אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:רבי אלעזר הקליר"
ק (←ביבליאגראפיע: רעדאגירונג) |
ק (הגהה) |
||
שורה 2: | שורה 2: | ||
{{דרעפט}} | {{דרעפט}} | ||
{{דעסקריפציע||ענגליש = Byzantine Jew and poet|העב=פיטן|דייטש=eretz-jisra'elischer Dichter in hebräischer Sprache|}} | {{דעסקריפציע||ענגליש = Byzantine Jew and poet|העב=פיטן|דייטש=eretz-jisra'elischer Dichter in hebräischer Sprache|}} | ||
'''רבי אלעזר בירבי קליר''' | '''רבי אלעזר בירבי קליר'''{{הערה|אויך '''קיליר'''{{מקור}}}} (אדער '''רבי אלעזר הקליר''') איז געווען פון די גרעסטע [[פיוט|פייטנים]] ביי כלל ישראל. פון [[ארץ ישראל]]. | ||
ער איז געווען א תלמיד פון דעם פייטן [[יניי]]{{הערה|[[רבי אפרים מבונא]]}}, און האט פארפאסט הונדערטער [[ | ער איז געווען א תלמיד פון דעם פייטן [[יניי]]{{הערה|[[רבי אפרים מבונא]]}}{{מקור|מראה מקום}}, און האט פארפאסט הונדערטער [[פיוטים]] צו זאגן ביים דאווענען און אנדערע געלעגנהייטן. א גרויס טייל פון זיי זענען אריין אין דעם נוסח התפילה אין די [[מחזורים]] פון נוסח [[אשכנז]], [[צרפת]], [[איטאליע]] און [[רומעניע]]. אין דער [[קאיר גניזה]] האט מען געפונען נאך א גרויסן צאל פיוטים פון אים וואס זענען נישט געווען באקאנט ביז דאן. | ||
עס איז נישטא קיין קראנטע ידיעות איבער זיין ביאגראפיע; לויט די ראשונים איז ער געווען איינער פון די [[תנאים]], שפעטערדיגע פארשער ווילן אראפרוקן זיין צייט ביז ענדע די תקופה וואס די [[ביזאנטישע אימפעריע]] האט געוועלטיגט אין ארץ ישראל און די ערשטע יארן פון די [[מוסלמענער]] קאנטראל אויף ארץ ישראל. | עס איז נישטא קיין קראנטע ידיעות איבער זיין ביאגראפיע; לויט די ראשונים איז ער געווען איינער פון די [[תנאים]], שפעטערדיגע פארשער ווילן אראפרוקן זיין צייט ביז ענדע די תקופה וואס די [[ביזאנטישע אימפעריע]] האט געוועלטיגט אין ארץ ישראל און די ערשטע יארן פון די [[מוסלמענער]] קאנטראל אויף ארץ ישראל. |
רעוויזיע פון 17:41, 21 אויגוסט 2024
דאס איז א דרעפט ארטיקל. עס איז אַן אַרבעט אין פּראָגרעס וואָס איז אָפן פאַר רעדאַגירונג דורך סיי וועם. ווען דער דרעפט איז פארטיג, ביטע גייט איבער דעם אריבערפירן טשעקליסט, זיכער צו מאכן אז עס איז גרייט. דערנאך קענט איר בעטן פון די דרעפט אריבערפירער אז זיי זאלן עס איבערגיין און אריבערפירן צום הויפט געביט. (אייער בקשה וועט פובליצירט ווערן אין המכלול:אריבערפירן דרעפטס, און דארט וועט אויך ערשיינען דער ענטפער - אויב פעלט אויס). |
רבי אלעזר בירבי קליר[1] (אדער רבי אלעזר הקליר) איז געווען פון די גרעסטע פייטנים ביי כלל ישראל. פון ארץ ישראל.
ער איז געווען א תלמיד פון דעם פייטן יניי[2][מקור פארלאנגט: מראה מקום], און האט פארפאסט הונדערטער פיוטים צו זאגן ביים דאווענען און אנדערע געלעגנהייטן. א גרויס טייל פון זיי זענען אריין אין דעם נוסח התפילה אין די מחזורים פון נוסח אשכנז, צרפת, איטאליע און רומעניע. אין דער קאיר גניזה האט מען געפונען נאך א גרויסן צאל פיוטים פון אים וואס זענען נישט געווען באקאנט ביז דאן.
