אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:מטבע"
ק (החלפת טקסט – "„" ב־""") |
ק (טשעקטי און אנדערע רייניגונג, typos fixed: ײַ ← יי (2), ײ ← יי (28), ױ ← וי (20)) צייכן: מילים_בעייתיות |
||
שורה 1: | שורה 1: | ||
[[File:שקל פונעם ערשטן מרד.jpg|thumb|שקל פונעם ערשטן מרד, יאר ד' (69/70 אצ"ר)]] | [[File:שקל פונעם ערשטן מרד.jpg|thumb|שקל פונעם ערשטן מרד, יאר ד' (69/70 אצ"ר)]] | ||
אַ '''מטבע''' (לשון רבים: מטבעות) איז אַ [[מעטאל|מעטאלענער]] אָדער [[פלאסטיק|פלאסטיקער]] אָביעקט װאָס האָט געלטיקע [[װערט]]. מען באַניצט מטבעות כּדי [[קויפן]] [[זאכן]]. מיט אַנדערע װערטער, מטבעות זענען אַ ממשותדיקע פאָרעם [[געלט]], װאָס װערט נישט באַשאַפן פון [[פאפיר|פּאפּיר]] ([[באנקנאט|באנקנאטן]]). | אַ '''מטבע''' (לשון רבים: מטבעות) איז אַ [[מעטאל|מעטאלענער]] אָדער [[פלאסטיק|פלאסטיקער]] אָביעקט װאָס האָט געלטיקע [[װערט]]. מען באַניצט מטבעות כּדי [[קויפן]] [[זאכן]]. מיט אַנדערע װערטער, מטבעות זענען אַ ממשותדיקע פאָרעם [[געלט]], װאָס װערט נישט באַשאַפן פון [[פאפיר|פּאפּיר]] ([[באנקנאט|באנקנאטן]]). געווענליך זענען מטבעות קיילעכיג און שטעלן אויס טעקסט און [[בילדער]]. דאָס פאָרשן מטבעות הייסט "נומיזמאַטיק.“ | ||
היסטאָרישע מטבעות װערן באַשאַפן פון [[גאלד|גאָלד]], [[זילבער]] אָדער [[בראנדז|בראָנדז]], | היסטאָרישע מטבעות װערן באַשאַפן פון [[גאלד|גאָלד]], [[זילבער]] אָדער [[בראנדז|בראָנדז]], היינט, שאַפט מען מטבעות מיט [[שטאַל]], [[אלומיניום|אַלומיניום]] און אַנדערע געמיינע מעטאַלן. | ||
==ייִדישע מטבעות== | ==ייִדישע מטבעות== | ||
די | די אידישע נומיזמאַטיק איז אַ זייער װיכטיקער טייל פון דער אידישער געשיכטע־פאָרשונג. פון [[תנ"ך]]־צייט האָבן מיר היינט ניט קיינע אידישע מטבעות, הגם אין תנ"ך װערן דערמאָנט די [[װאג|װאָגן]] "[[שקל]]“, "[[בקע]]“, "[[קשיטה]]“ און אַנדערע. מיר האָבן היינט נאָר געפינען אידישע מטבעות פון [[יהוד מדינתא]], פון די [[חשמונאים]]־הערשער און אַנדערע פון דער צװייטער העלפט פון [[בית שני]], און װארשיינליך אויך מטבעות פון [[בר כוכבא]]. | ||
די געפונענע חשמונאים־מטבעות האָבן [[העברעאיש|העברעאישע]] [[אויסקריצונג| | די געפונענע חשמונאים־מטבעות האָבן [[העברעאיש|העברעאישע]] [[אויסקריצונג|אויסקריצונגען]] (אין דער אַלטער העברעאישער שריפט), אבער אויף טייל מטבעות איז פאַראַן אויך דער [[גריכיש|גריכישער]] נאָמען פון די אידישע הערשער; למשל: "[[יוחנן הורקנוס דער ערשטער|יהוחנן]] [[כהן גדול|הכהן הגדול]] וחבר היהודים“, "יהודה“ (פון קעניג [[אריסטובולוס דער פערטער|אַריסטובלוס]]), "ΑΛΕΞΑΝΔΡΟΥ ΒΑΣΙΛΕΩΣ“ (דער קעניג [[ינאי המלך|יהונתן אלקסאנדער ינאי]]) און אַנדערע. | ||
