אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רבי אברהם שמואל בכרך"
ק (תנא קמא האט אריבערגעפירט בלאט רוי:רבי אברהם שמואל בכרך צו רבי אברהם שמואל בכרך אן לאזן א ווייטערפירונג) |
אין תקציר עריכה |
||
| (7 צווישנדיגע ווערסיעס פונעם זעלבן באַניצער נישט געוויזן) | |||
| שורה 17: | שורה 17: | ||
שהי' גדול ליהודים, אב"ד ור"מ בק"ק | שהי' גדול ליהודים, אב"ד ור"מ בק"ק | ||
טורבין קעלין פארליץ ובווירמס | טורבין קעלין פארליץ ובווירמס | ||
הבירה בגולה הלך | הבירה בגולה הלך ולגערנסהיים | ||
נשאוהו רגליו הערבונים וימת | נשאוהו רגליו הערבונים וימת | ||
שמואל בן ארבעים שנים ונקבר | שמואל בן ארבעים שנים ונקבר | ||
ביום ג בחודש זיו זיו' פ̇נ̇ה̇ | ביום ג בחודש זיו זיו' '''פ̇נ̇ה̇''' | ||
א̇ו̇ר̇ו̇ כ̇ב̇ה̇ לפק ת̇נ̇צ̇ב̇ה̇}} | '''א̇ו̇ר̇ו̇ כ̇ב̇ה̇''' לפק ת̇נ̇צ̇ב̇ה̇}} | ||
ר' שמואל בכרך איז געבוירן בערך יאר של"ה אין שטאט בומסלא (Jungbunzlau, היינט Mladá Boleslav אין | ר' שמואל בכרך איז געבוירן בערך יאר של"ה אין שטאט בומסלא (Jungbunzlau, היינט Mladá Boleslav אין [[בעהמען]]) צו זיין פאטער ר' יצחק, וועלכער איז כנראה נישט געווען אַן אויסגערופענער תלמיד חכם, ווייל רבי שמואל האט אים קיינמאל נישט גערופן מיט א כבוד טיטל{{הערה|לרר, חוט השני, ז' 3–4.}}. דער נאמען אברהם איז צוגעגעבן געווארן שפּעטער ווען ער איז געווען קראנק. די משפחה שטאמט ווארשיינליך פון דער שטאט באַכאַראַך (Bacharach) אויפן טייך [[רהיין|ריין]] אין [[ריינלאנד-פאלץ|ריינלאנד-פּפאלץ]], פון וואו זיי זענען פארטריבן געווארן קיין בעהמען{{הערה|{{אוצר החכמה|יונה עמנואל|ספר זכרון לבב שלם|14959|page=22|קעפל=בעיות סוציאליות וסכסוכי עבודה בשו"ת חות יאיר לרב יאיר חיים בכרך|מקום הוצאה=ירושלים|שנת הוצאה=תשל"א|עמ=23}}}}. | ||
אין זיין יוגנט איז | אין זיין יוגנט איז ר' שמואל אוועק לערנען תורה אין דער שטאט פּראג, וואו ער איז געווען א תלמיד פונעם מהר"ל מפראג, וועמען ער האט גערופן "מורי ורבי" און "רבינו הגדול". ער האט אויך מקבל געווען תורה פון מהר"ל'ס איידעם, [[רבי יצחק כ"ץ]]{{הערה|לרר, זז' 4–5.}}. רבי אברהם שמואל האט געלערנט צוזאמען מיט רבי חיים אולמא פון פיורדא אין פראג ארום שנת שנ"ב{{הערה|הגהות רבי חיים אולמא מפיורדא על ספר 'יוסף אומץ', מהדו' מכון שלמה אומן, שעלבים תשע"ו, עמ' קפד; זעט {{אוצר החכמה|יצחק זימר|סיני|614195|page=139|קעפל=תגובות יהודי אשכנז להשפעות המרכז בפולין בראשית המאה הי"ז|באנד=קב (ג-ו)|שנת הוצאה=תשמ"ח|מו"ל=מוסד הרב קוק|עמ=רלג|הערה 43}}.}}. | ||
די אידענטיטעט פון זיין ערשטער ווייב איז נישט באקאנט. | די אידענטיטעט פון זיין ערשטער ווייב איז נישט באקאנט. נאך דעם וואס זי איז נפטר געווארן אדער זיי האבן זיך צעשיידט, האט ער חתונה געהאט בזיווג שני אין שנת ש"ס אין פראג מיט [[חוה בכרך|חוה]], די טאכטער פון זיין רבי רבי יצחק כ"ץ און פון פיגלא, טאכטער פון מהר"ל{{הערה|לרר, ז' 5.}}. רביצין חוה איז געווען באקאנט אלס א קלוגע, משכלת און געלערנטע פרוי, מיט גרויס חכמה און קדושה{{הערה|לרר, זז' 15–16.}}. | ||
ער האָט געדינט אלס רב אין עטליכע קהילות איידער ער איז געקומען קיין וואָרמס: ערשט איז ער געווען א דרשן אין פראג, דערנאך איז ער געווען רב אין זיין | ער האָט געדינט אלס רב אין עטליכע קהילות איידער ער איז געקומען קיין וואָרמס: ערשט איז ער געווען א דרשן אין פראג, דערנאך איז ער געווען רב אין זיין געבורט-שטאָט בומסלא{{הערה|שם=יוחסין|[https://www.avotaynu.com/Kwadrat.pdf#page=2 מגילת יוחסין למהר"ל מפראג].}}. פון דארטן איז ער אריבער קיין טורבין (Třeboň אין בעהמען){{הערה|דאס איז נישט Turobin אין פּוילן. לרר, ז' 6.}}, דערנאך קיין קעלין (Kolín אין בעהמען), וואו ער איז געווען אין שנת שס"ו{{הערה|1=ער האט דארטן מחבר געווען א חנוכה ליד, ווי זיין אייניקל שרייבט אין [https://www.sefaria.org/Havot_Yair.238.61 סוף שו"ת 'חות יאיר', דף רכז:].}}. דערנאך איז ער געווען אין פּאָהרליץ (Pohrlitz, היינט Pohořelice, אין מעהרין) ארום שנת שס"ז. ער איז פארבעטן געווארן צו זיין רב אין וויכטיגע קהילות וואס האבן אים געזוכט "פון ווייטע לענדער"{{הערה|ווי ער שרייבט אליינס, שו"ת חוט השני, סי' כז. זעט אויך סי' מה.}}. | ||
