דגל מחנה אפרים

פון המכלול
ווערסיע פון 16:53, 17 אפריל 2023 דורך צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (בילד, קאטעגאריע, אינטערמכלול)
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
דער ציון פון דער דגל מחנה אפרים

דגל מחנה אפרים (אין חסיד'ישן אויסשפראך אויך גערופן אין קורצן דגל) איז דער ספר פון רבי משה חיים אפרים פון סדילקאוו, לויט'ן סדר פון די פרשיות. עס איז ערשט געדרוקט געווארן פון כתב יד אין יאר ה'תק"ע, צען יאר נאך די פטירה פונעם מחבר, דורך זיין זון רבי יעקב יחיאל פון קאריץ, וועלכער האט עס געגעבן דעם נאמען. דער ספר ווערט פאררעכנט ווי א ספר יסוד אין חסידות, און עס ווערט זייער אפט געדרוקט.

אינהאלט

דער ספר איז פול מיט קבלה און חסידות פון וואס דער מחבר האט גערעדט פאר זיין קהילה אין סדילקאוו. אין גרויסן טייל אנטהאלט עס קורצע דברי תורה אויפן סדר פון די פרשיות פון די וואך, אבער צו דעם איז אויך פארהאן א לאנגער דרוש אויף שבת הגדול וואס ער האט געזאגט אין יאר ה'תקמ"ב, ווי אויך א לאנגער שבת שובה דרוש.

דורכאויס דעם גאנצן ספר ברענגט דער מחבר כסדר ווערטער פון זיין זיידן דער בעל שם טוב פון וועלכע ער איז דער ערשטער מקור, און ער איז מאריך זיי צו ערקלערן. ביים סוף פון ספר איז פארהאן אן עקסטערן אפטיילונג מיטן נאמען 'אמרות טהורות', וואו ער ברענגט נאך ווערטער פון זיין זיידן אן פארברייטערונג, אריינגערעכנט כוונות המקוה וואס ער האט מקבל געווען פון זיין זיידן. נאך ווערן געברענגט סוף ספר אויסצוגן פון געוויסע חלומות וואס ער האט געהאט און האט זיך פארשריבן.

באקאנט זענען זיינע רייד אין פרשת בשלח, אויפ'ן פסוק "ובני ישראל יוצאים ביד רמה"[1], וואס אונקלוס טייטש דאס איבער "בריש גלי", אז ברי"ש איז ראשי תיבות "רבי ישראל בעל שם", אלס רמז אז דורך וואס תורת החסידות פון בעל שם טוב וועט ווערן פארשפרייט און אנטפלעקט (גלי איז פון לשון 'גילוי'), וועלן די אידן ארויסגיין פון גלות.

הסכמות

עס האבן מסכים געווען אויף דעם ספר:

רבי ישראל פון רוזשין האט זיך אויסגעדרוקט, אז לערנען אין דגל איז מסוגל צו גוטע קינדער[2].

צו ליינען מער

דרויסנדע לינקס

רעפערענצן

  1. שמות יד, ח
  2. שיח זקנים חלק חמישי, עמוד מ"ב

קאַטעגאָריע:חסידישע ספרים - תורה קאַטעגאָריע:המכלול ארטיקלען