אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "תורה אור און לקוטי תורה"

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
ק (←‏געבוי און אינהאלט: הגהה אנהייב)
ק (←‏געבוי און אינהאלט: הגהה, אויסשטעל)
שורה 35: שורה 35:
דער ספר '''לקוטי תורה''' אנטהאלט בערך 230 מאמרים. עטליכע מאמרים אויף יעדע פרשה פון די חומשים ויקרא, במדבר, דברים און זייערע הפטורות, מאמרים אויף פסח אין פרשת צו, מאמרים אויף [[ספירת העומר]] און [[שבועות]] אין פרשת במדבר, מאמרים אויף חודש [[אלול]] אין פרשת ראה, און מאמרים אויף די ימים טובים פון [[תשרי]]: [[ראש השנה]], [[עשרת ימי תשובה]], [[יום כיפור]], [[סוכות]] און [[שמיני עצרת]]. ביים סוף זענען פארהאן 42 מאמרים אויף [[שיר השירים]].
דער ספר '''לקוטי תורה''' אנטהאלט בערך 230 מאמרים. עטליכע מאמרים אויף יעדע פרשה פון די חומשים ויקרא, במדבר, דברים און זייערע הפטורות, מאמרים אויף פסח אין פרשת צו, מאמרים אויף [[ספירת העומר]] און [[שבועות]] אין פרשת במדבר, מאמרים אויף חודש [[אלול]] אין פרשת ראה, און מאמרים אויף די ימים טובים פון [[תשרי]]: [[ראש השנה]], [[עשרת ימי תשובה]], [[יום כיפור]], [[סוכות]] און [[שמיני עצרת]]. ביים סוף זענען פארהאן 42 מאמרים אויף [[שיר השירים]].


דער סגנון פון די מאמרים (און אזוי האט ממשיך געווען [[חב"ד]]), איז צו ניצן די טיפסטע מאמרים אין חסידות [אפילו די וואס זענען נאנט צו קבלה], ביז למעשה ממש, אויפן מהלך פון רעדן צום שכל און אזוי וועט דער גוף [[נפש הבהמית]] אליין זיך בייגן, וואס בעצם איז דאס א השלמה צום מהלך וואס ער שרייבט אין [[תניא]]. דער סדר בפרטות פון די מאמרים איז אז ער ברענגט אראפ א מאמר חז"ל וכדומה נאכדעם פרעגט ער אפאר דקדוקים און קשיות, דערנאך ברענגט ער אראפ א חסידישע מאמר וואס איז מבאר יסודות החסידות, וואס דורכאויס דעם מאמר ווערט פארענטפערט די דקדוקים.
דער סדר פון די מאמרים איז, אז דער מחבר ברענגט אראפ א מאמר חז"ל אויף וועלכע ער פרעגט עטליכע דקדוקים און קשיות, דערנאך וויקלט ער אויף יסודות אין חסידות, וואס דורכאויס דעם מאמר ווערן פארענטפערט די דקדוקים. דער סטיל פון די מאמרים איז באזירט בעיקר אויף שפראך פון [[קבלה]], ערקלערט לויט'ן גאנג פון חסידות חב"ד, וואס צילט צו רעדן צום שכל און אזוי בייגן דעם "נפש הבהמית". דער ספר איז אלזא אן השלמה צום מהלך וואס ווערט אויסגעבויט אין [[ספר התניא]].


==נאמען און אויפלאגעס==
==נאמען און אויפלאגעס==

רעוויזיע פון 13:57, 8 מאי 2023


פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:ספר

פאראמעטער [ ויקיטקסט ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע

תורה אור
שער בלאט
שער בלאט
אלגעמיינע אינפארמאציע
דורך רבי שניאור זלמן פון לאדי, דער בעל התניא
שפת המקור לשון הקודש
תורגם לשפות ענגליש (טיילווייז)
סוגה ספרות תורנית - חסידות
הוצאה
הוצאה קה"ת
נאך אויסגאבעס
דאטום פון ערשטער אויסגאבע ה'תקצ"ז
ליקוטי תורה
שער בלאט
שער בלאט
אלגעמיינע אינפארמאציע
דורך רבי שניאור זלמן פון לאדי, דער בעל התניא
שפת המקור לשון הקודש
תורגם לשפות ענגליש (טיילווייז)
סוגה ספרות תורנית - חסידות
הוצאה
הוצאה קה"ת
נאך אויסגאבעס
דאטום פון ערשטער אויסגאבע ה'תר"ח

תורה אור און לקוטי תורה זענען ספרים פון חסיד'ישע מאמרים געגעבן דורך רבי שניאור זלמן פון לאדי, דער גרינדער פון חסידות חב"ד, אויף די פרשיות, ימים טובים, מגילת אסתר און שיר השירים, פון יאר ה'תקנ"ו ביז תקע"ב. זיי זענען געווארן געדרוקט דורך זיין אייניקל דער צמח צדק, דער דריטער רבי אין חב"ד, וועלכער האט זיי צעטיילט אין צוויי חלקים: דער ערשטער באנד, אויף בראשית שמות, האט ער גערופן תורה אור, און דער באנד אויף ויקרא במדבר דברים האט ער גערופן לקוטי תורה. די ספרים זענען פון די ספרי יסוד אין חב"ד.

