אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:מאה שערים"

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
אין תקציר עריכה
 
(2 צווישנדיגע ווערסיעס פונעם זעלבן באַניצער נישט געוויזן)
שורה 18: שורה 18:
[[טעקע:Rav Kook 1919.jpg|שמאל|אדווערטייזמענט פון ועד מאה שערים אין 1919|קליין]]
[[טעקע:Rav Kook 1919.jpg|שמאל|אדווערטייזמענט פון ועד מאה שערים אין 1919|קליין]]
[[טעקע:1940 מאה שערים - iדגניi btm11920.jpeg|קליין|א הויף אין מאה שערים, 1940]]
[[טעקע:1940 מאה שערים - iדגניi btm11920.jpeg|קליין|א הויף אין מאה שערים, 1940]]
===גרינדער===
מאה שערים איז געווען די פינפטע קווארטל וואס איז געבויעט געווארן אינדרויסן פון די מויערן פון אלט-שטאט, און איז דעמאלט געווען די גרעסטע און ווייטסטע. זי איז אויפגעשטעלט געווארן דורך מענטשן פון [[ישוב הישן]] וואס זענען ארויס פון אלט-שטאט. פאר איר זענען אויפגעשטעלט געווארן די קווארטלען [[משכנות שאננים]], מחנה ישראל, [[נחלת שבעה]] און בית דוד.
מאה שערים איז געווען די פינפטע קווארטל וואס איז געבויעט געווארן אינדרויסן פון די מויערן פון אלט-שטאט, און איז דעמאלט געווען די גרעסטע און ווייטסטע. זי איז אויפגעשטעלט געווארן דורך מענטשן פון [[ישוב הישן]] וואס זענען ארויס פון אלט-שטאט. פאר איר זענען אויפגעשטעלט געווארן די קווארטלען [[משכנות שאננים]], מחנה ישראל, [[נחלת שבעה]] און בית דוד.


די קווארטל איז געגרינדעט געווארן דורך "חברת בוני ירושלים". די גרופע גרונדערס האט אריינגערעכנט בן-ציון ליאון, יוסף ריבלין און יואל משה סלומון, וועלכער איז געווען פון די אויפשטעלער פון די נחלת שבעה און בית דוד געגנטער. אין שפיץ פון די גרופע זענען געשטאנען הרב שלמה זלמן בהר"ן און הרב שמואל הומינער, וואס האט געבויעט די ערשטע הויז און איז געווען דער ערשטער וואס האט זיך געוואגט צו וואוינען דארט ביינאכט. דאס איז געווען א "פארבאנד קווארטל" ("שכונת אגודה"), איינע פון א צאל קווארטלען וואס זענען געבויעט געווארן דורך א פארבאנד פון איינוואוינער וואס האבן געוואלט אויפשטעלן הייזער מיט באקוועמע געזעלשאפטליכע און עקאנאמישע באדינגונגען. די הונדערט מיטגלידער פון די פארבאנד זענען געווען ווייט פון פארמעגליכע - א מערהייט פון זיי האבן זיך געשפייזט פון די חלוקה געלט, און דערפאר האבן זיי, ווי עס זעט אויס, געקויפט א שטח וואס איז גאנץ ווייט פונעם דעמאלטדיגן הויפט וועג - [[יפו גאס (ירושלים)|יפו גאס]], וואס אין זיין געגנווארט זענען די שטחים געווען טייערער. די באדן איז אפגעקויפט געווארן אין דריי שטאפלען פון די אראבער פונעם דארף ליפתא, סה"כ ארום 32 [[דונאם]].
די קווארטל איז געגרינדעט געווארן דורך "חברת בוני ירושלים". די גרופע גרונדערס האט אריינגערעכנט בן-ציון ליאון, יוסף ריבלין און יואל משה סלומון, וועלכער איז געווען פון די אויפשטעלער פון די נחלת שבעה און בית דוד געגנטער. אין שפיץ פון די גרופע זענען געשטאנען הרב שלמה זלמן בהר"ן און הרב שמואל הומינער, וואס האט געבויעט די ערשטע הויז און איז געווען דער ערשטער וואס האט זיך געוואגט צו וואוינען דארט ביינאכט. דאס איז געווען א "פארבאנד קווארטל" ("שכונת אגודה"), איינע פון א צאל קווארטלען וואס זענען געבויעט געווארן דורך א פארבאנד פון איינוואוינער וואס האבן געוואלט אויפשטעלן הייזער מיט באקוועמע געזעלשאפטליכע און עקאנאמישע באדינגונגען. די מיטגלידער פון די פארבאנד זענען געווען ארעמעלייט און האבן זיך מערסטנס געשפייזט פון די חלוקה געלט, און דערפאר האבן זיי, ווי עס זעט אויס, געקויפט א שטח וואס איז גאנץ ווייט פונעם דעמאלטדיגן הויפט וועג - [[יפו גאס (ירושלים)|יפו גאס]], וואס דארט זענען די שטחים געווען טייערער. די באדן איז אפגעקויפט געווארן אין דריי שטאפלען פון די אראבער פונעם דארף ליפתא, סה"כ ארום 32 [[דונאם]].