עס איז נישטא קיין קראנטע ידיעות איבער זיין ביאגראפיע; לויט די ראשונים איז ער געווען איינער פון די תנאים, שפעטערדיגע פארשער ווילן אראפרוקן זיין צייט ביז ענדע די תקופה וואס די ביזאנטישע אימפעריע האט געוועלטיגט אין ארץ ישראל און די ערשטע יארן פון די מוסלמענער קאנטראל אויף ארץ ישראל.
ביאגראפיע
די אפשטאם און די תקופה פון רבי אלעזר הקליר און זיין רבי יניי זענען נישט נאך ביז היינט פארנעפלט, עס נישט פארהאן קיין קראנטע באווייזן איבער זיין תקופה און ביאגראפיע, און עס איז פארהאן עטליכע מיינונגען און השארות ארום דעם, דורכאויס א גרויסער צייט-אפשניט פון תקופות.
זיין וואוינארט איז געווען אין ארץ ישראל, דאס זעט מען פון זיינע מנהגים און נוסחאות. צום ביישפיל אין זיינע קרובות, איז ער כולל די ברכה פון את צמח דוד, צוזאמען מיט בונה ירושלים, ווי דער דעמאלטדיגער מנהג אין ארץ ישראל. אויך דערמאנט ער שמע ישראל ביי קדושה.
תקופת התנאים
אסאך ראשונים שרייבן אז ער האט געלעבט אין די תקופה פון די תנאים און איז געווען אליינס א תנא.
דער מקור איז פון רבינו תם אין א תשובה[3]. ער שרייבט אז דער קליר איז געווען בימי חז"ל, און דערפאר האט ער פארפאסט קרובות בלויז אויף די ערשטע טאג יום טוב, וויבאלד ער איז געווען אין די צייטן וואס מ'האט מקדש געווען דעם חודש על פי ראיה. און דעריבער זעט מען אז ער קריגט זיך מיט תלמוד בבלי, אויך מיט זאכן וואס מען געפינט נישט די אמוראים אין תלמוד ירושלמי זיך קריגן.
ער לייגט צו, ונראה לי ער איז געווען דער תנא רבי אלעזר ברבי שמעון, וואס אויף אים איז געזאגט געווארן אין מדרש אז ער איז געווען א דרשן און א פייטן[4]. ער זאגט אבער אז עס איז מעגליך אז ס'איז געווען א צווייטער אין יענער תקופה. לויט א צווייטע ווערסיע, רעדט דער מדרש וועגן רבי אלעזר בן ערך, און געוויסע ראשונים האבן אינדענטיפיצירט דער קליר מיט אים[5].
אויך די אנדערע ראשונים ברענגען אז ער איז געווען א תנא[6]. און אין רא"ש ווערט עס געברענגט מיט'ן לשון "ויש אומרים שתנא הוא"[7].די ראשונים ברענגען דאס אראפ אלס באווייז צו בארעכטיגן די מנהג פון זאגן פיוטים אינמיטן דאווענען, קעגן די הלכה'דיגע טענות וואס זענען ארויפגעברענגט געווארן קעגן דעם[א].
אויך רבי חיים וויטאל ברענגט אין זיין ספר שער הכוונות אין נאמען פון זיין רבי'ן דער אר"י: "איך האב געהערט אין נאמען פון מיין רבי ז"ל, אז דער קליר וואס האט מסדר געווען קרוב"ץ אין מחזור פון די אשכנזים איז רבי אלעזר בר' שמעון", אבער ער האט צוגעלייגט א צוריקגעצויגנקייט "אבער איך האב דאס נישט געהערט פון מיין רבי אליין"[10].
