אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רבי שמעיה גרינבוים"

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
ק (הגה)
(←‏דרויסנדיגע לינקס: פארברייטערט)
 
(53 מיטלסטע ווערסיעס פון 5 באַניצער נישט געוויזן.)
שורה 1: שורה 1:
{{דעסקריפציע|מחבר פון די ספרים "סייעתא דשמיא"}}
{{דעסקריפציע|מחבר פון פירוש "סייעתא דשמיא" אויף משנה (תש"ז–תשפ"ד)}}{{אישיות רבנית
 
| נאמען = רבי שמעיה גרינבוים
'''רבי שמעיה גרינבוים''' איז געווען א תלמיד חכם און מרביץ תורה אין [[וויליאמסבורג]], און פון די באוואוסטע פרומע גרויסע מחברים פון ספרים אין דער היינטיגער תקופה.  
| בילד = טעקע:רבי שמעיה גרינבוים.jpg
| געבורט ארט = [[מיהאליפאלווא]]
| מקום קבורה = [[קרית יואל]]
| השכלה = [[תומכי תמימים|ישיבת חב"ד]] [[פאריז]], [[ישיבת תורה ויראה|סאטמאר]] וויליאמסבורג
| וואוין ארט = [[וויליאמסבורג]], [[ברוקלין]], [[ניו יארק]]
| מדינה = [[פאראייניגטע שטאטן]]
| תאריך לידה עברי = [[י"א סיון]] [[ה'תש"ז]]
| תאריך פטירה עברי = [[ל' סיון]] [[ה'תשפ"ד]]
| טעטיגקייט ארט = [[וויליאמסבורג]]
| השתייכות = [[סאטמאר (חסידות)|סאטמאר]]
| תחומי עיסוק = [[מגיד שיעור|מרביץ תורה]], מחבר ספרים און מפרש פון [[משניות]]
| תפקידים נוספים = דומ"ץ [[התאחדות הרבנים]]
| רביס = [[רבי יואל טייטלבוים]]
| ספרים = סייעתא דשמיא
| טאטע = רבי יהודה אריה
| מאמע = חנה
| ווייב = שרה
}}'''רבי שמעיהו גרינבוים''' ([[י"א סיון]] [[ה'תש"ז]] – [[ל' סיון]] [[ה'תשפ"ד]]) איז געווען א תלמיד חכם און [[מגיד שיעור|מרביץ תורה]] אין [[וויליאמסבורג]], דער מחבר פונעם פירוש "סייעתא דשמיא" אויף משניות, און א דיין אין די [[התאחדות הרבנים]].


==ביאגראפיע==
==ביאגראפיע==
רבי שמעיהו איז געבוירן אין [[מיהאליפאלווא]], [[רומעניע]] צו רבי יודא אריה גרינבוים און חנה, א טאכטער פון רבי שמעיה גרינפעלד פון [[האלמין]], וואס איז געווען אן איידעם ביי [[רבי שלמה יהודה טאבאק]] דומ"ץ [[סיגוט]] מחבר ספר ערך ש"י{{הערה|שם=איד|מ. נועם, מילי דשמיא (ביילאגע), [[דער איד]], פרייטאג חוקת, ו' תמוז תשפ"ד}}. צוליב דעם [[קאמוניזם]] האבן זיי פארלאזט רומעניע אין יאר תשי"א און זיך באזעצט אין [[פאריז]]; רבי שמעיה האט געלערנט אין דער ארטיגער [[ליובאוויטש]]ער ישיבה [[תומכי תמימים]], וואס איז געווען בראשות [[רבי ניסן נעמאנאוו]]{{הערה|שם=איד}}. שפעטער אין יאר תשי"ח האבן זיי זיך געצויגן קיין [[אמעריקע]], דארט איז ער געווען פון די ערשטע תלמידים אין דער [[סאטמאר (חסידות)|סאטמארער]] תלמוד תורה אין [[וויליאמסבורג]]{{הערה|{{אידיש24|נייעס אינטערוויו|109083|אינטערוויו: "זָכַרְתִּי לָךְ חֶסֶד נְעוּרַיִךְ", יוגענט זכרונות צום פטירה פון הגה"צ רבי שמעיה גרינבוים זצ"ל בעל סייעתא דשמיא, "איך געדענק נאך ווען ער איז אנגעקומען א יונגעלע פון פראנקרייך"}}}}, ער האט געלערנט עטליכע יאר אין קלאס פון [[רבי יונה גלויבער]], וועמען ער האט געהאלטן אלע יארן אלס רבו המובהק{{הערה|שם=איד}}. ער פלעגט שוין אלס קינד לערנען מיט געוואלדיגע התמדה, און האט נישט אנטיילגענומען אין די שפילערייען מיט די אנדערע קינדער{{הערה|שלמה מנשה פאלקאוויטש, 30:05-34:45, {{אידיש24|דרעזדנער-שמעלצער שמועס|109341|פרשת חוקת תשפ"ד}}}}.