=== נאמען ===
אנהייב כסלו תרל"ד איז אוועקגעשטעלט געווארן די "מאה שערים" פארבאנד אויף צו בויען די קווארטל. ווערנדיג געגרינדעט אין [[פרשת תולדות]] האבן די גרינדער דאס גערופן נאכן פסוק{{הערה|{{תנך|בראשית|כו|יב}}}}: {{מנוקד|״וַיִּזְרַע יִצְחָק בָּאָרֶץ הַהִוא וַיִּמְצָא בַּשָּׁנָה הַהִוא מֵאָה שְׁעָרִים וַיְבָרֲכֵהוּ ה'״}}{{הערה|{{דעת|2=daat/ktav_et/maamar.asp?ktavet=1&id=1029|3=מאה שערים וכמה השערות ; כסלו תרל"ד (1873)}}}}. די פארבאנד האט באשלאסן צו רופן די נאמען פונם קווארטל "רחובות", אויפן פסוק "ויקרא שמה רחובות", אבער מיט די צייט איז דאס געווארן אנגערופן "מאה שערים" נאך די נאמען פונעם חברה וואס איז געשטאנען אין שפיץ פונעם קווארטל{{הערה|שם=ישמ|{{צ-ספר|שם=ירושלים של מעלה|מקום הוצאה=ירושלים|שנת הוצאה=ה'תשמ"ג}}}}, און אויך ווייל אירע גרינדערס האבן זיך געציילט ביי די הונדערט מיטגלידער{{הערה|{{עברי אנכי||אזיען|18761124|8}}.}}. די נאמען איז אויך אויסגעקליבן געווארן וויבאלד "מאה שערים" איז ב[[גימטריה]] 666. די נומער סימבאליזירט, לויטן [[ווילנער גאון]] - וואס די גרינדער פון קווארטל האבו געשטאמט פון זיינע תלמידים - [[משיח בן יוסף]] און [[קיבוץ גלויות]]{{הערה|1='ליקוטי הגר"א' אויך אין 'באר יצחק', און אין ביאור הגר"א על "תיקוני זוהר חדש" דף ה'. די קוועלער ווערן געברענגט אין 'מוסד היסוד' אין הערות שוליים זייטן 204-205}}.
אום חודש כסלו תרל"ד איז אויפגעשטעלט געווארן די פארבאנד "מאה שערים" צו בויען די קווארטל. די פארבאנד האט באשלאסן צו רופן די נאמען פונם קווארטל "רחובות", אויפן פסוק "ויקרא שמה רחובות", אבער מיט די צייט איז דאס געווארן אנגערופן "מאה שערים" נאך די נאמען פונעם חברה וואס איז געשטאנען אין שפיץ פונעם קווארטל{{הערה|שם=ישמ|{{צ-ספר|שם=ירושלים של מעלה|מקום הוצאה=ירושלים|שנת הוצאה=ה'תשמ"ג}}}}. די חברה "מאה שערים" איז גערופן געווארן נאכן פסוק אין [[פרשת תולדות]], <!-- וואס אין יענע וואך איז געבויעט געווארן די קווארטל, --> {{מנוקד|״וַיִּזְרַע יִצְחָק בָּאָרֶץ הַהִוא וַיִּמְצָא בַּשָּׁנָה הַהִוא '''מֵאָה שְׁעָרִים''' וַיְבָרֲכֵהוּ ה'״}} ([[בראשית]], כו, יב){{הערה|{{דעת|2=daat/ktav_et/maamar.asp?ktavet=1&id=1029|3=מאה שערים וכמה השערות ; כסלו תרל"ד (1873)}}}}, און אויך ווייל אירע גרינדערס האבן זיך געציילט ביי די הונדערט מיטגלידער{{הערה|{{עברי אנכי||אזיען|18761124|8}}.}}. די נאמען איז אוי אויסגעקליבן געווארן וויבאלד "מאה שערים" איז ב[[גימטריה]] 666. די נומער סימבאליזירט, לויטן [[ווילנער גאון]] - וואס די גרינדער פון קווארטל האבו געשטאמט פון זיינע תלמידים - [[משיח בן יוסף]] און [[קיבוץ גלויות]]{{הערה|1='ליקוטי הגר"א' אויך אין 'באר יצחק', און אין ביאור הגר"א על "תיקוני זוהר חדש" דף ה'. די קוועלער ווערן געברענגט אין 'מוסד היסוד' אין הערות שוליים זייטן 204-205}}.


