חודש

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

א חודש (לשון רבים: חדשים) איז א מאנאט פון דעם אידישן לוח, און איז 29 אדער 30 טעג לאנג, באזירט אויף די לענג פון דער לבנה'ס אומקרייז ארום דער ערד קוגל. א געווענליך יאר האט צוועלף חדשים, און אן עיבור יאר האט דרייצן.

דער טערמין ווערט אויך באניצט פאר א צייט אפשניט פון בערך דרייסיג טעג, אומאפהענגיג פון א ספעציפישער חודש אין דעם לוח.

אלס מאנאט

די פאזעס פון די לבנה דורכאויס די נעכט פון חודש, לויט ווי געזען פון צפון האלבקיילעך.

דאס לשון-קודש'דיגע ווארט "חודש" נעמט זיך פון חידוש, באנייאונג, אנדייטנדיג אויפן מולד ווען די לבנה ווערט כאילו געשאפן פונדאסניי[1]. די באלאכטענע חלק פון די לבנה, לויט ווי געזען פון דער וועלט, איז געוואנדן אין ארט פון די לבנה רעלאטיוו צום ערד-פלאנעט, און אין ארט פון זיי ביידע רעלאטיוו צו דער זון. דער צייט אפשניט פון איין מולד ביזן קומענדיגן איז אנגענומען אין אידישן לוח צו זיין, אין דורכשניט, 29 טעג מיט 12 שעות און 793 חלקים (44 מינוטן מיט 3 און א דריטל סעקונדעס)[2]. א חודש דארף אבער אנטהאלטן א גאנצע צאל פון טעג, אן קיין רעשט פון שעות[3]; יעדער חודש איז דעריבער לאנג 29 אדער דרייסיג טעג[4]. א חודש וואס איז לאנג 29 טעג הייסט א "חודש חסר", און א חודש וואס איז לאנג דרייסיג טעג הייסט א "חודש מלא".

אמאל פלעגט ראש חודש, דער ערשטער טאג פונעם חודש, ווערן באשטימט חודש'ליך דורך בית דין אויפן באזיס פון עדים וועלכע האבן געזען דעם מולד פונעם לבנה, און דער חודש האט זיך גערעכנט פון אנהייב פון די נאכט אין וועלכע די נייע לבנה איז געזען געווארן - אדער פון אנהייב פון די 31'סטע נאכט אויב איז עס נישט געזען געווארן ביז אזוי שפעט[5]. דער אנהייב פון חודש האט זיך דעריבער געוואנדן אין א ריי פאקטארן, אריינגערעכנט דער סטאטוס פונעם אטמאספער, דער געאגראפישער שטאנדפונקט פונעם קוקער און זיין זע-קראפט. דעריבער האט מען דאס נישט געקענט רעכענען פון פאראויס.

אינעם באשטימטן לוח באניצט היינט, דאקעגן, איז נאר ראש חודש תשרי (ראש השנה) פארבינדן מיטן דורכשניטליכן מולד, און די לענג פון די חדשים רעכענען זיך לויט א באשטימטע פארמאט אין וועלכע ספעציפישע חדשים פארמאגן אלעמאל דעם זעלבן צאל טעג. צוויי אויסנאמען זענען חשוון און כסלו, וואס זייער לענג טוישט זיך אויך אינעם באשטימטן לוח, געוואנדן אינעם קביעות פון יאר[א].

חודש לענג אין טעג
תשרי 30
חשוון 29 / 30
כסלו 30 / 29
טבת 29
שבט 30
אדר א' (אין עיבור יאר) 30
אדר ב'/אדר פון געווענליך יאר 29
ניסן 30
אייר 29
סיון 30
תמוז 29
אב 30
אלול 29

נעמען פון די חדשים

דער גזר קאלענדאר איז א לאנדווירשאפטליכע קאלענדאר וואס רעכנט אויס די חדשים פון יאר (אין בילד: א רעפליקע געצייגט אין מדינת ישראל מוזעאום)

אין אנהייב זענען די חדשים אין אידישן קאלענדאר גערופן געווארן לויט זייער צאל, אנגעהויבן פון דער חודש אין וועלכע אידן זענען ארויס פון מצרים (וואס הייסט היינט ניסן):
פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:ציטוט