רבי שמעיה איז געבוירן אין יאר תש"ז פאריז צו רבי יודא ארי' גרינבוים, און חנה בת רבי שמעיה גרינפעלד, אלס קינד האט ער געלערנט אין דער [[ליובאוויטש]]ער ישיבה אין [[פאריז]]. שפעטער איז ער אנגעקומען קיין וויליאמסבורג, וואו ער איז געווען פון די ערשטע תלמידים פון [[סאטמאר (חסידות)|סאטמארער]] תלמוד תורה אין קראון הייטס.  
אלס בחור האט ער צוערשט געלערנט אין [[ישיבת תורה ויראה|סאטמארער ישיבה]], וואו ער איז נאנט געווארן מיט'ן [[ראש ישיבה]], דער שאפראנער רב [[רבי שמעון ישראל פאזען]]. אויך האט ער ערווארבן א נאנטער קשר מיט'ן סאטמארער רבי [[רבי יואל טייטלבוים]], מיט וועמען ער פלעגט זיך מתפלפל זיין אין לערנען, בפרט ביי די [[סוגיא]] שיעורים{{הערה|שם=איד}}. שפעטער האט ער מיט'ן גוטהייסונג פון סאטמאר רבי'ן זיך אריינגעזעצט אין סאלקער ביהמ"ד אין וויליאמסבורג, וואו דער סאלקער רב [[רבי אליעזר פיש (סאלקא)|רבי אליעזר פיש]] האט אים אוועקגעגעבן א צימער מיט ספרים וואו ער האט געלערנט מיט א חברותא{{הערה|זיין אייניקל וואלף ראזנבוים, 48:00-61:30, {{אידיש24|דרעזדנער-שמעלצער שמועס|109341|פרשת חוקת תשפ"ד}}}}.


אלס בחור האט ער געלערנט אין סאטמארער ישיבה, און איז געווען א נאנטער תלמיד פון סאטמארער רבי, [[רבי יואל טייטלבוים]]. ער האט חתונה געהאט צו א טאכטער פון רבי ישראל אלטר הכהן וויינשטאק.
אין יאר תשכ"ו האט ער חתונה געהאט מיט דער טאכטער פון רבי ישראל אלטר הכהן וויינשטאק. ער איז געווען א [[דיין]] פון [[התאחדות הרבנים]] און אין דער סאטמארער [[קאנטרי]] "לפידות". אין [[ו' חוקת]] [[תשל"ד]]{{הערה|הקדמה למשניות ע"פ סייעתא דשמיא, מס' סוכה}}, האט ער איבערגעלעבט א טראגישע שריפה, דאן האט ער געבעטן השי"ת ער זאל אים שענקען נאך א תקופה כדי ער זאל קענען אויפטון אויף דער וועלט{{הערה|שם=איד}}.


ער איז נפטר געווארן שב"ק פר' קרח, אדר"ח תמוז ה'תשפ"ד.
ער איז נפטר געווארן שבת פרשת קרח, א' דראש חודש תמוז ה'תשפ"ד, נאכן זיין נישט געזונט פאר עטליכע חדשים. זונטאג דערויף איז פארגעקומען זיין לוויה אין היכל הבית המדרש פון סאטמאר אויף ראדני סטריט אין וויליאמסבורג, דערנאך אין [[קאנטרי]] לפידות, און פארנט פון בית המדרש הגדול אין [[קרית יואל]]. כאטש עס איז געווען [[ראש חודש]] זענען פארגעקומען [[הספד]]ים, צווישן אנדערע דורך די צוויי סאטמארער רבי'ס; [[רבי משה שטערנבוך]]; און [[רבי אליקים שלעזינגער]]{{הערה|שם=איד}}. ער איז באערדיגט געווארן אין קרית יואל, סמוך ונראה צום ציון פון סאטמארער רבי רבי יואל טייטלבוים{{הערה|{{לינק|אדרעס=https://satmarck.com/?accountId=2797|קעפל=הרה"ג שמעיהו גרינבוים ז"ל|זייטל=בית החיים קרית יואל וועבזייטל}}}}.


==הרבצת התרה==
==הרבצת התורה==
תיכף נאך זיין חתונה האט ער אנגעהויבן פארלערנען שיעורי תורה אין סאטמאר בית המדרש, וואס איז געווארן מער פארברייטערט, ער האט פארגעלערנט שיעורים אויף ש"ס, אויף די פרשה, און א באזונדערע שיעור אויף נ"ך. זיינע שיעורים זענען געווען אויסגערופן מיט א געוואלדיגע קלארקייט און געשמאק.  
[[טעקע:משניות ס ד.jpg|קליין]]
אין יאר תש"ל האט ער ארויסגעגעבן '''סייעתא דשמיא''' אויף [[מסכת שבת]], חידושים אין דער גמרא, די ראשונים, און אין הלכה, און האט באקומען ווארעמע הסכמות דערויף. תשל"ב האט ער ארויסגעגעבן אויף [[מסכת סוכה]], און שפעטער אויף [[מסכת ביצה]]. אין צוזאמהאנג מיט דעם האט ער אויך ארויסגעגעבן ספרים פון [[כתב יד]] פון [[ראשונים]] וואס ער האט אויפגעזעצט און מגיה געווען{{הערה|{{אוצר החכמה|2=סייעתא דשמיא - תלמיד הרשב"א ביצה|3=8197|page=6|לינק טעקסט=הקדמת המחבר}}}}.


