אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:פיוט"
אין תקציר עריכה |
אין תקציר עריכה צייכן: רויע רעדאגירונג |
||
שורה 1: | שורה 1: | ||
{{דעסקריפציע|פעאטישע תפילות און שירים}} | {{דעסקריפציע|פעאטישע תפילות און שירים}} | ||
{{דרעפט}} | {{דרעפט}} | ||
א '''פיוט''' (לשון רבים: '''פיוטים''') איז א קונסטליכער פאעטישער שאפונג, אין פארם פון א געדיכט, וואס איז אריינגעשטעלט געווארן אלס הוספה צו די ליטורגיע (נוסח התפילה), בעיקר אין ספעציעלע שבתים און ימים טובים. א פיוט ברענגט ארויס אין פאעטישע שטריכן געפילן פון לויב, געבעט אדער קלאג. עס זענען פאראן פארשידנארטיגע מנהגים וואספארא פיוטים צו זאגן ביים דאווענען, און אויף וועלכן אופן. | א '''פיוט''' (לשון רבים: '''פיוטים''') איז א קונסטליכער פאעטישער שאפונג, אין פארם פון א געדיכט, וואס איז אריינגעשטעלט געווארן אלס הוספה צו די ליטורגיע (נוסח התפילה), בעיקר אין ספעציעלע שבתים און ימים טובים. א פיוט ברענגט ארויס אין פאעטישע שטריכן געפילן פון לויב, געבעט אדער קלאג. עס זענען פאראן פארשידנארטיגע מנהגים וואספארא פיוטים צו זאגן ביים דאווענען, און אויף וועלכן אופן. מערסטנס פיוטים פאלגן נאך א פּאעטישע סכעמע, ווי אן [[אקראסטיך]] לויט די סדר פון די [[אלף בית]] אדער טוען אויסלייגן דעם נאמען פונעם מחבר. | ||
דאס ווארט פיוט שטאמט פונעם גריכישן טערמין פאר פאעזיע, פיללייכט מער דירעקט פון ποιητής (פּאָעט, שאַפער){{הערה| שו"ת הר"י מיגאש (סימן רד): "וביאור מילת פיוט עיקרה מלשון שירה מלשון יון שקוראים למשורר פיטאנ"א".}}. דער מחבר פון א פיוט ווערט גערופן "פּייטן", אַ ניי-לשון-קודש׳ער פאָרם וואָס שטאמט פון "פּיוט". אין מדרש ווערט דאָס וואָרט "פּיוט" גענוצט בלויז אין דער אלגעמיינער זין פון "פיקציע"{{הערה|{{רבה|בראשית|פה|ב}}; {{ילקוט שמעוני|דניאל|1063}}}}, בשעת "פּייטן" ווערט גענוצט אין טעכנישן זין פון א פארפאסער פון שול פּאָעזיע. [[רבי אלעזר ברבי שמעון|רבי אלעזר]], זון פון רבי שמעון בן יוחאי, איז גערופן געווארן א לערנער פון תנ"ך און משנה, א פייטן און א דרשן{{הערה|{{רבה|ויקרא|ל}}; {{היברובוקס|באבער (רעדאקטאר)|פסיקתא|14056|page=410|עמ=קעט, א}}; [[יום-טוב ליפמאן צונץ|צונץ]], '[https://www.digitale-sammlungen.de/view/bsb10570935?page=400 Gottesdienstliche Vorträge]', זייט 380; צונץ, '[https://hdl.handle.net/2027/mdp.39015012429356?urlappend=%3Bseq=76%3Bownerid=13510798882302235-96 Synagogale Poesie des Mittelalters]', זייט 60}}. | דאס ווארט פיוט שטאמט פונעם גריכישן טערמין פאר פאעזיע, פיללייכט מער דירעקט פון ποιητής (פּאָעט, שאַפער){{הערה| שו"ת הר"י מיגאש (סימן רד): "וביאור מילת פיוט עיקרה מלשון שירה מלשון יון שקוראים למשורר פיטאנ"א".