דער רדב"ז[11] ווענדט אפ דער ראיה פון רבינו תם, פון דעם וואס ער האט נישט געמאכט קיין פיוטים פאר יו"ט שני של גליות, וויבאלד מען זעט פון זיינע פיוטים אז ער איז געווען פון ארץ ישראל און ער נעמט אלעמאל אן ווי דעם ירושלמי, און אין ארץ ישראל האלט מען דאך אלעמאל נאר איין טאג יום טוב, סיידן ראש השנה, וואס דאן איז עס כיומא אריכתא[12][ב]. דער רדב"ז לייגט אבער צו, אז ער איז זיכער געווען גאר א גרויסער מענטש, פון די פריערדיגע, און זיינע ווערטער זענען מיוסד על פי קבלה.
אויך אנדערע ראשונים ברענגען אים אראפ אלס איינער פון די פריערדיגע פייטנים און דערמאנען נישט אז ער איז געווען א תנא[15]. און די ראשונים וואס קריטיקירן אים האבן אויך הויפטזעכליך אנגענומען אזוי.
תקופת הראשונים
די חוקרים אין די ערשטע תקופה פון השכלה האבן שטארק גענייגט צו שפעטערן זיין צייט, און זיי האבן געוואלט זאגן אז ער איז פונעם 10טער יארהונדערט אדער דעם 11'טן, און האט לויט זיי געוואוינט אין איטאליע, און עס זענען געווען וועלכע האבן אידענטיפיצירט זיין וואוינארט אין קליארי (Cagliari)[16].
זייערע ראיות זענען געווען, אז די ערשטע מקור וואס מ'האט דאן געהאט פאר זיינען פיוטים זענען געווען אין די מחזורים פון יענער צייט אין די איטאליע אומגעגנט; אזוי אויך אויפ'ן פאקט אז מען געפינט נישט זיינע פיוטים אין מנהג ספרד; און לויט'ן אפשאץ פונעם סטיל פון זיינע פיוטים. און דאס וואס מען טרעפט ביי אים מנהגים און נסחאות פון ארץ ישראל, האבן זיי גע'טענה'ט אז איטאליע געפונט זיך ווייט פון בבל, דעריבער זענען זיי נמשך געווארן נאך די מנהגים פון ארץ ישראל, אנדערש ווי רוב אנדערע געגנטער וואס זענען נמשל געווארן נאך מנהגים פון בבל.
געווען וואס האבן געברענגט א ראיה פון די ווערטער "אַאֲבִין תְּשַׁע מֵאוֹת וְעוֹד" אין די קרובה אאביך ביום מבך פון תשעה באב, לויט דעם זעט מען אז ער איז געווען איבער 900 יאר נאכ'ן חורבן בית המקדש. אנדערע ווענדן עס אפ, ווייל ס'איז מעגליך אז די חכמי הדור פון שפעטער האבן דאס צוגעלייגט[17].
רבי וואלף היידנהיים ברענגט ראיות אז ער געווען אביסל פריער, ממש ביי די ענדע פון די תקופת הגאונים, שוין נאך רב האי גאון[18].
למעשה ווערט ער שוין דערמאנט דורך די גאונים[19], און אויך רב נטרונאי גאון ברענט שוין פון זיינע פיוטים[20], דעריבער איז דאס נישט מעגליך.
תקופת הגאונים
מיט'ן ענטדעקן די קאיר גניזה, איז אנטפלעקט געווארן פילע פרטים איבער דאס אידישע באפעלקערונג אין ארץ ישראל, אונטער די ביזאנטישע אימפעריע וואס האט דארט געוועלטיגט זינט'ן חורבן בית המקדש, ביז די אקופאציע פון די אראבער אין יאר ד'שצח (638 למס').
אין די גניזה האט מען געפונען א גרויסע זאמלונג פון זיינע פיוטים, אויך אזוינע וואס זענען נישט געווען באקאנט ביז היינט, און נאכ'ן אנאליזירן די פיוטים זענען דא פארשער וואס באשטימען אז ער האט געלעבט אין ארץ ישראל, שוין נאכ'ן פארמאכן די תלמוד ירושלמי, בערך אין די זעלבע תקופה פון די רבנן סבוראי אדער די גאונים אין בבל. לויט וויאזוי זיי לערנען אפ זיינע פיוטים, ווערט אסאך מאל דערמאנט די פאקט אז קריסטן געוועלטיגן אין ארץ ישראל.