ער איז געווען א [[דיין]] פון [[התאחדות הרבנים]], און אין לפידות באנגלאו קאלאני.  
אום תשל"ד האט ער אנגעהויבן פארלערנען שיעורי תורה אין סאטמארער ביהמ"ד אויף ראדני סטריט, קודם א נאכט-שיעור אין [[שולחן ערוך]], שפעטער אויך א פארטאגס שיעור אין [[גמרא]] מיט [[תוספות]], וואס האט נאכגעפאלגט מיט א שיעור אין [[ויואל משה]]. יארן לאנג האט ער אויך פארגעלערנט א הלכה שיעור יעדן נאכט צווישן מנחה און מעריב. שפעטער אין יאר תשל"ח האט ער אנגעהויבן פארלערנען א שיעור אין [[חומש רש"י]] יעדן פרייטאג צונאכטס, וואס איז שפעטער געטוישט געווארן אויף [[ליל ששי]], און בעפאר יעדן יום טוב האט ער פארגעלערנט שיעורים צוגעפאסט צו דעם יום טוב. די שיעורים זענען געווארן שטארק פארשפרייט דורך די תורה-טעיפס{{הערה|{{אוצר החכמה|רבי שמעיה גרינבוים|חומש עם פירוש סייעתא דשמיא - שמות|603760|עמוד דיגיטלי=11|מקום הוצאה=[[ניו יורק]]|שנת הוצאה=[[תש"נ]]}}|שם=סיעתא דשמיא}}. אין זיינע לעצטע יארן האט ער פארגעלערנט יעדן זונטאג פארמיטאג א שיעור אין [[נ"ך]]{{הערה|שם=איד}}{{הערה|{{אידיש24|נייעס אינטערוויו|109075|אינטערוויו: "הרבצת התורה", צום פטירה פון הגה"צ רבי שמעיה גרינבוים זצ"ל בעל סייעתא דשמיא, הערט א שמועס מיטן מסדר פון זיינע לאנגיעריגע שיעורי תורה, ווי אזוי דער גאון וחסיד האט געצויגן צו זיך פילע מקשיבי השיעור אין חומש רש"י, נ"ך, הגדה של פסח, און פיל נאך, "תורה היא וללמוד אני צריך"}}}}.


אין יאר תש"ל, האט ער ארויסגעגעבן זיינע חידושים אויף [[מסכת שבת]], און [[מסכת סוכה]]. און ער האט ארויסגעגעבן ספרים פון ראשונים וואס ער האט אויפגעזעצט און מגיה געווען{{הערה|{{אוצר החכמה|2=סייעתא דשמיא - תלמיד הרשב"א ביצה|3=8197|page=6|לינק טעקסט=הקדמת המחבר}}}}.  
סוף תשל"ז האט ער געעפנט די חברה לומדי ש"ס שע"י קהל יטב לב ד'סאטמאר, וואו די חברי החבורה האבן יעדן חודש מסיים געווען ש"ס. יעדן סוף חודש אין פארגעקומען א סיום הש"ס וואו עס האבן אויפגעטרעטן גדולי ישראל{{הערה|{{אוצר החכמה|2=פרי תמרים - ב|3=147917|page=158|שנת הוצאה=תשל"ח|מו"ל=קובץ כולל תו"י דרבינו יואל דסאטמאר|עמ=קנה-קנח}}}}, ביים ערשטן סיום אין יאר תשל"ח האט סאטמארער רבי אפגעשיקט א בריוו צום סיום, וואס איז פארגעליינט געווארן דורכ'ן גבאי, ר' [[יוסף אשכנזי]].


אין יאר תשל"ב, נאכ'ן איבערלעבן א טראגישע שריפה, האט ער אנגעהויבן ארויסגעבן די פירוש סייעתא דשמיא אויף מסכתות [[משניות]], וואס איז געווארן שטארק אויפגעכאפט און ווערט געלערנט בכל תפוצות ישראל.  
נאך ארום צען יאר פארלערנען חומש רש"י האט ער עס געוואלט ארויסגעבן אין א ספר, און אין תש"נ האט ער ארויסגעגעבן דעם ערשטן באנד פון חומש סייעתא דשמיא אויף די סדרות שמות-בשלח. ער האט געוואלט ארויסגעבן ווייטער אויף אלע פרשיות, אבער דורכאויס די ארבעט האט ער זיך אנגעשטויסן אין שווערע מקצועות וואס זענען נישט געהעריג ערקלערט געווארן, אריינגערעכנט נגעים ואהלות, האט ער באשלאסן צו שרייבן קודם ביאורים אויף די שווערע מסכתות משניות. דאן האט ער אנגעהויבן ארויסגעבן דעם פירוש סייעתא דשמיא אויף מסכתות אין [[משניות]], וואס ערקלערט גרינטליך יעדן דעטאל פון די משנה מיט אויסגערופענע פינקטליכקייט און קלארקייט. די משניות זענען שטארק אויפגעכאפט געווארן און ווערן געלערנט איבעראל. ער האט זיך אפגעגעבן מיט די ספרים ביז זיינע לעצטע טעג מיט גרויס יגיעה, און האט באוויזן ארויסצוגעבן זיין פירוש אויף רוב מסכתות פון די משניות{{הערה|שם=איד}}{{הערה|{{אידיש24|נייעס אינטערוויו|109082|אינטערוויו: "וּפְתַח לָנוּ ה' אֱלֹקינוּ אַב הָרַחֲמִים... שַׁעֲרֵי סִיַּעְתָּא דִשְׁמַיָּא", צום פטירה פון הגה"צ רבי שמעיה גרינבוים זצ"ל בעל סייעתא דשמיא, וויאזוי אלעס האט זיך אנגעהויבן ארויסצוגעבן די סעריע משניות סייעתא דשמיא, פון די ווייכע ווייסע דעקלעך ביז די תורה אימפעריע, די נאנטע קשר מיטן גאון זצ"ל ארבייטענדיג אינאיינעם האנט-ביי-האנט, "איך האב פארלוירן מיין רבי"}}}}.


