כ"א אדר
קפיצה לניווט
קפיצה לחיפוש
פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:יום בחודש אריינפיר
פאראמעטער [ 1, 2 ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע
כ"א אדר איז דער איין־און־צוואנציגסטער טאג פונעם זעקסטן חודש אין די אידישע יאר, ציילנדיג פון תשרי, און דער איין־און־צוואנציגסטער טאג פונעם צוועלפטן חודש ציילנדיג פון ניסן.
היסטארישע געשעענישן
- ה'תקס"ב (אדר ב') - פאראייניגטע קעניגרייך און פראנקרייך שרייבן אונטער אמיען אָפמאַך, אלס טייל דערפון האט בריטאניע צום ערשטן מאל אנערקענט פראנקרייך ווי א מדינה
- ה'תקפ"א (אדר ב') - גריכנלאנד דערקלערט זעלבסטשטענדיקייט פון די אטאמאנישע אימפעריע
- ה'תקצ"ז (אדר א') - מישיגן איז די 26'סטע שטאַט אין די פאראייניגטע שטאטן
- ה'תרל"ב (אדר א') - יעלאוסטאון נאציאנאלע פארק ווערט דערקלערט דער ערשטער נאציאנאלער פארק אין דער וועלט
- ה'תרע"ו (אדר א') - ערשטע וועלט-מלחמה: שלאכט פון ווערדון- דואומון פעסטונג ווערט איינגענומען דורך דייטשע קרעפטן
- ה'תרע"ז - דער צאר ניקאלאי דער צווייטער ווערט אראפגעווארפן פונעם טראָן אין די רוסישע אימפעריע
- ה'תרע"ח - מאסקווע פארטוישט פּעטראָגראַד אלס די הויפּטשטאָט פון סאָוויעט רוסלאַנד
- ה'תרע"ט (אדר ב') - בעניטא מוסאליני גרינדעט די פאשיסטישע פארטיי אין מילאן, איטאליע
- ה'תש"ג (אדר א') - דער ערשטער טראַנספּאָרט פון ציגיינער קומט אן קיין אוישוויץ
- ה'תש"ח (אדר ב') - דער סאוויעטן פארבאנד לייגט א לאנד בלאקאדע אויף מערב בערלין
- ה'תשי"א (אדר א') - ראַטיפיקאַציע פון די 22'סטע אמענדמענט צו די פאראייניגטע שטאטן קאנסטיטוציע, וואס באגרעניצט דער פרעזידענט'ס טערמינען פון אמט צו צוויי
- ה'תשי"א (אדר ב') – יוליוס און עטל ראזנבערג ווערן באשולדיגט אין שפיאנאזש אויף אמעריקאנע נוקלעארע סודות לטובת די סאוויעטן פארבאנד
- ה'תשט"ו – קרית צאנז ווערט אויפגעשטעלט אין נתניה דורך רבי יקותיאל יהודה האלבערשטאם, דער צאנז-קלויזענבורגער רבי
- ה'תשנ"ה (אדר א') - סטיוו פאסט איז דער ערשטער מענטש צו אריבערגיין דער פאציפישער אקעאן אין אַ לופט באלאן
- ה'תשס"ג (אדר א') - אינטערנאציאנאלע געריכט פון יוסטיץ פארזאמלט זיל אין דען האג צו דיסקוטירן די לעגאַליטעט פונעם איזראעלי צעשיידונג צוים
- ה'תשס"ד – צען ערמארדעטע אין דאפלטע זעלבסטמארד אטאקע אין אשדוד פארט
געבוירן
- ה'תקס"ו – רבי משה שיק, באקאנט אלס דער מהר"ם שיק (נפטר געווארן א' שבט ה'תרל"ט)
- ה'תרט"ז (אדר א') – רבי משה שמואל גלאזנער רב אין טראנסילוואניע (נפטר געווארן כ"ב תשרי ה'תרפ"ה)
- ה'תרע"ח – שלמה לארינץ, כנסת דעפוטאט און פארזיצער פון פינאנץ קאמיטע (נפטר געווארן ה'תש"ע)
- ה'תרפ"ט (אדר א') – רבי מרדכי אליהו, רב מקובל, פוסק און מנהיג רוחני (נפטר געווארן כ"ה סיון ה'תש"ע)
נפטר געווארן
- ה'ת"א – רבי מאיר שיף, דער "מהר"ם שיף" אויף ש"ס, רב און פוסק אין דייטשלאנד
- ה'תצ"ג – רבי אברהם אבן מוסה, מאראקאנער ראש ישיבה און מקובל
- ה'תקמ"ז – רבי אלימלך פון ליזשענסק (געבוירן ה'תע"ז)
- ה'תרל"ז – רבי אביגדור האלבערשטאם, רב אין דוקלא
- ה'תרנ"ו – רבי יצחק אלחנן ספעקטאר (געבוירן ה'תקע"ז)
- ה'תרפ"ו – רבי מנחם מענדל האלבערשטאם, רב אין פריסטיק און דוקלא
- ה'תרצ"ג (אדר א') – רבי אריה לייבוש האלבערשטאם, אב אין גריבוב און צאנז
- ה'תרצ"ה (אדר ב') – רבי משה דוד טייטלבוים, רב אין מאדיאר-לאפאש
- ה'תשל"ח (אדר א') – רבי שלמה יוסף זעווין, גרינדער און רעדאקטאר פון תלמודישע ענציקלאפעדיע און פרס ישראל באערטער (געבוירן ה'תרמ"ו)
- ה'תשפ"ב - רבי משה צבי בוחבוט רב העיר טבריה
- ה'תשע"ד (אדר ב') – רבי זיידא שמואל שמעלקא ראזנבוים, ביטשקובער רבי (געבוירן י"ד טבת ה'תשי"ב)