אין פארגאנגענהייט איז געווען פארשפרייט די דעה אז ער האט געלעבט פאר די אקופאציע פון די אראבער, און די קאנצענזוס איז געווען אז עס ווערן נישט דערמאנט קיין אראבער אין זיינע פיוטים, אבער מיט די יארן זענען יא געפונען געווארן אייניגע דערמאנונגען פון אראבער אין די פיוטים[21], און לויט דעם איז אויסגעבויט געווארן דעם מיינונג אז בלויז אין זיינע לעצטע יארן האט ער מיטגעלעבט די אראבישע אקופאציע[22]. און פון דעם קומען זיי צו אז ער האט געלעבט אין ענדע פון די ביזאנטישע תקופה, ארום סוף פונעם 6טער יארהונדערט.
די ראיות צו דעם שיטה זענען אז אין מערבית אויף ראש השנה וואס פאלט אויס אום שבת האט ער צוגענדיגט ביי 'ברכת גאולה' אזוי ווי די בבלי'שע חתימה 'גאל ישראל' (אנשטאט נוסח ארץ ישראל צו ענדיגן 'צור ישראל וגואלו'), וואס ווייזט ארויס אז לכאורה איז זיין צייט שפעטער[23]. און ווי עס זעט אויס האט ער באזירט זיינע פיוטים אויף די סדר פון קריאת התורה וואס מען ענדיגט די תורה איינמאל א יאר (אנשטאט איין מאל אין דריי יאר ווי עס איז געווען איינגעפירט אין ארץ ישראל)[24].
טייל ווייזן אן אויף די פיוט פאר תשעה באב פון הקליר, אז לויט זיין מיינונג באציט זיך עס צו די ווידערשטאנד פון הערקאליוס און דעריבער איז עס געשריבן געווארן צווישן די יארן 629 און 634[25], פון דא האט ער געברענגט א ענדגילטיגע באווייז, לויט זיין מיינונג, אז הקליר איז געווען אקטיוו אין די ערשטע האלב פון די 7'טע יארהונדערט. אנדערע פארשער האבן נישט צוגעשטימט צו דעם אפטייטש און במילא אויך צו די באווייז וואס עס איז געברענגט דערפון[26].
דער נאמען "קליר"
אין די אקראסטיך פון זיינע פיוטים ערשיינט ער אפטמאל אלס "רבי אלעזר בריבי קליר מקרית ספר".
די משמעות פון די נאמען קליר איז נישט קלאר (צומאל ערשיינט ער אויך מיט קלר און קיליר). לויט רבי נתן בעל 'הערוך', איז די מקור פונעם נאמען פון די גריכישע ווארט, κολλύρα[27] וואס איר טייטש איז א קוכן, און דאס איז וויבאלד די קלוגשאפט פון ר' אלעזר איז אים אנגעקומען פון עסן א קוכן וואס דערין איז געווען אויפגעקריצט א קמיע[28]. דער רבינו תם לשיטתו אז דאס איז רבי אלעזר ברבי שמעון, צייכנט צו צו א פסיקתא[29] וואס דערציילט א געשיכטע איבער זיין עסן קוכן.
אנדערע האבן פארגעשלאגן אז מעגליך איז די מקור פון איבערדרייען די אותיות פון די ביזאנטישע נאמען קיריל, און מען דארף עס ליינען קיליר[30]. מאנכע קלערן אז די מקור פון זיין נאמען איז פון די באגריף קלירוס (גריכיש: κλήρος, איינציגער מאן), א קירכעריש באגריף וואס באצייכנט א מענטש פון קירכע קעגן די געווענליכע קריסטן[31]. מעגליך אז דאס ווארט האט באנוצט אויך מענטשן פון אנדערע רעליגיעס ווי רבנים[ד].
נאך פארשלאגן זענען אז דאס איז דער נאמען פון זיין פאטער[32], אדער זיין זיידן וואס געווען א באקאנטער גדול הדור[33]. אדער אז דאס איז א לשון פון אן אוצר, באזירט אויפ'ן לשון פון מדרש[34] "קלרין של מלך"[35].