אין שנת שס"ט{{הערה|{{אוצר החכמה|יצחק זימר|סיני|614195|page=139|קעפל=תגובות יהודי אשכנז להשפעות המרכז בפולין בראשית המאה הי"ז|באנד=קב (ג-ו)|שנת הוצאה=תשמ"ח|מו"ל=מוסד הרב קוק|עמ=רלג|הערה 43}}}} איז ער אויפגענומען געווארן אלס אב"ד אין דער אלטער שטאט ווארמס, וואס ער רופט "עיר גדולה לאלקים"{{הערה|כרם שלמה, שנה י חו' ד, עמ' ח.}} | אין שנת שס"ט{{הערה|{{אוצר החכמה|יצחק זימר|סיני|614195|page=139|קעפל=תגובות יהודי אשכנז להשפעות המרכז בפולין בראשית המאה הי"ז|באנד=קב (ג-ו)|שנת הוצאה=תשמ"ח|מו"ל=מוסד הרב קוק|עמ=רלג|הערה 43}}}} איז ער אויפגענומען געווארן אלס אב"ד און ר"מ (ריש מתיבתא) אין דער אלטער שטאט ווארמס, וואס ער רופט "עיר גדולה לאלקים"{{הערה|כרם שלמה, שנה י חו' ד, עמ' ח.}}, און פון דער פּראווינץ ("מדינה") פון ריינלאנד-פּפאלץ{{הערה|שם=יוחסין}}. ר' שמואל האט געהאלטן הויך דעם פאן פונעם ווארמסער רבנות און האט זיך פעסט קעגנגעשטעלט די רבנים פון פראנקפורט, וועלכע האבן געפאדערט אויטאריטעט איבער אלע אנדערע רבנים אין דייטשלאנד{{הערה|שם=רוסיש|אברהם דראבקין, «[[S:ru:ЕЭБЕ/Бахарах, Авраам Самуил|Бахарах, Авраам Самуил]]» // Еврейская энциклопедия Брокгауза и Ефрона. Россия, Санкт-Петербург, 1906—1913.|כיוון=שמאל}}. | ||
בעת זיין צייט אין ווארמס, האט זיך דער עקאנאמישער מצב זייער פארערגערט, וואס האט גורם געווען האַס קעגן די אידן. אין דער נאכט פון תשעה באב שע"ד, זענען הונדערטער צונפט-לייט ([[צעך|גילדען, צעכן]]) געקומען צום אידישן געסל טויער און געזוכט נקמה און רויב. די אידן האבן געשריגן און מתפלל געווען. דער "גדול הדור" הרב גדליה, א "[[בעל שם]]", האט געמאכט אויסזען ווי די אידישע גאס איז פול מיט באוואפנטע קעמפער, און א שרעק איז געפאלן אויף די אטאקירער. נאך האלבער נאכט, איז רבי שמואל בכרך אוועק מיט א מנין מענטשן צום שול און געליינט מגילת איכה{{הערה|רבי יודא ליווא קירכום זצ"ל, תושב העיר, '''מנהגות וורמייזא''', מכון ירושלים תשמ"ז, עמ' רסד-רסה.}}. די אידן זענען געצוואונגען געווארן אריבערצוגיין צו דער אנדערער זייט פונעם [[רהיין|ריין]] טייך, אבער זענען ערלויבט געווארן צוריקצוקומען דורך דער השתדלות פונעם ארכיבישאף פון מיינץ. | בעת זיין צייט אין ווארמס, האט זיך דער עקאנאמישער מצב זייער פארערגערט, וואס האט גורם געווען האַס קעגן די אידן. אין דער נאכט פון תשעה באב שע"ד, זענען הונדערטער צונפט-לייט ([[צעך|גילדען, צעכן]]) געקומען צום אידישן געסל טויער און געזוכט נקמה און רויב. די אידן האבן געשריגן און מתפלל געווען. דער "גדול הדור" הרב גדליה, א "[[בעל שם]]", האט געמאכט אויסזען ווי די אידישע גאס איז פול מיט באוואפנטע קעמפער, און א שרעק איז געפאלן אויף די אטאקירער. נאך האלבער נאכט, איז רבי שמואל בכרך אוועק מיט א מנין מענטשן צום שול און געליינט מגילת איכה{{הערה|רבי יודא ליווא קירכום זצ"ל, תושב העיר, '''מנהגות וורמייזא''', מכון ירושלים תשמ"ז, עמ' רסד-רסה.}}. די אידן זענען געצוואונגען געווארן אריבערצוגיין צו דער אנדערער זייט פונעם [[רהיין|ריין]] טייך, אבער זענען ערלויבט געווארן צוריקצוקומען דורך דער השתדלות פונעם ארכיבישאף פון מיינץ. | ||
| שורה 36: | שורה 36: | ||
אבער בערך א האלב יאר שפּעטער, אין שע"ה, נאך ווידעראמאליגע פאדערונגען פאר פארטרייבונג, האט דער פרינץ עלעקטאר פרעדריק דער פינפטער גענומען די קהילה אונטער זיין שוץ. דאס האט דערצערנט די צעכן, פון וועלכע איבער זעקס הונדערט צונפט-לייט האבן אום שביעי של פסח שע"ה אויסגעדריקט זייער האס דורך צעברעכן מציבות אויפן בית-עלמין, פארניכטן די שול, שלאגן און הרגענען אידן און גנבענען זייערע זאכן{{הערה|Pearl (Preschel) Herzog, "[https://www.toviapreschel.com/ode-to-a-grandmother-rebbetzin-chavah-bacharach/ Ode to a Grandmother, Rebbetzin Chavah Bacharach]".|שם=פערשל|כיוון=שמאל}}, און האבן פארטריבן די אידן פון שטאט אריבער דעם טייך ריין{{הערה|רבי יודא ליווא קירכום, '''מנהגות וורמייזא''', מכון ירושלים תשמ"ז, עמ' רט-רי.}}. | אבער בערך א האלב יאר שפּעטער, אין שע"ה, נאך ווידעראמאליגע פאדערונגען פאר פארטרייבונג, האט דער פרינץ עלעקטאר פרעדריק דער פינפטער גענומען די קהילה אונטער זיין שוץ. דאס האט דערצערנט די צעכן, פון וועלכע איבער זעקס הונדערט צונפט-לייט האבן אום שביעי של פסח שע"ה אויסגעדריקט זייער האס דורך צעברעכן מציבות אויפן בית-עלמין, פארניכטן די שול, שלאגן און הרגענען אידן און גנבענען זייערע זאכן{{הערה|Pearl (Preschel) Herzog, "[https://www.toviapreschel.com/ode-to-a-grandmother-rebbetzin-chavah-bacharach/ Ode to a Grandmother, Rebbetzin Chavah Bacharach]".|שם=פערשל|כיוון=שמאל}}, און האבן פארטריבן די אידן פון שטאט אריבער דעם טייך ריין{{הערה|רבי יודא ליווא קירכום, '''מנהגות וורמייזא''', מכון ירושלים תשמ"ז, עמ' רט-רי.}}. | ||