=== גרינדונג און אנטוויקלונג ===
דער פלאנירער פונעם קווארטל איז געווען דער דייטשער [[ארכיטעקט]] און [[ארכעאלאג]], איינוואוינער פון ירושלים [[קאנראד שיק]]. אום אייר תרל"ד (מאי 1874) איז געלייגט געווארן די אבן הפינה. אום כסלו תרל"ה (דעצעמבער 1874) איז פארענדיגט געווארן די ערשטע צען הייזער אין קווארטל און יענער חנוכה איז געווען א גורל צווישן די מיטגלידער פונעם גרופע אויף די הייזער. צווישן די געווינער איז געווען [[רבי אשר אנשיל ניימאן]], רב אין ווייטצען און סוף ימיו אין ירושלים, מח"ס כרם בן שמן. אום ט' כסלו תרל"ה האט מען געפייערט די "הנחת אבן הפינה" פארן ערשטן בית הכנסת אין קווארטל, ביהכנ"ס "ישועות יעקב" (מאה שערים שטיבלאך), אין שפיץ פון [[רבי מאיר אויערבאך]]{{הערה|שם=ישמ}}. א יאר דערויף האט [[משה מאנטיפיארי]] באזוכט דעם קווארטל, בשעת צוואנציג הייזער זענען שוין געווען פארענדיגט.  
דער פלאנירער פונעם קווארטל איז געווען דער דייטשער [[ארכיטעקט]] און [[ארכעאלאג]], איינוואוינער פון ירושלים [[קאנראד שיק]]. אום אייר תרל"ד (מאי 1874) איז געלייגט געווארן די אבן הפינה און אום ראש חודש כסלו תרל"ה (דעצעמבער 1874) איז פארענדיגט געווארן די ערשטע צען הייזער אין קווארטל. אום ט' כסלו תרל"ה האט מען געפייערט די "הנחת אבן הפינה" פארן ערשטן בית הכנסת אין קווארטל, ביהכנ"ס "ישועות יעקב" (מאה שערים שטיבלאך), אין שפיץ פון [[רבי מאיר אויערבאך]]{{הערה|שם=ישמ}}. יענער חנוכה איז געווען א גורל צווישן די מיטגלידער פונעם גרופע אויף די הייזער פונעם קווארטל, צווישן די געווינער איז געווען [[רבי אשר אנשיל ניימאן]], רב אין ווייטצען און סוף ימיו אין ירושלים, מח"ס כרם בן שמן. אום תרמ"א (1880) האט מען געפייערט די "חנוכת הבית" פונעם גאנצן קווארטל. אסאך געלט צו בויען די קווארטל איז געקומען פון די ביישטייערונג פון רבי מאיר אויערבאך פון קאליש און רב אין ירושלים. אום תרל"ד זענען געדרוקט געווארן די תקנות פונעם קווארטל. אום תר"נ ([[1890]]) האט די קווארטל אריינגענומען 200 הייזער און ארום 800 איינוואוינער, און דריי יאר שפעטער איז ארויף די צאל הייזער צו 300 און די איינוואוינער צו ארום 1,500, אין רעזולטאט פון די הויכע געבורט ראטע און די אימיגראציע כוואלעס פון [[מזרח-אייראפע]]. די שנעלע באפעלקערונג-וואוקס האט געשעדיגט די היגיענישע סטאנדארטן, און עס איז פארוואנדלט געווארן אין א ענגע נאכגעלאזטע פלאץ. צו דעם האט צוגעגעבן די פאקט אז נאך [[מלחמת העצמאות]] און טיילונג פון ירושלים איז די קווארטל געווען נעבן דעם ירדני'שער גרעניץ.
 
