רוי:סינגאפור
רעפובליק פון סינגאפור | |||||
| |||||
נאַציאָנאַלע זינגליד: פארווערטס, סינגאפור | |||||
קאָנטינענט | אזיע | ||||
אָפיציעלע שפּראַך | ענגליש, כינעזיש, מאלייאיש, טאמיל | ||||
הויפּטשטאָט | סינגאפור 1°17′N 103°50′E / 1.283°N 103.833°E | ||||
רעגירונג | פארלאמענטארישע רעפובליק | ||||
פּרעזידענט פּרעמיער מיניסטער |
חלימה יעקוב לי הסיען לונג | ||||
גרינדונג דאַטום |
1819, 1965 | ||||
פלאַך מאָס וועלט גראַדונג פלאַך פּראָצענט וואַסער |
710.2 קוואַדראַט ק"מ 187 1.444 | ||||
באַפעלקערונג - צאָל - וועלט גראַדונג - ענגקייט |
5,076,700 117 7,022 מענטשן פאַר אַ ק"מ | ||||
פּראָדוקט ווערדע | $255.338 ביליאן (40סט) | ||||
וואַלוטע | סינגאפור דאלאר | ||||
צייט זאָנע | UTC + 8 | ||||
אינטערנעט דאָמען | sg. | ||||
טעלעפאָן קאָד | 65+ |
סינגאַפּור, אפיציעל די רעפובליק פון סינגאפור (מאלייאיש: Republik Singapura; כינעזיש: 新加坡共和国; טאמיל: சிங்கப்பூர் குடியரசு), איז אַ שטאטס שטאַט אינזל־לאַנד אין דרום־מזרח אַזיע וואס געפינט זיך ביים דרום עק פונעם מאליי האלבאינזל, 137 ק"מ דרום פונעם עקוואטאר. עס גרענעצט מאלייזיע און אינדאנעזיע איבערן ים. עס האט א באפעלקערונג פון פינף מיליאן, וועלכע וואוינען אין געדיכט-באוואוינטע גאסן און אין ריזיגע טורעם געביידעס, פון זיי זענען 76% כינעזיש.
זיין הויפּטשטאָט איז סינגאַפּור. סינגאפור איז דער פערטע וויכטיגסטער פינאנציעלער צענטער אין דער וועלט. דער פארט פון סינגאפור איז דער פינפט מערסט באשעפטיגסטער פארט אין דער וועלט.
די ערשטע שפראך אין סינגאפור איז ענגליש, וואס אלע קינדער לערנען אין דער שולע.
סינגאפור געהערט צו דער קאמאנוועלט.
היסטאריע
אין 1819 האט ראפלס געקויפט פונעם סולטאן א שטח אין דרום סינגאפור און געעפנט דארט א בריטישע האנדלס שטאט.
ביי דער צווייטער וועלט מלחמה האבן די יאפאנעזער אקופירט סינגאפור פון 1942 ביז 1945.
אין 1963 איז סינגאפור געווארן א טייל פון מאלייזיע, וואס איז געווארן אומאפהענגיק פונעם פאראייניגטן קעניגרייך. אום 9טן אויגוסט 1965 איז סינגאפור געווארן אינגאנצן זעלבסטשטענדיג. דער ערשטער פרעמיער מיניסטער איז געווען לי קוואן יו.
דער סינגאַפּור דאָלאַר איז דער וועלט'ס טייַערסטער דאָלאַר.
