אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:אבו"

(געשאַפן בלאַט מיט ''''אַבו''' איז א ווארט, וואס איז זייער פיל באנוצט געווארן אין דער אַראַבּישער שפּראך אלס א פאר־נאמען צוזאמען מיט נאך א ווארט, למשל מען טרעפט גאנץ אפט ביי די אראבער אזעלכע נעמען, ווי "אַבּו־איסחאַק" וכדומה. דער טייטש פון ווארט "אַבו" אין אראביש איז דער זעלבער,...')
צייכנס: רוי-לינק רויע רעדאגירונג
 
אין תקציר עריכה
 
(3 צווישנדיגע ווערסיעס פונעם זעלבן באַניצער נישט געוויזן)
שורה 1: שורה 1:
'''אַבו''' איז א ווארט, וואס איז זייער פיל באנוצט געווארן אין דער אַראַבּישער שפּראך אלס א פאר־נאמען צוזאמען מיט נאך א ווארט, למשל מען טרעפט גאנץ אפט ביי די אראבער אזעלכע נעמען, ווי "אַבּו־איסחאַק" וכדומה. דער טייטש פון ווארט "אַבו" אין אראביש איז דער זעלבער, וואס פון "אב" אין [[לשון קודש]], נעמליך: "פאטער". עס פירט זיך נאך היינט ביי טייל אראבער, אז אויב איינער פון זיי האט א זון מיט וואסער עס איז נאמען, למשל, "מוכאמעד", הייסט דער פאטער "אַבּו־מוכאַמעד", "דער טאַטע פון מוכאמעד".  
{{דרעפט}}
'''אַבוּ''', און אין קורצן 'בוּ', איז אן אראבישע ווארט, וואס טייטשט "פאטער פון", אפט באנוצט ווי דער ערשטער עלעמענט אין פערזענליכע (און שפעטער פאמיליע) נעמען. די אראבער האבן א מנהג זיך אנצורופן איינער דעם אנדערן מיט זייער '''קוניא''' (אראביש, "צונאמען"), און אידן וועלכע האבן געוואוינט אין איסלאמישע לענדער האבן דאס נאכגעפאלגט.


אבער א חוץ דעם פלעגן די אראבער בּענוצען אויך דאס ווארט "אבו" לויט היסטארישע נעמען. למשל אזוי ווי פון חומש ווייסן מיר, אז אברהם איז געווען דער זון פון יצחק, דעריבער אויב איינער האט געהייסן
אריגינעל איז די קוניע באשטאנען פון דאס ווארט אבו, און דער נאמען פון א זון (זעלטענער א טאכטער) פון דעם באטרעפנדן, נארמאל דער עלטסטער. למשל, א מאן וועמענס זון האט געהייסן גרשון, איז גערופן געווארן אבו גורשום{{הערה|{{תדהר|4|1807|אבא כהן}}}}, און א גביר וועמענס בכור האט געהייסן מנשה איז די ישיבה וואס ער האט געגרינדעט גערופן געווארן "[[מדרש בית זילכה|מדרש אבו מנשי]]"{{הערה|{{אוצר החכמה|משה ש. שבת|ישיבות בגדאד|647111|page=136|שנת הוצאה=תשע"ו|עמ=117}}}}. פארהאן וואס האבן געהאט עטליכע צונעמען נאך עטליכע קינדער{{הערה|{{אוצר החכמה|חכם שלם שבזי|מדרש חמדת ימים|600882|page=30|באנד=א - בראשית|שנת הוצאה=תשע"ד|עמ=כ}}}}.
בּיי די אראבער "איבראהים“ (דאס איז
"אברהם"), האט מען אים אויך גערופן "אבו איסחאַק" ("דער פאָטער פון יצחק").