מקרית ספר
אויך די שטאט "קרית ספר", איז אומבאקאנט. לויט איין מיינונג איז דאס טבריה, וואס איז געווען א צענטער פאר חכמים און סופרים ביז די אראבישע אקופאציע.
אנדערע ווילן זאגן אז עס איז א פאעטישער מליצה איבער זיינע עלטערן און משפחה וואס זענען געווען געווען רבנים און חכמים[36], און עס באזירט אויף א גמרא אין תמורה טז ע"א[37].
זיינע פיוטים
רבי אלעזר הקליר איז געווען פון די ערשטע און גרעסטע פייטנים ביי כלל ישראל, ער האט מחבר געווען הונדערטער פיוטים פון אלע סארטן; קדושתות - סעריע פון פיוטים אויף די הויכע שמונה עשרה פון שבת, יום טוב און אנדערע געלעגנהייטן, שבעתות – אויף די הויכע שמונה עשרה פון מוסף, מנחה און מעריב, קרובות פיוטים אויף די 18 ברכות פון שמונה עשרה, און אזוי אויך מערבית, קינות, הושענות, פיוטים אויף ברכת המזון און נאך. א גרויס טייל פון די פיוטים וואס ווערן געזאגט לויט די מנהג אשכנז זענען פון זיינע פיוטים. א חלק פון זיינע פיוטים זענען פארקורצט געווארן במשך פון די יארן. אין די קאהיר גניזה זענען געפונען געווארן נאך א גרויסע צאל פיוטים וואס זענען נישט געווען באקאנט ביז דאן.
זיינע פיוטים זענען אויסגעשטעלט אויף א קונסטליכער מייסטערהאפטיגן אופן, זיי זענען פון די ערשטע אין די אידישע היסטאריע וואס מען געפונט אויפ'ן גראם. אויך איז דער וואג אויסעגשטעלט מיט א פונקטליכער סיסטעם, א באשטימטע צייל ווערטער אין יעדן שורה, און א באשטימטע צאל שורות פאר יעדן גראם. זיין ווערטער-אויסוואל איז גאר ברייט, זיך באנוצנדיג מיט כינוים ("אזרח" אנשטאט אברהם, "נעקד" אנשטאט יצחק) און זעלבסט געבויטע טערמינען אויף א ברייטן פארנעם, ער האט זיך געטרויט צו שאפן פרישע ווערטער אין לשון הקודש, ער האט גענייט פעלים צו מאכן פאר שם עצם, און תארים פאר פעלים. אויך האט ער געפלאכטן די אקראסטיך ביי אלע פון זיינען פיוטים, לויט די אלף בית, תשר"ק, אלב"ם און אפטמאל אויך מיט זיין נאמען, און די נאמען פון זיין שטאט, צומאל האט ער באצייכנט מערערע פון די דערמאנטע. נאך א קונסט וואס ער האט געשאפן איז געווען דאס אויפבויען פיוטים באזירט אויף פסוקים פון תנ"ך[38].
די אינהאלט פון זיינע פיוטים זענען באזירט אויף מדרשים און מקורות פון חז"ל אריינגערעכנט לויט קבלה. די פיוטים פון קליר ווערן געברענגט אין די ווערטער פון רש"י[39] און תוספות[40] פילע מאל, ביי איין פאל באהאנדלט תוספות א הגה פון איין ואו אין די נוסח פון זיינס א פיוט.
דער אר"י הק' האט נישט געזאגט קיין שום פיוט פון די שפעטערדיגע דורות, אבער ער האט געזאגט אלע פיוטים און פזמונים וואס זענען פארפאסט געווארן דורך רבי אלעזר הקליר, און זענען געדרוקט אין די מחזורים פון נוסח אשכנז, וויבאלד די אלע פריערדיגע האבן מתקן געווען זייערע פיוטים עפ"י קבלה, און האבן געוואוסט וואס זיי האבן פארפאסט. ער האט דאס אויך געזאגט אינמיטן די ברכות פון יוצר אור, וויבאלד זיי זענען געווען תנאים[41]
רבי יהודה החסיד פארדאמט די וואס בייטן די אנגענומען פיוטים פונעם קליר אויף נייע פיוטים, ליינענדיג אויף זיי דעם פסוק: "אל תשיג גבול עולם אשר עשו אבותיך"[42].