'שורות: כן' אינו ערך חוקי

הַחֹ֧דֶשׁ הַזֶּ֛ה לָכֶ֖ם רֹ֣אשׁ חֳדָשִׁ֑ים רִאשׁ֥וֹן הוּא֙ לָכֶ֔ם לְחָדְשֵׁ֖י הַשָּׁנָֽה

די בבלים האבן גערופן זייערע מאנאטן (וועלכע האבן זיך אויך אנגעהויבן פון ניסן): נִיסַנֻ, אַרֻ, סִמַנֻ, דֻּמֻזֻ, אַבֻּ, אֻלֻלֻ, תִּשְׁרִתֻּם, סַמְנֻ, כִּסְלִמֻ, טֶבֶּתֻּם, שַׁבַּטֻ, אַדַּרֻ און א צוגעלייגטע מאנאט אין עיבור יאר, מַכַּרֻשַׁ אַדַּרִ. ענליכע נעמען זענען גענוצט געווארן אין מעסאפאטאמיע בכלל, און אין די תקופה פון גלות בבל און שיבת ציון זענען די נעמען אריינגעקומען אויך אין אידישע באנוץ[6]. די ווערסיעס פון די נעמען אין לשון הקודש, ווי אין היינטיגע באנוץ, ווערן מערסטענס דערמאנט אין תרי עשר, ספר זכריה און מגילת אסתר צוזאמען מיט זייער צאל אנגעהויבן פון ניסן, און אין ספר עזרא און נחמיה אן קיין צאל:

  • וַתִּלָּקַח אֶסְתֵּר אֶל הַמֶּלֶךְ אֲחַשְׁוֵרוֹשׁ, אֶל בֵּית מַלְכוּתוֹ, בַּחֹדֶשׁ הָעֲשִׂירִי, הוּא חֹדֶשׁ טֵבֵת: בִּשְׁנַת שֶׁבַע לְמַלְכוּתוֹ[7].
  • בְּיוֹם עֶשְׂרִים וְאַרְבָּעָה לְעַשְׁתֵּי-עָשָׂר חֹדֶשׁ, הוּא חֹדֶשׁ שְׁבָט, בִּשְׁנַת שְׁתַּיִם לְדָרְיָוֶשׁ, הָיָה דְבַר-ה' אֶל-זְכַרְיָה בֶּן בֶּרֶכְיָהוּ בֶּן עִדּוֹא הַנָּבִיא לֵאמֹר[8].
  • בַּחֹדֶשׁ הָרִאשׁוֹן, הוּא חֹדֶשׁ נִיסָן, בִּשְׁנַת שְׁתֵּים עֶשְׂרֵה לַמֶּלֶךְ אֲחַשְׁוֵרוֹשׁ: הִפִּיל פּוּר הוּא הַגּוֹרָל לִפְנֵי הָמָן, מִיּוֹם לְיוֹם וּמֵחֹדֶשׁ לְחֹדֶשׁ שְׁנֵים עָשָׂר הוּא חֹדֶשׁ אֲדָר[9].
  • וַיִּקָּרְאוּ סֹפְרֵי הַמֶּלֶךְ בָּעֵת הַהִיא בַּחֹדֶשׁ הַשְּׁלִישִׁי הוּא חֹדֶשׁ סִיוָן, בִּשְׁלוֹשָׁה וְעֶשְׂרִים בּוֹ, וַיִּכָּתֵב כְּכָל אֲשֶׁר צִוָּה מָרְדֳּכַי אֶל הַיְּהוּדִים[10].
  • וַיְהִי בִּשְׁנַת אַרְבַּע לְדָרְיָוֶשׁ הַמֶּלֶךְ: הָיָה דְבַר-ה' אֶל-זְכַרְיָה, בְּאַרְבָּעָה לַחֹדֶשׁ הַתְּשִׁעִי בְּכִסְלֵו[11].
  • וְשֵׁיצִיא בַּיְתָה דְנָה, עַד יוֹם תְּלָתָה לִירַח אֲדָר[12].
  • דִּבְרֵי נְחֶמְיָה, בֶּן-חֲכַלְיָה: וַיְהִי בְחֹדֶשׁ כִּסְלֵו שְׁנַת עֶשְׂרִים, וַאֲנִי הָיִיתִי בְּשׁוּשַׁן הַבִּירָה[13].
  • וַתִּשְׁלַם הַחוֹמָה בְּעֶשְׂרִים וַחֲמִשָּׁה לֶאֱלוּל לַחֲמִשִּׁים וּשְׁנַיִם יוֹם[14].