אום תרמ"א (1880) האט מען געפייערט די "חנוכת הבית" פונעם גאנצן קווארטל. אסאך געלט צו בויען די קווארטל איז געקומען פון די ביישטייערונג פון רבי מאיר אויערבאך פון קאליש און רב אין ירושלים. אום תרמ"ט איז געדרוקט געווארן א דעטאלירטע ספר התקנות פונעם קווארטל, מיט 51 נייע תקנות. אום תר"נ (1890) האט די קווארטל אריינגענומען 200 הייזער און ארום 800 איינוואוינער, און דריי יאר שפעטער איז ארויף די צאל הייזער צו 300 און די איינוואוינער צו ארום 1,500, אין רעזולטאט פון די הויכע געבורט ראטע און די אימיגראציע כוואליעס פון [[מזרח-אייראפע]]. די שנעלע באפעלקערונג-וואוקס האט געשעדיגט די היגיענישע סטאנדארטן, און עס איז פארוואנדלט געווארן אין א ענגע נאכגעלאזטע פלאץ. צו דעם האט צוגעגעבן די פאקט אז נאך [[מלחמת העצמאות]] און טיילונג פון ירושלים איז די קווארטל געווען נעבן דעם ירדני'שער גרעניץ.


די פארוואלטונג פונעם קווארטל איז איינגעלייגט געווארן ביי א קאמיטע וואס האט זיך געציילט ביי 7 מיטגלידער, און האט פארסירט די שטרענגע תקנות פונעם קווארטל. אין צוגאב צו דאס שטרענג זארגן אויפן ריינקייט פונעם קווארטל און אוועקשטעלן תקנות וועגן אפלויף וואסער דורך רערן צו די וואסער גריבער, האט די קאמיטע אויך גע'דאגה'ט צו אפהיטן דעם קווארטל׳ס פרומע כאראקטער דורך תקנות ווי "מען טאר נישט פארדינגען א הויז פאר ווער עס איז נישט מוחזק אלס א כשר'ער איד". כדי צו פארמיידן א זארג אז מיט די יארן וועט זיך טוישן די כאראקטער פונעם באפעלקערונג, איז אוועקגעשטעלט געווארן פון פאראויס אז די תקנות זענען לדורות און מען טאר זיי נישט טוישן.
די פארוואלטונג פונעם קווארטל איז איינגעלייגט געווארן ביי א קאמיטע וואס האט זיך געציילט ביי 7 מיטגלידער, און האט פארסירט די שטרענגע תקנות פונעם קווארטל. אין צוגאב צו דאס שטרענג זארגן אויפן ריינקייט פונעם קווארטל און אוועקשטעלן תקנות וועגן אפלויף וואסער דורך רערן צו די וואסער גריבער, האט די קאמיטע אויך גע'דאגה'ט צו אפהיטן דעם קווארטל׳ס פרומע כאראקטער דורך תקנות ווי "מען טאר נישט פארדינגען א הויז פאר ווער עס איז נישט מוחזק אלס א כשר'ער איד". כדי צו פארמיידן א זארג אז מיט די יארן וועט זיך טוישן די כאראקטער פונעם באפעלקערונג, איז אוועקגעשטעלט געווארן פון פאראויס אז די תקנות זענען לדורות און מען טאר זיי נישט טוישן.

יעצטיגע רעוויזיע זינט 12:38, 25 נאוועמבער 2024


מאה שערים
שטאט ירושלים
כראנאלאגישע מאפע פון די אנטוויקלונג פון קווארטל
מאה שערים גאס

מאה שערים (ארויסגערעדט: מיישאָ'רים) איז א אלטע פרומע קווארטל אין צענטער פון ירושלים, נאנט צו אלט שטאט, און איינע פון די ערשטע קווארטלען וואס זענען געבויעט געווארן אינדרויסן פון די מויערן.

היינטיגע גרעניצן פון קווארטל: אויף מערב – נתן שטרויס גאס, אויף דרום – בני ברית גאס און הרב שמואל סאלאנט גאס, אויף מזרח – שבטי ישראל גאס, און אויף צפון - מאה שערים גאס און שומרי אמונים גאס.