דאס וואָרט "אבו“, פלעגן די אראבער אויך בּאנוצן נישט דוקא אלס "פאטער", נאר אויך יעדע אנדערע קרובה’שאפט, ווי "זון", "ברודער". למשל, אז איינער האט געהייסן בּיי זיי "האַרון" (דאס איז "אַהרן"), האט מען אים גערופן אויך "אבו מוסאַ" ("דער פאטער פון משה"), כאטש משה אין חומש איז געווען נישט א פאטער, נאר א ברודער פון אהרן.
אויב אין דער פאמיליע איז נישט געווען קיין זון, האט דאס נישט געקענט זיין גילטיג, אבער פונדעסטוועגן האט זיך אנטוויקלט אויפגעטראכטע קוניאס. צווישן אידן האבן די דאזיגע סארט קוניאס דאמינירט, אזוי אז מענטשן גערופן אברהם זענען אפט אדרעסירט געווארן ווי 'אבו איסחאַק' ("פאטער פון יצחק") אדער יעקב איז געווען באקאנט ווי 'אבו יוסוף' (יוסף) אנשטאט יעקב.


מען האט אויך באנוצט דאס ווארט "אבו" אין גייסטיגן זין, למשל, א דאקטאר האט געקענט הייסן ביי זיי "[[אבולעפיא|אַבו־אַלעפיאַ]]", וואס איז דער טייטש "דער פאטער פון געזונט", וכדומה.
דאס פארקערטע פּראצעדור איז געווען אפילו מער פארשפּרייט. זינט עס איז געווען אנגענומען צו רופן א קינד נאך זיין זיידן, האט די קוניא אפט אנטהאלטן די נעמען פון די פאטער פון די [[תנ"ך פערזענליכקייט|תנ"כישע]] אדער אנדערע היסטארישע פּערזענליכקייט נאך וועמען דער מענטש האט געהייסן. זינט דער פאטער פון משה רבינו איז געווען [[עמרם]] (אראביש 'עִימראן'), איז א מענטש וואס האט געהייסן משה ("מוסא") באקאנט אין אראביש אלס אבו עימראן (ווי דער רמב"ם און להבדיל [[אבו אימראן תיפליסי|תיפליסי]]), און איינער וואס האט געהייסן דויד, רופט מען 'אבו סוליימאן' ("פאטער פון שלמה"){{הערה|{{אוצר החכמה|אלינוער ברקת|שפריר מצרים|626256|page=120|שנת הוצאה=תשנ"ה|עמ=120}}}}.  


מיר געבן דא ספעציעל א לענגערע אויסטייטשונג פון וואָרט "אבו", ווייל דאָס דאזיגע ווארט טרעפן מיר זייער פיל ביי די נעמען פון גרויסע אידישע חכמים פון די אראבישע צייטן און אויך שפּעטער, און די אויסטייטשונג פון דאזיגן ווארט גייט אונז קלארער מאכן די באדייטונג
דאס ווארט אבו באצייכנט אויך "באזיצער", בפרט פון א געוויסער אייגנשאפט. באקאנטע ביישפילן פון דעם באנוץ זענען אבו-אל-אפיא ("באזיצער פון געזונט") פון וועלכן דער פאמיליע נאמען [[אבולעפיא]] שטאמט.
פון א סך נעמען.


'''ביבליאגראפיע''': וועגן דער באדייטונג פון "אבו" האט געשריבן דער גרויסער געלערנטער פּראפעסאר [[משה שטיינשניידער]] אין אידיש־ענגלישן זשורנאל "דזשואיש קווארטערלי רעוויו", באנד 6. געוויסע
די תוארי כבוד וואס די אידן האבן בעפארצוגט זענען בדרך כלל געווען די, וואס האבן אויסגעדריקט אבסטראקטע באגריפן, סיי אין לשון יחיד און סיי אין מערצאל, למשל, אַבואַל-סאַד ("גליק") און אבו אַל-בראַקאַט ("ברכות"). א טיפּישער צונאמען פאר א מענטש מיטן נאמען אפרים איז אבו כת'יר ("באזיצער פון שפע"). דאס קען ווערן פארגליכן מיט די לשון-קודש'ע עקוויוואלענטן 'אבי-מוסר' (פאטער פון עטיק, מאראל, מאראליסט) און 'אחי-מוסר' (ברודער פון עטיק) געניצט אין לשון-קודש'ע פּאעזיע.
באמערקונגען זענען אויך פארהאן אין די
אידישע ענציקלאפּעדיעס.