די נעמען פון די חדשים ווערן דערמאנט צום ערשטן מאל אלע אינאיינעם אין מגילת תענית, לויטן סדר פון ניסן ביז אדר.

לויט דער רמב"ן, איז א מצוה צו ציילן די חדשים די חדשים פון ניסן, שטענדיג צו דערמאנען יציאת מצרים[15]. רבי יוסף אלבו ערקלערט אז די מצוה איז געווען צייטווייליג, און נאך גלות בבל האט מען געטוישט צו זייערע נעמען צו דערמאנען אז מיר זענען פון דארט אויסגעלייזט געווארן[16]. אנדערע קריגן אז די מצוה גייט נאך ווייטער אן, כאטש די חדשים ווערן שוין גערופן מיט נעמען, און ווען מען ציילט די חדשים דארפן זיי געציילט ווערן אנגעהויבן פון ניסן[17].

געציילטע חדשים ווערן אויך דערמאנט אין תנ"ך מיט אנדערע נעמען: "ירח האיתנים" פאר תשרי[18]; "ירח בול" פאר חשוון[19]; "חודש זיו" פאר אייר[20]. די נעמען טרעפט מען אויך אין כנענ'ישע אויפשריפטן[21], און אין תנ"ך ווערן זיי נאר דערמאנט אין ספר מלכים.

אין דער גזר קאלענדאר (עב') זענען איינגעקריצט אכט חדשים[22]. עס איז מעגליך אז די ליסטע איז טיילווייז, אדער אז א חלק פונעם טאוול איז צוגרינד געגאנגען מיט דער צייט. טייל שפעקולירן אבער אז ווען עס שטייט "ירחו" אנשטאט "ירח", איז דער באדייט צוויי חדשים. לויט די השערה, זענען די חדשים ווי פאלגנד[23]:

יַרְחו אָסִ(י)ף - צוויי חדשים פון ארייננעמען די שניט - תשרי און חשוון (ווי דערמאנט אין די תורה, "חג האסיף - תקופת השנה").
יַרְחו זֶרַע - צוויי חדשים פון איינזייען - כסלו און טבת.
יַרְחו לֶקֶשׁ - שני חדשים פון שפעטע איינזייען - שבט און אדר.
יֶרַח עֲצַד פִּשְׁתָ(ה) - א חודש פון אויסרייסן די פלאקס - חודש ניסן.
יֶרַח קְצִ(י)ר שְׂע(וֹ)רִם - א חודש פון שניידן די גערשטן - חודש אייר.
יֶרַח קָצרוְ כִלָ(ה) - א חודש פון שניידן די ווייץ "נירן" - חודש סיון.
יַרְחו זֶמֶר (אדער זמיר) - צוויי חדשים פון שפעטע שניט - תמוז און אב.
יֶרַח קֵץ (אדער קַיץ) - א חודש פון אראפנעמען און טרוקענען די פייגן און ענליכע פרוכט - חודש אלול.

דער סדר פון די חדשים אינעם גזר קאלענדאר גייט לויט דער אגריקולטורעלער יאר, וועלכער הייבט זיך אן אין תשרי.

אלס צייט אפשניט

א חודש וואס ווערט דערמאנט אלס א צייט אין דאס לעבן פון א מענטש רעכנט זיך נישט לויט די חדשים אויפן לוח, נאר לויט וויפיל צייט עס איז פאריבער אויף אים. צום ביישפיל ביי ערכין וועלכע ווערן געשאצט מבן חודש[24], און ביי פדיון הבן וואס גייט אן פון א חודש[25], און די בכורים אין מדבר וועלכע זענען געציילט געווארן פון א חודש[26], ביי די אלע רעכנט מען דעם חודש לויט די טעג פון געבורט און נישט לויט די חדשים פון דער וועלט[27].