גרינדונג

ארטיקל אין צייטונג הלבנון פון יאר 1874 וועגן די קווארטל וואס ווערט געבויעט
אדווערטייזמענט פון ועד מאה שערים אין 1919
א הויף אין מאה שערים, 1940

מאה שערים איז געווען די פינפטע קווארטל וואס איז געבויעט געווארן אינדרויסן פון די מויערן פון אלט-שטאט, און איז דעמאלט געווען די גרעסטע און ווייטסטע. זי איז אויפגעשטעלט געווארן דורך מענטשן פון ישוב הישן וואס זענען ארויס פון אלט-שטאט. פאר איר זענען אויפגעשטעלט געווארן די קווארטלען משכנות שאננים, מחנה ישראל, נחלת שבעה און בית דוד.

די קווארטל איז געגרינדעט געווארן דורך "חברת בוני ירושלים". די גרופע גרונדערס האט אריינגערעכנט בן-ציון ליאון, יוסף ריבלין און יואל משה סלומון, וועלכער איז געווען פון די אויפשטעלער פון די נחלת שבעה און בית דוד געגנטער. אין שפיץ פון די גרופע זענען געשטאנען הרב שלמה זלמן בהר"ן און הרב שמואל הומינער, וואס האט געבויעט די ערשטע הויז און איז געווען דער ערשטער וואס האט זיך געוואגט צו וואוינען דארט ביינאכט. דאס איז געווען א "פארבאנד קווארטל" ("שכונת אגודה"), איינע פון א צאל קווארטלען וואס זענען געבויעט געווארן דורך א פארבאנד פון איינוואוינער וואס האבן געוואלט אויפשטעלן הייזער מיט באקוועמע געזעלשאפטליכע און עקאנאמישע באדינגונגען. די מיטגלידער פון די פארבאנד זענען געווען ארעמעלייט און האבן זיך מערסטנס געשפייזט פון די חלוקה געלט, און דערפאר האבן זיי, ווי עס זעט אויס, געקויפט א שטח וואס איז גאנץ ווייט פונעם דעמאלטדיגן הויפט וועג - יפו גאס, וואס דארט זענען די שטחים געווען טייערער. די באדן איז אפגעקויפט געווארן אין דריי שטאפלען פון די אראבער פונעם דארף ליפתא, סה"כ ארום 32 דונאם.

אנהייב כסלו תרל"ד איז אוועקגעשטעלט געווארן די "מאה שערים" פארבאנד אויף צו בויען די קווארטל. ווערנדיג געגרינדעט אין פרשת תולדות האבן די גרינדער דאס גערופן נאכן פסוק[1]: ״וַיִּזְרַע יִצְחָק בָּאָרֶץ הַהִוא וַיִּמְצָא בַּשָּׁנָה הַהִוא מֵאָה שְׁעָרִים וַיְבָרֲכֵהוּ ה'״[2]. די פארבאנד האט באשלאסן צו רופן די נאמען פונם קווארטל "רחובות", אויפן פסוק "ויקרא שמה רחובות", אבער מיט די צייט איז דאס געווארן אנגערופן "מאה שערים" נאך די נאמען פונעם חברה וואס איז געשטאנען אין שפיץ פונעם קווארטל[3], און אויך ווייל אירע גרינדערס האבן זיך געציילט ביי די הונדערט מיטגלידער[4]. די נאמען איז אויך אויסגעקליבן געווארן וויבאלד "מאה שערים" איז בגימטריה 666. די נומער סימבאליזירט, לויטן ווילנער גאון - וואס די גרינדער פון קווארטל האבו געשטאמט פון זיינע תלמידים - משיח בן יוסף און קיבוץ גלויות[5].

דער פלאנירער פונעם קווארטל איז געווען דער דייטשער ארכיטעקט און ארכעאלאג, איינוואוינער פון ירושלים קאנראד שיק. אום אייר תרל"ד (מאי 1874) איז געלייגט געווארן די אבן הפינה. אום כסלו תרל"ה (דעצעמבער 1874) איז פארענדיגט געווארן די ערשטע צען הייזער אין קווארטל און יענער חנוכה איז געווען א גורל צווישן די מיטגלידער פונעם גרופע אויף די הייזער. צווישן די געווינער איז געווען רבי אשר אנשיל ניימאן, רב אין ווייטצען און סוף ימיו אין ירושלים, מח"ס כרם בן שמן. אום ט' כסלו תרל"ה האט מען געפייערט די "הנחת אבן הפינה" פארן ערשטן בית הכנסת אין קווארטל, ביהכנ"ס "ישועות יעקב" (מאה שערים שטיבלאך), אין שפיץ פון רבי מאיר אויערבאך[3]. א יאר דערויף האט משה מאנטיפיארי באזוכט דעם קווארטל, בשעת צוואנציג הייזער זענען שוין געווען פארענדיגט.

