אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:פרעסע"
אין תקציר עריכה |
(פון רוי:צייטונג) צייכן: רויע רעדאגירונג |
||
(4 צווישנדיגע ווערסיעס פונעם זעלבן באַניצער נישט געוויזן) | |||
שורה 1: | שורה 1: | ||
{{דרעפט}} | {{דרעפט}} | ||
'''פּרעסע''' | מיטן נאָמען "'''פּרעסע'''" ווערן געווענליך פארשטאנען פּעריאדישע [[שריפט]]ליכע אויסגאבן, וועלכע ערשיינען פון צייט צו צייט, און זיי געבן ידיעות, געווענליך וועגן פּאליטישע געשעענישן, אַנדערע פּאסירונגען, [[נייעס]]ן וועגן פארשידענע געזעלשאפטליכע ערשיינונגען, אַרטיקלען, רעקלאמעס און אנאנסן. | ||
א '''צייטונג''' איז א א פאפיר וואס ברענגט נייעס, ארטיקלען, אנאליזן. עס ווערט געווענליך געדרוקט אויף ספעציעלע אייגנארטיגע ברוינע פאפיר וואס איז היבש ביליגער צו ערצייגן, און ווערט גערופן "צייטונג פאפיר". | |||
פון | צייטונגען זענען די אריגינעלע פארעם פון [[מאסן מידיע]] וועלכע גייט צוריק הונדערטער יארן. אין דער היינטיגער וועלט איז קאמוניקאציע א גרויסער טייל פון דער געזעלשאפט און קומט אין צענדליגער פארמען ווי: טעלעפאנס, סעליולער, פעקס, ראדיא, טעלעוויזיע, און אינטערנעט. איידער די אלע זאכן זענען געווען אויף דער וועלט, האט מען זיך באנוצט מיט צוויי קאמוניקאציע מיטלען, צייטונגען און בריוו. שפעטער האט מען אויסגעטראפן די [[טעלעגראף]] וועלכע האט פארשנעלערט די קאמוניקאציע פון וויכטיגע מעסעדזשעס. | ||
צו | צייטונגען זענען אמאל געווען די ביליגסטע און גרינגסטע וועג ווי אזוי צו פארשפרייטן נייעס, ארטיקלען, מיינונגען, און רעקלאמירן געוויסע פראדוקטן צו מאסן מענטשן. צייטונגען זענען פון אנהייב געשריבן געווארן מיט דער האנט; שפעטער האט מען דאס געדרוקט אין א דרוקעריי מיט גרויסע זיגלען, און היינט ווערט די גאנצע ארבעט געטון דורך דעם קאמפיוטער. צייטונגען זענען שטענדיג געשריבן געווארן אין שפראכן וועלכע די מערסטע ליינער האבן גערעדט און דאס מאכט זיי נאך היינט אינטערעסאנט ווען מען קוקט אין זיי. | ||
פון | גדולי ישראל האבן גענוצט צייטונגען צו מעמיד זיין דת על תילה, ווי רבי יהושע'לע מבעלזא זי"ע וואס האט געגרינדעט דעם "מחזיקי הדת" צייטונג אין זיין קאמף קעגן משכילים, און סאטמאר רב האט באגלייט דאס אפקויף פון 'דער איד' אין די ערשטע יארן צו דינען אלס שופר אקעגן די ציוני'סטישע און אפיקורס'ישער צייטונגען וועלכע זענען דאן געווען אין די אידישע גאס. היינט איז דא עטליכע פרומע צייטונגען. | ||
== היסטאריע == | |||
בעפאר עס איז געווען דרוק מאשינען פלעגן צייטונגען ערשיינען אין געשריבענעם פארמאט אדער מיט סטענסלס, און פלעגן אויפגעהאנגען ווערן אין צענטער פון שטאט, און אין גרעסערע שטעט אויף מערערע ערטער, אויף ספעציעלע פלאטעס, און די שטאט איינוואוינער פלעגן דארט ליינען די נייעס. | |||
ווען דרוק מאשינען האבן אנגעהויבן פארשפרייט ווערן האבן אנגעהויבן צו ערשיינען געדרוקטע צייטונגען. די ערשטע באקאנטע איז ערשינען וועכנטליך אין דייטשלאנד אין ה'שס"ט. ס'איז אבער נאך אלץ געווען אויף א באגרעניצטן פארנעם, און נאר עטליכע אין א שטאט וואס מ'האט אויפגעהאנגען. די רעגירונגען האבן דאן קאנטראלירט וואס מעג געשריבן ווערן דערין, און מעגליך אויך געצוימט די צאל צייטונגען. די ערשטע רעגירונג צו ערלויבן א טיילווייזע געדאנק פון פרייע פרעסע איז געווען ענגלאנד, וועלכע האט אין תנ"ה אראפגענומען דעם פארלאנג אז יעדע צייטונג מוז דורכגעקוקט ווערן דורך די רעגירונג, און מיט דעם פארגרינגערט דאס עפענען צייטונגען. | |||
