אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:פרשת מסעי"

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
ק (אוועקגענומען קאַטעגאָריע:אומבאקוקט דורך HotCat)
צייכן: באקוקט
ק (בוט העברות האט באוועגט בלאט פרשת מסעי צו רוי:פרשת מסעי אן לאזן א ווייטערפירונג: סינון)

רעוויזיע פון 23:01, 8 יאנואר 2023

מסעי איז די צענטע און לעצטע סדרה אין ספר במדבר. די סדרה הייבט אן קאפיטל ל"ג פסוק א' און ענדיגט ביים סוף פונעם ספר קאפיטל ל"ו פסוק י"ג.

בדרך כלל ליינט מען פרשת מסעי צוזאמען מיט דער פריעדיקער פרשה, מטות. נאר זעלטן זענען די צוויי סדרות באזונדער, אין אן עיבור יאר, ווען ראש השנה געפאלט דאנערשטאג, ד"ה א יאר מיטן קביעות השג אדער החא. אויך אין ארץ ישראל, ווען פסח געפאלט שבת, ד"ה א יאר מיטן קביעות בשז אדער גכז. אזוי וועט אויסקומען אז מען וועט קענען ליינען פרשת דברים דעם שבת פאר תשעה באב.[1]

ביים סוף פונעם ליינען, וואס איז דער סיום פון ספר במדבר, זאגט דער עולם הויך "חזק חזק ונתחזק".

טעמעס אין דער סדרה

  • די מסעות פון די אידן אין מדבר, אויסרעכענענדיק אלע 42 סטאנציעס. (אין טייל קהילות איז דער מנהג צו ליינען די מסעות שבת אין דעם ניגון פון דער שירה.)
  • די מצוות ביים אריינגיין אין ארץ ישראל:
    • פארטיליקן די עבודה זרה'ס
    • אויסרעכנען די גרעניצן פון ארץ ישראל
    • באשטימען די נשיאים וואס וועלן טיילן ארץ ישראל צו די שבטים
    • די שטעט פון די לוויים און די ערי מקלט
    • די דינים פון א רוצח (מערדער) וואס הרג'עט בשוגג
  • די טענה פון שבט מנשה אז זיי וועלן פארלירן א טייל פון זייער ירושה אין ארץ ישראל טאמער די בנות צלפחד, וואס האבן גע'ירשנט א חלק, וועלן חתונה האבן מיט א מאן פון א פרעמדן שבט, וועט אריבערגיין זייער מאיאנטעק אוועק פון שבט מנשה צום צווייטן שבט. האט משה רבנו געעצה'ט אז זיי זאלן חתונה האבן מיט מענער פון שבט מנשה, און אזוי האבן זיי טאקע געטון.

הפטורה

מען ליינט די צווייטע הפטורה פון די תלת דפורענותא (די הפטורות פון די דריי וואכן), "שמעו", ירמיה פון קאפיטל ב' פסוק ד' ביז פסוק כ"ח.

רעפערענצן

  1. שלחן ערוך אורח חיים תכח:ד "ט' באב קודם ואתחנן"


דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!