רוי:לינדען
לינדען (ענגליש: Linden) איז א שטאָט אין יוניאן קאונטי, דרום־מזרח ניו דזשערזי. עס איז טייל פון ניו יארק מעטראפאליטען שטח און געפינט זיך הארט נעבן עליזאבעט, ניו דזשערזי און נעבן סטעטן איילענד, ניו יארק סיטי, און ס'איז בלויז בערך פערציג מינוט קאר רייזע פון ברוקלין.
ביי דער 2020 צענזוס ציילונג האבן דארטן געוואוינט א געשאצטע 43,738 איינוואוינער.
אידישקייט
עס איז פאר לאנגע יארן געווען דארט עטליכע קליינע אידישע קהילות. אין תשע"ח האבן זיך פיל חסידישע אידן אנגעהויבן אהינציען, אין שפיץ פון דער קאסאנער קהילה מיט זייער רבי, הרב מאיר יהוסף ראטענבערג. דער ערשטער תושב האט אהינגעמופט עשרה בטבת תשע"ח. די קהילה וואקסט שנעל און האט זיך גלייך פארשפרייט צו דער דערנעבנדער שטאט ראהוועי.
שטייענדיג סיון תשפ"ב וואוינען דארטן כמעט פינף הונדערט חסידישע משפחות.
לינדען פארמאגט היינט מערערע חסידישע שולן ווי קאסאן, סאטמאר, באבוב, ראחמיסטריווקא, אברכים, ויזניץ, סטריא (אין ראהוועי), קאלאמייא, זידיטשויב, און לובלין.
אויך פארמאגן זיי זייער אייגענע חברה הצלה און חברים ארגאניזאציעס, און עטליכע אידישע געשעפטן.
דרויסנדיגע לינקס
- אפיציעלע וועבזייטל
- "חסידישע ישוב אין לינדען, ניו דזשערסי - והגלילות" אויף אייוועלט
- "נייעס פונעם חרדי'שער ישוב אין לינדען והגלילות (יוניאן קאונטי נ. זש.)" אויף אייוועלט
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!