[[הורדוס]] און | [[הורדוס]] און זיין זין, און די רוימישע [[רעגירונג]] האבן געגאָסן בראָנדזע מטבעות מיט גרעכישע אויסקריצונגען. | ||
אויף מטבעות פונעם [[מרד הגדול]] געפינט מען די [[יאָר|יאָרן]] "א'“ צו "ה'“, די | אויף מטבעות פונעם [[מרד הגדול]] געפינט מען די [[יאָר|יאָרן]] "א'“ צו "ה'“, די אויפשריפט "ירושלם הקדשה“, "שקל ישראל“, און לויט [[רמב"ן]],<ref>אין רמב"נס [https://www.mgketer.org/mikra/2/30/1/mg/38 פירוש אויף שמות] ווערט געשריבן: "ברכני ה' עד כה, שזכיתי ובאתי [[עכו|לעכו]], ומצאתי שם ביד זקני הארץ מטבע כסף מפותח פתוחי חותם, מצדו האחד כעין מקל שקד ומצדו השני כעין צלוחית, ובשני הצדדין סביב כתב מפותח באר היטב. והראו הכתב לכותיים וקראוהו מיד, כי הוא כתב עברי אשר נשאר לכותיים, כמו שמוזכר במסכת סנהדרין (כא ע"ב). וקראו מן הצד האחד "שקל השקלים", ומן הצד השני "ירושלם הקדושה". ואומרים כי הצורות מקלו של אהרן, שקדיה ופרחיה, והצורה השנית צנצנת המן.“</ref> דאָס בילד פון דעם "[[גלעזל]] [[מן]]" און פון דעם בליענדן שטעקן פון [[אהרן הכהן]].<ref>אזוי מיינט [https://brill.com/view/book/edcoll/9789004216693/B9789004216693_015.xml?lang=יק ר, דויטש] אויכעט. משורר האלט אז דאס גלעזל איז דער גביע העומר און דער שטעקן איז פאקטיש א גרופע [[מילגרוים|מילגרוימען]].</ref>. | ||
לעצטנס האָט מען אין [[ביתר]] (לעבן [[ירושלים]]), װאָס איז געװען די | לעצטנס האָט מען אין [[ביתר]] (לעבן [[ירושלים]]), װאָס איז געװען די הויפּט־פעסטונג פון [[בר כוכבא]] געפונען די איעריכטונגען צו גיסן מטבעות װאָס שטאַמען װאַרשיינליך פון בר כוכבא. אויף בר כוכבאס מטבעות איז פאַראַן דער אויפשריפט "שמעון“ (בר כוכבאס אייגן נאָמען) און "ש"ב“ (װאָס מאַכט "שנה ב'“, דאָס 2טע יאָר "לחרות ישראל“ [צו דער יידישער באַפרייאונג]). אויף טייל אויך "לחרות ירושלם“. אויף איינער איז פאַראַן "אלעזר הכהן.“ די דאָזיקע בר־כוכבא־מטבעות װערן דערמאָנט מעגלעך אין [[תוספתא]] און [[גמרא]] ([[בבא קמא]] צ"ז) מיטן נאָמען "כוזביות“ (צוליב בר כוכבאס נאָמען "בר כוזיבא“). | ||
מען האָט | מען האָט אויך אין פּוילן געפונען אַלטע פּוילישע מטבעות מיט העברעאישע אויפשריפטן "אברהם דוכס“. זינט אייר תש"ח האָט די [[מדינת ישראל]] ארויסגעגעבן אייגן געלט. | ||
