אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:רבי אברהם יהושע העשיל (אפטא)"
(←דרויסנדע לינקס: פארברייטערט) |
(←דרויסנדע לינקס: פארברייטערט) |
||
שורה 97: | שורה 97: | ||
*[http://www.zadikim.org/index.asp?catID=17058&siteLang=3 רבי אברהם יהושע העשיל מאפטה] בעל האוהב ישראל, באתר [http://www.zadikim.org אהלי צדיקים] | *[http://www.zadikim.org/index.asp?catID=17058&siteLang=3 רבי אברהם יהושע העשיל מאפטה] בעל האוהב ישראל, באתר [http://www.zadikim.org אהלי צדיקים] | ||
*{{HebrewBooks|ישראל מרדכי טייטלבוים|שלשלת היוחסין|29140|סדר היחוס של רבי אברהם יהושע העשיל מאפטא}} | *{{HebrewBooks|ישראל מרדכי טייטלבוים|שלשלת היוחסין|29140|סדר היחוס של רבי אברהם יהושע העשיל מאפטא}} | ||
*[https://tablet.otzar.org/#/b/620773/p/1/t/1681475111082/fs/0/start/0/end/0/c/1681475540988 תולדות] בהוצאת מכון שפתי צדיקים. | *[https://tablet.otzar.org/#/b/620773/p/1/t/1681475111082/fs/0/start/0/end/0/c/1681475540988 תולדות] בהוצאת מכון שפתי צדיקים, ירושלים, תשע"ו. | ||
;כתביו | ;כתביו | ||
רעוויזיע פון 12:35, 14 אפריל 2023
געבורט |
1748 תק"ח | ||
---|---|---|---|
פטירה |
24סטן אין מערץ 1825 ה' בניסן תקפ"ה | ||
מקום קבורה | מעזעביזש | ||
וואוין אָרט | דזימיגראד, קאלבאסאוו, אפטא, יאסי, מעזעביזש | ||
טעטיגקייט אָרט | קאלבאסאוו, אפטא, יאסי, מעזעשביזש | ||
|
רבי אברהם יהושע העשיל פון אפטא (ווערט אויך אנגערופן אפטא'ער רב; דער אוהב ישראל, אויפן נאמען פון זיין ספר); (תק"ח, 1748 – ה' בניסן תקפ"ה, 24סטן אין מערץ 1825) איז געווען א רבי, דער ערשטער אין שושלת אפטא-זינקוב (מז'יבוז') און קאפיטשניטץ.
ביאגראפיע
געבוירן אין יאָר ה'תק"ח צו רבי שמואל איידעם פון רבי יעקב פון טאָרטשין[1], און פון די אויסגעצייכנטע תלמידים פון רבי אלימלך פון ליזענסק. האט געדינט אלס רב און אדמו"ר אין קאָלבאסאָוו וואס איז אין גאליציע, אין אפטא וואס איז אין פוילן, אין יאסי וואס איז אין מאלדאווע, און אין מעזעביזש אין פּאָדאָליע (אוקראינא). אין זיינע לעצטע יארן איז ער געווען דער זקן האדמו"רים אין זיין דור, און זיין מיינונג איז געווען פאררעכנט ביי אלע חסידים.
דער אפטא'ער רב איז געווען פון די בארימטע רבנישע משפחות פון ביידע עלטערן, און זיין פאטער הרב שמואל וועלכער האט געדינט אלס רב פון ניישטאט, איז געווען איינער פון די חשוב'סטע רבנים פון פוילן. שוין אין די קינדער יארן האט ער ארויסגעוויזן גרויסעע פעאיקייטן. ער האט געלערנט ביי רבי אלימלך פון ליזענסק, און איז געווען באקאנט אלס א גרויסער למדן אין גמרא. ער האט אנגעהויבן זיין קאריערע אלס רב פון דער שטעטל [קאָלבאסאָוו]] אין פּוילן. אום ה'תק"ס האָט ער מסכים געווען צו ווערן באַשטימט צו ווערן רב אין אפטא. אום ה'תקס"ח איז ער פאררופן געווארן דורך דעם באַנקיר דער חסיד יחיאל דניאל צו דינען אלס רב אין יאסי, וועלכער האט אויך צוגעזאגט צו צושטעלן א הויז וואו ער וועט קענען אויפנעמען די וואס וועלן קומען לערנען תורה מיט אים.