רבי שמואל און זיין איינציגער זון משה שמעון זענען פארטריבן געווארן מיט די אנדערע גולים. ער איז אריבערגעגאנגען דעם ריין טייך ביז ער איז אנגעקומען קיין גערנסהיים (Gernsheim) | רבי שמואל און זיין איינציגער זון משה שמעון זענען פארטריבן געווארן מיט די אנדערע גולים. ער איז אריבערגעגאנגען דעם ריין טייך ביז ער איז אנגעקומען קיין גערנסהיים (Gernsheim). בערך פינף וואכן נאכן גירוש, איז ער נפטר געווארן אין גערנסהיים אום כ"ז אייר שע"ה, אלט זייענדיג בלויז 40 יאר. עס איז נישט קלאר צי ר' שמואל איז געשטארבן פון פיזישע וואונדן, נישט קענענדיג פארטראגן די שווערע וועגן אויף זיין וואנדערונג, אדער פון דער צער און עגמת-נפש פונעם פּאגראם{{הערה|שם=פערשל}}. ער איז באגראבן געווארן אין אלסבאך (Alsbach-Hähnlein), אויף דעם אלטן בית הקברות צווישן ביקענבאך (Bickenbach) און צווינגענבערג (Zwingenberg){{הערה|[https://www.findagrave.com/memorial/240781703/abraham-samuel_ben_isaak-bacharach Rabbi Abraham Samuel Ben Isaak Bacharach (1575-1615)] - Find a Grave Memorial}}. זיין מצבה איז באנייט געווארן בערך הונדערט יאר שפּעטער{{הערה|מיט עטליכע טעותים. זעט עלים לתרופה, א'ע'.}}. זיין זוהן רבי משה שמשון, וואס איז דעמאלט געווען אַן אכט-יעריג קינד, האט געהאלטן א ביטערן הספד אויף זיין קבר{{הערה|זיין אייניקל, ר' יאיר חיים, דערמאנט דעם הספּד אין זײנע רשימות: "דרוש הספד מאדוני אבי הגאון ז"ל על קבר זקני הגר"ש זצ"ל". זעט: '[https://beta.hebrewbooks.org/reader/reader.aspx?sfid=6832#p=271 דעת קדושים]', פעטרבורג תרנ"ח, יתרון דעת עמ' 20.}} און האט אויך מחבר געווען א קינה אויף זיין פּטירה{{הערה|געדרוקט סוף [https://www.sefaria.org/Havot_Yair.238.63 שו"ת 'חות יאיר'], דף רכח.}}. | ||
רבי | רבי שמואל איז געווען באטראכט אלס איינער פון די גדולי הדור. ער איז געווען עניוות'דיג אבער שטארק ווען זיין פסק איז געווען באצווייפלט. ער האט געהאט קשרים מיט פיל גדולים פון זיין צייט, אריינגערעכנט: [[רבי ישעיה הלוי הורוויץ]] ("של"ה הקדוש"), וועמען ער האט גערופן "אהובי חביבי מחותני"{{הערה|שו"ת חוט השני סי' יא. זעט אויך סי' ו און ז.}}; זיין שווער רבי יצחק הכהן כ"ץ; רבי מנחם מאניש חיות פון ווילנע; [[רבי אליהו לואנץ]] פון וורמייזא ("רבי אליהו בעל שם"), וואס האט אים גערופן "אהובי אדוני האלוף התורני… שפתותיו כחוט השני"{{הערה|שו"ת חוט השני סי' כב.}}; און רבי אליקים געטשליק ראטענבורג. ער האט אויך געהאט פיל תלמידים און איז געווען זייער פארנומען מיט די רבנות ארבעט און לערנען{{הערה|לרר, זז' 8–10.}}. | ||
==ווערק== | ==ווערק== | ||
רבי שמואל בכרך איז געווען א פּראָליפישער משיב. זיין אייניקל רבי יאיר חיים האט געזאמלט בערך 50 פון זיין שאלות ותשובות און זיי ארויסגעגעבן צום ערשטן מאל אין פראנקפורט-דמיין אין שנת תל"ט אינעם ספר שו"ת "חוט השני", צוזאמען מיט תשובות פון זיין זון רבי משה שמשון און עטליכע אייגענע תשובות{{הערה|זעט יעקב שמואל שפיגל, "[https://shaalvim.co.il/pub/maayan2/07-b-7%2083-87.pdf על הדפוסים של שו"ת חוט השני]", '''המעין''' מז, ב (טבת תשס"ז), עמ' 83–87. {{המעין|הנ"ל|עוד על הדפוסים של שו"ת חוט השני|5|1018|מג, ג (ניסן תשס"ז), עמ' 69–76}}.}}. רבי יאיר חיים האט ערשט געטראכט צו רופן דעם ספר "חוט המשולש" (דרייפאכיגער שטריק) ווייל עס ענטהאלט תשובות פון דריי דורות, אבער ער האט געטוישט דעם נאמען צו "חוט השני" (רויטער פאדעם אדער צווייפאכיגער שטריק) אלס עניוות{{הערה|הקדמה צום ספר חוט השני.}}. | רבי שמואל בכרך איז געווען א פּראָליפישער משיב. זיין אייניקל רבי יאיר חיים האט געזאמלט בערך 50 פון זיין שאלות ותשובות און זיי ארויסגעגעבן צום ערשטן מאל אין פראנקפורט-דמיין אין שנת תל"ט אינעם ספר שו"ת "חוט השני", צוזאמען מיט תשובות פון זיין זון רבי משה שמשון און עטליכע אייגענע תשובות{{הערה|זעט יעקב שמואל שפיגל, "[https://shaalvim.co.il/pub/maayan2/07-b-7%2083-87.pdf על הדפוסים של שו"ת חוט השני]", '''המעין''' מז, ב (טבת תשס"ז), עמ' 83–87. {{המעין|הנ"ל|עוד על הדפוסים של שו"ת חוט השני|5|1018|מג, ג (ניסן תשס"ז), עמ' 69–76}}.}}. רבי יאיר חיים האט ערשט געטראכט צו רופן דעם ספר "חוט המשולש" (דרייפאכיגער שטריק) ווייל עס ענטהאלט תשובות פון דריי דורות, אבער ער האט געטוישט דעם נאמען צו "חוט השני" (רויטער פאדעם אדער צווייפאכיגער שטריק) אלס עניוות{{הערה|הקדמה צום ספר חוט השני.}}. | ||