אין די תק"צ יארן האט אנגעהויבן ווערן גרינג צו קענען מאכן שנעל קאפיעס, ברענגענדיג א פרישע פלייץ פון צייטונגען, וואס זענען אויך געווארן ביליגער צו קויפן, און ס'איז פארוואנדלט געווארן אין א גוטע פרנסה. זינט דאן ביז די פריע תש"ע יארן זענען פאפירענע צייטונגען געווען די גרעסטע נייעס קוואל, טראץ וואס טעלעוויזיע און ראדיא איז שוין געווען פאפולער יארן פריער. דאס האט אנגעהאלטן ביז די אינטערנעט איז אויפגעקומען און ווי רואינירט פאפירענע צייטונגען וועלכע ווערן נאר ווייניגער און מענטשן פארלירן אינטערעסע דערין, ביז עס ווערט געשאצט אז ביז עטליכע יאר וועט מער נישט זיין קיין פאפירענע צייטונגען. | |||
דאס ווערן גרינג ארויסצוגעבן צייטונגען אין די תק"צ יארן האט געברענגט אז רעליגיעס, פארטייען, און מענטשן מיט אגענדעס האבן אנגעהויבן ארויסצוגעבן צייטונגען, טייל פון זיי אפיציעל צו באריכטן נייעס, און אנדערע צו מיט'ן ציל צו פארשפרייטן א געוויסע באוועגונג אדער אגענדע. די ערשטע צייטונג דורך א איד איז געווען 'המליץ', וואס א משכיל אלכסנדר הלוי צאדערבוים האט ארויסגעגעבן אנגעהויבן תר"כ אין די שטאט אדעסא, דאן אונער די רוסישע הערשאפט. צאדערבוים האט באקומען רשות פון די רעגירונג ווי דער רוסישער געזעץ האט דאן געלויטעט, און האט עס ארויס געגעבן אין צוויי שפראכן, לשון הקודש און דייטש. אין דער צייט וואס די לשון הקודש ווערסיע האט זיך גוט פארקויפט, האט אבער די דייטשע נישט געצויגן פיל אינטערעסע, דעריבער האט ער געטוישט און אין תרכ"ב געגרינדעט 'קול מבשר' אויף אידיש. און די צוויי האט צאדערבוים פארקויפט זיינע משכיל'ישע אידעאלאגיעס פארן רוסישן אידנטום. נאך צאדערבוים'ס צייטונג, זענען נאכגעקומען איבער אייראפע נאך פילע צייטונגען דורך משכילים און ציוניסטישע באוועגונגען, חודש'ליכע, וועכנטליכע, ביי-וועכנטליכע, און אויך דינערע טעגליכע. | |||
ערליכע אידן האבן דאן באטראכט צייטונגען ווי אומאויסגעהאלטן, אויסער די חודש'ליכע תורה'דיגע קובצים וואס האבן דאן אנגעהויבן ערשיינען. רבנים און תלמידי חכמים פלעגן אריינשיקן בריוון און מאמרים, און ס'איז געגאנגען הין און צוריק. אסאך אידן האבן אבער יא געוואלט ליינען נייעס און האבן יא געקויפט די פראבלעמאטישע אידישע און לשו"ק'דיגע צייטונגען. דאס האט געפירט דער בעלזער רב הרה"ק רבי יהושע זצ"ל, וואס איז געווען פון די מנהיגי הדור, ארויסצוגעבן אן אייגענעם צייטונג. אין תרל"ט האט ער געהייסן פאר עטליכע חסידים צו גרינדן א צייטונג 'מחזיקי הדת', מיט'ן ציל צו ברענגען נייעס איבער די אידישע לעבן אין די שטעט פון גאליציע, אז מען זאל נישט דארפן קויפן די אנדערע צייטונגען. דער צייטונג איז אין די ערשטע יארן ערשינען איין מאל א חודש, און אין תרמ"ו האבן זיי געוואלט אנהייבן ערשיינען יעדע צוויי וואכן, אבער נישט קענענדיג באקומען א פערמיט פון די רעגירונג, האבן זיי עס צעטיילט אין צוויי, די צווייטע אונטערן נאמען 'קול מחזיקי הדת'. | |||
==אידיש-שפראכיגע פּרעסע== | |||
מען נעמט אָן אַז די ערשטע [[אידישע]] פּעריאדישע אויסגאבע, די ערשטע אידישע [[צייטונג]] אין דער אידישער שפּראך, איז ערשינען אין [[אמסטערדאם]] אין יאָר 1686 (תמ"ו), און איז ערשינען 2 מאָל אַ וואך ([[דינסטאג]] און [[פרייטאג]]) און האָט געהיסן "דינסטאגישי קורנטין" און "פרייטאגישי קורנטין"; דער אַרויסגעבער איז געווען א גר, א געוויסער משה בן אברהם. נאַכער איז געווען א לאנגע הפסקה, און ערשט אין לערך 1750 (תק"י) איז אין א [[דייטשלאנד|דייטש]] שטעטל נויוויד ערשינען א אידישע [[צייטשריפט]]. אין 1771 (תקל"א) האט אין דירנפורט אנגעהויבן ערשיינען אַ [[דייטש]]-אידישע צייטונג 2 מאָל אַ וואָך. | |||
פון דעמאלט אָן זענען געמאכט געווארן פאַרשידענע פרואון ארויסצוגעבן צייטונגען אין אידיש (מייסטנס אין א פאַר[[דייטשמעריש]]ט אידיש). אין 1823 (תקפ"ג) האָט אָנגעהויבן אין [[ווארשע]] ערשיינען אַ וואָכנצייטונג "דער באאָבאַכטער אַן דער ווייכסעל" (אויף [[פויליש]] און אויף דייטש-אידיש), וועלכע האט אויפגעהערט אין סעפּטעמבער 1824. | |||