}}. דער מחבר פון א פיוט ווערט גערופן "פּייטן", אַ ניי-לשון-קודש׳ער פאָרם וואָס שטאמט פון "פּיוט". אין מדרש ווערט דאָס וואָרט "פּיוט" גענוצט בלויז אין דער אלגעמיינער זין פון "פיקציע"{{הערה|{{רבה|בראשית|פה|ב}}; {{ילקוט שמעוני|דניאל|1063}}}}, בשעת "פּייטן" ווערט גענוצט אין טעכנישן זין פון א פארפאסער פון שול פּאָעזיע. [[רבי אלעזר ברבי שמעון|רבי אלעזר]], זון פון רבי שמעון בן יוחאי, איז גערופן געווארן א לערנער פון תנ"ך און משנה, א פייטן און א דרשן{{הערה|{{רבה|ויקרא|ל}}; {{היברובוקס|באבער (רעדאקטאר)|פסיקתא|14056|page=410|עמ=קעט, א}}; [[יום-טוב ליפמאן צונץ|צונץ]], '[https://www.digitale-sammlungen.de/view/bsb10570935?page=400 Gottesdienstliche Vorträge]', זייט 380; צונץ, '[https://hdl.handle.net/2027/mdp.39015012429356?urlappend=%3Bseq=76%3Bownerid=13510798882302235-96 Synagogale Poesie des Mittelalters]', זייט 60}}. | ||
==היסטאריע== | ==היסטאריע== | ||
פיוטים האבן זיך ערשט אנטוויקלט אין [[ארץ ישראל]] אנגעהויבן פון ענדע תקופת התלמוד. די | פיוטים האבן זיך ערשט אנטוויקלט אין [[ארץ ישראל]] אנגעהויבן פון ענדע תקופת התלמוד, בשעת די פאַרשידענע ווערסיעס פון די מחויב'דיגע תפילות זענען געווארן אויסגעקלארט. כאטש די עדות פון דער תּקופה איז באגרעניצט, קענען טעקסטן פון אור-אלטע פיוטים געפינען ווערן פארשפרייט אין תּלמודישע מקורות, און פיוטים, וועלכע זענעןפארפאסט געווארן אין דער תּקופה, זענען אַריינגענומען געווארן אין די באשטימטע ווערסיעס פון די פארשידענע נוסחאות התפילה. די דאזיגע אלטע סעגמענטן קענען דערקענט ווערן מיט זייער ערהאבענעם סטיל און כאראקטעריסטישן ריטם; זיי נוצן נאָך נישט קיין [[גראמען|גראם]]. די עלטסטע פיוטים זענען אנאנימע. | ||
די פארצייטישע פיוטים האבן נישט פארמאגט קיין גראמען אבער זענען געווען מיט מעטער, און טייל האבן אויך, ווי געוויסע געדיכט־קאמפאזיציעס אין שפעטע ספרי תנ"ך, פארמאגט [[אקראסטיך]] פון אלף-בית. טייל פון זיי זענען אריין אין נוסח התפילה, א שטייגער ווי [[א-ל ברוך גדול דעה]] און [[א-ל אדון]]. אין די סידורים פון די גאונים געפינט מען אויך א גרויסע צאל פיוטים, א שטייגער ווי די [[אזהרות]] אויף שבועות און די פיוטי "עבודה" פון יום כיפור. | |||
אין די "קלאסישער תקופה" פון פיוט, איז שטארק אויסגעברייטערט געווארן דאס שאפונג פון פיוטים, און האט אוועקגעשטעלט א גאנצע סעריע פון פיוטים אויף יעדן פון די שבתים און ימים טובים, צו זאגן ביי די ברכות קריאת שמע און שמונה עשרה. | עס איז נישט אינגאנצן קלאר צי זיי זענען אויפגעקומען בלויז ווי נאטירליכע אויסדרוקן פון אידישע געפילן אדער ווי א בכוונה'דיגער פארשלייערטער ענטפער צו רדיפות. אין יעדנספאל האבן פיוטים געדינט א באזונדערן ציל ווען למשל א גזירה פונעם [[ביזאנטישע אימפעריע|ביזאנטישן]] קייסער [[יוסטיניאן דער ערשטער]] (ד'שי"ג) האט פארבאטן דאס לערנען תורה. וויבאלד די ליטורגיע זעלבסט איז נישט געווארן פארבאטן, האט מען גענוצט די פיוטים צו אריינלייגן אזעלכע יסודות'דיגע מצוות ווי שמירת שבת און ימים טובים און צו רופן דעם עולם צו ליב האבן די תורה, צו גלייבן אין גאט, און שטעלן איר האפענונג און צוטרוי אין גאט׳ס השגחה פרטית. די דיכטונגען האבן אויך געדינט ווי א דערמאנונג פון די פארגאנגענהייט ווען גאט האט געוויזן אז ער האט נישט פארלאזט זיין אויסדערוועלט פאלק. | ||