רבי אברהם שמואל | רבי אברהם שמואל האט מחבר געווען פיל אנדערע ווערק, אריינגערעכנט: | ||
*א חיבור אויפן לוח השנה, מיטן ציל צו ערקלערן דעם רמב"ם'ס הלכות קידוש החודש, מיט שטארקע השגות אויפן "חבי"ב" (פירוש הרלב"ח), פירושים אויפן ספר "צורת הארץ" פון [[רבי אברהם בן חייא]] הנשיא און אויף אנדערע אסטראנאמישע ספרים{{הערה|שם=יאירקמו|חות יאיר [https://www.sefaria.org/Havot_Yair.146.25 סוף סי' קמו].}}. | *א חיבור אויפן לוח השנה, מיטן ציל צו ערקלערן דעם רמב"ם'ס הלכות קידוש החודש, מיט שטארקע השגות אויפן "חבי"ב" (פירוש הרלב"ח), און פירושים אויפן ספר "צורת הארץ" פון [[רבי אברהם בן חייא]] הנשיא און אויף אנדערע אסטראנאמישע ספרים{{הערה|שם=יאירקמו|חות יאיר [https://www.sefaria.org/Havot_Yair.146.25 סוף סי' קמו].}}. | ||
*ביאורים אויף חלק אורח חיים. | *ביאורים אויף חלק אורח חיים. | ||
*חידושים אויף מסכתות הש"ס און הגהות אויפן מרדכי. | *חידושים אויף מסכתות הש"ס און הגהות אויפן מרדכי. | ||
*ליטורגישע פיוטים. צוויי ווערן דערמאנט: איינס פאר חנוכה, וואס הויבט זיך אן מיט "שדי סלעי ומצודתי", | *א צאל אַפּאָלאָגעטישע ווערק קעגן קריסטנטום{{הערה|Kaufmann, 1894, p. 22.}}, ווי הערות אויף ויכוח [[רבי יחיאל פון פאריז]]{{הערה|[https://www.nli.org.il/he/manuscripts/NNL_ALEPH990000950350205171/NLI The Bodleian Libraries, University of Oxford, Ms. Mich. 121].}}. | ||
*ליטורגישע פיוטים. צוויי ווערן דערמאנט: איינס פאר חנוכה, וואס הויבט זיך אן מיט "שדי סלעי ומצודתי", וואס ער האט מחבר געווען אין קאלין אין שס"ו, געבויט אויפן מוסטער פון "מעוז צור". ר' שמואל, זיין זון ר' משה שמעון, און זיין אייניקל ר' יאיר חיים, פלעגן אלע דאס זינגען יעדן חנוכה נאכט אויפן ניגון פון "מעוז צור"{{הערה|[https://www.sefaria.org/Havot_Yair.238.61 סוף שו"ת 'חות יאיר', דף רכז:].}}. אויך איז דערמאנט א דריי-שורות'דיגע סליחה וואס הויבט זיך אן מיט "אנא מארץ חיים תשרש"{{הערה|צונץ, [https://babel.hathitrust.org/cgi/pt?id=hvd.32044037732229&seq=447 ליטעראטורגעשיכטע דער סינאגאגאלען פּאעזיע], ז' 429.}}. | |||
רוב פון זיין חיבורים זענען פארלוירן געווארן, אבער טייל זענען געבליבן אין כתב יד{{הערה|שם=יאירקמו}}. נישט לאנג צוריק זענען אנטדעקט געווארן עטליכע בענדער פון זיין תורה, אריינגערעכנט תשובות און חידושים אויפן ש"ס. טייל פון זיי זענען געווען אונטער זיין אייניקל'ס, בעל 'חוות יאיר', האנט, וועלכער האט צוגעגעבן הערות אין זיין כתב-יד. טייל קטעים פון זיי זענען געדרוקט געווארן. אויך זענען אנטפּלעקט געווארן זיינע הערות וואס ער האט געשריבן אויפן ברעג פון משניות אין כתב-יד, און זיינע חידושים אויף מסכת שבת{{הערה|לרר, ז' 13.}}. | רוב פון זיין חיבורים זענען פארלוירן געווארן, אבער טייל זענען געבליבן אין כתב יד{{הערה|שם=יאירקמו}}. נישט לאנג צוריק זענען אנטדעקט געווארן עטליכע בענדער פון זיין תורה, אריינגערעכנט תשובות און חידושים אויפן ש"ס. טייל פון זיי זענען געווען אונטער זיין אייניקל'ס, בעל 'חוות יאיר', האנט, וועלכער האט צוגעגעבן הערות אין זיין כתב-יד. טייל קטעים פון זיי זענען געדרוקט געווארן. אויך זענען אנטפּלעקט געווארן זיינע הערות וואס ער האט געשריבן אויפן ברעג פון משניות אין כתב-יד, און זיינע חידושים אויף מסכת שבת{{הערה|לרר, ז' 13.}}. | ||
| שורה 55: | שורה 55: | ||
==פאמיליע== | ==פאמיליע== | ||
ר' | ר' שמואל'ס ווייב, רעבעצין [[חוה בכרך]], איז געווען באקאנט פאר איר לערנפעאיגקייט און איינפלוס. איר אייניקל, ר' יאיר חיים בכרך, האט גערופן זיין בארימטן שו"ת "חוות יאיר" נאך איר, זיך אידענטיפיצירנדיג ווי "חוה'ס יאיר". ר' יאיר חיים האט נאכגעשריבן די באמערקונגען וואס זיין זיידע און זיין באבע האבן געשריבן אויפן ברעג פונעם מחזור{{הערה|שם=פערשל}}. | ||