אין די ערשטע תקופה פון אידישע פרעסע איז זי הויפטזעכליך געווען באאינפלוסט דורך די [[השכלה]] באוועגונג. צו די ערשטע [[יידיש]]ע וואָכנבלעטער וואָס זענען ערשינען רעגלמעסיג האט געהערט (אין [[אדעס]]) דער "קול מבשר" אונטער דער רעדאַקציע פון [[אלעקסאנדער צעדערבוים]] ([[רעדאַקטאָר]] פון "המליץ"); אין "קול מבשר" האָבן זיך באַטייליגט לינעצקי, [[מענדעלע מוכר ספרים]] און אנדערע, און דאָס וואָכנבלאט האָט געהאָלפן שאַפן די אידישע צייטונגס-שפּראך און האָט אַזוי ארום געהאט א גרויסע באדייטונג פאַר דער אנטוויקלונג פון דער אידישער פּרעסע. | |||
פון דעמאלט אָן האבן אנגעהויבן ערשיינען אידישע וואכנצייטונגען און אנדערע פּעריאדישע אויסגאבן אויך אין אנדערע ערטער (פּוילן, [[גאליציע|גאַליציע]], [[ענגלאנד]], [[פאראייניגטע שטאטן]] פון צפון-אַמעריקע). די ערשטע אידישע טאָג-צייטונג האָט אָנגעהויבן ערשיינען אין אַמעריקע, אין [[ניו-יאָרק]], "די טעגליכע גאַזעטן" (אין יאָר 1881); אין [[רוסלאַנד]] און פּוילן איז די ערשטע אידישע טאָג-צייטונג געווען, "דער פריינד" און פּעטערבורג (אין יאָר 1903), פון דעמאלט אָן איז די אידישע טעגליכע פּרעסע כסדר געשטיגן און פאר דעם אויסברוך פון דער [[ערשטע וועלט-מלחמה|ערשטער וועלט-מלחמה]] (1914) איז די אידישע טאג-פּרעסע אין פּוילן און אין אמעריקע געשטאנען שוין אויף א זייער הויכער מדרגה ("[[היינט (צייטונג)|היינט]]", "[[דער מאמענט (ווארשע)|מאָמענט]]", "פריינט", "מאָרגן-זשורנאַל", "[[פארווערטס|פאָרווערטס]]", "יידישעס טאגעבלאט"), און אויך אין אַנדערע [[לענדער]], וואו די אידישע באַפעלקערונג איז נישט געווען אַזוי גרויס ווי אין פּוילן און אַמעריקע, זענען אַנטשטאַנען אידישע טאָגצייטונגען. | |||
די אידישע פּרעסע איז פאַנאַנדערגעוואַקסן נאָך גרעסער נאָך דער [[ערשטער וועלט-מלחמה]], 1918, באַזונדערס אין פּוילן, וואו עס זענען אַנטשטאַנען טאָגצייטונגען און וואָכנשריפטן נישט נאָר אין דער רעזידענץ-שטאָט [[ווארשע]], נאָר אויך אין פאַרשידענע גרעסערע פּראָווינץ-שטעט. דאָס זעלבע האָט זיך אויך אַנטוויקלט די אידישע פּרעסע אין רוסלאַנד (די קאָמוניסטישע צייטונגען "[[דער עמעס]]", "דער שטערן" און אַנדערע), [[ליטע]], [[לאטוויע|לאַטוויע]], [[רומעניע]], [[פראנקרייך]] ("פּאַריזער היינט" און אַנדערע), [[ענגלאנד]] ("די צייט" און "פּאָסט"), [[עסטרייך]] ("פּאָסט"), קאַַנאַדע ("[[קענעדער אדלער]]" מאָנטרעאל און "יידישע צייטונג" טאָראָנטאָ), און אויך אין די דרום- און צענטראל אַמעריקאנער לענדער, ווי אַרגענטינע (די גרויסע יידישע טאָגצייטונגען "יידישע צייטונג" און "די פּרעסע"), און פּרואוון פון טאָגצייטונגען און וואָכנ[[שריפט]]ן אין [[מעקסיקא]]ָ, אורוגוואַי, [[בראזיל]]יע, קובאַ. | די אידישע פּרעסע איז פאַנאַנדערגעוואַקסן נאָך גרעסער נאָך דער [[ערשטער וועלט-מלחמה]], 1918, באַזונדערס אין פּוילן, וואו עס זענען אַנטשטאַנען טאָגצייטונגען און וואָכנשריפטן נישט נאָר אין דער רעזידענץ-שטאָט [[ווארשע]], נאָר אויך אין פאַרשידענע גרעסערע פּראָווינץ-שטעט. דאָס זעלבע האָט זיך אויך אַנטוויקלט די אידישע פּרעסע אין רוסלאַנד (די קאָמוניסטישע צייטונגען "[[דער עמעס]]", "דער שטערן" און אַנדערע), [[ליטע]], [[לאטוויע|לאַטוויע]], [[רומעניע]], [[פראנקרייך]] ("פּאַריזער היינט" און אַנדערע), [[ענגלאנד]] ("די צייט" און "פּאָסט"), [[עסטרייך]] ("פּאָסט"), קאַַנאַדע ("[[קענעדער אדלער]]" מאָנטרעאל און "יידישע צייטונג" טאָראָנטאָ), און אויך אין די דרום- און צענטראל אַמעריקאנער לענדער, ווי אַרגענטינע (די גרויסע יידישע טאָגצייטונגען "יידישע צייטונג" און "די פּרעסע"), און פּרואוון פון טאָגצייטונגען און וואָכנ[[שריפט]]ן אין [[מעקסיקא]]ָ, אורוגוואַי, [[בראזיל]]יע, קובאַ. | ||
שורה 17: | שורה 36: | ||