רעגירונג און פאליטיק
סינגאפור איז א פארלאמענטארישע רעפובליק מיט א וועסטמינסטער סיסטעם פון איין־קאמערישער פארלאמענטארישער רעגירונג וואס רעפרעזענטירט וויילערשאפטן. די קאנסטיטוציע פון סינגאפור שטעלט פעסט א רעפרעזענטאטיווע דעמאקראטיע ווי די פאליטישע סיסטעם.[1] עקזעקוטיווע מאכט ליגט מיטן קאבינעט פון סינגאפור, געפירט דורכן פרעמיער מיניסטער און, אין א קלענערער מאס, דעם פרעזידענט.[2] דער פרעזידענט ווערט געוויילט דורך דער גאנצער באפעלקערונג, און ער האט וועטא מאכטן איבער געוויסע עקזעקוטיווע באשלוסן, ווי די באניץ פון נאציאנאלע רעזערוון און די באשטימונג פון ריכטערס, אבער אין אלגעמיין איז דאס א צערעמאנישער אמט.[3]
דער פארלאמענט דינט ווי דער לעגיסלאטיווער צווייג פון דער רעגירונג.[2] מיטגלידער פון פארלאנמעט (MPs) באשטייען פון געוויילטע, נישט־וויילערשאפט און נאמינירטע מיטגלידער. געוויילטע MPs ווערן געוויילט צו פארלאמענט אויף א "מערהייטס־וואל" באסיס און רעפרעזענטירן אדער איינצעלער־מיטגליד אדער גרופע רעפרעזענטאציע וויילערשאפטן.[4] דער פאלקישער אקציע פארטיי האט געוואונען קאנטראל פון פארלאמענט מיט גרויסע מערהייטן אין אלע וואלן זייט אומאפהענגיקייט אין 1959.[5]
די געזעץ־סיסטעם אין סינגאפור איז באזירט אויף דעם ענגלישן געזעץ, אבער מיט לאקאלע ענדערונגען. ביז 1970 האט מען געריכטעט פראצעסן מיט גאשוואוירענע אזוי ווי אין ענגלאנד, אבער היינט זענען די פראצעסן נאר מיט ריכטער.[6] אין סינגאפור גיט מען דעם טויטשטראף פאר רציחה און נאך עטלעכע עבירות.[7]
געאגראפיע
סינגאפור באשטייט פון 63 אינזלען, איינשליסנדיק דעם הויפט אינזל, פולאו אודזשאנג.[8] עס זענען פאראן צוויי געמאכטע פארבינדונגען צו דזשאהאר, מאלייזיע: די וואודלאנדס ערשטע פארבינדונג אין צפון און די טואס צווייטע פארבינדונג אין מערב. די גרעסטע פון סינגאפור'ס קלענערע אינזלען זענען דזשוראנג אינזל, פולאו טעקאנג, פולאו אובין און סענטאזע. דער העכסטער נאטירלעכער פונקט איז בוקיט טימאה בערגל הויך 163.63 מעטער.[9]
סינגאפור איז פלאצירט אומגעפער א הונדערט קילאמעטער פונעם עקוואטאר, און דערפאר איז גוט ווארעם דארט—א גאנץ יאר איז די טעמפעראטור נישט ווייט פון 30 גראד, און די נעץ איז 100%.
רעקלאמאציע
במשך די יארן האבן לאנד־רעקלאמאציע פראיעקטן פארמערט סינגאפור'ס יבשה־שטח פון 581.5 ק"מ2 אין די 1960ער יארן צו 721.5 ק"מ2 אין 2018, א פארמערונג פון עטלעכע 23% (130 ק"מ2).[10] עס ווערט גערעכנט אז ביז 2030 וועט דאס לאנד וואקסן צו 766 ק"מ2 ביז 2030.[11] אין טייל פראיעקטן טוט מען צונויפגיסן קלענערע אינזלען דורך לאנד־רעקלאמאציע צו שאפן גרעסערע, מער ניצבארע אינזלען, למשל אזוי ווי דזשוראנג אינזל.[12]
עקאנאמיע
סינגאפור א שטארק־אנטוויקלטע מארק־עקאנאמיע, באזירט היסטאריש אויף אימפארט־עקספארט האנדל. צוזמען מיט האנג קאנג, דרום קארעא און טייוואן, איז סינגאפור איינער פון די אריגינעלע פיר אזיאטישע טיגערס, אבער סינגאפור האט אריבערגעשטיגן די אנדערע אין ברוטא אינלענדישן פראדוקט פער מענטש. צווישן 1965 און 1995, זענען געוואוקס ראטעס געווען דורכשניטלעך 6 פראצענט א יאר, וואס האט פארוואנדלט דעם לעבן־סטאנדארט פון דער באפעלקערונג.[13]
די סינגאפור־עקאנאמיע איז באוואוסט ווי איינע פון די פרייסטע,[14] מערסט חידושדיק,[15] מערסט קאנקורענצדיק,[16] מערסט דינאמיש[17] און מערסט ביזנעס־פריינדלעך.[18] דער 2015 אינדעקס פון עקאנאמישער פרייהייט ראנגירט סינגאפור ווי די צווייט־פרייסטע עקאנאמיע אין דער וועלט.[19] סינגאפור ווערט כסדר גערעכנט איינע פון ווייניגסט קארופטע לענדער אין דער וועלט, צוזאמען מיט ניי זילאנד און די סקאנדינאווישע לענדער.[20] אין 2016, איז סינגאפור געווארן ראנגירט דער וועלט'ס טייערסטע שטאָט צום דריטן יאר נאכאנאנד דורך דעם עקאנאמיסט אינטעליגענץ איינץ.[21][22]
יידן אין סינגאפּור
אין די 840'ער יארן, האט די רייכע ששון פאמיליע פון איראק געבויט א קליינע שוהל אויף א שאסיי וואס איז געווארן באקאנט אלס "סינאגאגע גאס".
