אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:רבי יהודה בן בבא"
קפיצה לניווט
קפיצה לחיפוש
ק (החלפת טקסט – "״" ב־""") |
ק (החלפת טקסט – "פֿ" ב־"פ") |
||
שורה 1: | שורה 1: | ||
'''רבי יהודה בן בבא''' איז געווען אַ [[תנאים|תּנא]] אין 3טן דור | '''רבי יהודה בן בבא''' איז געווען אַ [[תנאים|תּנא]] אין 3טן דור פון תּנאים, חבר פון [[רבי עקיבא|רבי עקיבֿא]].{{הערה|[[מסכת עירובין]] ב'}} פון אים װערן געבראַכט אין דער משנה אַ רײ [[הלכות]].{{הערה|[[מסכת עדיות]] ו' און אַנדערע ערטער}} מען האָט אים גערופן "חסיד." {{הערה|מסכת [[בבא קמא]] ק"ג}} ער איז אומגעקומען אױף [[קידוש השם]] און ער װערט גערעכנט צװישן די [[עשרה הרוגי מלכות]]. אין [[סנהדרין]] י"א װערט דערצײלט, אַז דאָס איז געװען באַלד נאָך חרבן [[ביתר]] װען די [[רױם|רױמישע]] רעגירונג האָט גוזר געװען אַז מען טאָר נישט געבן [[סמיכה]] תלמידים. דעמאָלט האָט רבי יהודה בן בבא יאָ געגעבן סמיכה צו 6 תּלמידים ([[רבי מאיר]], [[רבי יהודה]], [[רבי יוסי]], [[רבי שמעון]], [[רבי אלעזר בן שמוע]] און [[רבי נחמיה]]) און האָט זײ געהײסן אַנטלױפן. רבי יהודה בן בבא איז געכאַפּט געװאָרן דורך די רױמער און זײ האָבן אים דערשטאָכן צום טױט. | ||
פּרטים אין װײס "דור דור ודורשיו", 1טער טײל, און "תּולדות תּנאים [[אמוראים|ואמוראים]]" | פּרטים אין װײס "דור דור ודורשיו", 1טער טײל, און "תּולדות תּנאים [[אמוראים|ואמוראים]]" פון הײמאן. | ||
==רעפערענצן== | ==רעפערענצן== |
רעוויזיע פון 21:12, 27 נאוועמבער 2022
רבי יהודה בן בבא איז געווען אַ תּנא אין 3טן דור פון תּנאים, חבר פון רבי עקיבֿא.[1] פון אים װערן געבראַכט אין דער משנה אַ רײ הלכות.[2] מען האָט אים גערופן "חסיד." [3] ער איז אומגעקומען אױף קידוש השם און ער װערט גערעכנט צװישן די עשרה הרוגי מלכות. אין סנהדרין י"א װערט דערצײלט, אַז דאָס איז געװען באַלד נאָך חרבן ביתר װען די רױמישע רעגירונג האָט גוזר געװען אַז מען טאָר נישט געבן סמיכה תלמידים. דעמאָלט האָט רבי יהודה בן בבא יאָ געגעבן סמיכה צו 6 תּלמידים (רבי מאיר, רבי יהודה, רבי יוסי, רבי שמעון, רבי אלעזר בן שמוע און רבי נחמיה) און האָט זײ געהײסן אַנטלױפן. רבי יהודה בן בבא איז געכאַפּט געװאָרן דורך די רױמער און זײ האָבן אים דערשטאָכן צום טױט.
פּרטים אין װײס "דור דור ודורשיו", 1טער טײל, און "תּולדות תּנאים ואמוראים" פון הײמאן.
רעפערענצן
- ↑ מסכת עירובין ב'
- ↑ מסכת עדיות ו' און אַנדערע ערטער
- ↑ מסכת בבא קמא ק"ג
קוואַלן
- דער דאָזיקער אַרטיקל נעמט אַריין דעם טעקסט וואָס געפינט זיך אונטערן זוכוואָרט „יהודה בן בבא” אין דער ייִדישער פאָלקס־ענציקלאָפּעדיע (באַנד 1) (1949), וואָס איז היינט אינעם רשות־הרבים.