רבינו תם ברענגט בשם זיין פאטער, וואס האט געהערט פון די גאוני לותיר, אז ווען דער קליר האט געמאכט דעם פיוט וחיות אשר הנה מרובעות כסא, איז געווען אין א וואלד, און א פייער האט געפלאקערט ארום אים.
דער אבן עזרא איז ארויס גאר שארף קעגן זיין ברייטע באנעמונג, און קריטיקירט אים אויף פיר פונקטן: דאס זיינע פיוטים זענען ווי חידות און משלים, און זייערע ערקלערונגען זענען פארהוילן; אז ער מישט אריין לשונות פון תלמוד וואס איז אויך באזירט אויף אנדערע שפראכן, אנשטאט זיך באנוצן מיט ריין לשון הקודש לויט לשון מקרא; אז טייל פון זיינע נייגונגען זענען נישט ריכטיג אויסגעהאלטן לויט די כללי הדקדוק; און אז ער טוישט ארום צווישן לשון זכר און לשון נקיבה אד"ג. ער פירט אויס אז מען זאל בלויז דאווענען אין די באשטימטע נוסח התפילה און נישט צולייגן קיין פיוטים[43].
ביבליאגראפיע
וויקימעדיע פונדאציע פּראיעקטן |
---|
טעקסט אויף וויקיביבליאטעק: מחבר:אלעזר הקליר |
- רבי אהרן היימאן, "ר' אלעזר הקליר", תולדות תנאים ואמוראים, לאנדאן תר"ע
- רבי אלעזר הקליר, אין "אנציקלופדיה יהודית" אויף "דעת"
- "רבי אלעזר הקליר", JewishEncyclopedia.com (ענגליש)
- אליעזר קליר אין בלאג "The Seforim Blog" (ענגליש)
- ליסטע ארטיקלען איבער אלעזר ברבי קליר אויף רמב"י
- ר' אלעזר הקליר, קאפיטל אין סעריע פון די ערשטע פיוטים, אהרן מירסקי, "דעת" וועבזייטל
- פיוטי אלעזר בירבי קליר, אויף הזמנה לפיוט וועבזייטל
- הרב נפתלי יעקב הכהן, "ר' אלעזר הקליר הפייטן", אוצר הגדולים אלופי יעקב, חלק ב, חיפה, תשכ"ז-תש"ל, עמ' רלו-רלט, אות תתלה
- נפתלי פלינטנשטיין, קולמוס - 029, ירושלים: מוסף תורני - משפחה, תשס"ה
- אברהם מאיר הברמן, "אלעזר הקלירי", תולדות הפיוט והשירה, רמת גן, תש"ל
- גוטע נקודה (ניק) ,"א בליק אריין אין פיוטים ויוצרות", ר' אלעזר הקליר, ארטיקל אויף אייוועלט
ביאורים
- ↑ אויף די סיבה פארוואס זיינע פיוטים ווערן נישט דערמאנט אין חז"ל, איז דא וואס ענטפערן אז אויך די פיוט אתה כוננת פון יוסי בן יוסי ווערט נישט געברענגט אין חז"ל, טראץ וואס מען קען עס נוצן אלס ראיה פאר די שיטות, נאר פון דעם זעט מען אז די פיוטים זענען נישט געווען קיין נחלת הכלל אין יענער צייט, נאר יעדער האט עס געמאכט פאר זיך אליין, און הערשט שפעטער איז עס פארשפרייט געווארן[8]. אנדערע טענה'ן אז עס איז בכלל נישט געווען איינגעפירט בימי חז"ל צו פארפאסן פיוטים לויט'ן גראם[9]. און אז ער ברענגט אויך פון שפעטערדיגע מדרשים
- ↑ אנדערע ענטפערן אז אז זיין וועג איז צו דיכטן אויף קריאת התורה פונעם טאג, און קריאת התורה (ביי מפטיר) פון די צוויי טעג פון ר"ה איז גלייך[13][14]
- ↑ איבער דעם מנהג פון געבן צו עסן פאר קינדער קוכן מיט פסוקים, ברענגט רבי אלעזר בעל הרוקח א מנהג צו פיטערן די קינדערן מיט קוכן און דערויף פסוקים פון ישעיהו נ', ד-ה און יחזקאל ג, ג ביים אריינגיין צו לערנען תורה שבועות ביינאכט.
