינס אפהאלטן פון עס בויען.

[53]

זיין פטירה

רבי יהושע האט מאריך ימים געווען נאך רבן גמליאל און רבי אליעזר'ס פטירה[54], און איז געווען בערך ניינציג ביי זיין פטירה[55]. ווען דער קייזער האט אים געפרעגט אויף זיין עלטער פארוואס ער קומט מער נישט זיך באטייליגן ביי די וויכוחים איבער רעליגיע, האט ער געענטפערט: "דער בארג איז געווארן שניי, ארום דעם בארג איז פיל געווארן מיט אייז, די הינט בילן נישט, איו די וואס מאלן מאלן נ

רעפערענצן

  1. סדר תנאים ואמוראים אות ז; רש"י, נזיר נו, ב, ד"ה ור' אלעזר
  2. 2.0 2.1 רש"י און רע"ב, אבות ב, ח
  3. תלמוד ירושלמי, מסכת יבמות, פרק א', הלכה ו'
  4. תענית ז, א
  5. משנה, אבות ב, ו
  6. זעט פרקי דרבי אליעזר פרק א'
  7. ערכין יא, ב
  8. סוכה נג, א
  9. 9.0 9.1 חגיגה יד, ב
  10. משנה, אבות ב, ח
  11. רמב"ם, רע"ב
  12. רש"י און רע"ב דארט
  13. קהלת ד, יב
  14. אבות דרבי נתן, פרק י"ד, הלכה ג'
  15. תלמוד ירושלמי, מסכת סנהדרין, פרק א', הלכה ב'
  16. זבחים קיג, א זעט אויך משנה, עדיות ח, ה
  17. רש"י

  18. פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:היברובוקס

    פאראמעטער [ עמוד ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע
    יצחק אייזיק הלוי, דורות הראשונים ד, עמוד 460
  19. גיטין נו
  20. תוספתא, מסכת מעשרות, פרק ב', הלכה ב'; תלמוד ירושלמי, מסכת דמאי, פרק ג', הלכה א'
  21. קהלת רבה, פרשה ז', פסקה ז'
  22. בבא קמא עד, ב;
    יתכן אז לויט דער ירושלמי (
    פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:ירושלמי