תשנ"ו האט ער ארויסעגעבן א ספר "בירור דברים" קעגן דאס זיך באטייליגן ביי די [[בחירות]] אין [[מדינת ישראל]].  
אין חודש חשון תשמ"ט איז ער געפארן אויף ירושלים אינאיינעם מיט [[רבי טודרוס זילבער]] בשליחות פונעם סאטמארער רבי [[רבי משה טייטלבוים]] אויפצוטרעטן מיט א דרשה קעגן דאס זיך באטייליגן ביי די [[בחירות]] אין [[מדינת ישראל]]{{הערה|{{אוצר החכמה|בטאון העדה החרדית|העדה|640146|מקום הוצאה=ירושלים|שנת הוצאה=פר' לך, תשמ"ט}};
{{לינק|אדרעס=https://www.koltorahonline.com/artists/greenbaum-r-shmaya/iser-hishtatfus-bibchirus.html|קעפל=רעקארדירונג פון די דרשה|זייטל=קול תורה וועבזייטל}}}}; אין תשנ"ו האט ער ארויסגעגעבן א ספר "בירור דברים" איבער דעם. אויך איז ער געפארן נאך עטליכע מאל אויפטרעטן מיט דרשות ביי מעמדים פון די עדה החרדית{{הערה|זע {{אוצר החכמה|בטאון העדה החרדית|העדה|618377|מקום הוצאה=ירושלים|שנת הוצאה=פרשת בא, תשס"ח}}}}, אריינגערעכנט תשע"ו ביי א חלוקה פון מפעל שקל הטהור דורך דעם סאטמארער רבי [[רבי זלמן לייב טייטלבוים]].


נאך די הסתלקות פון [[רבי משה טייטלבוים]] פון [[סאטמאר]], האט ער זיך געהאלטן נוטראל, און נישט גענומען קיין שטעלונג איבער די הנגהגת האדמורות. טראץ וואס ער האט ווייטער פארגעלערנט די שיעורים אין בית המדרש אויף ראדני סטריט פון [[רבי זלמן לייב טייטלבוים|רבי זלמן לייב]] און האט זיך באטייליגט ביי פילע מעמדים פון די קהילה, האט ער אויך געבעבן שיעורים ביי די בתי מדרשים פון די קהילה פון [[רבי אהרן טייטלבוים|רבי אהרן]], און האט זיך משתתף געווען ביי די מעמדים.
נאכ'ן הסתלקות פון [[רבי משה טייטלבוים]] פון סאטמאר, האט ער זיך געהאלטן נייטראל, און נישט גענומען קיין שטעלונג איבער די הנהגה אין קהילת סאטמאר, און טראץ וואס ער האט ווייטער פארגעלערנט די שיעורים אין בית המדרש אויף ראדני סטריט פון [[רבי זלמן לייב טייטלבוים|רבי זלמן לייב]] און זיך באטייליגט ביי פילע מעמדים פון די קהילה, האט ער אויך געגעבן שיעורים ביי די בתי מדרשים פון די קהילה פון [[רבי אהרן טייטלבוים|רבי אהרן]] און זיך משתתף געווען ביי מעמדים, צווישן זיי ביים מעמד כינוס כללי א' שלח תשע"ח אין [[נעסאו קאלעסיום]] סטעדיום.
 
די לעצטערע חדשים פון זיין לעבן איז ער געווען נישט געזונט, און ער איז נפטר געווארן שב"ק פר' קרח, אדרתמוז ה'תשפ"ד. זונטאג דערויף איז פארגעקומט זיין לוויה אין סאטמאר בית המדרש אויף ראדני סט. אין וויליאמסבורג, דערנאך אין [[קאנטרי]] לפידות, און פארנט פון בית המדרש הגדול אין [[קרית יואל]], מיט הספדים טראץ [[ראש חודש]], צווישן אנדערע האבן מספיד געווען די צוויי סאטמארער רבי'ס, [[רבי משה שטערנבוך]], און [[רבי אליקים שלעזינגער]].
ער איז געקומען לקבורה אין [[בית החיים]] אין קרית יואל, סמוך ונראה צום ציון פון סאטמארער רבי [[רבי יואל טייטלבוים]].