ער האט זי געשטעלט קעגן עטליכע דרוקן פון אנדערע חסידישע געריכטן ווי פאלגנד: ער האט נישט מסכים געווען מיט די באוועגונג פון רבי צבי הירש פון זידיטשוב און איז געווען קעגן זיין איניציאטיוו איבערצודרוקן און ווידער פארשפרייטן דעם ספר הזוהר [2].
אזוי אויך האט ער זיך קעגן געשטעלט[א] די וואס האבן געוואלט דרוקן דעם ספר המשלים פון רבי נחמן מברסלב, ווייל ער האט געגלייבט אז אין די משלים זענען פארשפארט זייער טיפע סודות און אין א שפראך וואס איז שווה לכל נפש וואָס איז ינאַפּראָופּרייט [ב][3].
אין יאר ה'תקע"ג[4], נאך וואס אין קהילה אין יאסי איז געווארן מחלוקת, און אין מעזעביזש איז דער פלאץ ליידיג געווארן[אויסקלארונג פארלאנגט] האט ער זיך באזעצט אין מעזעביזש וואו עס זענען געווען אסאך חסידים נעבן אים. ער האט װײטער געהאלטן קאנטאקטן מיט די חסידישע קהילות פון מאלדאװע, און ער צומאל אויך גערופן געװארן צו לײזן הלכות פראבלעמען. זיין מערסטאויסגעצייכנט שטריך איז געווען זיין ליבשאפט צו אידן[מקור פארלאנגט]
איז בארדיגט געווארן אין בית החיים אין מעזעביזש נעבן דעם בעל שם טוב אין דיעם זעלבן אוהל. די חסידישע לעגענדע זאָגט, אַז מלאכים האָבן געטראָגן זײַן קערפער און בארדיגט אין בית החיים אין טבריה ווי דארט איז געשטעלט געווארן אַ סימבאָלישן שטיין לכבוד אים. א בית מדרש איז געגרינדעט געווארן אין יאסי אויף זיין נאמען.
פאמיליע
- רבי יצחק מאיר פון זינקאוו, אוועק א' אדר ה'תרט"ו אין עלטער פון 79 יאר, האט געהאט איין זוהן:
- רבי משולם זוסיא פון זינקאוו, אוועק ג' אלול ה'תרכ"ד אין עלטער פון 52 יאר.
- זיין איידעם הרב שמואל אשכנזי, שווער פון רבי יהושע רוקח פון בעלזא.
- רבי יוסף משה פון מעזעביזש.
- הרבנית יוכבד, פרוי פון רבי דן יונגרלייב זוהן פון רבי יצחק פון ראדוויל, זוהן פון רבי יחיאל מיכל פון זלאטשאוו, זיי האבן געהאט צוויי טעכטער און דריי זוהן:
- זיין זוהן רבי לוי (משה יהודה) פון ראדוויל[5].
- זיין זוהן רבי אברהם מאיר פון ביאלוברזיג, אוועק אום ה'תרי"ב, איידעם פון רבי יצחק פון ווארקא.
- זיין זוהן רבי שמואל יחיאל פון בוטושאן, געווען ממלא מקום פון זיין טאט'ן.
- זיין טאכטער הרבנית בלומה רייזל פרוי פון רבי שלום יוסף פרידמן עלסטער זוהן פון רבי ישראל פון רוזשין.
- זיין טאכטער פרוי פון רבי יצחק טווערסקי פון סקווירא.
- זיין איידעם רבי ישראל פון ליטשניץ.
- זיין זוהן רבי יוסף פון טיברוב.
- זיין איידעם רבי משה צבי פון סטאנאוויטש.
- זיין איידעם רבי מנחם נחום פון לויעוו זוהן פון רבי אהרן פון טשערנאביל.
- זיין איידעם רבי משה צבי פון סטאנאוויטש.
- זיין זוהן רבי יוסף פון טיברוב.
- זיין איידעם רבי מרדכי אורנשטיין
- זיין זוהן רבי יעקב יואל איידעם פון רבי משה אליקים בריעה האפשטיין פון קאזניץ
- זיין זוהן רבי ישראל.