מיט דעם אויסברוך פון דער [[צווייטע וועלט-מלחמה|וועלט-מלחמה]] אין סעפּטעמבער 1989 איז פאָרגעקומען די גרעסטע קאַטאַסטראפע אין וועזן פון דער אידישער פּרעסע אין אייראָפּע, און מיטן אויסנאַם פון [[סאוויעטן פארבאנד|סאָוועט רוסלאנד]] און ענגלאנד איז די גאַנצע אידישע פּרעסע אויפן [[אייראפע|אייראפּע]]אישן קאָנטינענט פאַרניכטעט געוואָרן דורך די [[היטלער]]יסטישע מאַכט אָרגאַנען; פיל אידישע זשורנאליסטן און שריפטשטעלער זענען אומגעקומען, די צייטונגס- אונטערנעמונגען חרוב געווארן, פארניכטעט. | מיט דעם אויסברוך פון דער [[צווייטע וועלט-מלחמה|וועלט-מלחמה]] אין סעפּטעמבער 1989 איז פאָרגעקומען די גרעסטע קאַטאַסטראפע אין וועזן פון דער אידישער פּרעסע אין אייראָפּע, און מיטן אויסנאַם פון [[סאוויעטן פארבאנד|סאָוועט רוסלאנד]] און ענגלאנד איז די גאַנצע אידישע פּרעסע אויפן [[אייראפע|אייראפּע]]אישן קאָנטינענט פאַרניכטעט געוואָרן דורך די [[היטלער]]יסטישע מאַכט אָרגאַנען; פיל אידישע זשורנאליסטן און שריפטשטעלער זענען אומגעקומען, די צייטונגס- אונטערנעמונגען חרוב געווארן, פארניכטעט. | ||
ערשט נאָך דער מלחמה האָבן אָנגעהויבן ווידער ערשיינען אידישע צייטונגען אין פּוילן, פראנקרייך און אַנדערע | ערשט נאָך דער מלחמה האָבן אָנגעהויבן ווידער ערשיינען אידישע צייטונגען אין פּוילן, פראנקרייך און אַנדערע אייראפּעאישע לענדער. <!-- שטאַרק איז איצט די אויבנדער"??????????????? | ||
מאָנטע [[יידיש]]ע פּרעסע אין אַמעריקע און | מאָנטע [[יידיש]]ע פּרעסע אין אַמעריקע און | ||
טייל דרום-אַמעריקאנער [[לענדער]] וי אויך | טייל דרום-אַמעריקאנער [[לענדער]] וי אויך | ||
שורה 27: | שורה 46: | ||
פּעג און אַנדערע). מען נעמט אָן, אַז | פּעג און אַנדערע). מען נעמט אָן, אַז | ||
די צאָל לעזער פון [[יידיש]]ע [[צייטונגען]]??????????????????????? | די צאָל לעזער פון [[יידיש]]ע [[צייטונגען]]??????????????????????? | ||
איצט איז לערך אַ מיליאָן (איין צייטונג ווערט געלעזן דורך עטליכע לעזער), אין דער צייט וואָס פאַר דער צווייטער וועלט-מלחמה האָט די צאָל לעזער פון צייטונגען אין דער אידישער שפּראך דערגרייכט ביז 3 מיליאָן. | איצט איז לערך אַ מיליאָן (איין צייטונג ווערט געלעזן דורך עטליכע לעזער), אין דער צייט וואָס פאַר דער צווייטער וועלט-מלחמה האָט די צאָל לעזער פון צייטונגען אין דער אידישער שפּראך דערגרייכט ביז 3 מיליאָן. --> | ||
==העברעאיש== | ==העברעאיש== | ||
די ערשטע שפּורן פון די פּרעסע אין דער [[העברעאיש]]ער שפּראַך טרעפן מיר שוין אין 18טן יאָרהונדערט (דער מאָנאַטליכער "פּרי עץ חיים" תורה-[[זשורנאל]] אין אַמסטערדאַם 1728, נאַכער "קהלת מוסר" אַרויסגעגעבן דורך [[משה מענדלסאן|משה מענדעלסאָן]] אין 1750, גאָר שפּעטער דער "המאסף"). | |||
נאַכער זענען ערשינען פאַרשידענע מאָנאַטליכע און וואָכן-זשורנאַלן (צו די באַרימטסטע געהערן דער | נאַכער זענען ערשינען פאַרשידענע מאָנאַטליכע און וואָכן-זשורנאַלן (צו די באַרימטסטע געהערן דער | ||
שורה 36: | שורה 55: | ||
==אנדערע שפראכן== | ==אנדערע שפראכן== | ||
אחוץ אידישע צייטונגען אין אידיש און העברעאיש זענען אויך ערשינען אידישע פּעריאָדישע שריפטן אין דער דריטגרעסטער אידישער שפּראַך [[ | אחוץ אידישע צייטונגען אין אידיש און העברעאיש זענען אויך ערשינען אידישע פּעריאָדישע שריפטן אין דער דריטגרעסטער אידישער שפּראַך [[שפאניאליש|שפּאַניאליש]]; און א זייער גרויסע און רייכע אידישע פּרעסע איז ערשינען אין אַנדערע שפּראכן (אין פּויליש די טאָג-צייטונגען | ||
"נאַש פּשעגלאָנד" אין [[ווארשע]], "כוויליא" אין [[לעמבערג]], "נאָווי דזיענניק" אין [[קראָקע]], אַחוץ צייטשריפטן; אין [[דייטש]], [[ענגליש]], [[פראנצויזיש]], [[רוסיש]] און | "נאַש פּשעגלאָנד" אין [[ווארשע]], "כוויליא" אין [[לעמבערג]], "נאָווי דזיענניק" אין [[קראָקע]], אַחוץ צייטשריפטן; אין [[דייטש]], [[ענגליש]], [[פראנצויזיש]], [[רוסיש]] און | ||