אום תרמ"א (1880) האט מען געפייערט די "חנוכת הבית" פונעם גאנצן קווארטל. אסאך געלט צו בויען די קווארטל איז געקומען פון די ביישטייערונג פון רבי מאיר אויערבאך פון קאליש און רב אין ירושלים. אום תרמ"ט איז געדרוקט געווארן א דעטאלירטע ספר התקנות פונעם קווארטל, מיט 51 נייע תקנות. אום תר"נ (1890) האט די קווארטל אריינגענומען 200 הייזער און ארום 800 איינוואוינער, און דריי יאר שפעטער איז ארויף די צאל הייזער צו 300 און די איינוואוינער צו ארום 1,500, אין רעזולטאט פון די הויכע געבורט ראטע און די אימיגראציע כוואליעס פון מזרח-אייראפע. די שנעלע באפעלקערונג-וואוקס האט געשעדיגט די היגיענישע סטאנדארטן, און עס איז פארוואנדלט געווארן אין א ענגע נאכגעלאזטע פלאץ. צו דעם האט צוגעגעבן די פאקט אז נאך מלחמת העצמאות און טיילונג פון ירושלים איז די קווארטל געווען נעבן דעם ירדני'שער גרעניץ.

די פארוואלטונג פונעם קווארטל איז איינגעלייגט געווארן ביי א קאמיטע וואס האט זיך געציילט ביי 7 מיטגלידער, און האט פארסירט די שטרענגע תקנות פונעם קווארטל. אין צוגאב צו דאס שטרענג זארגן אויפן ריינקייט פונעם קווארטל און אוועקשטעלן תקנות וועגן אפלויף וואסער דורך רערן צו די וואסער גריבער, האט די קאמיטע אויך גע'דאגה'ט צו אפהיטן דעם קווארטל׳ס פרומע כאראקטער דורך תקנות ווי "מען טאר נישט פארדינגען א הויז פאר ווער עס איז נישט מוחזק אלס א כשר'ער איד". כדי צו פארמיידן א זארג אז מיט די יארן וועט זיך טוישן די כאראקטער פונעם באפעלקערונג, איז אוועקגעשטעלט געווארן פון פאראויס אז די תקנות זענען לדורות און מען טאר זיי נישט טוישן.

אלס רבנים פונעם קווארטל האבן געדינט, צווישן אנדערע, הרב שאול חיים הלוי האראוויץ, וואס האט גערינדעט די ישיבת מאה שערים צוזאמען מיט הרב זרח בראווערמאן, און האט געדינט אלס דער רב פונעם קווארטל און ראש הישיבה אין די יארן תרמ"ה-תרס"ה, און אויך זיין פלומעניק הרב יוסף גרשון האראוויץ וואס האט געדינט אין די זעלבע שטעלעס ארום 46 יאר (תרס"ה-תשי"א).

אין די לעצטע יארן פארמערן זיך די געשעפטן אינעם קווארטל און דער מאה שערים גאס איז פארוואנדלט געווארן צו א האנדל שטראסע. מאנכע פרובירן צו באקעמפן דעם ערשיינונג און אפהאלטן פארקויפן הייזער פאר געשעפטן.

געבוי

די הייזער פונעם קווארטל זענען אריגינעל געבויעט געווארן ווי איין לאנגע מויער, אלס זיכערהייט סיבות, און זייערע דרויסנדיגע ווענט רינגלען ארום א גרויסע אינעווייניגסטע הויף. פונקט ווי אין אלט-שטאט אין יענע צייטן זענען די טויערן געווארן פארמאכט יעדע נאכט. אין הויף זענען אוועקגעשטעלט געווארן די צענטראלע וואסער-בורות פונעם קווארטל. מיט'ן וואוקס פונעם באפעלקערונג זענען געבויעט געווארן נאך הייזער אינעווייניג אין הויף, אזוי אז זי האט מער ווייניגער פארלוירן איר אריגינעלער אויסזעהן.