- זיין זוהן רבי אברהם יהושע העשיל פון מאגלאניצע.
- זיין זוהן רבי ישראל.
- זיין זוהן רבי יעקב יואל איידעם פון רבי משה אליקים בריעה האפשטיין פון קאזניץ
באקאנטע תלמידים
- רבי ישכר דב פון ראדאשיץ.
- רבי אשר ישעיה רובין.
- רבי שמואל פון קאמינקא.
- רבי חיים מאיר יחיאל שפירא (מוגלניצא).
- רבי משה צבי פון סאווראן.
- רבי צבי אלימלך שפירא.
- רבי משה טייטלבוים (הראשון).
- רבי יצחק אייזיק ספרין.
- רבי פנחס לרנר פון דינוביץ, מחבר ספר שפתי צדיקים.
זיינע ספרים
- "אוהב ישראל" (ז'יטומיר תרכ"ה), וואס מיט אויף דעם איז ער פאררופן געווארן דער "אוהב ישראל".
- "תורת אמת" (לבוב תרי"א).
- אגרות האוהב ישראל, בהוצאת מכון שפתי צדיקים, ירושלים תש"ס.
צו ליינען מער
- יצחק אלפסי, הרב מאפטא בעל אוהב ישראל, "תולדותיו, קורות חייו, אמרותיו, בניו וצאצאיו", בהוצאת מכון שפתי צדיקים, ירושלים תשמ"א.
- רבי שלום חיים פרוש, "רבי אברהם יהושע העשיל מאפטא", בתוך: אור יקרות, חלק שני עמ' פג-קב, ירושלים תשנ"ח.
דרויסנדע לינקס
וויקימעדיע פונדאציע פּראיעקטן |
---|
ציטאַטן אויף וויקיציטאט: אברהם יהושע השיל מאפטא |
- שמואל יוסף פין, הערך "הר"ר אברהם יהושע העשיל", בתוך: כנסת ישראל, ורשה תרמ"ז, עמ' 12
- רבי אברהם יהושע העשיל (אפטא), אין "אנציקלופדיה יהודית" אויף "דעת"
- רבי אברהם יהושע העשיל מאפטה בעל האוהב ישראל, באתר אהלי צדיקים
- ישראל מרדכי טייטלבוים, שלשלת היוחסין, סדר היחוס של רבי אברהם יהושע העשיל מאפטא
- תולדות בהוצאת מכון שפתי צדיקים, ירושלים, תשע"ו.
- כתביו
- ספרו "אוהב ישראל" באתר היברובוקס.
- ספרו "תורת אמת" באתר היברובוקס.
רעפערענצן
- ↑ אוועק י"ט סיון ה'תקמ"ה.
- ↑ דור דעה זייט רעב.
- ↑ א. מ. הברמן, 'קבוצי יחד', ירושלים תש"מ, זייט 134.
- ↑ אוהב ישראל הוצאת פאר מקדושים, תולדות, זייט 44.;תולדות האוהב ישראל, מכון שפתי צדיקים אויף אוצר החכמה זייטל.
- ↑ זיין אור אייניקל איז געווען רבי יחיאל מיכל מעכלאוויטש הי"ד פון בראד-קלויזנבורג.
פריערדיגער: {{{פאריגער}}} |
אדמו"רי אפטא-זינקוב | קומענדיגער: {{{נעקסטער}}} |
*
קטגוריה:רבנים פולנים
*
קטגוריה:מחברי ספרי חסידות
קטגוריה:רבנים אוקראינים
קטגוריה:תלמידי רבי אלימלך מליז'נסק
קטגוריה:רבנים מולדובים
קטגוריה:מז'יבוז': רבנים
קטגוריה:רבנים גליציאנים
קטגוריה:נשיאי כולל ווהלין
קטגוריה:רבנים שנפטרו בחודש ניסן
[[{{{1}}}|ו{{{1}}}]]
ציטירן פאנטשער: ס'זענען דא <ref>
טעגס פאַר א גרופע וואס הייסט "hebrew", אבער מ'האט נישט געטראפן קיין <references group="hebrew"/>
טעג אנטקעגן, אדער א שליסנדיגער </ref>
פעלט.