אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:שלום עליכם (שרייבער)"

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
(החלפות (ב, יי, , ) צווי טורים ביי די רשימה פון די מעשה'ס)
ק (החלפת טקסט – "מיי " ב־"מאי ")
שורה 85: שורה 85:
* [http://www.rachelnet.net/F/?func=find-b&request=000055608&find_code=SYS&local_base=REB01 אלע ווערק פון שלום עליכם]
* [http://www.rachelnet.net/F/?func=find-b&request=000055608&find_code=SYS&local_base=REB01 אלע ווערק פון שלום עליכם]
* [http://www.archive.org/stream/nybc203826#page/n2/mode/2up אלע ווערק פון שלום עליכם] פונעם [http://www.yiddishbookcenter.org ײדיש-ביכער צענטער]
* [http://www.archive.org/stream/nybc203826#page/n2/mode/2up אלע ווערק פון שלום עליכם] פונעם [http://www.yiddishbookcenter.org ײדיש-ביכער צענטער]
* {{ynet|[[וועלוול טשערנין]]|ביידיש זה נשמע יותר טוב|3703033|8טן מיי 2009}}
* {{ynet|[[וועלוול טשערנין]]|ביידיש זה נשמע יותר טוב|3703033|8טן מאי 2009}}


== רעפערענצן ==
== רעפערענצן ==

רעוויזיע פון 23:02, 5 דעצעמבער 2022

SholemAleichem.jpg

שלום עליכם (פּען־נאָמען פון שלום נַחומאָוויטש ראַבינאָוויטש) (כ"ו אדר א' ה'תרי"ט - י' אייר ה'תרע"ו) איז געווען אַ שרייבער, איינער פון די באַרימטסטע קלאַסיקער פון דער ליטעראַטור אויף ייִדיש. ער האָט געשריבן איבערהויפּט אויף דער ייִדישער שפּראַך, אָבער אויך אויף רוסיש און העברעיִש.

פון זיינע באוווּסטע ביכער: טביה דער מילכיקער, מנחם מענדל, מאָטל פּייסע דעם חזנס.

ביאָגראפיע

שלום עליכם איז געבוירן אין אוקריינע כ"ו אדר א' ה'תרי"ט, צו זיין פאָטער מנחם נחום ראַבינאָוויטש, אַ סוחר, און זיין מוטער חיה אסתר.

די עלטערן זיינע זענען געווען פרומע חסידישע ייִדן, אָנהענגער פונעם רבי ר' דוד פון טאַלנע זי"ע.

אויך שלום, זייענדיק א יונגער בחור, האָט אַ מאָל באַקומען אַ שטרענגן אָנזאָג פונעם רבי'ן, דעם טאלנער מגיד, אַז ער שרייבט גוט, אָבער אויף צדיקים זאָל ער חלילה קיין מאָל ניט זינדיקן מיטן פעדער. און ער האָט טאַקע געהאַלטן וואָרט, און קיין מאָל ניט געשריבן שלעכט וועגן חסידות און רביים.

ער האָט חתונה געהאַט מיט אָלגאַ לאָיעוו און זיי האָבן געהאט זעקס קינדער.

Sholem Aleichem.jpg

שרייבער

שלום עליכם האָט אָנגעהויבן שרייבן אויף ייִדיש אין 1883. סה"כ האָט ער אָנגעשריבן פערציק ביכער אויף ייִדיש. שוין אין 1890 איז ער געווען די צענטראַלע פיגור אין דער ייִדישער ליטעראַטור.

שלום עליכם איז פון די בעסטע דערצייגער פון ייִדישע געשריבענע אַרטיקלען, וואָס האָבן אין זיך אַזאַ סארט לעבהאַפט, מיט פאַנטאַזיע און הומאָר, וואָס איז דערמיט באגלייט, אַז ס'איז באמת צום באַוואונדערן. דאָס רוב פון זיינע ווערק זענען באַזירט אויף יאָ געלט נישט געלט, דאָס אָרעמע לעבן און שלימזלדיקער מצב פונעם גלות–ייִדן אין מזרח–אייראָפּע, דער גלוסט צו ציון און דעם ייִדנס חלום אויף הימל גוטס.

די תוכנ'פולע ארטיקלען זיינע, האבן געשלאגן ווארצלען גאר טיף און זיך פארשפרייט גאר ווייט, טראץ וואס אין זיינע לעבנס טעג האט ער נישט זוכה געווען צו זען די ריכטיגע פירות, איז אבער שפעטער וואס א צייט מער, געווארן היסטאריש באקאנט זיין נאמען, ווען סיי אין אוקריינא און סיי אין ישראל, ווערן מיט כבוד גערופן הויפט קווארטלען אויף זיין נאמען, שלום עליכם גאס, שלום עליכם הויז, און דאס טראדיציאנאלע שפיל, וואס לויפט שוין אפאר דורות אין די וועלטס טריבונעס, 'דער פידלער אויפן דאך', איז אפשטאמיג פון זיינס א פארשריפט 'טעוויע דער מילכיקער'.

אין יאהר ה'תשנ"ו האט מען אויפגעשטעלט אין תל אביב דאס שלום עליכם הויז אויף זיין נאמען.

אין תשס"ט, לכבוד דעם הונדערט און פופציקסטן יאר זייט זיין געבורט, האט דער כנסת אין ישראל אפגעהאלטן א יידיש טאג.[1]

שלום עליכם איז נפטר געווארן אין ניו יארק י' אייר ה'תרע"ו.

אייניגע סלאגאנען, פון שלום עליכם אין זיינע מאמרים:

  • דאס שוועבל צינד זיך שנעל, אבער לעשט זיך אויך שנעל.
  • אז מ'האט ניט קיין פינגער, קאן מען קיין פייג ניט מאכן.
  • אז מ'שפילט מיטן קאץ, דארף מען פארנעמען דעם קראץ.

ביבליאגראפיע

זעט אויך

ביכער און פילמען איבער אים און זיינע ווערק

ייִדיש

  • מענשלאַך און סצענעס, זעכצן צייכענונגען צו שלום-עליכמס לעצטער ווערק: "מאטל פייסי דעם חזנס יונגל", באַלייט-ווארט פון בעל מחשבות, כלל פארלאג, בערלין, תרפ"ג. (50 עקז' געדרוקט מיט ספּעציעהלע פּאפּיהר געבונדן אין לעהדער)
  • דאס שלום עליכם בוך, רעדאקטיהרט דאָרעך זיין איידעם י.ד. בערקאוויטש, שלום-עליכם בוך קאמיטעט, נו יארק, תרפ"ו, 382 ז'.
  • טעוויע, שווארץ-און-ווייס פילם, נו יארק, 1939.
  • אונדזערע ראשונים, זכרונות-דערציילונגען וועגן שלום-עליכם און זיין דור, י. ד. בערקאוויטש, המנורה, ה'תשכ"ו. פינעף בענדער.
  • שלום-עליכם אין אמעריקע: די געשיכטע פון א קולטור-העלד, ייווא, 1990. (יודיש און עהנגליש)

העברעיִש

  • הצד האפל בצחוקו של שלום עליכם, דן מירון, עם עובד, תל אביב, ה'תשס"ד, 320 ז'.

עננגליש

וועבלינקען

רעפערענצן

ווארענונג
דער ארטיקל איז א שטומף, אבער זי איז נישט קלאסיפיצירט ווי איינע פון די טיפּן אינעם שטומפן ליסטע אין המכלול. ביטע פארריכטן און קלייבן א נאמען פונעם ליסטע.

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!