ר' שמואל און זיין רעביצין חוה האבן געהאט איין זון, רבי משה שמשון בכרך (וואס איז שפּעטער געווען רב אין ווירמייזא און דער פאטער פון רבי יאיר חיים), און פיר טעכטער: סלאווא (נפטרה כ"ד אלול שפ"א אין וויען), ווייב פון רבי יעקב תאומים פון וויען; טעלצל (נפטרה אייר תי"ט אין פּראג), ווייב פון רבי משה פרץ גערופן זבלא, אב"ד שנייטוך (Schnaittach){{הערה| | רעביצין חוה האט נישט געוואלט ווידער חתונה האבן נאך איר מאנ'ס פּטירה, אפילו ווען דער של"ה האט איר געוואלט איר הייראטן נאך זיין ווייב'ס פּטירה אין שנת ש"פ. זי האט זיך צוריקגעקערט קיין פּראג נאך איר מאנ'ס פּטירה און שפּעטער איז זי צוריקגעקומען קיין ווארמס ווען איר זון רבי משה שמשון איז דארטן געווארן רב. בערך א יאר שפּעטער, אין שנת תי"א, איז זי ארויסגעפארן קיין ארץ ישראל, אבער איז נפטר געווארן אויפן וועג אין [[סאפיע|סאָפיע]] (היינט בולגאריע) און איז דארטן באגראבן געווארן. | ||
ר' שמואל און זיין רעביצין חוה האבן געהאט איין זון, רבי משה שמשון בכרך (וואס איז שפּעטער געווען רב אין ווירמייזא און דער פאטער פון רבי יאיר חיים), און פיר טעכטער: סלאווא (נפטרה כ"ד אלול שפ"א אין וויען), ווייב פון רבי יעקב תאומים פון וויען; טעלצל (נפטרה אייר תי"ט אין פּראג), ווייב פון רבי משה פרץ גערופן זבלא, אב"ד שנייטוך (Schnaittach){{הערה|שם=יוחסין}}. הענדל (נפטרה ת"א אין פּראג), ווייב פון רבי אליעזר ליבערמאן, א דרשן פון פראג און מחבר פון "תפלות ובקשות נאים"; און רייכיל, פון פראנקפורט-דמיין{{הערה|שם=לרר14}}. | |||
==ביבליאגראפיע== | ==ביבליאגראפיע== | ||
| שורה 64: | שורה 65: | ||
*בעריש ווייס, [https://yiddishevinkel.com/wp-content/uploads/2025/05/1469-עלים-לתרופה-פרשת-בהר-בחוקותי-תשפה-לשליחה.pdf#page=3 יומא דנשמתא: הגה"ק רבי אברהם שמואל בכרך זי"ע אב"ד וורמייזא], עלים לתרופה א'תס"ט (בהר בחוקותי תשפ"ה) און א'ע' (במדבר תשפ"ה). | *בעריש ווייס, [https://yiddishevinkel.com/wp-content/uploads/2025/05/1469-עלים-לתרופה-פרשת-בהר-בחוקותי-תשפה-לשליחה.pdf#page=3 יומא דנשמתא: הגה"ק רבי אברהם שמואל בכרך זי"ע אב"ד וורמייזא], עלים לתרופה א'תס"ט (בהר בחוקותי תשפ"ה) און א'ע' (במדבר תשפ"ה). | ||
*{{היברובוקס|Lewysohn, Ludwig, 1819-1901|נפשות צדיקים - Epitaphien von Grabsteinen|39071|page=52|מקום הוצאה=פראנקפורט דמאין|שנת הוצאה=תרט"ו|עמ=51–54}} | *{{היברובוקס|Lewysohn, Ludwig, 1819-1901|נפשות צדיקים - Epitaphien von Grabsteinen|39071|page=52|מקום הוצאה=פראנקפורט דמאין|שנת הוצאה=תרט"ו|עמ=51–54}} | ||
*אהרן צבי אילון (וינברגר), '''[https://digitalcollections.nypl.org/items/96c5d230-3253-0133-5d5e-58d385a7b928#/?uuid=9d7ddaf0-3253-0133-f42b-58d385a7b928 עולמי: ספר זכרון לקהלת סעפלאק וגליל מארגרטין]''' ב, בני ברק, תשנ"ח, עמ' 164–166. | |||
*{{היברובוקס|ישראל טוביה אייזנשטאט|דעת קדושים|6832|page=220|מקום הוצאה=פעטערבורג|שנת הוצאה=תרנ"ז|עמ=עמ' 215 א"וו}}. | |||
<div class="mw-content-ltr"> | <div class="mw-content-ltr"> | ||
*David Kaufmann, [https://babel.hathitrust.org/cgi/pt?id=hvd.hw5pe8&seq=13&q1=Christenthum Jair Chajim Bacharach (1638-1702) und Seine Ahnen], 1894, pp. 1-4, 16-23. | *David Kaufmann, [https://babel.hathitrust.org/cgi/pt?id=hvd.hw5pe8&seq=13&q1=Christenthum Jair Chajim Bacharach (1638-1702) und Seine Ahnen], 1894, pp. 1-4, 16-23. | ||
| שורה 70: | שורה 73: | ||
==דרויסנדיגע לינקס== | ==דרויסנדיגע לינקס== | ||
*{{אוצר|חוט השני|סופיקס=יא}} | |||
*{{דף שער בספרייה הלאומית|987007304453105171|בכרך, אברהם שמואל בן יצחק (1575-1615)}} | *{{דף שער בספרייה הלאומית|987007304453105171|בכרך, אברהם שמואל בן יצחק (1575-1615)}} | ||
*[https://www.geni.com/people/רבי-אברהם-שמואל-בכרך/6000000000348795548 Rabbi (Abraham) Samuel Bacharach (b. - 1615) - Genealogy], Geni.com | *[https://www.geni.com/people/רבי-אברהם-שמואל-בכרך/6000000000348795548 Rabbi (Abraham) Samuel Bacharach (b. - 1615) - Genealogy], Geni.com | ||
| שורה 82: | שורה 86: | ||
[[קאַטעגאָריע:פראג]] | [[קאַטעגאָריע:פראג]] | ||
[[קאַטעגאָריע:פייטנים]] | [[קאַטעגאָריע:פייטנים]] | ||
[[קאַטעגאָריע:המכלול ארטיקלען]] | |||
[[he:רבי אברהם שמואל בכרך]] | [[he:רבי אברהם שמואל בכרך]] | ||
יעצטיגע רעוויזיע זינט 19:55, 11 אויגוסט 2025
רבי אברהם שמואל בכרך (ה'של"ה – כ"ז אייר ה'שע"ה) איז געווען אַן אנגעזעענער פוסק און רב אין עטליכע קהילות אין בעהמען און מעהרן און אין ווירמייזא. זיין רעבעצין איז געווען חוה בכרך, אן אייניקל פונעם מהר"ל מפראג. א טייל פון זיין שאלות ותשובות זענען ארויסגעגעבן געוואָרן דורך זיין אייניקל, רבי יאיר חיים בכרך, אין דעם ספר שו"ת "חוט השני". ר' שמואל איז נפטר געווארן ביים עלטער פון בערך 40 יאר.
