אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רבי מאיר יוסף רובין"
(פארברייטערט, רעדאגירונג) |
ק (החלפת טקסט – "סיגעט" ב־"סיגוט") |
||
(30 מיטלסטע ווערסיעס פון 4 באַניצער נישט געוויזן.) | |||
שורה 1: | שורה 1: | ||
{{ | {{דעסקריפציע|דריטער קערעסטירער רבי (ה'תרנ"ט–ה'תש"ד)}} | ||
{{אדמו"ר | {{אדמו"ר | ||
|נאמען= רבי מאיר יוסף רובין | | נאמען = רבי מאיר יוסף רובין | ||
|טיטל= [[קערעסטיר]] | | טיטל = [[קערעסטיר]]ער [[אדמו"ר|רבי]] | ||
|געבורט | | בילד = תמונת הרה''ק רבי מאיר יוסף רובין מקערעסטיר זיע''א הי''ד.JPG | ||
| | | געבורט ארט = בריזדאוויץ | ||
| פטירה ארט = [[אוישוויץ]] | |||
| | | סיבת המוות = נרצח | ||
| תאריך לידה עברי = [[ה'תרנ"ט]] | |||
| | | תאריך פטירה עברי = [[ט"ו סיון]] [[ה'תש"ד]] | ||
| | | רביס = [[רבי מרדכי יהודה לייב ווינקלער]] | ||
| | | טאטע = [[רבי ברוך רובין]], רב פון בריזדאוויץ | ||
| | | מאמע = שרה שלאמצא | ||
| | | דינאסטיע = [[קערעסטיר]] | ||
| | | תפקיד1 = {{תפקיד מנהיג | ||
| | | שם התפקיד = קערעסטירער רבי | ||
| | | למניין = דריטער | ||
| התחלת כהונה = [[ה'תרפ"ז]] | |||
| סיום כהונה = [[ה'תש"ד]] | |||
| הקודם בתפקיד = [[רבי אברהם שטיינער]] | |||
}} | }} | ||
'''רבי מאיר יוסף רובין''' | }} | ||
<!--| הויף ארט = [[אונגארן]] --> | |||
'''רבי מאיר יוסף רובין''' ([[ה'תרנ"ט]] - [[ט"ו סיון]] [[ה'תש"ד]]), איז געווען דער דריטער [[קערעסטיר]]ער [[אדמו"ר|רבי]]. | |||
== ביאגראפיע == | == ביאגראפיע == | ||
רבי מאיר יוסף איז געבוירן געבוירן אין [[בריזדאוויץ]] צום רב פון שטאט, [[רבי ברוך רובין]], אן אייניקל פון [[רבי מאיר הלוי ראטנבערג|דער אור לשמים]] פון אפטא, [[רבי אלימלך פון ליזענסק]], [[רבי ישראל האפשטיין|קאזשניצער מגיד]], [[רבי מרדכי דוד אונגער (דאמבראווא)|רבי מרדכי דוד אונגער]] פון [[דאמבראווא]], און [[רבי אשר ישעיה רובין]] פון [[ראפשיץ (חסידות)|ראפשיץ]]. | |||
רבי מאיר יוסף'ס מאמע, רעביצין שרה שלאמצא, איז גערופן געווארן 'זידישובער פרעמישלאנער רעביצין'. זי איז געווען א טאכטער פון [[רבי מנחם מענדל אייכנשטיין|רבי מענדעלע זידיטשובער]]{{הערה|אן איידעם פון רבי חיים אברהם פון [[מיקאלייעוו]], דער איידעם פון [[רבי מאיר פרעמישלאנער]].}}, א זון פון [[רבי יצחק אייזיק אייכנשטיין|רבי אייזיקל זידיטשובער]]. זי איז געווען א בקי אין תורה, און אין מנהגי ודרכי החסידות און זי איז באוואוסט געווען מיט אירע מעשים טובים. | |||
ער האט געלערנט ביי זיין טאטע, און ביי [[רבי מרדכי יהודה לייב ווינקלער]] | ער האט געלערנט ביי זיין טאטע, און ביי [[רבי מרדכי יהודה לייב ווינקלער]] דער רב פון [[מאד]], בעל "לבושי מרדכי", וואס האט אים אויך געגעבן סמיכה צו פסק'ענען. | ||
