אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "דרעפט:קאפל"

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
ק (צוגעלייגט קאַטעגאָריע:דרעפטס דורך HotCat)
ק (החלפת טקסט – "קאַטעגאָריע:דרעפטס" ב־"{{דרעפט}}")
שורה 37: שורה 37:
{{רעפערענצן}}
{{רעפערענצן}}


[[קאַטעגאָריע:דרעפטס]]
{{דרעפט}}

רעוויזיע פון 22:31, 28 אפריל 2023

בס"ד

א קאפל אדער יארמולקע איז א קאפ צודעק וואס אידישע מענער האבן אן אין אלע צייטן. אין רוב מקומות טוט מען עס אן פאר אינגלעך פון די דריי יאר אלט, און מען נעמט דאס קיינמאל נישט אראפ.

מקור

אין תנ"ך

אין תנ"ך טרעפט מען נישט אן אפענער איסור צו גיין מיט אן אנטבלויזטן קאפ, אבער די פוסקים לייגן עס אריין אינעם פסוק 'ובחוקותיהם לא תלכו'.

אין חז"ל

פון די עטליכע מאל וואס עס ווערט דערמאנט אין ש"ס דער באגריף פון צודעקן דעם קאפ קומט אויס אז קינדער און אפילו ערוואקסענע זענען נישט געגאנגען מיט א צוגעדעקטן קאפ, נאר עס זענען געווען, בעיקר תלמידי חכמים, וואס זענען אלעמאל אזוי געגאנגען אלס חומרא.

פאלגנד זענען די פלעצער אין גמרא וואס דערמאנען דעם ענין פון א קאפ-צודעק:

  1. רב הונא בריה דרב יהושע איז נישט געגאנגען פיר אמות מיט אן אנטבלויזטן קאפ, זאגנדיג: שכינה למעלה מראשי – די שכינה איז העכער מיין קאפ[1].
  2. רב הונא בריה דרב יהושע האט געזאגט: איך וועל באקומען שכר פאר דעם וואס איך גיי נישט קיין פיר אמות מיט אן אנטבלויזטן קאפ[2].
  3. רב כהנא האט גענומען א 'סודרא' (דער קאפ-צודעק פון די תלמידי חכמים) פאר א פדיון הבן, זאגנדיג: עס איז מיר ווערד אזוי ווי פינף סלעים (וואס מען איז מחויב צו געבן פאר א פדיון הבן). די גמרא לייגט צו: דאס איז נאר פאר אנגעזעהענע מענטשן, אבער נישט פאר סתם מענטשן[3]. רש"י איז מסביר: אן אנגעזעהענער מענטש גייט נישט מיט אן אנטבלויזטן קאפ.
  4. א שטערן-זעער האט געזאגט צו דער מוטער פון רב נחמן בר יצחק: דיין זון וועט אויסוואקסן א גנב. האט זי אים נישט געלאזט גיין מיט אן אנטבלויזטן קאפ. זי האט אים געזאגט: דעק צו דיין קאפ, כדי דו זאלסט האבן יראת שמים, און זיי מתפלל אז דער יצר הרע זאל נישט געוועלטיגן אויף דיר. רב נחמן האט אבער נישט געוואוסט פארוואס זי זאגט אים דאס. איין טאג האט ער געלערנט אונטער א טייטל-בוים, איז אראפגעפאלן זיין קאפ-צודעק, האט רב נחמן אויפגעהויבן זיינע אויגן און געזען די טייטלען פונעם בוים (וואס האט באלאנגט צו א פרעמדן[4]), און זיין יצר הרע האט זיך געשטארקט אויף אים. ער האט זיך ארויפגעדראפעט אויפ'ן בוים, און אראפגעריסן א צאל טייטלען מיט זיינע ציין[5].
  5. די משנה פסק'נט: איינער וואס מאכט א נדר אז ער וועט נישט הנאה האבן פון שווארצע קעפ (–האר), טאר נישט הנאה האבן פון מענער, סיי מיט אויסגעקראכענע האר און סיי אלטע מענטשן, אפילו אויב זיי האבן נישט שווארצע קעפ, אבער ער מעג הנאה האבן פון פרויען און קליינע קינדער, ווייל נאר די מענער ווערן אנגערופן 'שווארצע קעפ'. איז די גמרא מסביר, ווייל נאר מענער זעט זיך אן ווען איינער האט שווארצע האר. אבער קינדער האבן אלעמאל אנטבלויזטע קעפ, דערקענט מען נישט[אויסקלארונג פארלאנגט] ווען עס איז שווארץ, און פרויען פארדעקן אלעמאל זייערע האר, זעט מען קיינמאל נישט די שווארצע האר[6].

