אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:ב' ניסן"
קפיצה לניווט
קפיצה לחיפוש
(געשאַפן בלאַט מיט '{{יום בחודש אריינפיר}} ==חגים וזמנים== * קרבן פון נתנאל בן צוער, דער נשיא פון שבט יששכר * "פורים בצרה" – די אידן פון בצרה, איראק, זאגן נישט קיין תחנון און ליינען א ספעציעלע מגילה וואס רבי יעקב אלישר האט געשריבן, צוליב...') |
ק (צמא לדעת האט אריבערגעפירט בלאט דרעפט:ב' ניסן צו רוי:ב' ניסן אן לאזן א ווייטערפירונג) |
רעוויזיע פון 21:40, 7 דעצעמבער 2024
ב' ניסן איז דער צווייטער טאג פונעם זיבעטן חודש
אין די אידישע יאר, ציילנדיג פון תשרי, און דער צווייטער טאג פונעם ערשטן חודש ציילנדיג פון ניסן.
חגים וזמנים
- קרבן פון נתנאל בן צוער, דער נשיא פון שבט יששכר
- "פורים בצרה" – די אידן פון בצרה, איראק, זאגן נישט קיין תחנון און ליינען א ספעציעלע מגילה וואס רבי יעקב אלישר האט געשריבן, צוליב די נסים וואס האבן פאסירט אין יאר ה'תקל"ט.
געשעענישן
- א'תרנ"ז – נח האט דעם טאג פארשאלטן כנען, לויט'ן ספר היובלים
- ב'תמ"ט – דעם טאג נאך חנוכת המשכן, איז פארברענט געווארן די ערשטע פרה אדומה דורך אלעזר הכהן
- ה'מ"ג – בלוט בלבולים האבן געפירט צו פאגראמען אין קרייצנאך און מעלריכשטאדט, דייטשלאנד, אין וועלכע פינף אידן זענען אומגעברענגט געווארן
- ה'תקל"ט – די אטאמאנישע אימפעריע, מיטן הילף פון די ארטיגע אידן, האבן באזיגט דעם פערסישן מיליטער וועלכער האט פרובירט איינצונעמען בצרה. די אידן פון בצרה האבן באשטימט דעם טאג אלס א פורים שני
געבוירן
- ה'תרע"ב – רבי ניסן מינדל, א שרייבער און רעדאקטאר פון אידישע ספרים, און סעקרעטאר פון די ליובאוויטשער רביים (נפטר ה'תשנ"ט)
- ה'תרצ"ג – רבי חיים קמיל, ראש ישיבת אופקים (נפטר ה'תשס"ה)
- ה'תשי"ט – רבי ישכר בער לייפער, דער בישטינער רבי
יארצייטן
- ה'תצ"ט – רבי ישעיה באסאן, פון די חשוב'ע רבנים אין איטאליע, רב פון פאדווא און רעגיו, דער רבי פון רמח"ל
- ה'תר"פ – רבי שלום דובער שניאורסאהן, דער רש"ב, דער פינפטער ליובאוויטשער רבי (געבוירן כ' חשון ה'תרכ"א)
- ה'תשכ"ב – רבי יוסף דוב כהן, דער רב פון חדרה
- ה'תשכ"ח – רבי יעקב יוסף טווערסקי, דער דריטער סקווירער רבי
- ה'תשס"ה – רבי חיים יצחק הלוי, דער רב פון הרצליה