דער חודש פון ערכין רעכנט זיך מיטן דרייסיגסטן טאג, און דער מענטש האט נישט קיין ערך ביז ווען ער איז שוין אריין אין זיין 31'סטן טאג[28]. ביי פדיון הבן איז עס א מחלוקת תנאים[29]; די הלכה איז דארט אויך אז עס רעכנט זיך מיטן דרייסיגסטן טאג[30]. לויט טייל שיטות דארף נישט אריבערגיין דער גאנצער דרייסיגסטער טאג, נאר "כ"ט י"ב תשצ"ג" - דער דורכשניטליכער צייט אפשניט פון איין מולד ביזן קומענדיגן[31].

א קינד וואס שטארבט בעפאר די דרייסיג טעג ווערט פאררעכנט ווי א נפל, און אויך דאס רעכנט זיך מיטן דרייסיגסטן טאג[32].

אנדערע הלכות וואו עס ווערט דערמאנט דער שיעור פון דרייסיג טעג אלס א חודש זענען: וויפיל צייט א ישראל דארף זיך אפגעבן מיט א בכור פון א בהמה דקה בעפאר ער געבט עס פארן כהן[33]; ווי לאנג סתם נזירות איז[34]; דער קלענסטער שיעור פון נידוי[35]; ווי לאנג די יפת תואר באוויינט איר פאטער און מוטער[36].

א חודש וואס ווערט דערמאנט אין לשון חכמים, איז עס לויט טייל ראשונים א צייט אפשניט פון 29 טעג[37]. אנדערע קריגן, אז עס באדייט געווענליך דרייסיג טעג[38].

ווען מען מאכט א נדר אז מען וועט עפעס נישט עסן א חודש צייט, איז דער איסור פון טאג צו טאג[39]. לויט טייל ראשונים איז דער באדייט גאנצע דרייסיג טעג מעת לעת[40]; לויט אנדערע איז דער איסור ביז צום זעלבן טאג אין קומענדיגן חודש, וואס קומט אויס 29 טעג אויב מאכט ער דעם נדר אין א חודש חסר[41].

זעט אויך

נאטיצן

  1. דער געווענליכער סדר, פון זעקס חדשים מלאים און זעקס חסרים פאר יעדע יאר, וואלט געשטימט ווען דער צייט אפשניט פון איין מולד ביזן קומענדיגן וואלט געווען פונקט 29.5 טעג. דער צייט אפשניט איז אבער מיט 793 חלקים לענגער, א חילוק וואס באטרעפט נאנט צו 9 שעה נאך צוועלף חדשים. צו אויסגלייכן דעם חשבון, דארף זיין דורכשניטליך 26 חדשים מלאים פאר יעדע 23 חדשים חסרים. א טייל פונעם אונטערשייד ווערט געדעקט דורך די עיבור יארן, אין וועלכע דער צוגעקומענער אדר א' איז שטענדיג מלא, אבער עס בלייבט נאך רעשט פון בערך א טאג פאר יעדע פינף יאר, וואס ווערט ערפילט ווען חשוון איז מלא.
    פון די אנדערע זייט דארפן טייל יארן זיין קורצער ווי דער געווענליכער סדר, צוליב די דחיות וועלכע צווינגען אנצוהייבן דעם יאר שפעטער אבער שטופן נישט אפ דעם קומענדיגן. דאס ווערט אויסגעפירט דורך דעם וואס כסלו ווערט א חודש חסר.