אין זוהר הקדוש[7] שטייט: מען טאר נישט דערמאנען דעם באשעפער'ס נאמען מיט אן אנטבלויזטן קאפ.

אין די ראשונים

שיטת המהר"ם מרוטנבורג

פון די ראשונים קומט אויך אויס אז גיין צוגעדעקט דעם קאפ איז נישט מעיקר הדין נאר א מידת חסידות. איינער פון די פילע פסקים וואס רבי שמשון בר צדוק ברענגט אראפ אין תשב"ץ קטן, וואס ער האט געפרעגט פון זיין רבי'ן דער מהר"ם פון רוטנבורג זייענדיג אין טורמע, איז דעם פסק[8]: עס איז נישט אסור צו גיין מיט אן אנטבלויזטן קאפ. און דאס וואס רב כהנא בריה דרב יהושע זאגט אז ער וועט באקומען שכר פארן נישט גיין מיט קיין אויפגעדעקטן קאפ פיר אמות, דאס איז א מידת חסידות, ע"כ. אויך דער כל בו[9] ברענגט אראפ דעם פסק פונעם מהר"ם פון רוטנבורג.

אין תשובות מהרי"ט צהלון[10] שרייבט ער שארף אויף מקילים וואס האבן ארויסגענומען פון מהר"ם מרוטנבורג און רבינו פרץ ז"ל א היתר צו גיין אן א קאפל: "איך האב געהערט און איך בין אויפגעשוידערט געווארן אויף די תלמידי חכמים מיט שווארצע (אנטבלויזטע) קעפ וואס זוכן אינעם בית יוסף צו טרעפן א שיטה וואס איז מקיל, צו קענען נאכלאזן פון איינגעפירטע הלכות, און אראפפירן פון וועג די אידישע קינדער וואס גייען נאך אויף גלייכע וועגן, און זיי אויסלערנען פארקרומטע וועגן, און די פרומקייטן וואס אידן פירן זיך שוין, לערנען זיי אויס עס אפצולאזן…".

און דאן איז ער מסביר אז מען קען זיך נישט פארלאזן אויף דעם מהר"ם און רבינו פרץ מקיל צו זיין, ווייך דער מהר"ם רעדט נאר פון א מרחץ, אדער נישט-ריינע ערטער, וואס די הלכה ערלויבט נישט צו טראכטן דארט אין לערנען, דארט איז נישט דא די בחינה אז די שכינה איז העכער דעם קאפ, דארט איז דא דעם היתר נישט אנצוטון א קאפל. אבער סתם גיין אין גאסאן א קאפל, איז אן איסור גמור. מען דארף אויף דעם מוחה זיין פונקט ווי אויף יעדן איסור דאורייתא.

אין שול / דערמאנען ג-ט'ס נאמען

דער כל בו[11] ברענגט אז רבינו פרץ האט גע'פסק'נט אז מען זאל מוחה זיין נישט אריינצוקומען אין שול בגילוי ראש.

רבינו ירוחם[12] פסק'נט, אז מען טאר נישט מאכן א ברכה מיט אן אנטבלויזטן קאפ.

מ'האט אנגעפרעגט דעם מהרש"ל[13] אויב עס איז שווער פאר איינעם, צו מעג ער עסן בגילוי ראש. נאך א לענגערען שמועס קומט דער מהרש"ל צו צו זיין פסק, אז מצד הדין איז נישט קיין איסור צו מאכן א ברכה אן א קאפל, נאר עס איז א מדת חסידות צו צודעקן דעם קאפ אונטערן פרייען הימל אדער ווען מען דערמאנט דער באשעפער'ס נאמען. אבער איינמאל די וועלט האלט איינעם וואס גייט אן א קאפל אלס קל און אויסווארף, זאל א תלמיד חכם זיין געווארנט און נישט לערנען אפילו ביי זיך אין שטוב אן א קאפל, טאמער וועט אים אן עם-הארץ באמערקן און פאררעכענען אלס קל. אבער ווען מ'האט נישט אן א קאפל און מ'וויל מאכן א ברכה, ווי ביינאכט אדער אין וואנע, איז גענוג זיך צו צודעקן דעם קאפ מיט די הענט.


רעפערענצן