אין די "קלאסישער תקופה"{{הבהרה|ווען איז דאס און וועמענס אויסדרוק?}} פון פיוט, איז שטארק אויסגעברייטערט געווארן דאס שאפונג פון פיוטים, און האט אוועקגעשטעלט א גאנצע סעריע פון פיוטים אויף יעדן פון די שבתים און ימים טובים, צו זאגן ביי די ברכות קריאת שמע און שמונה עשרה. | |||
דער בארימטער גאון און פילאזאף [[רב סעדיה גאון|רבינו סעדיה בן יוסף]] (ד'תרמ"ב–ד'תש"ב) רעכנט אויס צווישן די ערשטע מייסטער-פייטנים זענען געווען [[יוסי בן יוסי]], [[יניי]], און זיין תלמיד [[רבי אלעזר הקליר]], פון וועמען קיינעמס לעבנס-דאטומען קען נישט ווערן פעסטגעשטעלט מיט זיכערקייט{{הערה|{{היברובוקס|רב סעדיה גאון|ספר האגרון|32264|page=106|עמ=הקדמה דף ג, ב}}}}. | דער בארימטער גאון און פילאזאף [[רב סעדיה גאון|רבינו סעדיה בן יוסף]] (ד'תרמ"ב–ד'תש"ב) רעכנט אויס צווישן די ערשטע מייסטער-פייטנים זענען געווען [[יוסי בן יוסי]], [[יניי]], און זיין תלמיד [[רבי אלעזר הקליר]], פון וועמען קיינעמס לעבנס-דאטומען קען נישט ווערן פעסטגעשטעלט מיט זיכערקייט{{הערה|{{היברובוקס|רב סעדיה גאון|ספר האגרון|32264|page=106|עמ=הקדמה דף ג, ב}}}}. | ||
שורה 16: | שורה 18: | ||
רב סעדיה איז געווען א הייסער שטיצער פון פיוטים אין בבל, און ער אליין איז געווען א פייטן. אבער די אידישע פּאעזיע האט זיך דארט אנגעשטויסן אין שטארקע אפּאזיציע אלס אַן אומנויטיגער חידוש אין דער ליטורגיע. פארט האבן די פיוטים איבערגעלעבט אין בבל אויך, ווייל דער המון עם האט רעאגירט אויף פּאָעטישע לידער, וואָס האבן געשטעלט זייערע ליידן אין א רעליגיעזן קאנטעקסט. | רב סעדיה איז געווען א הייסער שטיצער פון פיוטים אין בבל, און ער אליין איז געווען א פייטן. אבער די אידישע פּאעזיע האט זיך דארט אנגעשטויסן אין שטארקע אפּאזיציע אלס אַן אומנויטיגער חידוש אין דער ליטורגיע. פארט האבן די פיוטים איבערגעלעבט אין בבל אויך, ווייל דער המון עם האט רעאגירט אויף פּאָעטישע לידער, וואָס האבן געשטעלט זייערע ליידן אין א רעליגיעזן קאנטעקסט. | ||
זינט די ענדע תקופת הגאונים, דורכאויס די אייראפעאישע מיטלאלטער, זענען די פייטנים געווארן גאר אסאך אין אלע גרעסערע אידישע ישובים, און פיוטים זענען געווען די מערסט קולטיווירטע פאָרעם פון העברעאישע ליטעראטור, הויפטזעכליך אין דייטשלאנד, פראנקרייך, איטאליע און שפאניע. [[גראמען]] איז איינגעפירט געווארן אין שפאניע, וואו פיוטים האבן דערגרייכט דעם הויכפונקט פון איר אנטוויקלונג.{{הבהרה|איז נישטא קיין גראמען פון קליר?}} | זינט די ענדע תקופת הגאונים, דורכאויס די אייראפעאישע מיטלאלטער, זענען די פייטנים געווארן גאר אסאך אין אלע גרעסערע אידישע ישובים, און פיוטים זענען געווען די מערסט קולטיווירטע פאָרעם פון העברעאישע ליטעראטור, הויפטזעכליך אין דייטשלאנד, פראנקרייך, איטאליע און שפאניע{{הערה|צונץ ("ליטעראַטורגעשיכטע") ציילט איבער 900 נעמען פון פּייטנים.}}. [[גראמען]] איז איינגעפירט געווארן אין שפאניע, וואו פיוטים האבן דערגרייכט דעם הויכפונקט פון איר אנטוויקלונג.{{הבהרה|איז נישטא קיין גראמען פון קליר?}} | ||