- ↑ אן ענליכער ערשיינונג איז געפונען געווארן אויך אין אנדערע שפראכן; אזוי צום ביישפיל, די אידישע פאמיליע נאמען "קאפלאן" קומט פון א באגריף אויף א רעליגע מענטש אין איטעליעניש
רעפערענצן
- ↑ אויך קיליר[מקור פארלאנגט]
- ↑ רבי אפרים מבונא
- ↑ געברענגט אין שבלי הלקט, סימן כח; און אין מחזור ויטרי, סי' שכה
- ↑ ויקרא רבה, פרשה ל'
- ↑ שו"ת הרשב"א א' תס"ט
- ↑ זעט תוספות, חגיגה יג, א, ד"ה ורגלי. ווערט אויך געברענגט אין מחזור ויטרי סימן שכה, אור זרוע הלכות ק"ש סימן יט און אין שבלי הלקט סימן כח
- ↑ מסכת ברכות פרק ה סימן כא. זעט דארט אין מעדני יום טוב סק"ה
- ↑ שו"ת נודע ביהודה, אורח חיים, סימן קיג, הגה מבן המחבר
- ↑ שו"ת תשובה מאהבה, או"ח סימן א
- ↑ דער יעב"ץ אין זיין ספר קולן של סופרים (חגיגה יג.) ברענגט אין נאמען פון אר"י, אז ער איז געווען א גלגול פון ר' אלעזר ברבי שמעון, און נישט ממש ער אליין, דער חיד"א ברענגט עס אין זיין נאמען (מחזיק ברכה או"ח קיב, יג). אבער דער מנחת אלעזר (שו"ת מנחת אלעזר, סימן יא) באמערקט אויף זיינע ווערטער אז דער אר"י האט נישט אזוי געשריבן, נאר ער האט געשריבן אז עס איז יא ממש ער
- ↑ שו"ת הרדב"ז חלק ג סימן תקל"ב
- ↑ זעט איבער דעם אין שו"ת נודע ביהודה או"ח סימן קיג, און די הגה פון רבי יוסף שאול נאטאנזאהן דארטן
- ↑ זעט: פליישער, תרביץ נב, עמ' 237 ואילך, און עמ' 258 און ווייטער. זעט אויך די פיוטים אויף ראש השנה מיט די רעדאגירונג פון שולמית אליצור, ירושלים תשע"ד, עמ' 161
- ↑ עס ווערט געברענגט אין בעל המאור ראש השנה דף ג עמוד א. זעהט: מ"ד הר, 'על שני ימים של ראש השנה בארץ ישראל', תרביץ נ"ג (תשמ"ד), עמ' 124 ואילך; און זעהט אויך פליישער, 'הערה להארה: בדבר שני ימים של ראש השנה בארץ ישראל', שם עמ' 293 ואילך.
- ↑ שו"ת רבינו גרשום מאור הגולה סימן א', ספר הפרדס הגדול לרש"י סימן קעד
- ↑ זעט שלמה יהודה ראפאפארט, תולדות גדולי ישראל, ירושלים, תש"ך
- ↑ שו"ת נודע ביהודה, אורח חיים, סימן קיג, הגה מבן המחבר, שו"ת זכרון יוסף, יוסף בן מנחם שטיינהארט, שאלה יג-יד
- ↑ זעט רבי וולף היידנהיים, מחזור <רעדלהיים, אשכנז>, שבועות; שו"ת זכרון יוסף, יוסף בן מנחם שטיינהארט, שאלה יג-יד
- ↑ רב סעדיה גאון, ספר האגרון, זכרון לראשונים, עמוד נ; שבלי הלקט, סימן כח
- ↑ רב נטרונאי גאון, חמדה גנוזה - תשובות הגאונים (תרכ"ג), ירושלים, תרכ"ג
- ↑ זעהט צום ביישפיל: עזרא פליישער, "לוח מועדי השנה בפיוט לר' אלעזר בירבי קליר", תרביץ נב [ב] (טבת תשמ"ג), עמ' 254–257.