אום | אום מיטוואך תולדות ב' כסלו תרע"ט האט ער חתונה געהאט צו רבקה צירל, טאכטער פון [[רבי אברהם שטיינער]] פון [[קערעסטיר]] דער זון פון [[רבי ישעיה שטיינער|רבי ישעי'לע קערעסטירער]], ביי וועם ער איז געזעסן אויף קעסט פאר זעקס יאר. רבי ישעי'לע האט זייער געשעצט דעם אייניקל, און איידער זיין פטירה האט ער זיך איינגעשפארט מיט רבי מאיר יוסף פאר א לענגערע וויילע. מען האט דערפון פארשטאנען אז ער וועט אינגיכן איבערנעמען די רביסטעווע, ווי עס האט זיך טאקע ארויסגעשטעלט נאך די פריצייטיגע פטירה פון זיין שווער רבי אברהם. | ||
זיין | נאך די פטירה פון רבי ישעי'לע (ג' אייר תרפ"ה) האט זיין זון רבי אברהם איבערגענומען זיין ארט, אבער בלויז צוויי יאר דערנאך, אין י"ח אדר תרפ"ז, איז ער אויך אוועק. בעפאר זיין פטירה האט ער מסמיך געווען זיין איידעם רבי מאיר יוסף, וועלכער איז אויפגענומען געווארן אלס רבי אין קערעסטיר, וואס ער האט אנגעהאלטן פאר זיבעצן יאר. | ||
==פירונגען== | |||
רבי מאיר יוסף איז געווען אויסגעצייכנט אין [[התמדה]] אין לימוד התורה, און איז באקאנט געווען אלס א פועל ישועות{{הערה|[http://www.ivelt.com/forum/download/file.php?id=94123&mode=view הקדמה צו ספר דברי שמואל] פון [[רבי שמואל זאב ראטה]] אב"ד [[אוהעל]]; {{אוצר החכמה|2=פרשת גדולת מרדכי|3=631971|4=עמוד 26|page=26}}.}}. | |||
יעדן ערב ראש חודש פלעגט ער גיין צום ציון פון זיין זיידן און שווער, און מיטגענומען קוויטלעך וואס חסידים האבן אים געגעבן. | |||
ער האט ווייטער אנגעפירט די [[צדקה]] און [[הכנסת אורחים]] אונטערנעמונגען פון זיין זיידן רבי ישעי'לע און זיין שווער רבי אברהם. די פייער אין אויוון האט געברענט פיר-און-צוואנציג שעה א טאג, און ער פלעגט טיילן עסן און געלט. פאר פסח פלעגט ער שיקן פאר אלע ארעמעלייט פון שטאט וויין, מצות, קארטאפל און אנדערע יום-טוב געברויכן. אויך פלעגט ער שיקן וויין אויף אנדערע מדינות. | |||
סוכות פלעגט ער יעדן טאג מאכן א גרויסע סעודה לכבוד די אושפיזין און די שמחה איז דארט געווען "ביזן הימל". די נענועים פלעגט ער מאכן מיט א מורא'דיגע ברען און מיטן ספעציעלן ניגון "עד כלות הנפש". שמיני עצרת בפרט איז ער געווען מיט גאר א שטארקע שמחה און האט געטאנצן מיט'ן גאנצן כח ביז ביינאכט שמחת תורה, וואס דאן האט מען ווייטער געטאנצן כמעט ביזן עלות. פאר יעדע הקפה פלעגט ער זאגן דעם פסוק 'דבר אל בני ישראל ויסעו', און בשעת די טענץ פלעגט ער אנכאפן און דרייען זיינע פיאות, און אויך אנכאפן זיין בארד. | |||
זאת חנוכה פארן ליכט צינדן פלעגט ער טיילן 'חנוכה געלט' פאר די 'חאדיקלעך' (קינדער) און די ישיבה בחורים. צומארגנס נאך מנחה פלעגט ער אנרעכטן א גרויסע סעודה וואס האט זיך געצויגן כמעט ביז חצות הלילה, דאן זענען די 'עמבערערס' און די חסידים געקומען פונעם גאנצן לאנד. | |||
