אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:שבת הגדול"
קפיצה לניווט
קפיצה לחיפוש
ק (דעסקריפציע: שבת פאר פסח) |
אין תקציר עריכה |
||
שורה 23: | שורה 23: | ||
[[he:שבת הגדול]] | [[he:שבת הגדול]] | ||
[[קאַטעגאָריע:וויקידאטא דעסקריפציע]] | [[קאַטעגאָריע:וויקידאטא דעסקריפציע]] | ||
[[קאַטעגאָריע:ספעציעלע שבתים]] |
רעוויזיע פון 10:07, 24 יוני 2024
דער שבת פאר פסח הייסט שבת הגדול. עס איז דא פארשידענע פירושים פארוואס מ'רופט אים שבת הגדול.
- ווייל מען זאגט אין דער הפטורה פון דעם שבת דעם פסוק "הנה אנוכי שולח לכם את אליהו הנביא לפני בוא יום ה' הגדול והנורא" מלאכי, ג, כ"ג (מהרש"ל)
- די אידן זענען באפוילן געווארן אין דער תורה "שה לבית אבות שה לבית" (שמות, י"ד ד') שטייט אין מדרש אמרו בני ישראל: " הן נזבח תועבת מצרים לעיניהם ולא יסקלונו"! אמר להם הקב"ה: עתה תראו הנס הגדול שאעשה. און די מצריים האבן טאקע נישט געטשעפעט די אידן. זכר לנס רופט מען אים שבת הגדול.
- ווייל דעם שבת האבן די אידן מקיים געווען דעם ערשטן באפעל פון באשעפער, רופט מען דעם טאג הגדול אזוי ווי א בר מצוה בחור ווערט א גדול. (אבודרהם, מביא בספרו "פירוש הברכות והתפילות").
- עס איז געווען אמאל א מנהג צו באקן גרויסע חלות פון אלע מעהל וואס איז געבליבן פון א גאנץ יאר. די "גרויסע" חלות האט מען צוטיילט פאר ארימע לייט.
- דער גדול העיר זאגט א דרשה דעם שבת, רופט מען אים שבת הגדול.
- עס איז דא וואס זאגן אז באמת רופט מען דעם שבת "שבת הגדה" אויף דעם וואס די אשכנזים ליינען די הגדה דעם שבת, בטעות איז עס געווארן במשך די דורות פון הגדה צו הגדול.
- ווייל די תורה זאגט "וספרתם לכם ממחרת השבת", רופט מען דעם שבת "שבת הגדול" צו זאגן אז מען דארף אנהייבן "ספירה" נאך דעם ערשטן טאג יו"ט (שבת הקטן) נישט שבת (שבת הגדול). (מהרש"ל)
מנהגים פון שבת הגדול
- אין יעדער געמיינדע איז איינגעפירט אז דער רב גיט איבער א דרשה פאר'ן עולם.
- אשכנזים זאגן א טייל פון דער הגדה של פסח ביז "לכפר על כל עוונותינו".
- מען ליינט א באזונדערע הפטורה (פון מלאכי ג') "וערבה לה' מנחת יהודה וירושלים".
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!