אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:עלינו לשבח"

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
אין תקציר עריכה
 
(איין מיטלסטע ווערסיע פון איין אנדער באַניצער נישט געוויזן.)
שורה 1: שורה 1:
{{דעסקריפציע||ענגליש=Jewish prayer|העב=תפילה יהודית|}}
{{דעסקריפציע||ענגליש = Jewish prayer|העב=תפילה יהודית|}}
'''עלינו לשבח''' איז א [[תפילה]] וואס לויט ווי עס שטייט אין כתבי [[רב האי גאון]] האט דאס [[יהושע בן נון]] קאמפאזירט תיכף נאכדעם וואס ער האט אריבערמארשירט מיט דער אידישער [[ארמיי]] די שטאט [[יריחו]], די ערשטע שטאט וואס יהושע האט איינגענומען אין [[ארץ ישראל]]. דעמאלטס האט ער געזעהן די פילע [[גוי|גויאישע]] [[אפגאט|אפגעטער]], און ער האט זיי אלע פארטיליגט, האט יהושע דעמאלטס געזאגט די תפלה, ווי ער לויבט [[גאט]] מיט די ווערטער {{דיק|שֶׁלֹּא שָׂם חֶלְקֵנוּ כָּהֶם וֲגוֹרָלֵנוּ כְּכָל-הֲמוֹנָם, שֶׁהֵם מִשְׁתַּחֲוִים לְהֶבֶל וָרִיק, וּמִתְפַּלְּלִים אֶל אֵל לֹא יוֹשִׁיעַ. וַאֲנַחְנוּ כּוֹרעִים וּמִשְׁתַּחֲוִים וּמוֹדִים לִפְנֵי מֶלֶךְ מַלְכֵי הַמְּלָכִים הַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא|}}

שורה 22: שורה 22:
{{קרד/ויקי/יידיש}}
{{קרד/ויקי/יידיש}}
[[he:עלינו לשבח]]
[[he:עלינו לשבח]]
[[קאַטעגאָריע:תפילות]]

יעצטיגע רעוויזיע זינט 08:12, 19 יוני 2024

עלינו לשבח איז א תפילה וואס לויט ווי עס שטייט אין כתבי רב האי גאון האט דאס יהושע בן נון קאמפאזירט תיכף נאכדעם וואס ער האט אריבערמארשירט מיט דער אידישער ארמיי די שטאט יריחו, די ערשטע שטאט וואס יהושע האט איינגענומען אין ארץ ישראל. דעמאלטס האט ער געזעהן די פילע גויאישע אפגעטער, און ער האט זיי אלע פארטיליגט, האט יהושע דעמאלטס געזאגט די תפלה, ווי ער לויבט גאט מיט די ווערטער שֶׁלֹּא שָׂם חֶלְקֵנוּ כָּהֶם וֲגוֹרָלֵנוּ כְּכָל-הֲמוֹנָם, שֶׁהֵם מִשְׁתַּחֲוִים לְהֶבֶל וָרִיק, וּמִתְפַּלְּלִים אֶל אֵל לֹא יוֹשִׁיעַ. וַאֲנַחְנוּ כּוֹרעִים וּמִשְׁתַּחֲוִים וּמוֹדִים לִפְנֵי מֶלֶךְ מַלְכֵי הַמְּלָכִים הַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא

ווען יהושע האט מלחמה געהאלטן אויף דער שטאט יריחו האט ער געזאגט די תפלה זיבן מאל אהין און צוריקוועגס און געבלאזן שופר ביז די מויער פון דער שטאט איז איינגעזונקען.

לויט געוויסע פארשער איז די תפילה געשריבן געווארן ביי די צייטן פון די תנאים.

די ווערטער "שֶׁהֵם מִשְׁתַּחֲוִים לְהֶבֶל וָרִיק, וּמִתְפַּלְּלִים אֶל אֵל לֹא יוֹשִׁיעַ" האט מען אראפגענומען אין די צייטן פונעם צענזור, צוליב וואס די קריסטן האבן געהאלטן אז דאס ווארט "ולריק" איז קעגן דעם "אותו האיש" וואס איז בגימטריא די זעלבע ווי ישו, אבער מ'האט עס דערנאך צוריקגעשטעלט. דער ערוגת הבושם פסק'נט אז מ'מוז עס זאגן, אנדערש איז מען משנה ממטבע שטבעו חכמים.

נאך "עלינו" זאגט מען די תפילה וואס פאנגט זיך אהן "(ו)על כן נקוה" האט עכן געמאכט ווען ער האט תשובה געטאן. על כן נקוה איז ראשי תיבות עכן.

כאטשיג וואס יהושע האט בלויז ערפינדן די תפלה פאר זיך פאר יענעם מאמענט, האבן שפעטער די קדמונים מתקן געווען מ'זאל דאס זאגן יעדן טאג נאך יעדע תפלה. דער ב"ח אין אורח חיים סימן קל"ג, זאגט דער טעם כדי איידער מ'גייט ארויס זיך אפטיילן פון שוהל ארבייטן מיט די גוים, זאל מען אריינברענגען און הארץ פון א אידן אמונה אין אויבערשטן כדי זיך נישט אפלערנען פון די געצין דינער.

לויט דער הלכה דארף מען שטיין ווען מען זאגט די תפילה. עס איז אינטערעסאנט וואס דער חיד"א ברענגט אין זיין ספר עבודת הקודש להחיד"א אז עלינו איז גימטריא "ומעומד".

מען זאגט עלינו מיט על כן נקוה נאך יעדער תפילה. נאך א ברית און נאך קידוש לבנה זאגט מען אויך עלינו.

אויך זאגט מען עלינו אין דער מוסף שמונה עשרה פון די ימים נוראים.

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!