פורים איז געווען זיין שמחה געווען גרויס און ער האט דאן גע'פועל'ט ישועות. שושן פורים האט ער אויך געמאכט א גרויסע סעודה אזויווי זאת חנוכה, און פילע אידן זענען געקומען פועל'ן ישועות{{הערה|{{אוצר החכמה|2=בתי אבות|3=60669|page=263|עמ=רנו–רנז}}}} | |||
==סוף ימיו== | |||
אום כ"ג ניסן תש"ד האבן די [[נאציזם|נאציס]] באפוילן אז אלע אידן פון קערעסטיר זאלן זיך צוזאמנעמען אין הויף פון שטאטישן בית המדרש. אום [[כ"ה ניסן]] זענען זיי אריבערגעפירט געווארן מיט די באן צום [[נאצי געטאס|געטא]] אין [[אוהעל]], און פון דארט זענען זיי געפירט געווארן צום [[קאנצענטראציע לאגער]] אין [[אוישוויץ]], וואו זיי זענען אומגעקומען אום [[ט"ו סיון]]. איידער זיי זענען פארטריבן געווארן פון קערעסטיר, האט רבי מאיר יוסף מסמיך געווען זיין צווייטן זון, רבי ישכר דוב, אלס ממלא מקום. | |||
טייל פון די דברי תורה פון רבי מאיר יוסף זענען געדרוקט סוף פון ספר "שארית ברוך" פון זיין טאטע. | |||
== פאמיליע == | == פאמיליע == | ||
* | ;אומגעקומען ביים קריג: | ||
* | * חיה פעריא, פרוי פון רבי אשר ישעיה רובין, זון פון איר פעטער [[רבי יעקב ישראל ישורון רובין|רבי יעקב ישראל ישורון]] פון סאסרעגן. | ||
* | *ר' מיכאל, געייראט טשארנא{{הערה|שם=תורתך|{{קישור כללי|קעפל=מאמרותיו והנהגותיו של רבי מאיר יוסף רובין הי"ד האדמו"ר מקרסטיר|זייטל=תורתך לא שכחתי|אדרעס=https://toratcha.com/?p{{=}}19073}}}} | ||
* | *ישעיה אברהם חיים{{הערה|שם=תורתך}} | ||
** | *עטיא | ||
** | *מרדכי דוד | ||
** | *שמחה ברוך{{הערה|{{אוצר החכמה|2=בתי אבות|3=60669|page=333|עמ=שכו}}}} | ||
** | *אלימלך | ||
** | *חנה אלטא | ||
** | *יעקב | ||
** | *יצחק אייזיק{{הערה|שם=אלג|אנציקלופדיה לחכמי גליציה, ד, 709}} | ||
*משה אליקים בריעה{{הערה|שם=אלג}} | |||
*מירל גאלה{{הערה|שם=אלג}} | |||
;איבערגעלעבט דעם קריג: | |||
* רבי מנחם מענדל, איידעם פון רבי ישראל פריינד דער הוניאדער רב. | |||
* זיין ממלא מקום רבי ישכר דוב רובין, קערעסטירער רבי אין אמעריקע, איידעם פון רבי חיים מייזליש דער [[סיגוט (חסידות)|סארוואש]]ער רב. | |||
* [[פריידא גיטל ראטנבערג|פריידא גיטל]], פרוי פון [[רבי מנחם ישראל ראטענבערג]] פון [[קאסאן (חסידות)|קאסאן]], וועלכער האט געוואוינט אין די [[בראנקס]] און דערנאך אין [[בארא פארק]]. | |||
** רבי מאיר יהוסף, גרינדער פונעם חרדי'שן ישוב אין [[לינדען]]-[[ניו דזשערזי]], איידעם פון רבי אשר ישעיה ראטטענבערג פון קאסאן [[בני ברק]]. | |||
** רבי משה שמואל, קאסאנער רבי אין [[לאנדאן]]. | |||
** רבי נפתלי צבי, קאסאנער רבי אין היללקרעסט-[[ספרינג וועלי]], איידעם פון רבי משולם זלמן לייפער פון טעמשוואר. | |||
** רבי אברהם ברוך, קאסאנער רבי אין [[לעיקוואד]], איידעם פון רבי צבי מאיר פאנעט פון [[דעעש (חסידות)|דעעש]]. | |||
** [[רבי חיים לייביש ראטענבערג]], רב און רבי אין קהילת נצח ישראל אין [[פארשעי]] געגנט אין [[מאנסי]], איידעם פון רבי חיים שלמה ראטענבערג פון קאזעווע. | |||
** רבי ישעיה משולם פייש, ראזלער רבי אין [[ביתר]], איידעם פון [[רבי אהרן מרדכי רוטנער]]. | |||
** איר איידעם רבי חיים שלמה ראטענבערג, פון די [[ברסלב]]'ער [[רב]]נים אין [[ירושלים]]. | |||
== | == ביבליאגראפיע == | ||
