אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:רבי יהודה מאיר שפירא"
ק (החלפת טקסט – "מייסד" ב־"גרינדער") |
ק (החלפת טקסט – "דרויסנדע" ב־"דרויסנדיגע") |
||
(2 צווישנדיגע ווערסיעס פונעם זעלבן באַניצער נישט געוויזן) | |||
שורה 37: | שורה 37: | ||
נאך דער מעשה האט הרב שפירא מער נישט געליטן פון אנטיסעמיטיש העצן. | נאך דער מעשה האט הרב שפירא מער נישט געליטן פון אנטיסעמיטיש העצן. | ||
==אנדענק== | ==אנדענק== | ||
אין בני ברק איז דא דער [[זכרון מאיר]] קוואַרטאַל אויף זיין נאמען. דער רב פון זכרון מאיר איז זיין תלמיד הרב [[שמואל וואזנער|שמואל הלוי וואזנער]], וואס האָט געגרינדעט דארט די ישיבת חכמי לובלין אויפן פונעם רבי מאיר שפירא'ס ישיבה אין לובלין. | אין בני ברק איז דא דער [[זכרון מאיר]] קוואַרטאַל אויף זיין נאמען. דער רב פון זכרון מאיר איז זיין תלמיד הרב [[רבי שמואל וואזנער|שמואל הלוי וואזנער]], וואס האָט געגרינדעט דארט די ישיבת חכמי לובלין אויפן פונעם רבי מאיר שפירא'ס ישיבה אין לובלין. | ||
==זיינע ספרים== | ==זיינע ספרים== | ||
שורה 45: | שורה 45: | ||
*'''הערות על ה[[ש"ס]] ו[[רמב"ם]]''' | *'''הערות על ה[[ש"ס]] ו[[רמב"ם]]''' | ||
== | ==דרויסנדיגע לינקס== | ||
* [http://hebrewbooks.org/pdfpager.aspx?req=46314&st=&pgnum=18 דער לובלינער רב], פון משה יהודה גלייכער, "דאס אידישע ווארט", [[חשון]] [[תשט"ו]] | * [http://hebrewbooks.org/pdfpager.aspx?req=46314&st=&pgnum=18 דער לובלינער רב], פון משה יהודה גלייכער, "דאס אידישע ווארט", [[חשון]] [[תשט"ו]] | ||
שורה 51: | שורה 51: | ||
[[קאַטעגאָריע:באערדיגט אין הר המנוחות]] | [[קאַטעגאָריע:באערדיגט אין הר המנוחות]] | ||
[[קאַטעגאָריע:חסידישע ראשי ישיבות]] | [[קאַטעגאָריע:חסידישע ראשי ישיבות]] | ||
[[קאַטעגאָריע:פוילישע רבנים]] | [[קאַטעגאָריע:פוילישע רבנים|װ]] | ||
[[קאַטעגאָריע:רומענישע אידן]] | [[קאַטעגאָריע:רומענישע אידן]] | ||
[[קאַטעגאָריע:אגודת ישראל]] | [[קאַטעגאָריע:אגודת ישראל]] |
יעצטיגע רעוויזיע זינט 11:36, 8 יולי 2024
רבי יהודה מאיר שפירא (מהר"ם שפירא; ז' אדר ה'תרמ"ז - ז' חשוון ה'תרצ"ד), איז געווען דער גרינדער און ראש ישיבה פון ישיבת חכמי לובלין און דער גרינדער פון דעם דף היומי.
לעבענסגעשיכטע
יהורה מאיר שפירא איז געבוירן אין שאץ, רומעניע אין יאר תרמ"ז, אן אייניקל פון דעם רבי'ן ר' פינחס שפירא פון קארעץ. שוין יונגערהייט איז ער געווען א טאלאנטירטער רעדנער. ביי פופצן יאר האט ער באקומען היתר הוראה.
נאך זיין חתונה מיט מלכה טויבא, די טאכטער פון הרב יעקב דוד ברייטמאן, איז ער אריבער קיין טארנאפאל אין גאליציע, וואו ער האט געזעסן און געלערנט אויף קעסט ביי זיין שווער. אין יענער תקופה האט ער געגרינדעט דעם פארבאנד "תפארת הדת", וואס זיין צוועק איז געווען אכט געבן אויף רעליגיעזע אינטערעסן אין טארנאפאל.