אַנדערע שפּראכן פיל אידישע וואָכנשריפטן און אַנדערע פּעריאדישע אויסגאַבן). | אַנדערע שפּראכן פיל אידישע וואָכנשריפטן און אַנדערע פּעריאדישע אויסגאַבן). |
יעצטיגע רעוויזיע זינט 23:54, 5 דעצעמבער 2024
דאס איז א דרעפט ארטיקל. עס איז אַן אַרבעט אין פּראָגרעס וואָס איז אָפן פאַר רעדאַגירונג דורך סיי וועם. ווען דער דרעפט איז פארטיג, ביטע גייט איבער דעם אריבערפירן טשעקליסט, זיכער צו מאכן אז עס איז גרייט. דערנאך קענט איר בעטן פון די דרעפט אריבערפירער אז זיי זאלן עס איבערגיין און אריבערפירן צום הויפט געביט. (אייער בקשה וועט פובליצירט ווערן אין המכלול:אריבערפירן דרעפטס, און דארט וועט אויך ערשיינען דער ענטפער - אויב פעלט אויס). |
מיטן נאָמען "פּרעסע" ווערן געווענליך פארשטאנען פּעריאדישע שריפטליכע אויסגאבן, וועלכע ערשיינען פון צייט צו צייט, און זיי געבן ידיעות, געווענליך וועגן פּאליטישע געשעענישן, אַנדערע פּאסירונגען, נייעסן וועגן פארשידענע געזעלשאפטליכע ערשיינונגען, אַרטיקלען, רעקלאמעס און אנאנסן.
א צייטונג איז א א פאפיר וואס ברענגט נייעס, ארטיקלען, אנאליזן. עס ווערט געווענליך געדרוקט אויף ספעציעלע אייגנארטיגע ברוינע פאפיר וואס איז היבש ביליגער צו ערצייגן, און ווערט גערופן "צייטונג פאפיר".
צייטונגען זענען די אריגינעלע פארעם פון מאסן מידיע וועלכע גייט צוריק הונדערטער יארן. אין דער היינטיגער וועלט איז קאמוניקאציע א גרויסער טייל פון דער געזעלשאפט און קומט אין צענדליגער פארמען ווי: טעלעפאנס, סעליולער, פעקס, ראדיא, טעלעוויזיע, און אינטערנעט. איידער די אלע זאכן זענען געווען אויף דער וועלט, האט מען זיך באנוצט מיט צוויי קאמוניקאציע מיטלען, צייטונגען און בריוו. שפעטער האט מען אויסגעטראפן די טעלעגראף וועלכע האט פארשנעלערט די קאמוניקאציע פון וויכטיגע מעסעדזשעס.
צייטונגען זענען אמאל געווען די ביליגסטע און גרינגסטע וועג ווי אזוי צו פארשפרייטן נייעס, ארטיקלען, מיינונגען, און רעקלאמירן געוויסע פראדוקטן צו מאסן מענטשן. צייטונגען זענען פון אנהייב געשריבן געווארן מיט דער האנט; שפעטער האט מען דאס געדרוקט אין א דרוקעריי מיט גרויסע זיגלען, און היינט ווערט די גאנצע ארבעט געטון דורך דעם קאמפיוטער. צייטונגען זענען שטענדיג געשריבן געווארן אין שפראכן וועלכע די מערסטע ליינער האבן גערעדט און דאס מאכט זיי נאך היינט אינטערעסאנט ווען מען קוקט אין זיי.
גדולי ישראל האבן גענוצט צייטונגען צו מעמיד זיין דת על תילה, ווי רבי יהושע'לע מבעלזא זי"ע וואס האט געגרינדעט דעם "מחזיקי הדת" צייטונג אין זיין קאמף קעגן משכילים, און סאטמאר רב האט באגלייט דאס אפקויף פון 'דער איד' אין די ערשטע יארן צו דינען אלס שופר אקעגן די ציוני'סטישע און אפיקורס'ישער צייטונגען וועלכע זענען דאן געווען אין די אידישע גאס. היינט איז דא עטליכע פרומע צייטונגען.
היסטאריע
בעפאר עס איז געווען דרוק מאשינען פלעגן צייטונגען ערשיינען אין געשריבענעם פארמאט אדער מיט סטענסלס, און פלעגן אויפגעהאנגען ווערן אין צענטער פון שטאט, און אין גרעסערע שטעט אויף מערערע ערטער, אויף ספעציעלע פלאטעס, און די שטאט איינוואוינער פלעגן דארט ליינען די נייעס.
ווען דרוק מאשינען האבן אנגעהויבן פארשפרייט ווערן האבן אנגעהויבן צו ערשיינען געדרוקטע צייטונגען. די ערשטע באקאנטע איז ערשינען וועכנטליך אין דייטשלאנד אין ה'שס"ט. ס'איז אבער נאך אלץ געווען אויף א באגרעניצטן פארנעם, און נאר עטליכע אין א שטאט וואס מ'האט אויפגעהאנגען. די רעגירונגען האבן דאן קאנטראלירט וואס מעג געשריבן ווערן דערין, און מעגליך אויך געצוימט די צאל צייטונגען. די ערשטע רעגירונג צו ערלויבן א טיילווייזע געדאנק פון פרייע פרעסע איז געווען ענגלאנד, וועלכע האט אין תנ"ה אראפגענומען דעם פארלאנג אז יעדע צייטונג מוז דורכגעקוקט ווערן דורך די רעגירונג, און מיט דעם פארגרינגערט דאס עפענען צייטונגען.