אין די ענדע 800'ער יארן האט די געמיינדע געציילט ארום 200 מיטגלידער.
אין 878', האט הגביר מנשה מייער געבויעט א נייע גרויסע שול, די מגן אבות שוהל אויף וואטערלו גאס, מיט א מקוה. די שול איז נאך ביז היינט דער צענטער פון דער יודישער געמיינדע מיט טעגליכע מנינים, שיעורי תורה און א גרויסע באטייליגונג ביי די תפילות שבת. אין 1905 האט מנשה מייער געעפנט א צווייטע שול, חסד אל.
נאך דער צווייטער וועלט מלחמה, האט די קהילה געשאפן די נאן-פראפיט ארגאניזאציע "דזשואיש וועלפער בארד" וועלכער פארוואלטעט די שוהל, צוויי מקוואות, א תלמוד תורה און א כשר'ן רעסטוראן און געשעפט וואס פארקויפט אימפארטירטע כשר'ע עסנווארג.
דער מרא דאתרא היינט צוטאג איז הרב מרדכי אבערגעל.
רעפערענצן
- ↑ "וועלט פאקטבוך – סינגאפור". U.S. Central Intelligence Agency. Retrieved 12טן יוני 2011.
{{cite web}}
: Check date values in:|accessdate=
(help) - ↑ 2.0 2.1 "The Singapore Legal System". Singapore Academy of Law. Archived from the original on 3טן יוני 2011. Retrieved 26סטן יוני 2011.
{{cite web}}
: Check date values in:|accessdate=
and|archivedate=
(help); Unknown parameter|deadurl=
ignored (|url-status=
suggested) (help) - ↑ "The President". Singapore Government. 19טן דעצעמבער 2010. Archived from the original on 11טן יוני 2011. Retrieved 26סטן יוני 2011.
{{cite web}}
: Check date values in:|accessdate=
,|date=
, and|archivedate=
(help) - ↑ "Members of Parliament". Government of Singapore. Archived from the original on 17טן אפריל 2011. Retrieved 12טן יוני 2011.
{{cite web}}
: Check date values in:|accessdate=
and|archivedate=
(help); Unknown parameter|deadurl=
ignored (|url-status=
suggested) (help) - ↑ "Freedom in the World 2010 – Singapore". Freedom House. Retrieved 12טן יוני 2011.
{{cite web}}
: Check date values in:|accessdate=
(help) - ↑ "די סינגאפור געזעץ־סיסטעם". Singapore Academy of Law. 25סטן סעפטעמבער 2007. Archived from the original on 23סטן יאנואר 2011. Retrieved 10טן יוני 2011.
{{cite web}}
: Check date values in:|accessdate=
,|date=
, and|archivedate=
(help); Unknown parameter|deadurl=
ignored (|url-status=
suggested) (help) (ענגליש) - ↑ "Singapore country specific information". U.S. Department of State. 19טן מערץ 2010. Archived from the original on 30סטן דעצעמבער 2004.
{{cite web}}
: Check date values in:|date=
and|archive-date=
(help); Unknown parameter|dead-url=
ignored (|url-status=
suggested) (help) - ↑ Savage, Victor R.; Yeoh, Brenda S.A. (2004). Toponymics: A Study of Singapore's Street Names. Singapore: Eastern Universities Press. ISBN 978-981-210-364-2.
- ↑ "Bukit Timah Hill". National Heritage Board. Archived from the original on 9טן אפריל 2015. Retrieved 11טן יאנואר 2015.
