אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "כ"ז חשון"
קפיצה לניווט
קפיצה לחיפוש
(אזוי שטייט אין עטליכע ימי הילולא מקורות; פריערדיגע מקור געזוכט) |
|||
(איין צווישנדיגע ווערסיע פונעם זעלבן באַניצער נישט געוויזן) | |||
שורה 67: | שורה 67: | ||
[[קאַטעגאָריע:יום בחודש|ב כז]] | [[קאַטעגאָריע:יום בחודש|ב כז]] | ||
[[קאַטעגאָריע:חשון]] | [[קאַטעגאָריע:חשון]] | ||
[[ | [[קאַטעגאָריע:המכלול ארטיקלען]] | ||
[[he:כ"ז בחשוון]] | [[he:כ"ז בחשוון]] |
יעצטיגע רעוויזיע זינט 12:02, 10 נאוועמבער 2023
| |||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||
אין יאר ה'תשפ"ד איז נישט פארהאן קיין ל' חשון
| |||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||
|
כ"ז חשון איז דער זיבן־און־צוואנציגסטער טאג פונעם צווייטן חודש אין די אידישע יאר, ציילנדיג פון תשרי, און דער זיבן־און־צוואנציגסטער טאג פונעם אכטן חודש ציילנדיג פון ניסן.
קביעות פון יאר | טאג | סדרה |
---|---|---|
בשה בחה בשז בחג |
מאנטאג | תולדות |
גכה גכז |
דינסטאג | תולדות |
הכז השא החא השג |
דאנערשטאג | תולדות |
זשה זחא זשג זחג |
שבת | חיי שרה |
חגים וזמנים
- א יום טוב אין מגילת תענית, צוליב וואס די פרושים האבן באזיגט די צדוקים און מען האט אנגעהויבן ווייטער מקריב זיין דעם מנחת נסכים אויפן מזבח[1]
געשעענישן
- א'תרנ"ז[2] – די ערד אינגאנצן טרוקן, נאך דער מבול, און נח ווערט באפוילן ארויסצוגיין פון תיבה (לויט רבי אליעזר)
- ה'תקט"ז – אן ערדציטערניש רואינירט ליסבאן, און ברענגט אום 60-100 טויזנט מענטשן
- ה'תרפ"ח – געשטארבן הערש דוד נאמבערג, יידיש־העברעאישער שריפטשטעלער און יידישיסט, דעפוטאט אין פוילישן סיים (געבוירן ה'תרל"ו)
- ה'ת"ש – חורבן אייראפע: אידן פון לובלין ווערן אריינגעטריבן אין געטא
- ה'תש"ג – חורבן אייראפע: די אידישע קהילה פון כעלם ווערט ליקווידירט
- ה'תשנ"ב – דער מאדריד קאנפערענץ שליסט זיך אן ממשות'דיגע רעזולטאטן
- ה'תשס"ב – אמעריקאנע און אליאירטע קרעפטן נעמען איין קאבול, הויפטשטאט פון אפגאניסטאן
- ה'תשס"ה – געשטארבן יאסיר אראפאט, פארזיצער פון דער פאלעסטינער אויטאריטעט און לאנג-יעריגער הויפט פון דער PLO
געבוירן
- ה'תקע"ח – רבי יעקב ליינער, דער צווייטער אדמו"ר פון איזשביצע-ראדזין (נפטר ה'תרל"ח)
- ה'תר"ח – רבי גבריאל זאב מרגליות, רב פון באסטאן, ראב"ד פון "עדת ישראל" אין ניו יארק, און נשיא פון די ארטאדאקסישע כנסת הרבנים אין די פאראייניגטע שטאטן (נפטר ה'תרצ"ה)
- ה'תרט"ו – רבי סיני שיפער, רב פון האנאווער און קארלסרוע, מחבר פון "סתרי ומגיני" (נפטר ה'תרפ"ג)
