ליקוטי אמרים תניא
ספר התניא געדרוקט אין פאיד, מצרים סוף מלחמת יום הכיפורים, דורך חסידי חב"ד (הוצאה 78). | |
אלגעמיינע אינפארמאציע | |
---|---|
דורך | אדמו"ר הזקן |
שפת המקור | לשון הקודש |
תורגם לשפות | ענגליש, צרפתיש, רוסיש, אידיש, ספרדיש, איטאליעניש, פראנצויזיש, גאורגיש, דייטשיש און העברעיש. |
סוגה | ספרי חסידות, חב"ד |
הוצאה | |
הוצאה | סלאוויטא |
מספר עמודים | 503 |
נאך אויסגאבעס | |
דאטום פון ערשטער אויסגאבע | ה'תקנ"ז |
דרויסנדיגע לינקס | |
היברובוקס | 49432 |
ספר התניא וואס ווערט אויך גערופן לקוטי אמרים אדער ספר של בינונים אויפן נאמען פונעם ערשטן חלק, איז א ספר יסוד אין חב"ד און אין חסידות בכלל. עס איז געדרוקט געווארן צום ערשטן מאל אין ה'תקנ"ז אין סלאוויטא, דורכן מחבר, דער מייסד פון חסידות חב"ד רבי שניאור זלמן מלאדי, וועגן דער ספר ווערט ער גערופן "בעל התניא".
תניא איז דער ספר היסוד פון חסידות חב"ד, און פארמאגט אין זיך א וועג וויזער אויפן לעבן און עבודת הבורא, וואס איז מבוסס צו רעדן צום הארץ און מח. דאס איז דער ערשטער ספר וואס האט ארפגעשריבן חסידות מיט א סדר און קלארקייט, אזוי אז עס האט משפיע געווען אויך אויף די נישט חסידישע וועלט.
נאך וואס דער ספר איז ארויס האט ער זיך געשאפן התנגדות אינעוויניג אין דרך החסידות. וואס האבן זיך מתנגד געווען צום מהלך פון חב"ד פון רעדן טיפע חסידות אפנערייט, אין שפיץ פון די מתנגדים זענען געשטאנען רבי אברהם פון קליסק און רבי ברוך פון מז'יבוז', דער אייניקל פונעם בעש"ט. היינט איז עס באוויסט ביי אסאך חסידיות אלץ א ספר יסוד[מקור פארלאנגט].
דער ספר האט באקומען זיין נאמען אויפן ווארט וואס דער ספר הייבט זיך אן. אין ספר איז ער מסביר אז עס איז דא דריי סארט יודן - "צדיק", "רשע" און "בינוני", און יעדער איד איז א "בינוני" (אבער א "צדיק", קען נישט יעדער זיין[1]).
אנאייב ספר
קודעם א 'שער בלאט' וואס איז געשריבן דורכ'ן מחבר. נאכדעם איז דא הסכמות פון אפאר רבנים רבי משולם זוסיל פון אניפולי און רבי יהודה לייב הכהן וואס זיי האבן געגעבן פארן מחבר; די הסכמה פון די רבנים די קינדער פונעם מחבר מיטלער רבי, הרב חיים אברהם, און הרב משה. נאכדעם איז דא 'די "הקדמת המלקט"', וואס איז א בריוו פונעם 'בעל התניא' וואס ער האט צוגעפאסט אלס הקדמה צו 'חלק א' - לקוטי אמרים,
ערשטער חלק: לקוטי אמרים
תוכן
דער חלק איז בעצם דער עיקר ספר, און אסאך מאל רופט מען דעם גאנצן ספר אויף דעם נאמען. דער מחבר רופט דאס (ביים 'שער בלאט'): "ספר של בינונים". וויבאלד ער האט זיך געהאלטן קליין, רופט ער דעם ספר א "ליקוט" - "מלוקט מפי ספרים ומפי סופרים", אפילו ער שרייב דארט א נייע וועג. דער חלק איז פארנומען צו באלעבן דעם פסוק: "כי קרוב אליך הדבר מאוד בפיך ובלבבך לעשותו", וואס במשך די פרקים איז ער מסביר באריכות יעדן ווארט פונעם פסוק.