- ↑ שולמית אליצור, סוד משלשי קודש, האיגוד העולמי למדעי היהדות, ירושלים תשע"ט, עמ' 697–703.
- ↑ זעהט פליישער, 'פיוט על סדרי התקיעה', תרביץ שנה נ"ד חוברת א', הערה 14.
- ↑ זעהט אויך: חיים סיימונס, "הבדלים בקריאת הפרשיות בין בני א"י ובין בני חו"ל", סיני קו (1990), עמ' לד
- ↑ עזרא פליישר, "לפתרון שאלת זמנו ומקום פעילותו של ר' אלעזר בירבי קיליר", תרביץ נד [ג] (ניסן תשמ"ה), עמ' 383–427.
- ↑ Hillel I. Newman, "Apocalyptic Poems in Christian and Jewish Liturgy in Late Antiquity", in Brouria Bitton-Ashkelony and Derek Krueger (eds.), Prayer and Worship in Eastern Christianities, 5th to 11th Centuries, London 2016, pp. 244-248.
- ↑ "ḲALIR, ELEAZAR". האנציקלופדיה היהודית (in ענגליש). 1906. Retrieved 30 September 2013.
- ↑ ערוך ערך קלר. [ג]
- ↑ פסיקתא דרב כהנא, פיסקא י, ויהי בשלח
- ↑ שד"ל ציטירט דעם געדאנק פון רבי משה לנדאו, אייניקל פון נודע ביהודה, אין זיין פירוש אויפ'ן ספר הערוך "מערכי לשון".
- ↑ די גריכישע ווארט κλήρος און איר פשוטע טייטש מיינט א טייל פון א באדן, א גורל, א קארטע אדער אן אסימון וואס נוצט פאר א הגרלה, א פארמעגן אדער א זאך וואס מען באקומט ביי א הגרלה, און דאס גלייכן. א פארבינדענע באגריף צו די ווארט אין גריכיש איז ירושה, ווען κληρονομος איז א ווארט פארן יורש - ווער עס באקומט פארמעגן ביי די הגרלה אדער ביי די ירושה.
- ↑ רבי יוסף שטיינהארט, שו"ת זכרון יוסף, שאלה יג-יד
- ↑ רבי יום-טוב ליפמאן העלער, מעדני יום טוב, מסכת ברכות פרק ה סימן כא, סק"ה
- ↑ בראשית רבה, יא, ד
- ↑ רבי אלעזר פלעקלש, שו"ת תשובה מאהבה, או"ח סימן א
- ↑ רבי יוסף שטיינהארט, שו"ת זכרון יוסף, שאלה יג-יד
- ↑ זע דארט אין רש"י "וילכדה עתניאל - לקרית ספר, ומאי קרית ספר הלכות"
- ↑ משה יהודה רוזנווסר, השיר והשבח, ירושלים, תשעה, עמ' תקה (באגרעניצט צו באַצאָלטע אַבאָנענטן)
- ↑ בראשית ל כב, יומא סז, יחזקאל מב און מג, תהלים מב, איכה פסוק זכור, דניאל ח יד
- ↑ זע צום ביישפיל: תוספות מסכת ראש השנה דף כז עמוד א, ד"ה כמאן; מסכת מגילה דף כה עמוד א, ד"ה מפני; מסכת חגיגה, דף יג עמוד א, ד"ה ורגלי; מסכת חולין, דף ק"ט עמוד ב', ד"ה נדה; און אויך שבלי הלקט מילה סימן ז; און מלחמות השם (רמב"ן) מסכת יומא, דף א עמוד א
- ↑ שער הכוונות, דרושי עלינו לשבח
- ↑ ספר חסידים (מרגליות) סימן קיד
- ↑ אבן עזרא קהלה ה א