אין די תק"צ יארן האט אנגעהויבן ווערן גרינג צו קענען מאכן שנעל קאפיעס, ברענגענדיג א פרישע פלייץ פון צייטונגען, וואס זענען אויך געווארן ביליגער צו קויפן, און ס'איז פארוואנדלט געווארן אין א גוטע פרנסה. זינט דאן ביז די פריע תש"ע יארן זענען פאפירענע צייטונגען געווען די גרעסטע נייעס קוואל, טראץ וואס טעלעוויזיע און ראדיא איז שוין געווען פאפולער יארן פריער. דאס האט אנגעהאלטן ביז די אינטערנעט איז אויפגעקומען און ווי רואינירט פאפירענע צייטונגען וועלכע ווערן נאר ווייניגער און מענטשן פארלירן אינטערעסע דערין, ביז עס ווערט געשאצט אז ביז עטליכע יאר וועט מער נישט זיין קיין פאפירענע צייטונגען.
דאס ווערן גרינג ארויסצוגעבן צייטונגען אין די תק"צ יארן האט געברענגט אז רעליגיעס, פארטייען, און מענטשן מיט אגענדעס האבן אנגעהויבן ארויסצוגעבן צייטונגען, טייל פון זיי אפיציעל צו באריכטן נייעס, און אנדערע צו מיט'ן ציל צו פארשפרייטן א געוויסע באוועגונג אדער אגענדע. די ערשטע צייטונג דורך א איד איז געווען 'המליץ', וואס א משכיל אלכסנדר הלוי צאדערבוים האט ארויסגעגעבן אנגעהויבן תר"כ אין די שטאט אדעסא, דאן אונער די רוסישע הערשאפט. צאדערבוים האט באקומען רשות פון די רעגירונג ווי דער רוסישער געזעץ האט דאן געלויטעט, און האט עס ארויס געגעבן אין צוויי שפראכן, לשון הקודש און דייטש. אין דער צייט וואס די לשון הקודש ווערסיע האט זיך גוט פארקויפט, האט אבער די דייטשע נישט געצויגן פיל אינטערעסע, דעריבער האט ער געטוישט און אין תרכ"ב געגרינדעט 'קול מבשר' אויף אידיש. און די צוויי האט צאדערבוים פארקויפט זיינע משכיל'ישע אידעאלאגיעס פארן רוסישן אידנטום. נאך צאדערבוים'ס צייטונג, זענען נאכגעקומען איבער אייראפע נאך פילע צייטונגען דורך משכילים און ציוניסטישע באוועגונגען, חודש'ליכע, וועכנטליכע, ביי-וועכנטליכע, און אויך דינערע טעגליכע.
ערליכע אידן האבן דאן באטראכט צייטונגען ווי אומאויסגעהאלטן, אויסער די חודש'ליכע תורה'דיגע קובצים וואס האבן דאן אנגעהויבן ערשיינען. רבנים און תלמידי חכמים פלעגן אריינשיקן בריוון און מאמרים, און ס'איז געגאנגען הין און צוריק. אסאך אידן האבן אבער יא געוואלט ליינען נייעס און האבן יא געקויפט די פראבלעמאטישע אידישע און לשו"ק'דיגע צייטונגען. דאס האט געפירט דער בעלזער רב הרה"ק רבי יהושע זצ"ל, וואס איז געווען פון די מנהיגי הדור, ארויסצוגעבן אן אייגענעם צייטונג. אין תרל"ט האט ער געהייסן פאר עטליכע חסידים צו גרינדן א צייטונג 'מחזיקי הדת', מיט'ן ציל צו ברענגען נייעס איבער די אידישע לעבן אין די שטעט פון גאליציע, אז מען זאל נישט דארפן קויפן די אנדערע צייטונגען. דער צייטונג איז אין די ערשטע יארן ערשינען איין מאל א חודש, און אין תרמ"ו האבן זיי געוואלט אנהייבן ערשיינען יעדע צוויי וואכן, אבער נישט קענענדיג באקומען א פערמיט פון די רעגירונג, האבן זיי עס צעטיילט אין צוויי, די צווייטע אונטערן נאמען 'קול מחזיקי הדת'.
אידיש-שפראכיגע פּרעסע
מען נעמט אָן אַז די ערשטע אידישע פּעריאדישע אויסגאבע, די ערשטע אידישע צייטונג אין דער אידישער שפּראך, איז ערשינען אין אמסטערדאם אין יאָר 1686 (תמ"ו), און איז ערשינען 2 מאָל אַ וואך (דינסטאג און פרייטאג) און האָט געהיסן "דינסטאגישי קורנטין" און "פרייטאגישי קורנטין"; דער אַרויסגעבער איז געווען א גר, א געוויסער משה בן אברהם. נאַכער איז געווען א לאנגע הפסקה, און ערשט אין לערך 1750 (תק"י) איז אין א דייטש שטעטל נויוויד ערשינען א אידישע צייטשריפט. אין 1771 (תקל"א) האט אין דירנפורט אנגעהויבן ערשיינען אַ דייטש-אידישע צייטונג 2 מאָל אַ וואָך.
פון דעמאלט אָן זענען געמאכט געווארן פאַרשידענע פרואון ארויסצוגעבן צייטונגען אין אידיש (מייסטנס אין א פאַרדייטשמערישט אידיש). אין 1823 (תקפ"ג) האָט אָנגעהויבן אין ווארשע ערשיינען אַ וואָכנצייטונג "דער באאָבאַכטער אַן דער ווייכסעל" (אויף פויליש און אויף דייטש-אידיש), וועלכע האט אויפגעהערט אין סעפּטעמבער 1824.