    פאראמעטער [ אן ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע
    לוא־פעלער: (ביים רופן מוסטער:ירושלמי) נמצא פרמטר לא בשימוש "אן=".תלמוד ירושלמי, מסכת ברכות, פרק ב', הלכה א') איז רבי יהושע נישט געווען אב בית דין. זעט מראה הפנים דארט; יופי מכלול אין יפה מראה דארט (געברענגט אין סדר הדורות, ערך רבי אלעזר בן עזריה); מהר"ץ חיות ברכות כח, א און בבא קמא עד, ב.
    לויט דער דורות הראשונים (חלק ה, 61 און 69) איז רבן גמליאל געווארן נשיא גלייך נאכ'ן חורבן, ווידער רבן יוחנן בן זכאי איז געבליבן אב בית דין אזויווי ער איז געווען פאר'ן חורבן. און ביי דער פטירה פון רבן יוחנן איז רבי יהושע געווארן אב בית דין במקומו.
  23. סנהדרין יז, ב. און רש"י דארט
  24. זעט שפעטער
  25. זעט סנהדרין לב, ב; חגיגה ג, א.
    תולדות תנאים ואמוראים שאצט אז רבי יהושע'ס גיין אויף פקיעין איז געווען נאך זיין מחלוקת מיט רבן גמליאל און דאס שטעלן רבי אלעזר בן עזריה אלס נשיא [אדער אב בית דין (זעט אין זיין ארטיקל)]. זעט אויך דורות הראשונים חלק ג עמוד 340.
  26. זעט אבות דרבי נתן, פרק ז'; תלמוד ירושלמי, מסכת נזיר, פרק ז', הלכה א'
  27. זעט פסחים לו, א
  28. ברכות סב, א
  29. סנהדרין סח, א
  30. מגילה ג, א; זעט אויך תלמוד ירושלמי, מסכת מגילה, פרק א', הלכה ט'
  31. דברים י, יח
  32. בראשית רבה, פרשה ע', פסקה ה'
  33. אין פילע פלעצער אין די משנה, גמרא און מדרשים ווערן דערמאנט דאס פארן אדער אויפהאלטונג פון די דאזיגע גדולי ישראל און רוים (זעט למשל משנה, מעשר שני ה, ט; ספרי אויף עקב מג; תלמוד ירושלמי, מסכת סנהדרין, פרק ז', הלכה י"ג; דברים רבה, פרשה ב', פסקה כ"ד).
    לויט דער דורות הראשונים (חלק ה עמודים 280 און 349) זענען די ראשי הדור געפארן קיין רוים אין תקופת יבנה צוויי מאל: דער ערשטער מאל, ארום צען יאר נאכ'ם חורבן, זענען געפארן רבן גמליאל השני און רבי אליעזר און רבי יהושע. דער צווייטער מאל איז געווען אומגעפער פינף־און־צוואנציג יאר נאכ'ן חורבן, און דאן זענען געפארן רבן גמליאל השני און רבי יהושע מיט רבי אלעזר בן עזריה (וואס איז דאן געווען נשיא צו דער זייט פון רבן גמליאל) און רבי עקיבא.
  34. זעט שבת קכז, ב
  35. גיטין נח, א; תלמוד ירושלמי, מסכת הוריות, פרק ג', הלכה ד'
    זעט אויך רבי יהודה בן בתירה השני, אז ער איז געבוירן געווארן בזכות די ברכה פון רבי אליעזר און רבי יהושע צו זיין טאטן, בשעת זיי זענען געווען אויפ'ן וועג קיין רוים.
  36. זעט שבת קנא, א
  37. זעט שפעטער
  38. סוטה מט, ב און רש"י דארט
  39. משנה, אבות ב, ט
  40. זעט משנה, עדיות ז, ז; משנה, כלים ה, י
  41. דברים ל, יב
  42. שמות כג, ב
  43. דהיינו, הקב"ה האט איבערגעגעבן די תורה צו מענטשן אז די הלכה זאל אנטשידן ווערן דורך זייי לויט די כללים וואס זענען איבערגעגעבן געווארן אין סיני.
    רבי יהושע האט אפגעלערנט דעם בת קול ווי א נסיון פון הימל, צו פרואוון די חכמים אויב וועלן זיי צוליב דעם ענדערן פון וואס זיי האבן מקובל. דעריבער האט רבי יהושע געזאגט "ס'איז נישט אין הימל", דהיינו, די תוקה איז געגעבן געווארן צו אונז אין סיני גאנצערהייט, און עס וועט זיך גארנישט ענדערן פון איר לויט א מופת פון הימל (רבינו ניסים, געברענגט אין שיטה מקובצת). די גמרא פארציילט טאקע ווייטער אז רבי נתן האט אנגעטראפן אליהו הנביא און אים געפרעגט: "וואס האט הקב"ה געטון יענע צייט [ווען רבי יהושע האט דוחה געווען דעם בת קול]?" האט אליהו געענטפערט: ער האט געשמייכלט און געזאגט: נצחוני בני, מיין זון האט מיר באזיגט" (פאר ערקלערונג אויף די ווערטער זעט מוסטער:חינוך).
  44. בבא מציעא נט, ב
  45. סנהדרין סח, א
    רבי יהושע האט געדארפט מבטל זיין דעם נידוי כדי מ'זאל נישט דארפן פירן מיט רבי אליעזר דין מנודה שמת, וואס מ'איז אים נישט מספיד און מ'רייסט נישט אויף אים און מ'לייגט א שטיין אויף זיין ארון (תורת האדם לרמב"ן, שער האבל, נ; זעט מוסטער:שו"ע).
  46. מלכים ב' יג, יד
  47. לוא־פעלער: (ביים רופן מוסטער:ירושלמי) מספר עברי וז לא מוכר.תלמוד ירושלמי, מסכת שבת, פרק ב', הלכה ו"ז
  48. לוא־פעלער: (ביים רופן מוסטער:מדרש רבה) נישטא קיין פסקה כא אין פרשה א אין ספר שיר השירים.שיר השירים רבה, פרשה א', פסקה כ"א
  49. זעט דורות הראשונים חלק ד עמוד 328
  50. ראש השנה כה, א
  51. חולין נט, ב
  52. שבת קיט, ב
  53. בראשית רבה, פרשה ס"ד, פסקה י'
  54. רבן גמליאל איז אוועק פאר רבי אליעזר (בבא מציעא נט, ב; תלמוד ירושלמי, מסכת ברכות, פרק ג', הלכה א'), און רבי אליעזר איז נפטר געווארן פאר רבי יהושע (גיטין פג, א)
  55. תולדות תנאים ואמוראים