==זיינע ספרים==
==זיינע ספרים==
*רבי שמעיה גרינבוים, '''[https://tablet.otzar.org/#/exKotar/147793 משניות עם פירוש סייעתא דשמיא]''' פיר בענדער, אויף [[אוצר החכמה]]
*פירוש '''סייעתא דשמיא''' אויף רוב מסכתות פון [[משניות]] ([https://tablet.otzar.org/#/exKotar/147793 פיר בענדער דערפון] אויף [[אוצר החכמה]])
*{{אוצר החכמה|רבי שמעיה גרינבוים|חומש עם פירוש סייעתא דשמיא - שמות|603760|page=1|סופיקס=יא}}
*{{אוצר החכמה|2=חומש עם פירוש סייעתא דשמיא - שמות|3=603760|page=1|סופיקס=יא}}
*{{אוצר החכמה|רבי שמעיה גרינבוים|סייעתא דשמיא|9098|[[מסכת שבת]]|מקום הוצאה=[[ירושלים]]|שנת הוצאה=[[תש"ל]]}}.
*'''סייעתא דשמיא''' אויף תלמוד בבלי {{אוצר החכמה|2=מסכת שבת|3=9098|מקום הוצאה=ירושלים|שנת הוצאה=תש"ל}}; {{אוצר החכמה|2=מסכת סוכה|3=104108|מקום הוצאה=ירושלים|שנת הוצאה=תשל"ב}}; און {{אוצר החכמה|2=מסכת ביצה|3=8197|מקום הוצאה=ירושלים|שנת הוצאה=תשמ"ד}}
*{{אוצר החכמה|רבי שמעיה גרינבוים|בירור דברים|613387|מקום הוצאה=[[ירושלים]]|שנת הוצאה=[[תשנ"ו]]|מו"ל=מחלקת ההסברה שע"י היהדות החרדית בארה"ק}}
*{{אוצר החכמה|2=בירור דברים|3=613387|מקום הוצאה=ירושלים|שנת הוצאה=תשנ"ו|מו"ל=מחלקת ההסברה שע"י היהדות החרדית בארה"ק|סופיקס=יא}}
*{{קול הלשון|הרב שמעיה גרינבוים||7410}}.
*'''כתובה המפורש''' - סייעתא דשמיא פירוש הכתובה, תשע"ה
*'''שיעורי סייעתא דשמיא על סדר מלכיות זכרונות שופרות''' - אידיש, ברוקלין נ"י, תשפ"א


==משפחה==
==משפחה==
*זיין זון רבי מענדל הערש, רב פון [[בית המדרש הגדול]] אין [[לאוער איסט סייד]], איידעם פון [[רבי אפרים אשרי]].
*זיין זון רבי מענדל הערש, רב פון [[בית המדרש הגדול]] אין [[לאוער איסט סייד]], איידעם פון [[רבי אפרים אשרי]].
*זיין איידעם רבי אהרן צבי ראזענבוים רב פון קהילת נאנאש אין ויליאמסבורג, אייניקל פון [[רבי יצחק אייזיק ראזענבוים]] פון [[זוטשקא]].
*זיין זון רבי אברהם, רב פון ביהמ"ד סייעתא דשמיא אין וויליאמסבורג.
*זיין איידעם רבי שלום יוסף חיים פריעד אב"ד קראסנא אין [[בארא פארק]], אייניקל פון [[רבי הלל ליכטנשטיין]] פון קראסנא.
*זיין זון רבי יואל ישראל אלטר, מגיד שיעור אין קהל יטב לב ד'סאטמאר אין וויליאמסבורג.
*זיין איידעם רבי שלום יוסף חיים פריעד אב"ד קראסנא אין [[בארא פארק]], אייניקל פון [[רבי הלל ליכטנשטיין (קראסנא)|רבי הלל ליכטנשטיין]] פון קראסנא.
*זיין איידעם רבי אליהו פאדווא, זון פון [[רבי משה חיים אפרים פאדווא]] רב [[התאחדות קהלות החרדים]] אין [[לאנדאן]].
*זיין איידעם רבי אליהו פאדווא, זון פון [[רבי משה חיים אפרים פאדווא]] רב [[התאחדות קהלות החרדים]] אין [[לאנדאן]].
*זיין איידעם רבי אהרן יוסף ראזענבוים רב פון קהילת נאנאש אין וויליאמסבורג, אייניקל פון [[רבי יצחק אייזיק ראזנבוים]] פון [[זוטשקא (חסידות)|זוטשקא]].
*זיין איידעם רבי ישראל אריה מרגליות, מלמד אין תלמוד תורה סאטמאר אין וויליאמסבורג.
*זיין איידעם רבי יעקב ישראל מאיר זילבער, רב פון קהל מרפא לנפש אין מאנסי, זון פון [[רבי אברהם שמואל זילבער]] אב"ד קאשוי מאנסי.
*זיין איידעם רבי שמואל קליין, זון פון [[רבי מרדכי בצלאל קליין]] דומ"ץ סאטמאר לעיקוואוד.
*זיין איידעם רבי יצחק פאסטערנאק.
*זיין איידעם רבי מרדכי יוסף ווייסמאנדל.


