רוי:אבולעפיא
אבולעפיא (אויך געשריבן: אבולעפיה, אבולעפיו) איז א פאמיליע-נאמען פון א בארימטער ספרד'ישער משפחה, וואס האט געלעבט אין מיטל אלטער אין שפאניע איידער מען האט די אידן פון דארט פארטריבן.
דער נאמען נעמט זיך פון אראביש أبو-(ا)ل־عافية, אבו (א)ל־עפיא, וואס באדייט פאטער (אדער אייגנטימער) פון געזונט (אדער קראפט)[1]. דאס איז מעגליך א טיטל וואס איז אריגינעל געגעבן געווארן פאר א דאקטער אדער אפטייקער.
עס איז פארהאן א מיינונג, אז די שפעטערדיגע אידישע פאמיליע "באלאפי" (Bolaffi, Bolaffio) אין איטאליע[2] און "באלאפעי" אין ענגלאנד[מקור פארלאנגט] שטאמען אויך אפ פון דער אבולעפיא-פאמיליע.
די דאזיגע פאמיליע האט ארויסגעגעבן פיל וויכטיגע אידישע פערזענליכקייטן; צווישן זיי זענען געווען מיניסטארן, רבנים, לומדים, דאקטוירים, אסטראנאמען, פילאזאפן, מקובלים, וועלכע האבן געשפילט א גרויסע ראלע אין אידישן לעבן.
פערזענליכקייטן
באקאנטע פערזענליכקייטן פון די אבולעפיא פאמיליע נעמען אריין:
- רבי אברהם אבולעפיא – פראמינענטער פארשטייער פון די עקסטאטישע קבלה
- רבי חיים אבולעפיא (ערשטער) – גרינדער פון די אבולעפיא רבנים דינאסטיע אין ארץ ישראל
- רבי חיים אבולעפיא (צווייטער) – רב, שטאטסמאן און באנייער פון ישוב אין טבריה
- רבי חיים אבולעפיא (דריטער) – רב און דיין אין צפת און איזמיר
- רבי חיים נסים אבולעפיא – דער ראשון לציון
- טודרוס בן יהודה אבולעפיא – א אידישער דיכטער אין שפאניע
- רבי טודרוס בן יוסף אבולעפיא – דער הויפט רב פון קאסטיליע
- רבי ידידיה רפאל אבולעפיא – ראש ישיבת המקובלים בית אל
- רבי יוסף הלוי אבולעפיא – א מקובל און מקורב למלכות אין שפאניע
- רבי מאיר הלוי אבולעפיא – דער 'יד רמ"ה' פון טאלעדא, פון די גרויסע ראשונים
- דון שמואל אבולעפיא – א בארימטער מאגנאט און פילאנטראפ אין קאסטיליע
רעפערענצן
- ↑ "Misused terms: Abu and Abdul | the Baheyeldin Dynasty".
- ↑ De Felice, Emidio (1978). Dizionario dei cognomi italiani. Mondadori.
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!