אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:רבי יהודה בן בבא"
קפיצה לניווט
קפיצה לחיפוש
ק (1 רעוויזיע אימפארטירט: אימפארטירט פון די יידישע וויקיפעדיע, זע ביישטייערער ליסטע) |
ק (החלפת טקסט – "״" ב־""") |
||
שורה 1: | שורה 1: | ||
'''רבי יהודה בן בבא''' איז געווען אַ [[תנאים|תּנא]] אין 3טן דור פֿון תּנאים, חבר פֿון [[רבי עקיבא|רבי עקיבֿא]].{{הערה|[[מסכת עירובין]] ב'}} פֿון אים װערן געבראַכט אין דער משנה אַ רײ [[הלכות]].{{הערה|[[מסכת עדיות]] ו' און אַנדערע ערטער}} מען האָט אים גערופֿן "חסיד." {{הערה|מסכת [[בבא קמא]] | '''רבי יהודה בן בבא''' איז געווען אַ [[תנאים|תּנא]] אין 3טן דור פֿון תּנאים, חבר פֿון [[רבי עקיבא|רבי עקיבֿא]].{{הערה|[[מסכת עירובין]] ב'}} פֿון אים װערן געבראַכט אין דער משנה אַ רײ [[הלכות]].{{הערה|[[מסכת עדיות]] ו' און אַנדערע ערטער}} מען האָט אים גערופֿן "חסיד." {{הערה|מסכת [[בבא קמא]] ק"ג}} ער איז אומגעקומען אױף [[קידוש השם]] און ער װערט גערעכנט צװישן די [[עשרה הרוגי מלכות]]. אין [[סנהדרין]] י"א װערט דערצײלט, אַז דאָס איז געװען באַלד נאָך חרבן [[ביתר]] װען די [[רױם|רױמישע]] רעגירונג האָט גוזר געװען אַז מען טאָר נישט געבן [[סמיכה]] תלמידים. דעמאָלט האָט רבי יהודה בן בבא יאָ געגעבן סמיכה צו 6 תּלמידים ([[רבי מאיר]], [[רבי יהודה]], [[רבי יוסי]], [[רבי שמעון]], [[רבי אלעזר בן שמוע]] און [[רבי נחמיה]]) און האָט זײ געהײסן אַנטלױפֿן. רבי יהודה בן בבא איז געכאַפּט געװאָרן דורך די רױמער און זײ האָבן אים דערשטאָכן צום טױט. | ||
פּרטים אין װײס "דור דור ודורשיו", 1טער טײל, און "תּולדות תּנאים [[אמוראים|ואמוראים]]" פֿון הײמאן. | פּרטים אין װײס "דור דור ודורשיו", 1טער טײל, און "תּולדות תּנאים [[אמוראים|ואמוראים]]" פֿון הײמאן. |
רעוויזיע פון 04:10, 23 נאוועמבער 2022
רבי יהודה בן בבא איז געווען אַ תּנא אין 3טן דור פֿון תּנאים, חבר פֿון רבי עקיבֿא.[1] פֿון אים װערן געבראַכט אין דער משנה אַ רײ הלכות.[2] מען האָט אים גערופֿן "חסיד." [3] ער איז אומגעקומען אױף קידוש השם און ער װערט גערעכנט צװישן די עשרה הרוגי מלכות. אין סנהדרין י"א װערט דערצײלט, אַז דאָס איז געװען באַלד נאָך חרבן ביתר װען די רױמישע רעגירונג האָט גוזר געװען אַז מען טאָר נישט געבן סמיכה תלמידים. דעמאָלט האָט רבי יהודה בן בבא יאָ געגעבן סמיכה צו 6 תּלמידים (רבי מאיר, רבי יהודה, רבי יוסי, רבי שמעון, רבי אלעזר בן שמוע און רבי נחמיה) און האָט זײ געהײסן אַנטלױפֿן. רבי יהודה בן בבא איז געכאַפּט געװאָרן דורך די רױמער און זײ האָבן אים דערשטאָכן צום טױט.
פּרטים אין װײס "דור דור ודורשיו", 1טער טײל, און "תּולדות תּנאים ואמוראים" פֿון הײמאן.
רעפערענצן
- ↑ מסכת עירובין ב'
- ↑ מסכת עדיות ו' און אַנדערע ערטער
- ↑ מסכת בבא קמא ק"ג
קוואַלן
- דער דאָזיקער אַרטיקל נעמט אַריין דעם טעקסט וואָס געפינט זיך אונטערן זוכוואָרט „יהודה בן בבא” אין דער ייִדישער פאָלקס־ענציקלאָפּעדיע (באַנד 1) (1949), וואָס איז היינט אינעם רשות־הרבים.