==צו ליינען מער==
==דרויסנדיגע לינקס==
*{{קול הלשון|הרב שמעיה גרינבוים||7410}}
*{{אייוועלט|69996|בד"ה הרה"ג רבי שמעי' גרינבוים זצ"ל מח"ס סיעתא דשמיא פירוש על משניות}}
*{{אייוועלט|69996|בד"ה הרה"ג רבי שמעי' גרינבוים זצ"ל מח"ס סיעתא דשמיא פירוש על משניות}}
*{{לינק|אדרעס=https://www.geni.com/people/Rabbi-Shemaya-Greenbaum/6000000006712197935|קעפל=Rabbi Shemaya Greenbaum|זייטל=[[Geni]]|שפראך=ענגליש}}
*{{לינק|אדרעס=https://yiddaily.org/eng-yiddaily/PDF/Der%20Yid%20Daily%207-07-2024.html|קעפל=תורה חגרי שק: הגה"צ חו"פ רבי שמעי' גרינבוים זצ"ל בעל "סייעתא דשמיא" נפטר געווארן|זייטל=דער איד טעגליך}}
*{{לינק|אדרעס=https://yiddaily.org/eng-yiddaily/PDF/Der%20Yid%20Daily%207-07-2024.html|קעפל=תורה חגרי שק: הגה"צ חו"פ רבי שמעי' גרינבוים זצ"ל בעל "סייעתא דשמיא" נפטר געווארן|זייטל=דער איד טעגליך}}
 
*{{לינק|אדרעס=https://williamsburg365.com/news/photo-gallery-the-life-of-the-hagoen-reb-shmaye-greenbaum-zt-l|קעפל=בילדער גאלעריע|זייטל=וויליאמסבורג 365 וועבזייטל}}
==דרויסנדיגע לינקס==


==רעפערענצן==
==רעפערענצן==
{{רעפערענצן}}
{{רעפערענצן}}
{{גרונטסארטיר:גרינבוים, שמעיה}}
{{גרונטסארטיר:גרינבוים, שמעיה}}
[[קאַטעגאָריע:אמעריקאנער רבנים]]
[[קאַטעגאָריע:אמעריקאנער רבנים]]
[[קאַטעגאָריע:סאטמארער חסידים]]
[[קאַטעגאָריע:סאטמארער חסידים]]
[[קאַטעגאָריע:מחברי ספרים]]
[[קאַטעגאָריע:מחברי ספרים]]
[[קאַטעגאָריע:וויליאמסבורגער רבנים]]
[[קאַטעגאָריע:המכלול ארטיקלען]]
[[קאַטעגאָריע:תלמידים פון ישיבת סאטמאר]]
[[קאַטעגאָריע:באערדיגט אין קרית יואל]]
[[קאַטעגאָריע:רבנים פון התאחדות הרבנים]]
[[קאַטעגאָריע:תלמידים פון רבי יואל טייטלבוים]]
[[קאַטעגאָריע:מפרשים פון משניות]]
[[HE:רבי שמעיה גרינבוים]]
[[HE:רבי שמעיה גרינבוים]]

יעצטיגע רעוויזיע זינט 22:17, 26 אויגוסט 2024

רבי שמעיה גרינבוים
רבי שמעיה גרינבוים.jpg
געבורט י"א סיון ה'תש"ז
מיהאליפאלווא
פטירה ל' סיון ה'תשפ"ד (אלט: 77)
מקום קבורה קרית יואל
מדינה פאראייניגטע שטאטן
למד ב ישיבת חב"ד פאריז, סאטמאר וויליאמסבורג
וואוין אָרט וויליאמסבורג, ברוקלין, ניו יארק
טעטיגקייט אָרט וויליאמסבורג
השתייכות סאטמאר
תחומי עיסוק מרביץ תורה, מחבר ספרים און מפרש פון משניות
תפקידים נוספים דומ"ץ התאחדות הרבנים
רבי'ס רבי יואל טייטלבוים
ספרים סייעתא דשמיא
ווייב שרה
טאטע רבי יהודה אריה
מאמע חנה

רבי שמעיהו גרינבוים (י"א סיון ה'תש"זל' סיון ה'תשפ"ד) איז געווען א תלמיד חכם און מרביץ תורה אין וויליאמסבורג, דער מחבר פונעם פירוש "סייעתא דשמיא" אויף משניות, און א דיין אין די התאחדות הרבנים.

ביאגראפיע

רבי שמעיהו איז געבוירן אין מיהאליפאלווא, רומעניע צו רבי יודא אריה גרינבוים און חנה, א טאכטער פון רבי שמעיה גרינפעלד פון האלמין, וואס איז געווען אן איידעם ביי רבי שלמה יהודה טאבאק דומ"ץ סיגוט מחבר ספר ערך ש"י[1]. צוליב דעם קאמוניזם האבן זיי פארלאזט רומעניע אין יאר תשי"א און זיך באזעצט אין פאריז; רבי שמעיה האט געלערנט אין דער ארטיגער ליובאוויטשער ישיבה תומכי תמימים, וואס איז געווען בראשות רבי ניסן נעמאנאוו[1]. שפעטער אין יאר תשי"ח האבן זיי זיך געצויגן קיין אמעריקע, דארט איז ער געווען פון די ערשטע תלמידים אין דער סאטמארער תלמוד תורה אין וויליאמסבורג[2], ער האט געלערנט עטליכע יאר אין קלאס פון רבי יונה גלויבער, וועמען ער האט געהאלטן אלע יארן אלס רבו המובהק[1]. ער פלעגט שוין אלס קינד לערנען מיט געוואלדיגע התמדה, און האט נישט אנטיילגענומען אין די שפילערייען מיט די אנדערע קינדער[3].

