רוי:אבו

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

אַבוּ, און אין קורצן 'בוּ', איז אן אראבישע ווארט, וואס טייטשט "פאטער פון", אפט באנוצט ווי דער ערשטער עלעמענט אין פערזענליכע (און שפעטער פאמיליע) נעמען. די אראבער האבן א מנהג זיך אנצורופן איינער דעם אנדערן מיט זייער קוניא (אראביש, "צונאמען"), און אידן וועלכע האבן געוואוינט אין איסלאמישע לענדער האבן דאס נאכגעפאלגט.

אריגינעל איז די קוניע באשטאנען פון דאס ווארט אבו, און דער נאמען פון א זון (זעלטענער א טאכטער) פון דעם באטרעפנדן, נארמאל דער עלטסטער. למשל, א מאן וועמענס זון האט געהייסן גרשון, איז גערופן געווארן אבו גורשום[1], און א גביר וועמענס בכור האט געהייסן מנשה איז די ישיבה וואס ער האט געגרינדעט גערופן געווארן "מדרש אבו מנשי"[2]. פארהאן וואס האבן געהאט עטליכע צונעמען נאך עטליכע קינדער[3].

אויב אין דער פאמיליע איז נישט געווען קיין זון, האט דאס נישט געקענט זיין גילטיג, אבער פונדעסטוועגן האט זיך אנטוויקלט אויפגעטראכטע קוניאס. צווישן אידן האבן די דאזיגע סארט קוניאס דאמינירט, אזוי אז מענטשן גערופן אברהם זענען אפט אדרעסירט געווארן ווי 'אבו איסחאַק' ("פאטער פון יצחק") אדער יעקב איז געווען באקאנט ווי 'אבו יוסוף' (יוסף) אנשטאט יעקב.

דאס פארקערטע פּראצעדור איז געווען אפילו מער פארשפּרייט. זינט עס איז געווען אנגענומען צו רופן א קינד נאך זיין זיידן, האט די קוניא אפט אנטהאלטן די נעמען פון די פאטער פון די תנ"כישע אדער אנדערע היסטארישע פּערזענליכקייט נאך וועמען דער מענטש האט געהייסן. זינט דער פאטער פון משה רבינו איז געווען עמרם (אראביש 'עִימראן'), איז א מענטש וואס האט געהייסן משה ("מוסא") באקאנט אין אראביש אלס אבו עימראן (ווי דער רמב"ם און להבדיל תיפליסי), און איינער וואס האט געהייסן דויד, רופט מען 'אבו סוליימאן' ("פאטער פון שלמה")[4].

דאס ווארט אבו באצייכנט אויך "באזיצער", בפרט פון א געוויסער אייגנשאפט. באקאנטע ביישפילן פון דעם באנוץ זענען אבו-אל-אפיא ("באזיצער פון געזונט") פון וועלכן דער פאמיליע נאמען אבולעפיא שטאמט.

די תוארי כבוד וואס די אידן האבן בעפארצוגט זענען בדרך כלל געווען די, וואס האבן אויסגעדריקט אבסטראקטע באגריפן, סיי אין לשון יחיד און סיי אין מערצאל, למשל, אַבואַל-סאַד ("גליק") און אבו אַל-בראַקאַט ("ברכות"). א טיפּישער צונאמען פאר א מענטש מיטן נאמען אפרים איז אבו כת'יר ("באזיצער פון שפע"). דאס קען ווערן פארגליכן מיט די לשון-קודש'ע עקוויוואלענטן 'אבי-מוסר' (פאטער פון עטיק, מאראל, מאראליסט) און 'אחי-מוסר' (ברודער פון עטיק) געניצט אין לשון-קודש'ע פּאעזיע.

צומאל זענען געגעבן געווארן צוויי קוניאס, איינס ביי געבורט און נאך א צווייטן צוגעלייגט ביי א ספעציעלע געלעגנהייט, ווי למשל ערהוילונג פון א געפערליכע קראנקהייט. ביבלישע און תלמודישע נעמען זענען געווארן פארבונדן מיט קוניאס, וואס זענען געגלויבט צו זיין פון דער זעלבער אדער ענליכער באדייט.

באקאנטע פערזאנען מיט 'אבו' אין זייער קוניאס אדער פאמיליע נעמען:

ביבליאגראפיע

  • ר' נפתלי יעקב הכהן, אוצר הגדולים א, תשכ"ז, עמ' ב–ג
  • משה שטיינשניידער, אין "דזשואיש קווארטערלי רעוויו", באנד 9, זייטן 228-230, 616-630 (ענגליש)
  • ענציקלאפעדיע איסלאמיקא, 1 (1913), 73–74

זעט אויך


רעפערענצן

  1. דוד תדהר (רעדאקטאר), "אבא כהן", אנציקלופדיה לחלוצי הישוב ובוניו ד (1950), עמ' 1807
  2. משה ש. שבת, ישיבות בגדאד, תשע"ו, עמ' 117 (פארלאנגט אומזיסטע רעגיסטראַציע)
  3. חכם שלם שבזי, מדרש חמדת ימים א - בראשית, תשע"ד, עמ' כ
  4. אלינוער ברקת, שפריר מצרים, תשנ"ה, עמ' 120 (פארלאנגט אומזיסטע רעגיסטראַציע)
  5. ר' שם טוב גאגין, כתר שם טוב, תש"כ, עמ' 46