רעפערענצן

  1. רבי אברהם בר חייא הנשיא, ספר העבור, מאמר שני, שער ראשון
  2. משנה תורה לרמב"ם, הלכות קידוש החודש, פרק ו', הלכה ג'; טור, אורח חיים, סימן תכ"ז
  3. מגילה ה, א
  4. משנה תורה לרמב"ם, הלכות קידוש החודש, פרק ח', הלכה ב'; טור, אורח חיים, סימן תכ"ז
  5. משנה תורה לרמב"ם, הלכות קידוש החודש, פרק א', הלכה ג'
  6. תלמוד ירושלמי, מסכת ראש השנה, פרק א', הלכה ב'
  7. אסתר ב, טז
  8. זכריה א, ז
  9. אסתר ג, ז
  10. אסתר ח, ט
  11. זכריה ז, א
  12. עזרא ו, טו
  13. נחמיה א, א
  14. נחמיה ו, טו
  15. רמב"ן, שמות יב, א
  16. רבי יוסף אלבו, ספר העיקרים, מאמר שלישי פרק ט"ז, בדעת רמב"ן
  17. רבי יעקב בן חביב, עין יעקב אנהייב מגילה; גט פשוט, סימן קכ"ו ס"ק ל"ה.
  18. וַיִּקָּהֲלוּ אֶל-הַמֶּלֶךְ שְׁלֹמֹה כָּל-אִישׁ יִשְׂרָאֵל, בְּיֶרַח הָאֵתָנִים בֶּחָג הוּא הַחֹדֶשׁ הַשְּׁבִיעִי (מלכים א' ח, ב)
  19. וּבַשָּׁנָה הָאַחַת עֶשְׂרֵה בְּיֶרַח בּוּל, הוּא הַחֹדֶשׁ הַשְּׁמִינִי, כָּלָה הַבַּיִת לְכָל-דְּבָרָיו וּלְכָל-מִשְׁפָּטָו; וַיִּבְנֵהוּ שֶׁבַע שָׁנִים (מלכים א' ו, לח)
  20. וַיְהִי בִשְׁמוֹנִים שָׁנָה וְאַרְבַּע מֵאוֹת שָׁנָה לְצֵאת בְּנֵי-יִשְׂרָאֵל מֵאֶרֶץ-מִצְרַיִם, בַּשָּׁנָה הָרְבִיעִית בְּחֹדֶשׁ זִו, הוּא הַחֹדֶשׁ הַשֵּׁנִי, לִמְלֹךְ שְׁלֹמֹה עַל-יִשְׂרָאֵל: וַיִּבֶן הַבַּיִת לַה' (מלכים א' ו, א)
  21. יצחק אבישור, כתובות פיניקיות והמקרא, א. רובינשטיין, 1979, עמ' 142
  22. גזר קאלענדאר
  23. שבעת המינים והלוח החקלאי מגזר
  24. ויקרא כז, ו; משנה, ערכין ה, א
  25. במדבר יח, טז
  26. במדבר ג, מ
  27. תוספות, ערכין יט, א, ד"ה לערכין
  28. ערכין יח, א
  29. בכורות מט, א
  30. שולחן ערוך, יורה דעה, סימן ש"ה, סעיף י"ב
  31. יראים השלם סימן ק"מ, געברענגט אין די נושאי כלים אויף שלחן ערוך, דארט.
  32. שבת קלו, א
  33. שולחן ערוך, יורה דעה, סימן ש"ו, סעיף ב'
  34. נזיר ו, ב
  35. תלמוד ירושלמי, מסכת מועד קטן, פרק ג', הלכה א'
  36. משנה תורה לרמב"ם, הלכות מלכים ומלחמות, פרק ח', הלכה ה'
  37. תוספות, כתובות עא, א, ד"ה ר' יהודה, אין ערשטע פירוש; פסקי תוספות אויף כתובות, אות ר"נ.
  38. תוספות, כתובות עא, א, ד"ה ר' יהודה, אין צווייטע פירוש
  39. נדרים ס, א
  40. משנה תורה לרמב"ם, הלכות נדרים, פרק י', הלכה ג'; רשב"א, נדרים סג, א; מאירי, נדרים ס, א, בשם יש מפרשים.
  41. מאירי שם; ש"ך, יורה דעה, סימן ר"כ, סעיף ה', בדעת הרא"ש און שולחן ערוך.

קלארשטעלונג: די אינפארמאציע אויף המכלול איז בלויז פאר בארייכערונג און זאל נישט געזען ווערן ווי א פסק הלכה.