* | * {{אייוועלט|30622|רבי מאיר יוסף רובין פון קערעסטיר זיע"א הי"ד ט"ו סיון תש"ד}} | ||
* {{אוצר החכמה|יוסף יהודה לוי|אצל הרבי מקערעסטיר|632383|למען תספרו לדור אחרון| | * {{אוצר החכמה|יוסף יהודה לוי|אצל הרבי מקערעסטיר|632383|page=63|למען תספרו לדור אחרון}} | ||
* [https://winners-auctions.com/items/מכתב-היסטורי-חסידי-נדיר-עמוס-בברכות-מא/ א בריוו] פון רבי מאיר יוסף | |||
*{{קישור כללי|קעפל=מאמרותיו והנהגותיו של רבי מאיר יוסף רובין הי"ד האדמו"ר מקרסטיר|זייטל=תורתך לא שכחתי|דאטום=מערץ 25, 2024|אדרעס=https://toratcha.com/?p{{=}}19073}} | |||
*{{אוצר החכמה|משה יוסף פריעדלענדער|בתי אבות|60669|מקום הוצאה=ירושלים|שנת הוצאה=תשכ"ה|"בית יוסף (מקצת שבחיו ... של מרן ... מאיר יוסף רובין ...)"}} | |||
* יצחק אלפסי, תורת החסידות, ד, עמו' 208 | |||
== רעפערענצן == | |||
{{רעפערענצן}} | |||
{{מיון רגיל:רובין, יוסף מאיר}} | {{מיון רגיל:רובין, יוסף מאיר}} | ||
[[ | [[קאַטעגאָריע:ראפשיץ]] | ||
[[ | [[קאַטעגאָריע:אונגארישע אדמורי"ם]] | ||
[[ | [[קאַטעגאָריע:רבנים אומגעקומען אין חורבן אייראפע]] | ||
[[קאַטעגאָריע:המכלול ארטיקלען]] | |||
[[he:רבי מאיר יוסף רובין]] |
יעצטיגע רעוויזיע זינט 12:45, 7 יולי 2024
געבורט |
ה'תרנ"ט בריזדאוויץ | ||||
---|---|---|---|---|---|
נרצח |
ט"ו סיון ה'תש"ד (אלט: 45 בערך) אוישוויץ | ||||
רבי'ס | רבי מרדכי יהודה לייב ווינקלער | ||||
דינאסטיע | קערעסטיר | ||||
טאטע | רבי ברוך רובין, רב פון בריזדאוויץ | ||||
מאמע | שרה שלאמצא | ||||
|
רבי מאיר יוסף רובין (ה'תרנ"ט - ט"ו סיון ה'תש"ד), איז געווען דער דריטער קערעסטירער רבי.
ביאגראפיע
רבי מאיר יוסף איז געבוירן געבוירן אין בריזדאוויץ צום רב פון שטאט, רבי ברוך רובין, אן אייניקל פון דער אור לשמים פון אפטא, רבי אלימלך פון ליזענסק, קאזשניצער מגיד, רבי מרדכי דוד אונגער פון דאמבראווא, און רבי אשר ישעיה רובין פון ראפשיץ.
רבי מאיר יוסף'ס מאמע, רעביצין שרה שלאמצא, איז גערופן געווארן 'זידישובער פרעמישלאנער רעביצין'. זי איז געווען א טאכטער פון רבי מענדעלע זידיטשובער[1], א זון פון רבי אייזיקל זידיטשובער. זי איז געווען א בקי אין תורה, און אין מנהגי ודרכי החסידות און זי איז באוואוסט געווען מיט אירע מעשים טובים.
ער האט געלערנט ביי זיין טאטע, און ביי רבי מרדכי יהודה לייב ווינקלער דער רב פון מאד, בעל "לבושי מרדכי", וואס האט אים אויך געגעבן סמיכה צו פסק'ענען.