נאך טיף אין אלף השישי זענען ווייטער געשריבן געווארן פיוטים, אבער נאר זעלטן זענען די דאזיגע שפּעטערדיגע לידער געמאכט געווארן א טייל פון נארמאלע ליטורגיען. | נאך טיף אין אלף השישי זענען ווייטער געשריבן געווארן פיוטים, אבער נאר זעלטן זענען די דאזיגע שפּעטערדיגע לידער געמאכט געווארן א טייל פון נארמאלע ליטורגיען. | ||
==קונסט און סטיל== | ==קונסט און סטיל== | ||
די פיוטים זענען פאכמאניש באצירט געווארן מיט פארשידענע קונסטווערק צו באשיינען דעם פיוט און פארשענערן. אריינגערעכנט די [[אקראסטיך]], [[גראמען]], [[מעטער (פאעזיע)|מעטער]], מליצות, און כינוים. | די פיוטים זענען פאכמאניש באצירט געווארן מיט פארשידענע קונסטווערק צו באשיינען דעם פיוט און פארשענערן. אריינגערעכנט די [[אקראסטיך]], [[גראמען]], [[מעטער (פאעזיע)|מעטער]], מליצות, און כינוים. | ||
רעוויזיע פון 21:38, 18 דעצעמבער 2024
דאס איז א דרעפט ארטיקל. עס איז אַן אַרבעט אין פּראָגרעס וואָס איז אָפן פאַר רעדאַגירונג דורך סיי וועם. ווען דער דרעפט איז פארטיג, ביטע גייט איבער דעם אריבערפירן טשעקליסט, זיכער צו מאכן אז עס איז גרייט. דערנאך קענט איר בעטן פון די דרעפט אריבערפירער אז זיי זאלן עס איבערגיין און אריבערפירן צום הויפט געביט. (אייער בקשה וועט פובליצירט ווערן אין המכלול:אריבערפירן דרעפטס, און דארט וועט אויך ערשיינען דער ענטפער - אויב פעלט אויס). |
א פיוט (לשון רבים: פיוטים) איז א קונסטליכער פאעטישער שאפונג, אין פארם פון א געדיכט, וואס איז אריינגעשטעלט געווארן אלס הוספה צו די ליטורגיע (נוסח התפילה), בעיקר אין ספעציעלע שבתים און ימים טובים. א פיוט ברענגט ארויס אין פאעטישע שטריכן געפילן פון לויב, געבעט אדער קלאג. עס זענען פאראן פארשידנארטיגע מנהגים וואספארא פיוטים צו זאגן ביים דאווענען, און אויף וועלכן אופן. מערסטנס פיוטים פאלגן נאך א פּאעטישע סכעמע, ווי אן אקראסטיך לויט די סדר פון די אלף בית אדער טוען אויסלייגן דעם נאמען פונעם מחבר.
דאס ווארט פיוט שטאמט פונעם גריכישן טערמין פאר פאעזיע, פיללייכט מער דירעקט פון ποιητής (פּאָעט, שאַפער)[1]. דער מחבר פון א פיוט ווערט גערופן "פּייטן", אַ ניי-לשון-קודש׳ער פאָרם וואָס שטאמט פון "פּיוט". אין מדרש ווערט דאָס וואָרט "פּיוט" גענוצט בלויז אין דער אלגעמיינער זין פון "פיקציע"[2], בשעת "פּייטן" ווערט גענוצט אין טעכנישן זין פון א פארפאסער פון שול פּאָעזיע. רבי אלעזר, זון פון רבי שמעון בן יוחאי, איז גערופן געווארן א לערנער פון תנ"ך און משנה, א פייטן און א דרשן[3].
היסטאריע
פיוטים האבן זיך ערשט אנטוויקלט אין ארץ ישראל אנגעהויבן פון ענדע תקופת התלמוד, בשעת די פאַרשידענע ווערסיעס פון די מחויב'דיגע תפילות זענען געווארן אויסגעקלארט. כאטש די עדות פון דער תּקופה איז באגרעניצט, קענען טעקסטן פון אור-אלטע פיוטים געפינען ווערן פארשפרייט אין תּלמודישע מקורות, און פיוטים, וועלכע זענעןפארפאסט געווארן אין דער תּקופה, זענען אַריינגענומען געווארן אין די באשטימטע ווערסיעס פון די פארשידענע נוסחאות התפילה. די דאזיגע אלטע סעגמענטן קענען דערקענט ווערן מיט זייער ערהאבענעם סטיל און כאראקטעריסטישן ריטם; זיי נוצן נאָך נישט קיין גראם. די עלטסטע פיוטים זענען אנאנימע.