| געבורט |
1575 ה'של"ה בומסלא |
|---|---|
| פטירה |
מאי 26, 1615 (אלט: 40 בערך) כ"ז אייר ה'שע"ה גערנסהיים |
ביאגראפיע
נוסח פון זיין מציבה
|
|---|
|
אוי |
ר' שמואל בכרך איז געבוירן בערך יאר של"ה אין שטאט בומסלא (Jungbunzlau, היינט Mladá Boleslav אין בעהמען) צו זיין פאטער ר' יצחק, וועלכער איז כנראה נישט געווען אַן אויסגערופענער תלמיד חכם, ווייל רבי שמואל האט אים קיינמאל נישט גערופן מיט א כבוד טיטל[1]. דער נאמען אברהם איז צוגעגעבן געווארן שפּעטער ווען ער איז געווען קראנק. די משפחה שטאמט ווארשיינליך פון דער שטאט באַכאַראַך (Bacharach) אויפן טייך ריין אין ריינלאנד-פּפאלץ, פון וואו זיי זענען פארטריבן געווארן קיין בעהמען[2].
אין זיין יוגנט איז ר' שמואל אוועק לערנען תורה אין דער שטאט פּראג, וואו ער איז געווען א תלמיד פונעם מהר"ל מפראג, וועמען ער האט גערופן "מורי ורבי" און "רבינו הגדול". ער האט אויך מקבל געווען תורה פון מהר"ל'ס איידעם, רבי יצחק כ"ץ[3]. רבי אברהם שמואל האט געלערנט צוזאמען מיט רבי חיים אולמא פון פיורדא אין פראג ארום שנת שנ"ב[4].
די אידענטיטעט פון זיין ערשטער ווייב איז נישט באקאנט. נאך דעם וואס זי איז נפטר געווארן אדער זיי האבן זיך צעשיידט, האט ער חתונה געהאט בזיווג שני אין שנת ש"ס אין פראג מיט חוה, די טאכטער פון זיין רבי רבי יצחק כ"ץ און פון פיגלא, טאכטער פון מהר"ל[5]. רביצין חוה איז געווען באקאנט אלס א קלוגע, משכלת און געלערנטע פרוי, מיט גרויס חכמה און קדושה[6].
ער האָט געדינט אלס רב אין עטליכע קהילות איידער ער איז געקומען קיין וואָרמס: ערשט איז ער געווען א דרשן אין פראג, דערנאך איז ער געווען רב אין זיין געבורט-שטאָט בומסלא[7]. פון דארטן איז ער אריבער קיין טורבין (Třeboň אין בעהמען)[8], דערנאך קיין קעלין (Kolín אין בעהמען), וואו ער איז געווען אין שנת שס"ו[9]. דערנאך איז ער געווען אין פּאָהרליץ (Pohrlitz, היינט Pohořelice, אין מעהרין) ארום שנת שס"ז. ער איז פארבעטן געווארן צו זיין רב אין וויכטיגע קהילות וואס האבן אים געזוכט "פון ווייטע לענדער"[10].
אין שנת שס"ט[11] איז ער אויפגענומען געווארן אלס אב"ד און ר"מ (ריש מתיבתא) אין דער אלטער שטאט ווארמס, וואס ער רופט "עיר גדולה לאלקים"[12], און פון דער פּראווינץ ("מדינה") פון ריינלאנד-פּפאלץ[7]. ר' שמואל האט געהאלטן הויך דעם פאן פונעם ווארמסער רבנות און האט זיך פעסט קעגנגעשטעלט די רבנים פון פראנקפורט, וועלכע האבן געפאדערט אויטאריטעט איבער אלע אנדערע רבנים אין דייטשלאנד[13].
בעת זיין צייט אין ווארמס, האט זיך דער עקאנאמישער מצב זייער פארערגערט, וואס האט גורם געווען האַס קעגן די אידן. אין דער נאכט פון תשעה באב שע"ד, זענען הונדערטער צונפט-לייט (גילדען, צעכן) געקומען צום אידישן געסל טויער און געזוכט נקמה און רויב. די אידן האבן געשריגן און מתפלל געווען. דער "גדול הדור" הרב גדליה, א "בעל שם", האט געמאכט אויסזען ווי די אידישע גאס איז פול מיט באוואפנטע קעמפער, און א שרעק איז געפאלן אויף די אטאקירער. נאך האלבער נאכט, איז רבי שמואל בכרך אוועק מיט א מנין מענטשן צום שול און געליינט מגילת איכה[14]. די אידן זענען געצוואונגען געווארן אריבערצוגיין צו דער אנדערער זייט פונעם ריין טייך, אבער זענען ערלויבט געווארן צוריקצוקומען דורך דער השתדלות פונעם ארכיבישאף פון מיינץ.
אבער בערך א האלב יאר שפּעטער, אין שע"ה, נאך ווידעראמאליגע פאדערונגען פאר פארטרייבונג, האט דער פרינץ עלעקטאר פרעדריק דער פינפטער גענומען די קהילה אונטער זיין שוץ. דאס האט דערצערנט די צעכן, פון וועלכע איבער זעקס הונדערט צונפט-לייט האבן אום שביעי של פסח שע"ה אויסגעדריקט זייער האס דורך צעברעכן מציבות אויפן בית-עלמין, פארניכטן די שול, שלאגן און הרגענען אידן און גנבענען זייערע זאכן[15], און האבן פארטריבן די אידן פון שטאט אריבער דעם טייך ריין[16].
רבי שמואל און זיין איינציגער זון משה שמעון זענען פארטריבן געווארן מיט די אנדערע גולים. ער איז אריבערגעגאנגען דעם ריין טייך ביז ער איז אנגעקומען קיין גערנסהיים (Gernsheim). בערך פינף וואכן נאכן גירוש, איז ער נפטר געווארן אין גערנסהיים אום כ"ז אייר שע"ה, אלט זייענדיג בלויז 40 יאר. עס איז נישט קלאר צי ר' שמואל איז געשטארבן פון פיזישע וואונדן, נישט קענענדיג פארטראגן די שווערע וועגן אויף זיין וואנדערונג, אדער פון דער צער און עגמת-נפש פונעם פּאגראם[15]. ער איז באגראבן געווארן אין אלסבאך (Alsbach-Hähnlein), אויף דעם אלטן בית הקברות צווישן ביקענבאך (Bickenbach) און צווינגענבערג (Zwingenberg)[17]. זיין מצבה איז באנייט געווארן בערך הונדערט יאר שפּעטער[18]. זיין זוהן רבי משה שמשון, וואס איז דעמאלט געווען אַן אכט-יעריג קינד, האט געהאלטן א ביטערן הספד אויף זיין קבר[19] און האט אויך מחבר געווען א קינה אויף זיין פּטירה[20].