אלס בחור האט ער צוערשט געלערנט אין סאטמארער ישיבה, וואו ער איז נאנט געווארן מיט'ן ראש ישיבה, דער שאפראנער רב רבי שמעון ישראל פאזען. אויך האט ער ערווארבן א נאנטער קשר מיט'ן סאטמארער רבי רבי יואל טייטלבוים, מיט וועמען ער פלעגט זיך מתפלפל זיין אין לערנען, בפרט ביי די סוגיא שיעורים[1]. שפעטער האט ער מיט'ן גוטהייסונג פון סאטמאר רבי'ן זיך אריינגעזעצט אין סאלקער ביהמ"ד אין וויליאמסבורג, וואו דער סאלקער רב רבי אליעזר פיש האט אים אוועקגעגעבן א צימער מיט ספרים וואו ער האט געלערנט מיט א חברותא[4].

אין יאר תשכ"ו האט ער חתונה געהאט מיט דער טאכטער פון רבי ישראל אלטר הכהן וויינשטאק. ער איז געווען א דיין פון התאחדות הרבנים און אין דער סאטמארער קאנטרי "לפידות". אין ו' חוקת תשל"ד[5], האט ער איבערגעלעבט א טראגישע שריפה, דאן האט ער געבעטן השי"ת ער זאל אים שענקען נאך א תקופה כדי ער זאל קענען אויפטון אויף דער וועלט[1].

ער איז נפטר געווארן שבת פרשת קרח, א' דראש חודש תמוז ה'תשפ"ד, נאכן זיין נישט געזונט פאר עטליכע חדשים. זונטאג דערויף איז פארגעקומען זיין לוויה אין היכל הבית המדרש פון סאטמאר אויף ראדני סטריט אין וויליאמסבורג, דערנאך אין קאנטרי לפידות, און פארנט פון בית המדרש הגדול אין קרית יואל. כאטש עס איז געווען ראש חודש זענען פארגעקומען הספדים, צווישן אנדערע דורך די צוויי סאטמארער רבי'ס; רבי משה שטערנבוך; און רבי אליקים שלעזינגער[1]. ער איז באערדיגט געווארן אין קרית יואל, סמוך ונראה צום ציון פון סאטמארער רבי רבי יואל טייטלבוים[6].

הרבצת התורה

משניות ס ד.jpg

אין יאר תש"ל האט ער ארויסגעגעבן סייעתא דשמיא אויף מסכת שבת, חידושים אין דער גמרא, די ראשונים, און אין הלכה, און האט באקומען ווארעמע הסכמות דערויף. תשל"ב האט ער ארויסגעגעבן אויף מסכת סוכה, און שפעטער אויף מסכת ביצה. אין צוזאמהאנג מיט דעם האט ער אויך ארויסגעגעבן ספרים פון כתב יד פון ראשונים וואס ער האט אויפגעזעצט און מגיה געווען[7].

אום תשל"ד האט ער אנגעהויבן פארלערנען שיעורי תורה אין סאטמארער ביהמ"ד אויף ראדני סטריט, קודם א נאכט-שיעור אין שולחן ערוך, שפעטער אויך א פארטאגס שיעור אין גמרא מיט תוספות, וואס האט נאכגעפאלגט מיט א שיעור אין ויואל משה. יארן לאנג האט ער אויך פארגעלערנט א הלכה שיעור יעדן נאכט צווישן מנחה און מעריב. שפעטער אין יאר תשל"ח האט ער אנגעהויבן פארלערנען א שיעור אין חומש רש"י יעדן פרייטאג צונאכטס, וואס איז שפעטער געטוישט געווארן אויף ליל ששי, און בעפאר יעדן יום טוב האט ער פארגעלערנט שיעורים צוגעפאסט צו דעם יום טוב. די שיעורים זענען געווארן שטארק פארשפרייט דורך די תורה-טעיפס[8]. אין זיינע לעצטע יארן האט ער פארגעלערנט יעדן זונטאג פארמיטאג א שיעור אין נ"ך[1][9].

סוף תשל"ז האט ער געעפנט די חברה לומדי ש"ס שע"י קהל יטב לב ד'סאטמאר, וואו די חברי החבורה האבן יעדן חודש מסיים געווען ש"ס. יעדן סוף חודש אין פארגעקומען א סיום הש"ס וואו עס האבן אויפגעטרעטן גדולי ישראל[10], ביים ערשטן סיום אין יאר תשל"ח האט סאטמארער רבי אפגעשיקט א בריוו צום סיום, וואס איז פארגעליינט געווארן דורכ'ן גבאי, ר' יוסף אשכנזי.

נאך ארום צען יאר פארלערנען חומש רש"י האט ער עס געוואלט ארויסגעבן אין א ספר, און אין תש"נ האט ער ארויסגעגעבן דעם ערשטן באנד פון חומש סייעתא דשמיא אויף די סדרות שמות-בשלח. ער האט געוואלט ארויסגעבן ווייטער אויף אלע פרשיות, אבער דורכאויס די ארבעט האט ער זיך אנגעשטויסן אין שווערע מקצועות וואס זענען נישט געהעריג ערקלערט געווארן, אריינגערעכנט נגעים ואהלות, האט ער באשלאסן צו שרייבן קודם ביאורים אויף די שווערע מסכתות משניות. דאן האט ער אנגעהויבן ארויסגעבן דעם פירוש סייעתא דשמיא אויף מסכתות אין משניות, וואס ערקלערט גרינטליך יעדן דעטאל פון די משנה מיט אויסגערופענע פינקטליכקייט און קלארקייט. די משניות זענען שטארק אויפגעכאפט געווארן און ווערן געלערנט איבעראל. ער האט זיך אפגעגעבן מיט די ספרים ביז זיינע לעצטע טעג מיט גרויס יגיעה, און האט באוויזן ארויסצוגעבן זיין פירוש אויף רוב מסכתות פון די משניות[1][11].