שאפונג

במשך פון זיין הנהגה, האט רבי שניאור זלמן פון ליאדי געזאגט ארום צוויי טויזנט חסיד'ישע "מאמרים" אין די שבתים און ימים טובים[1]. די מאמרים זענען געווארן אראפגעשריבן דורך זיין ברודער רבי יהודה ליב, זיין זון רבי דובער פון ליובאוויטש, עטליכע פון זיינע חסידים, און אין א שפעטערע תקופה אויך זיין אייניקל רבי מנחם מענדל, דער צמח צדק. פון די אלע רשימות האט דער צמח צדק צוזאמענגענומען נאנט צו פיר הונדערט מאמרים, וועלכע זענען געזאגט געווארן אנגעהויבן פון יאר ה'תקנ"ו, וואס ער האט מסדר געווען לויט די פרשיות און צוגעגרייט צום דרוק.

פאר די ערשטע חלק, "תורה אור", האט דער צמח צדק אויסגעוועלט בעיקר פון די רשימות פון זיין פעטער, רבי יהודה ליב דער ברודער פונעם בעל התניא, ווייל ער האט זיי באטראכט אלס גאר פונקטליך. ער האט אין זיי ווייניג רעדאגירט און בעיקר צוגעצייכנט וואו דער בעל התניא איז מאריך אין אנדערע מאמרים אויף די נושא. די מאמרים אין צווייטן חלק, "לקוטי תורה", האט ער אינגאנצן באארבעט[2], וואס האט אריינגערעכנט צולייגן אסאך מראי מקומות צו ספרי קבלה און מדרשים, הגהות, און אייגענע הערות און ביאורים. צומאל האט ער צאמגעשטעלט עטליכע מאמרים צוזאמען, אבער ער האט אכטונג געגעבן צו לאזן די נוסח פונעם בעל התניא ווי געשריבן דורך די אריגינעלע שרייבערס.

געבוי און אינהאלט

דער ספר תורה אור האט אין זיך 155 מאמרים. עטליכע מאמרים אויף יעדע פרשה פון די חומשים בראשית און שמות און זייערע הפטורות, אכצן מאמרים אויף מגילת אסתר, זעכצן מאמרים אויף חנוכה - געדרוקט אין פרשת וישב און מקץ, און א מאמר אויף פסח אין פרשת ויקהל. (א חלק פון די מאמרים אויף פרשת בשלח און פקודי זענען געדרוקט אין אנהייב פון ספר לקוטי תורה).

דער ספר לקוטי תורה אנטהאלט בערך 230 מאמרים. עטליכע מאמרים אויף יעדע פרשה פון די חומשים ויקרא, במדבר, דברים און זייערע הפטורות, מאמרים אויף פסח אין פרשת צו, מאמרים אויף ספירת העומר און שבועות אין פרשת במדבר, מאמרים אויף חודש אלול אין פרשת ראה, און מאמרים אויף די ימים טובים פון תשרי: ראש השנה, עשרת ימי תשובה, יום כיפור, סוכות און שמיני עצרת. ביים סוף זענען פארהאן 42 מאמרים אויף שיר השירים.

דער סדר פון די מאמרים איז, אז דער מחבר ברענגט אראפ א מאמר חז"ל אויף וועלכע ער פרעגט עטליכע דקדוקים און קשיות, דערנאך וויקלט ער אויף יסודות אין חסידות, וואס דורכאויס דעם מאמר ווערן פארענטפערט די דקדוקים. דער סטיל פון די מאמרים איז באזירט בעיקר אויף שפראך פון קבלה, ערקלערט לויט'ן גאנג פון חסידות חב"ד, וואס צילט צו רעדן צום שכל און אזוי בייגן דעם "נפש הבהמית". דער ספר איז אלזא אן השלמה צום מהלך וואס ווערט אויסגעבויט אין ספר התניא.

נאמען און אויפלאגעס

די נאמען פון די ספר - ("תורה אור") איז מרמז אויף די נאמען פון דער מחבר ר' שניאור זלמן. אזוי דער צמח צדק וואס האט געמאכט דעם ספר, איז מרמז אין זיין בריוו וואס רעדט פונעם ספר, (עס איז געדרוקט ביי די הוספות צום ספר).

די ערשטע חלק - (תורה אור) איז געדרוקט געווארן צום ערשטן מאל[3] אין יאר תקצ"ז (1837 למנינם). די צוויטע חלק פונעם ספר האט געדארפט ארויסגיין נאך אין יענעם יאר, האבער צוליב א הלשנה וואס האט גורם געווען אז מען זאל פארמאכן אלע דרוקערייען אין רוסלאנד, האט מען דאס געדרוקט ערשט אין יאר-[3] תר"ח (1848 למנינם) מיטן נאמען "לקוטי תורה". [מן הסתם האט מען פארביטן דעם נאמען כדי די ממשלה זאל נישט וויסן אז עס איז א המשך פון תורה אור].

דרויסנדע לינקס

רעפערענצן

  1. רוב דערפון איז געדרוקט געווארן אין די מאמרי אדמו"ר הזקן סעריע, לויט די יארן
  2. היום יום טו בשבט, תש"ג
  3. 3.0 3.1 היום יום ג' שבט, הוצאת ספרים קה"ת. תש"ג