אין די ערשטע תקופה פון אידישע פרעסע איז זי הויפטזעכליך געווען באאינפלוסט דורך די השכלה באוועגונג. צו די ערשטע יידישע וואָכנבלעטער וואָס זענען ערשינען רעגלמעסיג האט געהערט (אין אדעס) דער "קול מבשר" אונטער דער רעדאַקציע פון אלעקסאנדער צעדערבוים (רעדאַקטאָר פון "המליץ"); אין "קול מבשר" האָבן זיך באַטייליגט לינעצקי, מענדעלע מוכר ספרים און אנדערע, און דאָס וואָכנבלאט האָט געהאָלפן שאַפן די אידישע צייטונגס-שפּראך און האָט אַזוי ארום געהאט א גרויסע באדייטונג פאַר דער אנטוויקלונג פון דער אידישער פּרעסע.
פון דעמאלט אָן האבן אנגעהויבן ערשיינען אידישע וואכנצייטונגען און אנדערע פּעריאדישע אויסגאבן אויך אין אנדערע ערטער (פּוילן, גאַליציע, ענגלאנד, פאראייניגטע שטאטן פון צפון-אַמעריקע). די ערשטע אידישע טאָג-צייטונג האָט אָנגעהויבן ערשיינען אין אַמעריקע, אין ניו-יאָרק, "די טעגליכע גאַזעטן" (אין יאָר 1881); אין רוסלאַנד און פּוילן איז די ערשטע אידישע טאָג-צייטונג געווען, "דער פריינד" און פּעטערבורג (אין יאָר 1903), פון דעמאלט אָן איז די אידישע טעגליכע פּרעסע כסדר געשטיגן און פאר דעם אויסברוך פון דער ערשטער וועלט-מלחמה (1914) איז די אידישע טאג-פּרעסע אין פּוילן און אין אמעריקע געשטאנען שוין אויף א זייער הויכער מדרגה ("היינט", "מאָמענט", "פריינט", "מאָרגן-זשורנאַל", "פאָרווערטס", "יידישעס טאגעבלאט"), און אויך אין אַנדערע לענדער, וואו די אידישע באַפעלקערונג איז נישט געווען אַזוי גרויס ווי אין פּוילן און אַמעריקע, זענען אַנטשטאַנען אידישע טאָגצייטונגען.
די אידישע פּרעסע איז פאַנאַנדערגעוואַקסן נאָך גרעסער נאָך דער ערשטער וועלט-מלחמה, 1918, באַזונדערס אין פּוילן, וואו עס זענען אַנטשטאַנען טאָגצייטונגען און וואָכנשריפטן נישט נאָר אין דער רעזידענץ-שטאָט ווארשע, נאָר אויך אין פאַרשידענע גרעסערע פּראָווינץ-שטעט. דאָס זעלבע האָט זיך אויך אַנטוויקלט די אידישע פּרעסע אין רוסלאַנד (די קאָמוניסטישע צייטונגען "דער עמעס", "דער שטערן" און אַנדערע), ליטע, לאַטוויע, רומעניע, פראנקרייך ("פּאַריזער היינט" און אַנדערע), ענגלאנד ("די צייט" און "פּאָסט"), עסטרייך ("פּאָסט"), קאַַנאַדע ("קענעדער אדלער" מאָנטרעאל און "יידישע צייטונג" טאָראָנטאָ), און אויך אין די דרום- און צענטראל אַמעריקאנער לענדער, ווי אַרגענטינע (די גרויסע יידישע טאָגצייטונגען "יידישע צייטונג" און "די פּרעסע"), און פּרואוון פון טאָגצייטונגען און וואָכנשריפטן אין מעקסיקאָ, אורוגוואַי, בראזיליע, קובאַ.
די אידישע פּרעסע אין אַמעריקע האָט, נישט קוקנדיג אויף די איינגעפירטע אימיגראציע-באַגרעניצונגען אין 1923, אויך שטאַרק געוואַקסן אין די 10–15 יאָר נאָך דער ערשטער וועלט-מלחמה בעת וועלכער עס איז צוגעקומען די צייטונג "דער טאָג". די אידישע פּרעסע אין אַמעריקע איז, בנוגע דער צאָל לעזער, אַ סך איבערגעשטיגן די אידישע פּרעסע אפילו פון פּוילן. ערשט אין די לעצטע יאָרן איז צו באַמערקן אין אַמעריקע אַ געוויסע אָפּשוואַכונג און פאַרקלענערונג פון דער צאָל אידישע טאָג-צייטונגען-ליינער אין אַמעריקע, אַזוי אַז טייל פּראָווינצער אידישער טאָג-צייטונגען האָבן זיך פאַרמאַכט.
מיט דעם אויסברוך פון דער וועלט-מלחמה אין סעפּטעמבער 1989 איז פאָרגעקומען די גרעסטע קאַטאַסטראפע אין וועזן פון דער אידישער פּרעסע אין אייראָפּע, און מיטן אויסנאַם פון סאָוועט רוסלאנד און ענגלאנד איז די גאַנצע אידישע פּרעסע אויפן אייראפּעאישן קאָנטינענט פאַרניכטעט געוואָרן דורך די היטלעריסטישע מאַכט אָרגאַנען; פיל אידישע זשורנאליסטן און שריפטשטעלער זענען אומגעקומען, די צייטונגס- אונטערנעמונגען חרוב געווארן, פארניכטעט.