דער בינוני
אין די-53 פרקים פונעם ספר איז דער מחבר מסביר אז א "בינוני" איז א מדרגה וואס יעדער איד דארף וועלן זיין. וואס אנדערש פון א צדיק, וואס דינט דעם באשעפער מתוך תענוג, איז דער בינוני פארנומען א גאנצן לעבן צו זיך אמפערן. ער איז צוריסן צווישן די צווי נפשות וואס זענען אין אים - דער נפש האלוקית און דער נפש הבהמית.[2]
קריגעריי פון 'נפש האלוקית' און 'נפש הבהמית'
דער 'נפש האלוקית' איז א "חלק אלוקה ממעל ממש", און וויל נאר טון רצון ה'. דער 'נפש הבהמית' - וויל די רצונות וואס דער מענטש מיט די אלע אנדערע בעלי חיים זענען גלייך, ווי עסן, שלאפן, לעבן וכו', יעדער ציט צו זיין זייט און וויל אליין געוועלטיגן, ווי זיין לשון אין ספר "שתהא היא לבדה המושלת עליו ומנהיגתו וכל האיברים יהיו סרים למשמעתה" (פרק ט'). דער 'נפש הבהמית' ווערט אויך גערופן מיט די נעמען - "הנפש הטבעית" אדער "החיונית", צו קלאר מאכן אז עס האט נישט נאר שלעכט, - אין נפש פון א איד איז דא בטבע אויך גוטע זאכן ווי 'רחמנות' און 'גמילות חסדים', וואס קומט פונעם 'נפש הבהמית', דערפאר איז נישט דער תפקיד פונעם 'נפש האלוקית' צו מבטל זיין די 'נפש הבהמית' נאר צו איר פארעכטן,
גווינס פון 'נפש האלוקית'
דער מחבר געבט אפאר עצות, וויאזוי צו מגביר זיין די 'נפש האלוקית' אז ער זאל געוועלטיגן אליין אויפן גוף. דער עיקר עצה איז התבוננות. דער 'בעל התניא' איז מסביר, אז דער עיקר פלאץ פונעם 'נפש הבהמית' איז אינעם לינקן זייט פונעם הארץ, און עיקר פלאץ פונעם 'נפש האלוקית' איז אין מח, און וויבאלד בטבע איז א מוח שולט אופן הארץ ווי דער לשון פונעם מחבר: "המוח שליט על הלב מתולדתו", דארף דער 'בינוני' משקיע זיין זיינע אלע כוחות צו זיך מתבונן זיין אין די גרויסקייט פון די מעשים פונעם באשעפער, וואס דער התבוננות, וועט משפיע זיין אופן הארץ, - וואס דארט איז דער 'נפש הבהמית' און ער וועט אויכט וועלן טון רצון השם, אזוי אויך איז דער פאברייטערט דארט דער מחבר אין די כח פון תורה און מצוות וואס דאס דרייט איבער דעם 'נפש הבהמית' און דער גוף, אז זיי זאלן עלפן טון רצון השם.
דרך אגב ווערט אויך מבואר אין ספר אנדערע נושאים אין עבודת השם אויפן דרך החסידות ווי 'גאולה', 'שמחה', 'אהבת ישראל', און נאך.
צווייטער חלק: שער היחוד והאמונה (און חינוך קטן)
אינעם צוויטען חלק וואס האט אין זיך צוועלעף פרקים איז ער פארנומען צו מסביר זיין די שיטה פונעם בעל שם טוב אז אחדות השם איז נישט נאר פשט אז עס איז נישטא נאך א גאט אדער זאך אין דער וועלט, נאר אז דער גאנצער בריאה איז נאר א חלק פונעם התגלות האלוהית. ער איז מבאר באריכות די נושאים וואס זענען פון די יסודות אין אידישקייט און קבלה ווי דער נושא פון "צמצום" [3]. וואס רעדט אז דאס וואס דער באשעפער האט זיך מצמצם געווען אז א מענטשן קענען אים נישט זען, מיינט אבער נישט ח"ו אז ער איז באמת נישטא, מיט לאגע ביאורים ווי אזוי עס שטומט.
אנהייב האט דער מחבר געוואלט אנהייבן דעם הספר מיט דעם חלק [4] ווייל[5] כדי צו אנקומען צו אהבת השם און יראת השם, וואס דאס איז דער תוכן פונעם ערשטן חלק ('לקוטי אמרים'), דארף מען קודם אמונה אין יחודו ואחדותו יתברך - וואס דאס איז דער תוכן פון 'שער היחוד והאמונה' (חלק ב'), (מען קען דאס נאך היינט מערקן ווייל ביי די צוויטע חלק ווען ער רעדט פון עפעס וואס שטייט אויך אינעם ערשטן חלק שרייבט ער 'כמו שיתבאר' און נישט 'כמו שנתבאר')
האבער שוין ביים ערשטן דריק האט דער מחבר דאס פארביטן און געדרוקט ווי עס איז היינט (קודם 'לקוטי אמרים' און נאכדעם 'שער היחוד והאמונה'), וועגן בהאלטענע טעמים[6], .
דריטער חלק: אגרת התשובה (מהדורה בתרא)
- ↑ חוץ עכסטערע אויסנאם
- ↑ די כלל איז אז א 'צדיק' האט שוין בכלל נישט קיין נסיונות, און א 'בינוני' האט נאך יא - אפילו ער שטארק זיך, און א 'רשע' געבט גיך נאך זיינע רצונות.
- ↑ אין קבלה רופט מען עס 'צמצום כפשוטו' אדער 'צמצום שלא כפשוטו'
- ↑ לויט די דעה פון הרב פרץ יצחקי (ספר "הרב", תשע"ה, עמוד שסא) איז 'שער היחוד והאמונה' געשריבן געווארן נאכן ערשטן חלק, און מען האט עס נאר געוואלט דריקן די ערשטע. און לויט די דעה פון הרב נחום גרינולד (דארט, עמוד שסו) איז דאס געשריבן געווארן דער ערשטער.
- ↑ לקוטי שיחות כ"ה עמוד 200.
- ↑ אגרות קודש כ"ב עמוד שצט. און זע אפאר השערות: "הלקח והלבוב", עמוד ר; "נר למשיחי" עמוד לח; "הרב", עמוד שעד והערה 29.