אום מיטוואך תולדות ב' כסלו תרע"ט האט ער חתונה געהאט צו רבקה צירל, טאכטער פון רבי אברהם שטיינער פון קערעסטיר דער זון פון רבי ישעי'לע קערעסטירער, ביי וועם ער איז געזעסן אויף קעסט פאר זעקס יאר. רבי ישעי'לע האט זייער געשעצט דעם אייניקל, און איידער זיין פטירה האט ער זיך איינגעשפארט מיט רבי מאיר יוסף פאר א לענגערע וויילע. מען האט דערפון פארשטאנען אז ער וועט אינגיכן איבערנעמען די רביסטעווע, ווי עס האט זיך טאקע ארויסגעשטעלט נאך די פריצייטיגע פטירה פון זיין שווער רבי אברהם.
נאך די פטירה פון רבי ישעי'לע (ג' אייר תרפ"ה) האט זיין זון רבי אברהם איבערגענומען זיין ארט, אבער בלויז צוויי יאר דערנאך, אין י"ח אדר תרפ"ז, איז ער אויך אוועק. בעפאר זיין פטירה האט ער מסמיך געווען זיין איידעם רבי מאיר יוסף, וועלכער איז אויפגענומען געווארן אלס רבי אין קערעסטיר, וואס ער האט אנגעהאלטן פאר זיבעצן יאר.
פירונגען
רבי מאיר יוסף איז געווען אויסגעצייכנט אין התמדה אין לימוד התורה, און איז באקאנט געווען אלס א פועל ישועות[2].
יעדן ערב ראש חודש פלעגט ער גיין צום ציון פון זיין זיידן און שווער, און מיטגענומען קוויטלעך וואס חסידים האבן אים געגעבן.
ער האט ווייטער אנגעפירט די צדקה און הכנסת אורחים אונטערנעמונגען פון זיין זיידן רבי ישעי'לע און זיין שווער רבי אברהם. די פייער אין אויוון האט געברענט פיר-און-צוואנציג שעה א טאג, און ער פלעגט טיילן עסן און געלט. פאר פסח פלעגט ער שיקן פאר אלע ארעמעלייט פון שטאט וויין, מצות, קארטאפל און אנדערע יום-טוב געברויכן. אויך פלעגט ער שיקן וויין אויף אנדערע מדינות.
סוכות פלעגט ער יעדן טאג מאכן א גרויסע סעודה לכבוד די אושפיזין און די שמחה איז דארט געווען "ביזן הימל". די נענועים פלעגט ער מאכן מיט א מורא'דיגע ברען און מיטן ספעציעלן ניגון "עד כלות הנפש". שמיני עצרת בפרט איז ער געווען מיט גאר א שטארקע שמחה און האט געטאנצן מיט'ן גאנצן כח ביז ביינאכט שמחת תורה, וואס דאן האט מען ווייטער געטאנצן כמעט ביזן עלות. פאר יעדע הקפה פלעגט ער זאגן דעם פסוק 'דבר אל בני ישראל ויסעו', און בשעת די טענץ פלעגט ער אנכאפן און דרייען זיינע פיאות, און אויך אנכאפן זיין בארד.
זאת חנוכה פארן ליכט צינדן פלעגט ער טיילן 'חנוכה געלט' פאר די 'חאדיקלעך' (קינדער) און די ישיבה בחורים. צומארגנס נאך מנחה פלעגט ער אנרעכטן א גרויסע סעודה וואס האט זיך געצויגן כמעט ביז חצות הלילה, דאן זענען די 'עמבערערס' און די חסידים געקומען פונעם גאנצן לאנד.
פורים איז געווען זיין שמחה געווען גרויס און ער האט דאן גע'פועל'ט ישועות. שושן פורים האט ער אויך געמאכט א גרויסע סעודה אזויווי זאת חנוכה, און פילע אידן זענען געקומען פועל'ן ישועות[3]
סוף ימיו
אום כ"ג ניסן תש"ד האבן די נאציס באפוילן אז אלע אידן פון קערעסטיר זאלן זיך צוזאמנעמען אין הויף פון שטאטישן בית המדרש. אום כ"ה ניסן זענען זיי אריבערגעפירט געווארן מיט די באן צום געטא אין אוהעל, און פון דארט זענען זיי געפירט געווארן צום קאנצענטראציע לאגער אין אוישוויץ, וואו זיי זענען אומגעקומען אום ט"ו סיון. איידער זיי זענען פארטריבן געווארן פון קערעסטיר, האט רבי מאיר יוסף מסמיך געווען זיין צווייטן זון, רבי ישכר דוב, אלס ממלא מקום.