רבי שמואל איז געווען באטראכט אלס איינער פון די גדולי הדור. ער איז געווען עניוות'דיג אבער שטארק ווען זיין פסק איז געווען באצווייפלט. ער האט געהאט קשרים מיט פיל גדולים פון זיין צייט, אריינגערעכנט: רבי ישעיה הלוי הורוויץ ("של"ה הקדוש"), וועמען ער האט גערופן "אהובי חביבי מחותני"[21]; זיין שווער רבי יצחק הכהן כ"ץ; רבי מנחם מאניש חיות פון ווילנע; רבי אליהו לואנץ פון וורמייזא ("רבי אליהו בעל שם"), וואס האט אים גערופן "אהובי אדוני האלוף התורני… שפתותיו כחוט השני"[22]; און רבי אליקים געטשליק ראטענבורג. ער האט אויך געהאט פיל תלמידים און איז געווען זייער פארנומען מיט די רבנות ארבעט און לערנען[23].
ווערק
רבי שמואל בכרך איז געווען א פּראָליפישער משיב. זיין אייניקל רבי יאיר חיים האט געזאמלט בערך 50 פון זיין שאלות ותשובות און זיי ארויסגעגעבן צום ערשטן מאל אין פראנקפורט-דמיין אין שנת תל"ט אינעם ספר שו"ת "חוט השני", צוזאמען מיט תשובות פון זיין זון רבי משה שמשון און עטליכע אייגענע תשובות[24]. רבי יאיר חיים האט ערשט געטראכט צו רופן דעם ספר "חוט המשולש" (דרייפאכיגער שטריק) ווייל עס ענטהאלט תשובות פון דריי דורות, אבער ער האט געטוישט דעם נאמען צו "חוט השני" (רויטער פאדעם אדער צווייפאכיגער שטריק) אלס עניוות[25].
רבי אברהם שמואל האט מחבר געווען פיל אנדערע ווערק, אריינגערעכנט:
- א חיבור אויפן לוח השנה, מיטן ציל צו ערקלערן דעם רמב"ם'ס הלכות קידוש החודש, מיט שטארקע השגות אויפן "חבי"ב" (פירוש הרלב"ח), און פירושים אויפן ספר "צורת הארץ" פון רבי אברהם בן חייא הנשיא און אויף אנדערע אסטראנאמישע ספרים[26].
- ביאורים אויף חלק אורח חיים.
- חידושים אויף מסכתות הש"ס און הגהות אויפן מרדכי.
- א צאל אַפּאָלאָגעטישע ווערק קעגן קריסטנטום[27], ווי הערות אויף ויכוח רבי יחיאל פון פאריז[28].
- ליטורגישע פיוטים. צוויי ווערן דערמאנט: איינס פאר חנוכה, וואס הויבט זיך אן מיט "שדי סלעי ומצודתי", וואס ער האט מחבר געווען אין קאלין אין שס"ו, געבויט אויפן מוסטער פון "מעוז צור". ר' שמואל, זיין זון ר' משה שמעון, און זיין אייניקל ר' יאיר חיים, פלעגן אלע דאס זינגען יעדן חנוכה נאכט אויפן ניגון פון "מעוז צור"[29]. אויך איז דערמאנט א דריי-שורות'דיגע סליחה וואס הויבט זיך אן מיט "אנא מארץ חיים תשרש"[30].
רוב פון זיין חיבורים זענען פארלוירן געווארן, אבער טייל זענען געבליבן אין כתב יד[26]. נישט לאנג צוריק זענען אנטדעקט געווארן עטליכע בענדער פון זיין תורה, אריינגערעכנט תשובות און חידושים אויפן ש"ס. טייל פון זיי זענען געווען אונטער זיין אייניקל'ס, בעל 'חוות יאיר', האנט, וועלכער האט צוגעגעבן הערות אין זיין כתב-יד. טייל קטעים פון זיי זענען געדרוקט געווארן. אויך זענען אנטפּלעקט געווארן זיינע הערות וואס ער האט געשריבן אויפן ברעג פון משניות אין כתב-יד, און זיינע חידושים אויף מסכת שבת[31].
ער האט געהאט אין זיין רשות כתבי-יד פון ווערק פון גרעסערע ראשונים ווי ראב"ן, סמ"ק, שו"ת הרא"ש, שו"ת תרומת הדשן און אנדערע, און האט זיי באנוצט בשעת ער האט געשריבן הלכה'דיגע תשובות[32].
פאמיליע
ר' שמואל'ס ווייב, רעבעצין חוה בכרך, איז געווען באקאנט פאר איר לערנפעאיגקייט און איינפלוס. איר אייניקל, ר' יאיר חיים בכרך, האט גערופן זיין בארימטן שו"ת "חוות יאיר" נאך איר, זיך אידענטיפיצירנדיג ווי "חוה'ס יאיר". ר' יאיר חיים האט נאכגעשריבן די באמערקונגען וואס זיין זיידע און זיין באבע האבן געשריבן אויפן ברעג פונעם מחזור[15].
רעביצין חוה האט נישט געוואלט ווידער חתונה האבן נאך איר מאנ'ס פּטירה, אפילו ווען דער של"ה האט איר געוואלט איר הייראטן נאך זיין ווייב'ס פּטירה אין שנת ש"פ. זי האט זיך צוריקגעקערט קיין פּראג נאך איר מאנ'ס פּטירה און שפּעטער איז זי צוריקגעקומען קיין ווארמס ווען איר זון רבי משה שמשון איז דארטן געווארן רב. בערך א יאר שפּעטער, אין שנת תי"א, איז זי ארויסגעפארן קיין ארץ ישראל, אבער איז נפטר געווארן אויפן וועג אין סאָפיע (היינט בולגאריע) און איז דארטן באגראבן געווארן.