די פארצייטישע פיוטים האבן נישט פארמאגט קיין גראמען אבער זענען געווען מיט מעטער, און טייל האבן אויך, ווי געוויסע געדיכט־קאמפאזיציעס אין שפעטע ספרי תנ"ך, פארמאגט אקראסטיך פון אלף-בית. טייל פון זיי זענען אריין אין נוסח התפילה, א שטייגער ווי א-ל ברוך גדול דעה און א-ל אדון. אין די סידורים פון די גאונים געפינט מען אויך א גרויסע צאל פיוטים, א שטייגער ווי די אזהרות אויף שבועות און די פיוטי "עבודה" פון יום כיפור.
עס איז נישט אינגאנצן קלאר צי זיי זענען אויפגעקומען בלויז ווי נאטירליכע אויסדרוקן פון אידישע געפילן אדער ווי א בכוונה'דיגער פארשלייערטער ענטפער צו רדיפות. אין יעדנספאל האבן פיוטים געדינט א באזונדערן ציל ווען למשל א גזירה פונעם ביזאנטישן קייסער יוסטיניאן דער ערשטער (ד'שי"ג) האט פארבאטן דאס לערנען תורה. וויבאלד די ליטורגיע זעלבסט איז נישט געווארן פארבאטן, האט מען גענוצט די פיוטים צו אריינלייגן אזעלכע יסודות'דיגע מצוות ווי שמירת שבת און ימים טובים און צו רופן דעם עולם צו ליב האבן די תורה, צו גלייבן אין גאט, און שטעלן איר האפענונג און צוטרוי אין גאט׳ס השגחה פרטית. די דיכטונגען האבן אויך געדינט ווי א דערמאנונג פון די פארגאנגענהייט ווען גאט האט געוויזן אז ער האט נישט פארלאזט זיין אויסדערוועלט פאלק.
אין די "קלאסישער תקופה"[אויסקלארונג פארלאנגט] פון פיוט, איז שטארק אויסגעברייטערט געווארן דאס שאפונג פון פיוטים, און האט אוועקגעשטעלט א גאנצע סעריע פון פיוטים אויף יעדן פון די שבתים און ימים טובים, צו זאגן ביי די ברכות קריאת שמע און שמונה עשרה.
דער בארימטער גאון און פילאזאף רבינו סעדיה בן יוסף (ד'תרמ"ב–ד'תש"ב) רעכנט אויס צווישן די ערשטע מייסטער-פייטנים זענען געווען יוסי בן יוסי, יניי, און זיין תלמיד רבי אלעזר הקליר, פון וועמען קיינעמס לעבנס-דאטומען קען נישט ווערן פעסטגעשטעלט מיט זיכערקייט[4].
רב סעדיה איז געווען א הייסער שטיצער פון פיוטים אין בבל, און ער אליין איז געווען א פייטן. אבער די אידישע פּאעזיע האט זיך דארט אנגעשטויסן אין שטארקע אפּאזיציע אלס אַן אומנויטיגער חידוש אין דער ליטורגיע. פארט האבן די פיוטים איבערגעלעבט אין בבל אויך, ווייל דער המון עם האט רעאגירט אויף פּאָעטישע לידער, וואָס האבן געשטעלט זייערע ליידן אין א רעליגיעזן קאנטעקסט.
זינט די ענדע תקופת הגאונים, דורכאויס די אייראפעאישע מיטלאלטער, זענען די פייטנים געווארן גאר אסאך אין אלע גרעסערע אידישע ישובים, און פיוטים זענען געווען די מערסט קולטיווירטע פאָרעם פון העברעאישע ליטעראטור, הויפטזעכליך אין דייטשלאנד, פראנקרייך, איטאליע און שפאניע[5]. גראמען איז איינגעפירט געווארן אין שפאניע, וואו פיוטים האבן דערגרייכט דעם הויכפונקט פון איר אנטוויקלונג.[אויסקלארונג פארלאנגט]
נאך טיף אין אלף השישי זענען ווייטער געשריבן געווארן פיוטים, אבער נאר זעלטן זענען די דאזיגע שפּעטערדיגע לידער געמאכט געווארן א טייל פון נארמאלע ליטורגיען.