ביי [[אשכנזים]] איז דער [[מינהג]] אויף חנוכה־צייט צו געבן מטבעות ([[חנוכה געלט]]) צו קינדער. | ביי [[אשכנזים]] איז דער [[מינהג]] אויף חנוכה־צייט צו געבן מטבעות ([[חנוכה געלט]]) צו קינדער. | ||
שורה 22: | שורה 22: | ||
==קוואַלן== | ==קוואַלן== | ||
כּלערליי געלערנטערן האָבן אַרויסגעגעבן ביכער װעגן די דאָזיקע אַלטע העברעאישע מטבעות: | |||
* שמואל רפאלי, [http://hebrewbooks.org/36822 "מטבעות היהודים“ 1913] {{לינקשפראך|העברעאיש}} | * שמואל רפאלי, [http://hebrewbooks.org/36822 "מטבעות היהודים“ 1913] {{לינקשפראך|העברעאיש}} | ||
*אברהם אדאלף רייפנברג, [http://hebrewbooks.org/36821 "מטבעות היהודים“, 1948] {{לינקשפראך|העברעאיש}} | *אברהם אדאלף רייפנברג, [http://hebrewbooks.org/36821 "מטבעות היהודים“, 1948] {{לינקשפראך|העברעאיש}} | ||
שורה 34: | שורה 34: | ||
[[קאַטעגאָריע:געלט]] | [[קאַטעגאָריע:געלט]] | ||
[[קאַטעגאָריע:מטבעות]] | [[קאַטעגאָריע:מטבעות]] | ||
[[ | [[קאַטעגאָריע:אומבאקוקט]] | ||
[[ | [[קאַטעגאָריע:אויף יידיש]] | ||
{{קרד/ויקי/יידיש}} | {{קרד/ויקי/יידיש}} |
רעוויזיע פון 20:47, 8 דעצעמבער 2022
אַ מטבע (לשון רבים: מטבעות) איז אַ מעטאלענער אָדער פלאסטיקער אָביעקט װאָס האָט געלטיקע װערט. מען באַניצט מטבעות כּדי קויפן זאכן. מיט אַנדערע װערטער, מטבעות זענען אַ ממשותדיקע פאָרעם געלט, װאָס װערט נישט באַשאַפן פון פּאפּיר (באנקנאטן). געווענליך זענען מטבעות קיילעכיג און שטעלן אויס טעקסט און בילדער. דאָס פאָרשן מטבעות הייסט "נומיזמאַטיק.“
היסטאָרישע מטבעות װערן באַשאַפן פון גאָלד, זילבער אָדער בראָנדז, היינט, שאַפט מען מטבעות מיט שטאַל, אַלומיניום און אַנדערע געמיינע מעטאַלן.
ייִדישע מטבעות
די אידישע נומיזמאַטיק איז אַ זייער װיכטיקער טייל פון דער אידישער געשיכטע־פאָרשונג. פון תנ"ך־צייט האָבן מיר היינט ניט קיינע אידישע מטבעות, הגם אין תנ"ך װערן דערמאָנט די װאָגן "שקל“, "בקע“, "קשיטה“ און אַנדערע. מיר האָבן היינט נאָר געפינען אידישע מטבעות פון יהוד מדינתא, פון די חשמונאים־הערשער און אַנדערע פון דער צװייטער העלפט פון בית שני, און װארשיינליך אויך מטבעות פון בר כוכבא.
די געפונענע חשמונאים־מטבעות האָבן העברעאישע אויסקריצונגען (אין דער אַלטער העברעאישער שריפט), אבער אויף טייל מטבעות איז פאַראַן אויך דער גריכישער נאָמען פון די אידישע הערשער; למשל: "יהוחנן הכהן הגדול וחבר היהודים“, "יהודה“ (פון קעניג אַריסטובלוס), "ΑΛΕΞΑΝΔΡΟΥ ΒΑΣΙΛΕΩΣ“ (דער קעניג יהונתן אלקסאנדער ינאי) און אַנדערע.