{{cite web}}
: Check date values in:|accessdate=
and|archive-date=
(help); Unknown parameter|dead-url=
ignored (|url-status=
suggested) (help) - ↑ "Such quantities of sand", The Economist (לאנדאן) (28סטן פעברואר 2015).
- ↑ "MND Land Use Report".
- ↑ "Earthshots: Satellite Images of Environmental Change: Singapore". Earthshots. Retrieved 14טן אפריל 2015.
{{cite web}}
: Check date values in:|accessdate=
(help) - ↑ Baten, Jörg (2016). A History of the Global Economy. From 1500 to the Present. Cambridge University Press. p. 292. ISBN 978-1107507180.
- ↑ Li, Dickson (1טן פעברואר 2010). "Singapore is most open economy: Report", Asiaone (Singapore). דערגרייכט דעם 10טן מערץ 2011. ארכיווט פונעם אריגינאל דעם 7טן פעברואר 2010.
- ↑ "Singapore ranked 7th in the world for innovation" (5טן מערץ 2010). דערגרייכט דעם 23סטן אויגוסט 2010.
- ↑ "The Global Competitiveness Index 2009–2010 rankings and 2008–2009 comparisons" (PDF). World Economic Forum. 2010. Archived from the original (PDF) on 1טן אקטאבער 2009. Retrieved 18טן פעברואר 2011.
{{cite web}}
: Check date values in:|accessdate=
and|archive-date=
(help); Unknown parameter|dead-url=
ignored (|url-status=
suggested) (help) - ↑ "Singapore jumps to top of Global Dynamism Index", The Straits Times (Singapore) (29סטן אקטאבער 2015).
- ↑ "Singapore top paradise for business: World Bank", Agence France-Presse, AsiaOne (Singapore) (26סטן סעפטעמבער 2007). דערגרייכט דעם 22סטן אפריל 2010. ארכיווט פונעם אריגינאל דעם 7טן יולי 2009. "For the second year running, Singapore tops the aggregate rankings on the ease of doing business in 2006 to 2007."
- ↑ "Economy rankings". Doingbusiness.org. 27סטן אקטאבער 2015. Archived from the original on 6טן פעברואר 2015. Retrieved 28סטן אקטאבער 2015.
{{cite web}}
: Check date values in:|accessdate=
,|date=
, and|archivedate=
(help); Unknown parameter|deadurl=
ignored (|url-status=
suggested) (help) - ↑ "Singapore climbs to 7th on global least-corrupt index", The Straits Times (26סטן יאנואר 2017). דערגרייכט דעם 4טן יולי 2018.
- ↑ "Water price hike sparks rare public protest in Singapore", רויטערס (11טן מערץ 2017). דערגרייכט דעם 11טן מערץ 2017.
- ↑ Lee Yen Nee (10טן מערץ 2016). "Singapore ranked world's most expensive city for 3rd year running", Today (סינגאפור). דערגרייכט דעם 11טן מערץ 2017.
אַזיע-לענדער |
---|
אוזבעקיסטאן · אזערביידזשאן · אינדאנעזיע · אינדיע · איראק · איראן · אָמאַן · אפגאניסטאן · ארמעניע · בהוטאן · באכריין · באנגלאדעש · ברוניי · גרוזיע · דרום קארעא · וויעטנאם · טאדזשיקיסטאן · טורקמעניסטאן · טיילאנד · טערקיי · יאפאן · ירדן · מדינת ישראל · כינע · לאַאָס · לבנון · מאלדיוון · מאלייזיע · מאנגאליע · מזרח טימאר · מיאנמאר · נעפאל · סאודי אראביע · סיריע · סינגאפור · סרי לאנקא · פאקיסטאן · פאראייניגטע אראבישע עמיראטן · פיליפינען · ציפערן · צפון קארעא · קאזאכסטאן · קאטאר · קאמבאדיע · קואווייט · קירגיזסטאן · רוסלאנד · תימן |
פארבאנד פון דרום-מזרח אזיאטישע פעלקער (ASEAN) | |
---|---|
|
גרעסטע שטעט אין דער וועלט: גרויסשטעט מיט מינדערסטן פינף מיליאן איינוואוינער | |
---|---|
|
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!