קונסט און סטיל
די פיוטים זענען פאכמאניש באצירט געווארן מיט פארשידענע קונסטווערק צו באשיינען דעם פיוט און פארשענערן. אריינגערעכנט די אקראסטיך, גראמען, מעטער, מליצות, און כינוים.
די גאר ערשטע פיוטים זענען בעיקר געווען באצירט מיט די אקראסטיך פון די אלף בית, און זענען געווען מיט קורצע פראזן, ענדליך צו די לשון המקרא, טייל פון זיי זענען אויך געווען מיט א פונקטליכע מעטער, לויט די צאל ווערטער(א-ל אדון). זיי האבן בכלל נישט פארמאגט די איינגשאפט פון גראם.
דער קלאסישער סטיל פיוט זענען די פיוטים געווען איינגעטיילט אין סטראפעס [בתים], א געווענליכער פיוט האט פארמאגט א סיסטעם פון פיר שורות פער בית, און יעדער שורה פונעם בית האט זיך געענדיגט מיט אן אייניגער גראם (אדער דריי שורות גראמען און דערנאך א "פזמון"), אבער עס זענען געווען נאך א צאל סיסטימס וויאזוי די בתים זענען אויסגעשטעלט. דער שפיץ פונעם בית איז געווען באזירט לויט אקראסטיך פון דעם מחבר פונעם פיוט, אדער די אלף בית און תשר"ק, טייל מאל געדאפלט עטליכע מאל. און איז געווען שטארק באזירט אויף די מדרשי חז"ל. די מעטער איז נישט אלעמאל געווען אייניג, אבער מען זעט אן א נאטירליכע איינהייטליכקייט צווישן די שורות.
די ספרדי'שע סטיל פיוט, האט גענומען פון די אראבער גאר א דעטאליטערטער "מעטער" (משקל), וואו די טראפן פון יעדן שורה זענען איינגעטיילט אויף א פונקטליכן סדר. דאס איז איינגעטיילט געווארן צווישן די "יתד" (א שוא מיט נאך א זילבע) און "תנועה" (א פשוטע זילבע), און האט ארויסגעוויזן א גרויס קונסטליכקייט וואס האט זיך אויסגעצייכנט אין לשון קודש, מער ווי אין די אנדערע שפראכן. דער סטיל איז אויסגעשטאנען קעגנערשאפט פון טייל, און האט זיך ערווארבן אין א מחלוקה צווישן תלמידים פון דונש בן לברט און מנחם בן סרוק. אויך האבן זיי פארמאכט מער קורצע פראזן, און אויסדרוקן באזירט אויף לשון מקרא.
די אשכנז'ישע און צרפת'ישע סטיל איז נישט געווען געבויט מיט א מעטער פון טראפן, טייל האבן אבער יא פארמאגט א מעטער לויט די צאל ווערטער. זיי האבן פארמאגט מער קאמפליצירטע אויסשטעלן פון גראמען, ווי באזונדע גראמען אויפ'ן ערשטן טייל שורה ("דלת") און אויפ'ן לעצטן טייל ("סוגר").
נעמען פון די פיוטים
די פיוטים ווערן אנגערופן מיט נעמען באזירט אויף זייער סטיל און אויסשטעל. א שטייגער ווי פזמון, רהטא, שלמונית, קיקלר אא"וו. אדער לויט דעם פלאץ וואו מען זאגט עס, ווי סליחה, יוצר, סילוק, קינה אא"וו.
דרויסנדיגע לינקס
- פיוטים ומהותם אויף אידטיש
- "פיוט", JewishEncyclopedia.com (ענגליש)
- הקדושתא, הרב יעקב לויפער, קובץ חצי גבורים - פליטת סופריהם, קובץ י, זייטן רסג-שב.
ביאורים
רעפערענצן
- ↑ שו"ת הר"י מיגאש (סימן רד): "וביאור מילת פיוט עיקרה מלשון שירה מלשון יון שקוראים למשורר פיטאנ"א".
- ↑ בראשית רבה, פרשה פ"ה, פסקה ב'; ילקוט שמעוני, דניאל, רמז א'ס"ג
- ↑ ויקרא רבה, פרשה ל'; באבער (רעדאקטאר), פסיקתא, קעט, א; צונץ, 'Gottesdienstliche Vorträge', זייט 380; צונץ, 'Synagogale Poesie des Mittelalters', זייט 60
- ↑ רב סעדיה גאון, ספר האגרון, הקדמה דף ג, ב
- ↑ צונץ ("ליטעראַטורגעשיכטע") ציילט איבער 900 נעמען פון פּייטנים.