צומאל זענען געגעבן געווארן צוויי קוניאס, איינס ביי געבורט און נאך א צווייטן צוגעלייגט ביי א ספעציעלע געלעגנהייט, ווי למשל ערהוילונג פון א געפערליכע קראנקהייט. ביבלישע און תלמודישע נעמען זענען געווארן פארבונדן מיט קוניאס, וואס זענען געגלויבט צו זיין פון דער זעלבער אדער ענליכער באדייט.
באקאנטע פערזאנען מיט 'אבו' אין זייער קוניאס אדער פאמיליע נעמען:
* [[רבי יהודה אבן בלעם]], איז אויך גערופן אבו זכרייה יחייא{{הערה|{{היברובוקס|ר' שם טוב גאגין|כתר שם טוב|14391|page=44|שנת הוצאה=תש"כ|עמ=46}}}}
* Abd Allah ibn Abi Quhafa, באקאנט מיט זיין קוניע 'אבו באַקר' (ערשטער כאליף)
* מוסטאפא קאמעל מוסטאפא, [[אבו האמזא]]
* [[מאכמוד אבאס]], אבו מאזען
* סאלאך כאלעף, אבו איאד, פירער פון די [[שווארצער סעפטעמבער]] טעראר ארגאניזאציע
* מאכאמעד אאודע, אבו דאוויד, קאפשטיק פון די [[ספארטלער שחיטה ביי דער מינכן אלימפיאדע]]
* אַלחאַסאַן איבן האַני אַלחאַקאַמי, [[אבו נואס]], דיכטער
* [[אבו מוסאב אל-זארקאווי]]
==ביבליאגראפיע==
* {{אוצר החכמה|ר' נפתלי יעקב הכהן|אוצר הגדולים|104933|page=27|באנד=א|שנת הוצאה=תשכ"ז|עמ=ב–ג}}
* [[משה שטיינשניידער]], אין "דזשואיש קווארטערלי רעוויו", באנד 9, זייטן [https://www.jstor.org/stable/1450587 228-230], [https://www.jstor.org/stable/1450784 616-630] {{ענגליש}}
* ענציקלאפעדיע איסלאמיקא, 1 (1913), 73–74
==זעט אויך==
==זעט אויך==
*[[באַזונדער:בלעטער_וואס_הייבן_אן_מיט/רוי:אבו_|ארטיקלען וואס הייבן זיך אן מיט אבו]]
*[[באַזונדער:בלעטער_וואס_הייבן_אן_מיט/רוי:אבו_|ארטיקלען וואס הייבן זיך אן מיט אבו]]


==רעפערענצן==
{{רעפערענצן}}
[[he:כוניה]]
[[he:כוניה]]
{{קרד/פאלקס-ענצ}}

יעצטיגע רעוויזיע זינט 17:33, 5 פעברואר 2025

אַבוּ, און אין קורצן 'בוּ', איז אן אראבישע ווארט, וואס טייטשט "פאטער פון", אפט באנוצט ווי דער ערשטער עלעמענט אין פערזענליכע (און שפעטער פאמיליע) נעמען. די אראבער האבן א מנהג זיך אנצורופן איינער דעם אנדערן מיט זייער קוניא (אראביש, "צונאמען"), און אידן וועלכע האבן געוואוינט אין איסלאמישע לענדער האבן דאס נאכגעפאלגט.

אריגינעל איז די קוניע באשטאנען פון דאס ווארט אבו, און דער נאמען פון א זון (זעלטענער א טאכטער) פון דעם באטרעפנדן, נארמאל דער עלטסטער. למשל, א מאן וועמענס זון האט געהייסן גרשון, איז גערופן געווארן אבו גורשום[1], און א גביר וועמענס בכור האט געהייסן מנשה איז די ישיבה וואס ער האט געגרינדעט גערופן געווארן "מדרש אבו מנשי"[2]. פארהאן וואס האבן געהאט עטליכע צונעמען נאך עטליכע קינדער[3].

