רבי יצחק טווערסקי

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
סקווירא'ער רבי
רבי איציקל טווערסקי
געבורט ה'תקע"ב
טשערנאביל
פטירה
סקווירא
מקום קבורה סקווירא
וואוין אָרט אוקראינא
ווייב טאכטער רבי דן פון ראדויל, חיה מלכה טאכטער פון רבי ישראל פון רוזשין, חנה סימא טאכטער פון רבי נפתלי צבי פון סקווירא
דינאסטיע סקווירא
קינדער רבי אברהם יהושע העשיל, רבי מנחם נחום פון שפיקעוו, רבי ישראל, רבי דוד
ערשטער סקווערער רבי
ה'תר"ח

רבי יצחק טווערסקי (ה'תקע"בי"ז ניסן ה'תרמ"ה), איז געווען דער ערשטער סקווירא'ער רבי.

ביאגראפיע

רבי איציקל איז געבוירן געווארן אום ה'תקע"ב צו רבי מרדכי טווערסקי פון טשערנאביל און צו פייגא טאכטער פון רבי דוד לייקס. בזיווג ראשון האט ער געהייראט א טאכטער פון רבי דן פון ראדוויל זון פון רבי יצחק פון ראדוויל זון פון רבי יחיאל מיכל פון זלאטשוב, און איידעם פון אפטא'ער רב, און געהאט מיט איר צוויי קינדער. נאך וואס זי איז אוועק האט ער חתונה געהאט צו חיה מלכה, טאכטער פון רבי ישראל פון רוזשין, אבער זי איז אויך אוועק אן צו לאזן קינדער. דעמאלט האט ער חתונה געהאט צו חנה סימא, טאכטער פון רבי נפתלי צבי, רב פון סקווירא, זוהן פון רבי אהרן טיטיעווער, אייניקל פון דער בעל שם טוב, און איז אריבער וואוינען נעבן אים.

נאך די פטירה פון זיין טאטן אום כ' אייר תקצ"ז האבן זיינע ברודער אנגעהויבן פירן באדמו"רות, אבער רבי יצחק האט זיך אפגעהאלטן דערפון ביז די פטירה פון זיין שווער אום ה'תר"ח, וואס דעמאלט איז ער אויפגענומען געווארן אויף זיין פלאץ ברבנות פון סקווירא, און האט אנגעהויבן פירן באדמו"רות.

אנדערש ווי זיין טאטע און ברודער, איז רבי יצחק געווען א שטילער, האט כמעט נישט גערעדט, און האט זיך צוריק געהאלטן פון רעדן פאר'ן ציבור.

ער איז אוועק י"ז ניסן ה'תרמ"ה. דריי פון זיינע זין האבן איבער גענומען זיין פלאץ אין סקווירא.

פאמיליע

פון זיווג ראשון:

פון זיווג שלישי:

דרויסנדע לינקס