ערשט נאָך דער מלחמה האָבן אָנגעהויבן ווידער ערשיינען אידישע צייטונגען אין פּוילן, פראנקרייך און אַנדערע אייראפּעאישע לענדער.
העברעאיש
די ערשטע שפּורן פון די פּרעסע אין דער העברעאישער שפּראַך טרעפן מיר שוין אין 18טן יאָרהונדערט (דער מאָנאַטליכער "פּרי עץ חיים" תורה-זשורנאל אין אַמסטערדאַם 1728, נאַכער "קהלת מוסר" אַרויסגעגעבן דורך משה מענדעלסאָן אין 1750, גאָר שפּעטער דער "המאסף").
נאַכער זענען ערשינען פאַרשידענע מאָנאַטליכע און וואָכן-זשורנאַלן (צו די באַרימטסטע געהערן דער "המגיד", "הכרמל", "החבצלת" אין ארץ-ישראל, "השחר", "השלח" און אַנדערע). די ערשטע העברעאישע טאָג-צייטונגען זענען געווען: "המליץ", "היום" און "הצפירה", "הצופה", "הזמן" אין רוסלאַנד און אין רוסיש-פּוילן, און "הצבי" אין ארץ-ישראל. די צאָל פון העברעאישע פּרעסע-אויסגאַבן איז זייער געשטיגן באַזונדערס נאָך דעם ווי עס האָט זיך אָנגעהויבן די גרויסע אימיגראציע קיין ארץ-ישראל, וואו העברעאיש איז די דאָמינירנדיגע שפּראַך, אַזוי אַז די העברעאישע טאָג-פּרעסע אין ארץ-ישראל פאַרגרעסערט זיך כסדר, און איצט????????????? ערשיינען אין ארץ-ישראל די העברעאישע פרימאָרגן-צייטונגען "הארץ", "דבר", "הבוקר", "הצופה", "המשמר", "המשקיף" (עס איז אויך צו דערמאנען דעם שוין נישט עקזיסטירנדן "דואר היום") אַחוץ די פיל וואָכנשריפטן און מאָנאַט-שריפטן און אַנדערע פּעריאָדישע אויסגאבן.
אנדערע שפראכן
אחוץ אידישע צייטונגען אין אידיש און העברעאיש זענען אויך ערשינען אידישע פּעריאָדישע שריפטן אין דער דריטגרעסטער אידישער שפּראַך שפּאַניאליש; און א זייער גרויסע און רייכע אידישע פּרעסע איז ערשינען אין אַנדערע שפּראכן (אין פּויליש די טאָג-צייטונגען "נאַש פּשעגלאָנד" אין ווארשע, "כוויליא" אין לעמבערג, "נאָווי דזיענניק" אין קראָקע, אַחוץ צייטשריפטן; אין דייטש, ענגליש, פראנצויזיש, רוסיש און אַנדערע שפּראכן פיל אידישע וואָכנשריפטן און אַנדערע פּעריאדישע אויסגאַבן).
אויסער דעם האָבן אידישע זשורנאַליסטן אויך געשפּילט אַ גרויסע ראָלע אין דער אַלגעמיינער פּרעסע אין אַנדערע שפּראַכן, ווי אין רוסלאַנד, אין דייטשלאַנד פאַר דער היטלער-הערשאַפט ("די נייע פרייע פּרעסע" אין ווין, בערלינער טאַגעבלאַט", "פאָסישע צייטונג", "פראנקפורטער צייטונג" און אַנדערע), אין אַמעריקע (די "ניו-יאָרק טיימז" און אַנדערע), ווי אויך אין אַנדערע לענדער, און אויך באַרימטע נייעס-אַגענטורן (ווי די דייטשע "וואָלף" און אַנדערע) זענען געווען געגרינדעט דורך אידן.
ביבליאגראפיע
די ביבליאָגראפיע איבער דער געשיכטע פון דער אידישער פּרעסע איז אַ רייכע. וויכטיג איז די אויסגאַבע פון "ייוואָ", "זאַמלבוך לכבוד דעם 250 יובל פון דער יידישער פּרעסע", ניו-יאָרק 1937, אונטער דער רעדאקציע פון דר. יעקב שאַצקי ביי דער מיטאַרבעט פון א ריי פאָרשער. אַן אויספירליכע רשימה פון ביכער און אָפּהאַנדלונגען וועגן דער געשיכטע פון דער פּרעסע אין דער אידישער שפּראך און אויך א לענגערע אִפהאַנדלונג איז פאַרהאַן אין דריטן באַנד "יידן" פון דער אַלגעמיינער יידישער ענציקלאָפּעדיע געשריבן דורך דר. שאַצקי.
אַ רשימה פון העברעאישע צייטשריפטן ביז לערך 1910 איז פאַרהאַן אין "אוצר ישראל", זוכוואָרט "עתונים". אין דערמאנטן דריטן באנד, "יידן" איז פאַרהאַן פון מ. קאָסאָווער אַ גרויסע אָפּהאַנדלונג איבער דער געשיכטע פון דער העברעאישער פּרעסע ביי אידן און צום סוף אויך א ביבליאָגראפישע רשימה. אין זעלבן באַנד איז אויך פאַרהאַן פון וו. שולמאַן אַן אָפּהאַנדלונג איבער דער אידישער פּרעסע אין אַנדערע שפּראכן (איינשליסנדיג אויך שפּאַניאָליש) און אַ רשימה פון די וויכטיגסטע אויסגאַבן.
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!