הורדוס און זיין זין, און די רוימישע רעגירונג האבן געגאָסן בראָנדזע מטבעות מיט גרעכישע אויסקריצונגען.
אויף מטבעות פונעם מרד הגדול געפינט מען די יאָרן "א'“ צו "ה'“, די אויפשריפט "ירושלם הקדשה“, "שקל ישראל“, און לויט רמב"ן,[1] דאָס בילד פון דעם "גלעזל מן" און פון דעם בליענדן שטעקן פון אהרן הכהן.[2].
לעצטנס האָט מען אין ביתר (לעבן ירושלים), װאָס איז געװען די הויפּט־פעסטונג פון בר כוכבא געפונען די איעריכטונגען צו גיסן מטבעות װאָס שטאַמען װאַרשיינליך פון בר כוכבא. אויף בר כוכבאס מטבעות איז פאַראַן דער אויפשריפט "שמעון“ (בר כוכבאס אייגן נאָמען) און "ש"ב“ (װאָס מאַכט "שנה ב'“, דאָס 2טע יאָר "לחרות ישראל“ [צו דער יידישער באַפרייאונג]). אויף טייל אויך "לחרות ירושלם“. אויף איינער איז פאַראַן "אלעזר הכהן.“ די דאָזיקע בר־כוכבא־מטבעות װערן דערמאָנט מעגלעך אין תוספתא און גמרא (בבא קמא צ"ז) מיטן נאָמען "כוזביות“ (צוליב בר כוכבאס נאָמען "בר כוזיבא“).
מען האָט אויך אין פּוילן געפונען אַלטע פּוילישע מטבעות מיט העברעאישע אויפשריפטן "אברהם דוכס“. זינט אייר תש"ח האָט די מדינת ישראל ארויסגעגעבן אייגן געלט.
ביי אשכנזים איז דער מינהג אויף חנוכה־צייט צו געבן מטבעות (חנוכה געלט) צו קינדער.
קוואַלן
כּלערליי געלערנטערן האָבן אַרויסגעגעבן ביכער װעגן די דאָזיקע אַלטע העברעאישע מטבעות:
- שמואל רפאלי, "מטבעות היהודים“ 1913 (העברעאיש)
- אברהם אדאלף רייפנברג, "מטבעות היהודים“, 1948 (העברעאיש)
- יעקב משורר, "אוצר מטבעות היהודים: מימי שלטון פרס ועד מרד בר־כוכבא“, 1997
רעפערענצן
- ↑ אין רמב"נס פירוש אויף שמות ווערט געשריבן: "ברכני ה' עד כה, שזכיתי ובאתי לעכו, ומצאתי שם ביד זקני הארץ מטבע כסף מפותח פתוחי חותם, מצדו האחד כעין מקל שקד ומצדו השני כעין צלוחית, ובשני הצדדין סביב כתב מפותח באר היטב. והראו הכתב לכותיים וקראוהו מיד, כי הוא כתב עברי אשר נשאר לכותיים, כמו שמוזכר במסכת סנהדרין (כא ע"ב). וקראו מן הצד האחד "שקל השקלים", ומן הצד השני "ירושלם הקדושה". ואומרים כי הצורות מקלו של אהרן, שקדיה ופרחיה, והצורה השנית צנצנת המן.“
- ↑ אזוי מיינט ר, דויטש אויכעט. משורר האלט אז דאס גלעזל איז דער גביע העומר און דער שטעקן איז פאקטיש א גרופע מילגרוימען.
- דער דאָזיקער אַרטיקל נעמט אַריין דעם טעקסט וואָס געפינט זיך אונטערן זוכוואָרט „מטבע” אין דער ייִדישער פאָלקס־ענציקלאָפּעדיע (באַנד 2) (1949), וואָס איז היינט אינעם רשות־הרבים.
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!