אויב אין דער פאמיליע איז נישט געווען קיין זון, האט דאס נישט געקענט זיין גילטיג, אבער פונדעסטוועגן האט זיך אנטוויקלט אויפגעטראכטע קוניאס. צווישן אידן האבן די דאזיגע סארט קוניאס דאמינירט, אזוי אז מענטשן גערופן אברהם זענען אפט אדרעסירט געווארן ווי 'אבו איסחאַק' ("פאטער פון יצחק") אדער יעקב איז געווען באקאנט ווי 'אבו יוסוף' (יוסף) אנשטאט יעקב.

דאס פארקערטע פּראצעדור איז געווען אפילו מער פארשפּרייט. זינט עס איז געווען אנגענומען צו רופן א קינד נאך זיין זיידן, האט די קוניא אפט אנטהאלטן די נעמען פון די פאטער פון די תנ"כישע אדער אנדערע היסטארישע פּערזענליכקייט נאך וועמען דער מענטש האט געהייסן. זינט דער פאטער פון משה רבינו איז געווען עמרם (אראביש 'עִימראן'), איז א מענטש וואס האט געהייסן משה ("מוסא") באקאנט אין אראביש אלס אבו עימראן (ווי דער רמב"ם און להבדיל תיפליסי), און איינער וואס האט געהייסן דויד, רופט מען 'אבו סוליימאן' ("פאטער פון שלמה")[4].

דאס ווארט אבו באצייכנט אויך "באזיצער", בפרט פון א געוויסער אייגנשאפט. באקאנטע ביישפילן פון דעם באנוץ זענען אבו-אל-אפיא ("באזיצער פון געזונט") פון וועלכן דער פאמיליע נאמען אבולעפיא שטאמט.

די תוארי כבוד וואס די אידן האבן בעפארצוגט זענען בדרך כלל געווען די, וואס האבן אויסגעדריקט אבסטראקטע באגריפן, סיי אין לשון יחיד און סיי אין מערצאל, למשל, אַבואַל-סאַד ("גליק") און אבו אַל-בראַקאַט ("ברכות"). א טיפּישער צונאמען פאר א מענטש מיטן נאמען אפרים איז אבו כת'יר ("באזיצער פון שפע"). דאס קען ווערן פארגליכן מיט די לשון-קודש'ע עקוויוואלענטן 'אבי-מוסר' (פאטער פון עטיק, מאראל, מאראליסט) און 'אחי-מוסר' (ברודער פון עטיק) געניצט אין לשון-קודש'ע פּאעזיע.

צומאל זענען געגעבן געווארן צוויי קוניאס, איינס ביי געבורט און נאך א צווייטן צוגעלייגט ביי א ספעציעלע געלעגנהייט, ווי למשל ערהוילונג פון א געפערליכע קראנקהייט. ביבלישע און תלמודישע נעמען זענען געווארן פארבונדן מיט קוניאס, וואס זענען געגלויבט צו זיין פון דער זעלבער אדער ענליכער באדייט.

באקאנטע פערזאנען מיט 'אבו' אין זייער קוניאס אדער פאמיליע נעמען:

ביבליאגראפיע

  • ר' נפתלי יעקב הכהן, אוצר הגדולים א, תשכ"ז, עמ' ב–ג
  • משה שטיינשניידער, אין "דזשואיש קווארטערלי רעוויו", באנד 9, זייטן 228-230, 616-630 (ענגליש)
  • ענציקלאפעדיע איסלאמיקא, 1 (1913), 73–74

זעט אויך


רעפערענצן

  1. דוד תדהר (רעדאקטאר), "אבא כהן", אנציקלופדיה לחלוצי הישוב ובוניו ד (1950), עמ' 1807
  2. משה ש. שבת, ישיבות בגדאד, תשע"ו, עמ' 117 (פארלאנגט אומזיסטע רעגיסטראַציע)
  3. חכם שלם שבזי, מדרש חמדת ימים א - בראשית, תשע"ד, עמ' כ
  4. אלינוער ברקת, שפריר מצרים, תשנ"ה, עמ' 120 (פארלאנגט אומזיסטע רעגיסטראַציע)
  5. ר' שם טוב גאגין, כתר שם טוב, תש"כ, עמ' 46