ר' שמואל און זיין רעביצין חוה האבן געהאט איין זון, רבי משה שמשון בכרך (וואס איז שפּעטער געווען רב אין ווירמייזא און דער פאטער פון רבי יאיר חיים), און פיר טעכטער: סלאווא (נפטרה כ"ד אלול שפ"א אין וויען), ווייב פון רבי יעקב תאומים פון וויען; טעלצל (נפטרה אייר תי"ט אין פּראג), ווייב פון רבי משה פרץ גערופן זבלא, אב"ד שנייטוך (Schnaittach)[7]. הענדל (נפטרה ת"א אין פּראג), ווייב פון רבי אליעזר ליבערמאן, א דרשן פון פראג און מחבר פון "תפלות ובקשות נאים"; און רייכיל, פון פראנקפורט-דמיין[32].
ביבליאגראפיע
- צבי לרר, "תולדות הגאונים ממשפחת 'בכרך' בוורמייזא", שו"ת חוט השני, זכרון אהרן, עמ' 2–16.
- בעריש ווייס, יומא דנשמתא: הגה"ק רבי אברהם שמואל בכרך זי"ע אב"ד וורמייזא, עלים לתרופה א'תס"ט (בהר בחוקותי תשפ"ה) און א'ע' (במדבר תשפ"ה).
- Lewysohn, Ludwig, 1819-1901, נפשות צדיקים - Epitaphien von Grabsteinen, פראנקפורט דמאין, תרט"ו, עמ' 51–54
- אהרן צבי אילון (וינברגר), עולמי: ספר זכרון לקהלת סעפלאק וגליל מארגרטין ב, בני ברק, תשנ"ח, עמ' 164–166.
- ישראל טוביה אייזנשטאט, דעת קדושים, פעטערבורג, תרנ"ז, עמ' 215 א"וו.
- David Kaufmann, Jair Chajim Bacharach (1638-1702) und Seine Ahnen, 1894, pp. 1-4, 16-23.
- Kaufmann, David. “Jair Chayim Bacharach: A Biographical Sketch.” The Jewish Quarterly Review, vol. 3, no. 2, 1891, pp. 292–296.
דרויסנדיגע לינקס
- חוט השני, אויף אוצר הספרים היהודי השיתופי
- בכרך, אברהם שמואל בן יצחק (1575-1615), אויפ'ן וועבזייטל פון דער מדינת ישראל נאציאנאלער ביבליאטעק
- Rabbi (Abraham) Samuel Bacharach (b. - 1615) - Genealogy, Geni.com
רעפערענצן
- ↑ לרר, חוט השני, ז' 3–4.
- ↑ יונה עמנואל, "בעיות סוציאליות וסכסוכי עבודה בשו"ת חות יאיר לרב יאיר חיים בכרך", ספר זכרון לבב שלם, ירושלים, תשל"א, עמ' 23.
- ↑ לרר, זז' 4–5.
- ↑ הגהות רבי חיים אולמא מפיורדא על ספר 'יוסף אומץ', מהדו' מכון שלמה אומן, שעלבים תשע"ו, עמ' קפד; זעט יצחק זימר, "תגובות יהודי אשכנז להשפעות המרכז בפולין בראשית המאה הי"ז", סיני קב (ג-ו), מוסד הרב קוק, תשמ"ח, עמ' רלג, הערה 43 (פארלאנגט אומזיסטע רעגיסטראַציע).
- ↑ לרר, ז' 5.
- ↑ לרר, זז' 15–16.
- ↑ 7.0 7.1 7.2 מגילת יוחסין למהר"ל מפראג.
- ↑ דאס איז נישט Turobin אין פּוילן. לרר, ז' 6.
- ↑ ער האט דארטן מחבר געווען א חנוכה ליד, ווי זיין אייניקל שרייבט אין סוף שו"ת 'חות יאיר', דף רכז:.
- ↑ ווי ער שרייבט אליינס, שו"ת חוט השני, סי' כז. זעט אויך סי' מה.
- ↑ יצחק זימר, "תגובות יהודי אשכנז להשפעות המרכז בפולין בראשית המאה הי"ז", סיני קב (ג-ו), מוסד הרב קוק, תשמ"ח, עמ' רלג, הערה 43 (פארלאנגט אומזיסטע רעגיסטראַציע).
- ↑ כרם שלמה, שנה י חו' ד, עמ' ח.
- ↑ אברהם דראבקין, «Бахарах, Авраам Самуил» // Еврейская энциклопедия Брокгауза и Ефрона. Россия, Санкт-Петербург, 1906—1913.
- ↑ רבי יודא ליווא קירכום זצ"ל, תושב העיר, מנהגות וורמייזא, מכון ירושלים תשמ"ז, עמ' רסד-רסה.
- ↑ 15.0 15.1 15.2 Pearl (Preschel) Herzog, "Ode to a Grandmother, Rebbetzin Chavah Bacharach".
- ↑ רבי יודא ליווא קירכום, מנהגות וורמייזא, מכון ירושלים תשמ"ז, עמ' רט-רי.
- ↑ Rabbi Abraham Samuel Ben Isaak Bacharach (1575-1615) - Find a Grave Memorial.
- ↑ מיט עטליכע טעותים. זעט עלים לתרופה, א'ע'.
- ↑ זיין אייניקל, ר' יאיר חיים, דערמאנט דעם הספּד אין זײנע רשימות: "דרוש הספד מאדוני אבי הגאון ז"ל על קבר זקני הגר"ש זצ"ל". זעט: 'דעת קדושים', פעטרבורג תרנ"ח, יתרון דעת עמ' 20.
- ↑ געדרוקט סוף שו"ת 'חות יאיר', דף רכח.
- ↑ שו"ת חוט השני סי' יא. זעט אויך סי' ו און ז.
- ↑ שו"ת חוט השני סי' כב.
- ↑ לרר, זז' 8–10.
- ↑ זעט יעקב שמואל שפיגל, "על הדפוסים של שו"ת חוט השני", המעין מז, ב (טבת תשס"ז), עמ' 83–87. הנ"ל, "עוד על הדפוסים של שו"ת חוט השני", המעין מג, ג (ניסן תשס"ז), עמ' 69–76.
- ↑ הקדמה צום ספר חוט השני.
- ↑ 26.0 26.1 חות יאיר סוף סי' קמו.
- ↑ Kaufmann, 1894, p. 22.
- ↑ The Bodleian Libraries, University of Oxford, Ms. Mich. 121.
- ↑ סוף שו"ת 'חות יאיר', דף רכז:.
- ↑ צונץ, ליטעראטורגעשיכטע דער סינאגאגאלען פּאעזיע, ז' 429.
- ↑ לרר, ז' 13.
- ↑ 32.0 32.1 לרר, ז' 14.