- ה'תרפ"ב – רבי אליקים שלעזינגער, ראש ישיבה און רב פון ישיבת הרמה אין סטעמפארד היל, לאנדאן
יארצייטן
- ה'רע"ו – רבי יעקב בן חביב, מנהיג פון די ספרדים אין סאלאניקי נאך גירוש שפאניע, מחבר פון עין יעקב[מקור פארלאנגט]
- ה'תנ"ז – רבי דוד לידא, רב פון אוסטראה, מיינץ, און די אשכנז'ישע קהילה אין אמסטערדאם
- ה'תקפ"ו – רבי רפאל אשכנזי, רב פון איזמיר, מחבר פון "מראה הנוגה" (געבוירן ה'תקט"ו)
- ה'תר"ג – רבי שלמה הירשל, רב פון לאנדאן און הויפט-רב פון גרויסבריטאניע (געבוירן ה'תקכ"ב)
- ה'תר"ט – רבי מאיר בנימין מנחם דאנון, רב אין סאראיעווא און דיין אין ירושלים, מחבר פון "באר בשדה" אויף פירוש רש"י על התורה[3]
- ה'תרנ"א – רבי יונה צבי בערענפעלד, רב פון דעברעצין (געבוירן ה'תקצ"ד)
- ה'תרנ"א – רבי אברהם יוזפא לערמאן פון וויסקוט, מחבר פון "חידושי איבר"א" (געבוירן ה'תרט"ז)
- ה'תרע"א – רבי יוסף יהודה שטראזבערג, דיין אין קאסוב און שפעטער אין ירושלים, מחבר פון "יד יוסף" (געבוירן ה'תקפ"א)
- ה'תרע"ז – רבי משה מרדכי העשל, נאוואמינסקער רבי אין ווארשע (געבוירן ה'תרל"ז)
- ה'תרפ"ב – רבי עקיבא פרוש, א מקובל פון ישוב הישן אין ירושלים (געבוירן ה'תרמ"א)
- ה'תרצ"א – רבי אריה לייביש מרדכי האלבערשטאם פון שינאווא (געבוירן ה'תרל"ב)
- ה'תרצ"ה – רבי אשר ישעיה הורוויץ, רב אין רימאנאוו (געבוירן ה'תר"כ)[4]
- ה'תש"א – רבי דוד פרידמאן פון פלויעשט, אומגעברענגט אויף קידוש השם (געבוירן ה'תרנ"ח)
- ה'תש"ה – רבי יצחק שמואל אליהו פינקלער, אדמו"ר פון ראדאשיץ-פיעטרקאוו, אומגעברענגט אויף קידוש השם (געבוירן ה'תרנ"ב)
- ה'תשמ"ב – רבי משה נתן דוב ציינווירט, א חסידי'שער משפיע אין ירושלים (געבוירן ה'תרפ"ח)
- ה'תשמ"ד – ישראל זופניק, בארימטער פילאנטראפ פאר חרדי'שע קהילות אין ארץ ישראל און די פאראייניגטע שטאטן (געבוירן ה'תרע"ה)
- ה'תשמ"ד – רבי מנחם מענדל כשר, ראש ישיבת שפת אמת און מחבר פון "תורה שלמה" (געבוירן ה'תרנ"ה)
- ה'תשנ"ט – רבי יעקב לייזער, צווייטער פשעווארסקער רבי (געבוירן ה'תרס"ו)
- ה'תשע"ב – רבי מנחם מענדל מענדלזאן, רב פון קוממיות און נשיא פון קרן השביעית (געבוירן ה'תרצ"ח)
- ה'תש"פ – רבי אהרן צבי רומפלער, אדמו"ר פון תהילות ישראל
רעפערענצן
- ↑ מגילת תענית פרק ח'
- ↑ חזקוני און אנדערע ראשונים אויף בראשית ח, בשם הר"ר יוסף מקיירון. לויט אנדערע איז דער מבול געווען א יאר שפעטער, נאך וואס עס זענען שוין אריבערגעגאנגען גאנצע א'תרנ"ו יאר פון אנהייב חשבון (חזקוני, בראשית ח, ג, בשם יש מפרשים; ריב"א, בראשית ח, ו, בשם רבינו שמחה מטרוייש; מושב זקנים, בראשית ז, יב).
- ↑ לויט אנדערע, איז זיין יארצייט כ"ב חשון
- ↑ לויט אנדערע, איז זיין יארצייט כ"ד חשון