אלס טייל פונעם וואוקס פונעם קווארטל זענען ארום איר געבויעט געווארן "סאטעליט קווארטלען", צווישן זיי, ווארשעווער הייזער, אונגארישע הייזער, נייטינ'ס הייזער, בית ישראל. ארום די קווארטל זענען געבויעט געווארן נאך פרומע קווארטלען און געגנטן. די צענטראלע פלאץ אין געגנט איז כיכר השבת, וואס באהעפט מאה שערים מיט די נאנטע גאולה. לעצטנס זעט זיך אן א גאנג פון איבער בויען און פארברייטערן הייזער אין קווארטל, אונטערן אויפזוכט פון ירושלימ׳ער שטאטראט און המועצה לשימור אתרים.

באפעלקערונג

די קווארטל באשטייט היינט פון אן איבערוויגנדער מערהייט פון פרומע וואס געהערן צו פארשידענע קרייזן, בעיקר חסידים און ליטווישע, און רעכנט אריין צענדליגע ישיבות, שולן און כוללים. ריכטיג צו 2016, וואוינען אין איר ארום 9,400 מענטשן[6].

די געגנט איז א צענטער פאר א גרויסער צאל קהילות וואס געהערן צו די עדה החרדית: תולדות אהרן, תולדות אברהם יצחק, סאטמאר און נאך, ווי אויך נטורי קרתא, וועלכע זענען באקאנט מיט זייער שטארקער קעגנערשאפט צו מדינת ישראל און צו ציונות. זיי האבן אויסגעקליבן א לעבנס שטייגער פון אפגעזונדערטקייט און אפטיילונג, ווי א געטא פון אייגענעם ווילן. די מענטשן פון די עדה החרדית ארגאניזירן צומאל פראטעסטן קעגן די רעגירונג, די "שלטון הציוני", איבער פארשידענע זאכן ווי גראבן אלטע קברים דורך ארכעאלאגן, גיוס בני ישיבות צו צה"ל און שמירת השבת אין שטאט.

צו די זייט פון די קהילות וואוינען אינעם קווארטל אויך קהילות וואס געהערן צו אגודת ישראל, א שטייגער ווי די קארלינער און סלאנימער חסידות׳ן.

קאמף אויפן ריינקייט פון קווארטל

די אייגנארטיגע כאראקטער פונעם קווארטל ברענגט גרופעס פון טוריסטן וואס קומען עס באטראכטן אדער איינקויפן אידישע ארטיקלען אין געשעפטן אויף איר הויפט גאס. די באזוכן שאפן צומאל רייבערייען צווישן די באזוכער און א טייל פון די איינוואוינער, וואס שטעלן זיך קעגן איינטריט פון פרויען מיט נישט צניעות'דיגע קליידונג. אום שבת און יום טוב איז די קווארטל צוגעשפארט פאר טראנספארטאציע מיטלען. די אגד קאמפאני פארט נישט אריין אין געגנט צוליב פראטעסטן פון אַן עקסטרעמע מינאָריטעט וואס טענה'ט אז דער פירמע איז מחלל שבת.

אום אקטאבער 2011 האט בג"ץ גע'פסק'נט אז אין קווארטל וועט מען מער נישט טארן אויפשטעלן צוימען, אויסציען יוטע ליילעכער אדער שטעלן פריוואטע סדרנים, כדי צו פארסירן די טיילונג צווישן מענער און פרויען, און אז מען וועט שטעלן א פארמיטלער צווישן די פאליציי און די איינוואוינער אנצונעמען באקלאגענישן וואס וועלן אריינגעגעבן ווערן איבער דעם.

צו ליינען מער

דרויסנדיגע לינקס

רעפערענצן

  1. בראשית כו, יב
  2. מאה שערים וכמה השערות ; כסלו תרל"ד (1873), אויף "דעת"
  3. 3.0 3.1 ירושלים של מעלה, ירושלים, ה'תשמ"ג
  4. אזיען, עברי אנכי, נאוועמבער 24, 1876.
  5. 'ליקוטי הגר"א' אויך אין 'באר יצחק', און אין ביאור הגר"א על "תיקוני זוהר חדש" דף ה'. די קוועלער ווערן געברענגט אין 'מוסד היסוד' אין הערות שוליים זייטן 204-205
  6. שכונת מאה שערים, אויף האתר הרשמי של עיריית ירושלים