טייל פון די דברי תורה פון רבי מאיר יוסף זענען געדרוקט סוף פון ספר "שארית ברוך" פון זיין טאטע.
פאמיליע
- אומגעקומען ביים קריג
- חיה פעריא, פרוי פון רבי אשר ישעיה רובין, זון פון איר פעטער רבי יעקב ישראל ישורון פון סאסרעגן.
- ר' מיכאל, געייראט טשארנא[4]
- ישעיה אברהם חיים[4]
- עטיא
- מרדכי דוד
- שמחה ברוך[5]
- אלימלך
- חנה אלטא
- יעקב
- יצחק אייזיק[6]
- משה אליקים בריעה[6]
- מירל גאלה[6]
- איבערגעלעבט דעם קריג
- רבי מנחם מענדל, איידעם פון רבי ישראל פריינד דער הוניאדער רב.
- זיין ממלא מקום רבי ישכר דוב רובין, קערעסטירער רבי אין אמעריקע, איידעם פון רבי חיים מייזליש דער סארוואשער רב.
- פריידא גיטל, פרוי פון רבי מנחם ישראל ראטענבערג פון קאסאן, וועלכער האט געוואוינט אין די בראנקס און דערנאך אין בארא פארק.
- רבי מאיר יהוסף, גרינדער פונעם חרדי'שן ישוב אין לינדען-ניו דזשערזי, איידעם פון רבי אשר ישעיה ראטטענבערג פון קאסאן בני ברק.
- רבי משה שמואל, קאסאנער רבי אין לאנדאן.
- רבי נפתלי צבי, קאסאנער רבי אין היללקרעסט-ספרינג וועלי, איידעם פון רבי משולם זלמן לייפער פון טעמשוואר.
- רבי אברהם ברוך, קאסאנער רבי אין לעיקוואד, איידעם פון רבי צבי מאיר פאנעט פון דעעש.
- רבי חיים לייביש ראטענבערג, רב און רבי אין קהילת נצח ישראל אין פארשעי געגנט אין מאנסי, איידעם פון רבי חיים שלמה ראטענבערג פון קאזעווע.
- רבי ישעיה משולם פייש, ראזלער רבי אין ביתר, איידעם פון רבי אהרן מרדכי רוטנער.
- איר איידעם רבי חיים שלמה ראטענבערג, פון די ברסלב'ער רבנים אין ירושלים.
ביבליאגראפיע
- "רבי מאיר יוסף רובין פון קערעסטיר זיע"א הי"ד ט"ו סיון תש"ד", אשכול אויף אייוועלט
- יוסף יהודה לוי, אצל הרבי מקערעסטיר, למען תספרו לדור אחרון (פארלאנגט אומזיסטע רעגיסטראַציע)
- א בריוו פון רבי מאיר יוסף
- מאמרותיו והנהגותיו של רבי מאיר יוסף רובין הי"ד האדמו"ר מקרסטיר, אויף תורתך לא שכחתי, מערץ 25, 2024
- משה יוסף פריעדלענדער, בתי אבות, ירושלים, תשכ"ה, "בית יוסף (מקצת שבחיו ... של מרן ... מאיר יוסף רובין ...)"
- יצחק אלפסי, תורת החסידות, ד, עמו' 208
רעפערענצן
- ↑ אן איידעם פון רבי חיים אברהם פון מיקאלייעוו, דער איידעם פון רבי מאיר פרעמישלאנער.
- ↑ הקדמה צו ספר דברי שמואל פון רבי שמואל זאב ראטה אב"ד אוהעל; פרשת גדולת מרדכי, עמוד 26.
- ↑ בתי אבות, עמ' רנו–רנז (באגרעניצט צו באַצאָלטע אַבאָנענטן)
- ↑ 4.0 4.1 מאמרותיו והנהגותיו של רבי מאיר יוסף רובין הי"ד האדמו"ר מקרסטיר, אויף תורתך לא שכחתי
- ↑ בתי אבות, עמ' שכו (באגרעניצט צו באַצאָלטע אַבאָנענטן)
- ↑ 6.0 6.1 6.2 אנציקלופדיה לחכמי גליציה, ד, 709