אין חודש חשון תשמ"ט איז ער געפארן אויף ירושלים אינאיינעם מיט רבי טודרוס זילבער בשליחות פונעם סאטמארער רבי רבי משה טייטלבוים אויפצוטרעטן מיט א דרשה קעגן דאס זיך באטייליגן ביי די בחירות אין מדינת ישראל[12]; אין תשנ"ו האט ער ארויסגעגעבן א ספר "בירור דברים" איבער דעם. אויך איז ער געפארן נאך עטליכע מאל אויפטרעטן מיט דרשות ביי מעמדים פון די עדה החרדית[13], אריינגערעכנט תשע"ו ביי א חלוקה פון מפעל שקל הטהור דורך דעם סאטמארער רבי רבי זלמן לייב טייטלבוים.

נאכ'ן הסתלקות פון רבי משה טייטלבוים פון סאטמאר, האט ער זיך געהאלטן נייטראל, און נישט גענומען קיין שטעלונג איבער די הנהגה אין קהילת סאטמאר, און טראץ וואס ער האט ווייטער פארגעלערנט די שיעורים אין בית המדרש אויף ראדני סטריט פון רבי זלמן לייב און זיך באטייליגט ביי פילע מעמדים פון די קהילה, האט ער אויך געגעבן שיעורים ביי די בתי מדרשים פון די קהילה פון רבי אהרן און זיך משתתף געווען ביי מעמדים, צווישן זיי ביים מעמד כינוס כללי א' שלח תשע"ח אין נעסאו קאלעסיום סטעדיום.

זיינע ספרים

משפחה

דרויסנדיגע לינקס

רעפערענצן

  1. 1.0 1.1 1.2 1.3 1.4 1.5 1.6 1.7 מ. נועם, מילי דשמיא (ביילאגע), דער איד, פרייטאג חוקת, ו' תמוז תשפ"ד
  2. "אינטערוויו: "זָכַרְתִּי לָךְ חֶסֶד נְעוּרַיִךְ", יוגענט זכרונות צום פטירה פון הגה"צ רבי שמעיה גרינבוים זצ"ל בעל סייעתא דשמיא, "איך געדענק נאך ווען ער איז אנגעקומען א יונגעלע פון פראנקרייך"", נייעס אינטערוויו, אויף אידיש24
  3. שלמה מנשה פאלקאוויטש, 30:05-34:45, "פרשת חוקת תשפ"ד", דרעזדנער-שמעלצער שמועס, אויף אידיש24
  4. זיין אייניקל וואלף ראזנבוים, 48:00-61:30, "פרשת חוקת תשפ"ד", דרעזדנער-שמעלצער שמועס, אויף אידיש24
  5. הקדמה למשניות ע"פ סייעתא דשמיא, מס' סוכה
  6. הרה"ג שמעיהו גרינבוים ז"ל, אויף בית החיים קרית יואל וועבזייטל
  7. סייעתא דשמיא - תלמיד הרשב"א ביצה, הקדמת המחבר
  8. רבי שמעיה גרינבוים, חומש עם פירוש סייעתא דשמיא - שמות, ניו יורק, תש"נ
  9. "אינטערוויו: "הרבצת התורה", צום פטירה פון הגה"צ רבי שמעיה גרינבוים זצ"ל בעל סייעתא דשמיא, הערט א שמועס מיטן מסדר פון זיינע לאנגיעריגע שיעורי תורה, ווי אזוי דער גאון וחסיד האט געצויגן צו זיך פילע מקשיבי השיעור אין חומש רש"י, נ"ך, הגדה של פסח, און פיל נאך, "תורה היא וללמוד אני צריך"", נייעס אינטערוויו, אויף אידיש24
  10. פרי תמרים - ב, קובץ כולל תו"י דרבינו יואל דסאטמאר, תשל"ח, עמ' קנה-קנח (באגרעניצט צו באַצאָלטע אַבאָנענטן)
  11. "אינטערוויו: "וּפְתַח לָנוּ ה' אֱלֹקינוּ אַב הָרַחֲמִים... שַׁעֲרֵי סִיַּעְתָּא דִשְׁמַיָּא", צום פטירה פון הגה"צ רבי שמעיה גרינבוים זצ"ל בעל סייעתא דשמיא, וויאזוי אלעס האט זיך אנגעהויבן ארויסצוגעבן די סעריע משניות סייעתא דשמיא, פון די ווייכע ווייסע דעקלעך ביז די תורה אימפעריע, די נאנטע קשר מיטן גאון זצ"ל ארבייטענדיג אינאיינעם האנט-ביי-האנט, "איך האב פארלוירן מיין רבי"", נייעס אינטערוויו, אויף אידיש24
  12. בטאון העדה החרדית, העדה, ירושלים, פר' לך, תשמ"ט; רעקארדירונג פון די דרשה, אויף קול תורה וועבזייטל
  13. זע בטאון העדה החרדית, העדה, ירושלים, פרשת בא, תשס"ח