אין ה'תר"ע איז ער געווארן רב אין גלינע (Hlyniany), דארט האט ער אויפגעשטעלט א ישיבה. אין ה'תר"פ האט די קהילה אין סאנוק אים דערוועלט אלס רב, וואו ער האט אריבערגעפירט זיין ישיבה. אין ה'תרפ"ג איז ער געווארן פון די ערשטע חרדישע מיטגלידער אין דעם פוילישן סיים אלס פארטרעטער פון אגודת ישראל. אין ה'תרפ"ד איז ער געווארן רב פון פיעטרקאוו. אינעם זעלבן יאר האט ער געגרינדעט ישיבת חכמי לובלין (יח"ל). אין ה'תרצ"ד בשעת ער האט זיך צוגעגרייט אויף א נסיעה קיין ארץ ישראל, און אט אויפנעמען דאס רבנות פון לאדזש, איז ער נפטר געווארן ז' מרחשון.
ער האט נישט איבערגעלאזט קיין קינדער. ער פלעג זאגן אז יח"ל און דף היומי זענען זיינע צוויי קינדער.
אין יאר ה'תשי"ח האט מען אריבערגעפירט זיינע ביינער פון פוילן אין הר המנוחות.
די געגנט "זכרון מאיר" אין בני ברק הייסט אויף זיין נאמען.
אגודת ישראל
רבי מאיר איז געווען אנוועזנד ביי דער גרינדונג קאנפערענץ פון אגודת ישראל אין ה'תרע"ב, און איז שטענדיג געווען א שטארקער שטיצער פון דער אגודה. אין ה'תרפ"ג, דאס זעלבע יאר ווען ער איז אריין אין סיים, האט ער פארגעשטעלט זיין געדאנק פון דף היומי ביי דער כנסיה גדולה, פונוועגן דער חפץ חיים האט אים הויך געשעצט. דעם דף היומי האט די וועלט אנגעהויבן לערנען ראש השנה ה'תרפ"ד.
זיין דרך אין לערנען
ער האט שטארק מחשיב געווען לערנען סדר קדשים, און מ'האט דאס געלערנט אין דעם פראגראם פון ישיבת חכמי לובלין. רוב פון זיינע חידושי תורה זענען אויף קדשים ענינים. ער פלעג שרייבן מיטן חפץ חיים וועגן ענינים אין זיין ספר "ליקוטי הלכות". לערנען בקיאות איז ביי אים געווען א יסודותדיגע זאך, וואס האט אויך א שייכות מיטן דף היומי.
אין סיים
אין זיינע ערשטע וואכן וואס ער איז געווען דער הויפט פון דער חרדישער יידישער דעלעגאציע אין דעם סיים, איז צוגעקומען צו הרב שפירא דער אנטיסעמיטישן פוילישן סיים דעפוטאט פראפעסאר לוטאסלאווסקי פון דער ענדעק פארטיי, וואס האט מער ווי איין מאל פארגעשטעלט שלענגעלישע געזעצן וואס האבן צוגענומען פון די מינאריטעטן זייערע ציווילע און עקאנאמישע רעכטן.
שטייענדיג פאר א גרופע דעפוטאטן האט ער אנגעהויבן מיט א כיטרן שמייכל: "ראבינער איך האב א וואונדערבארן נייעם וועג וויאזוי אידן קענען ערנערן פרנסה-- זיי קענען שינדן טויטע הינט."
אויפן ארט האט הרב שפירא צוריקגעשאסן. "אוממעגלעך, זייערע פארשטייערס וואלטן דאס קיינמעל נישט ערלויבט."
דער פראפעסאר איז געווען געפלעפט. "וועמענ'ס פארשטייערס? די יידנ'ס?"
"ניין," האט ר' מאיר געשמייכלט, "די הינט'ס פארשטייערס."
צעטומעלט, האט דער גוי געפרוווט נאכאמאל. "נו, מיין טייערער ראבינער," זאגט ער סארקאסטיש. "צי ווייסט איר אז אויפן טויער צו דער שטאט שלעזיע איז געשריבן: צו אידן און הינט איז פארבאטן אריינצוגיין?'"
"א שאד", זאגט דער רב. "קומט אויס אז מיר וועלן נישט קענען באזוכן יענע שטאט צוזאמען."
נאך דער מעשה האט הרב שפירא מער נישט געליטן פון אנטיסעמיטיש העצן.
אנדענק
אין בני ברק איז דא דער זכרון מאיר קוואַרטאַל אויף זיין נאמען. דער רב פון זכרון מאיר איז זיין תלמיד הרב שמואל הלוי וואזנער, וואס האָט געגרינדעט דארט די ישיבת חכמי לובלין אויפן פונעם רבי מאיר שפירא'ס ישיבה אין לובלין.
זיינע ספרים
דרויסנדיגע לינקס
- דער לובלינער רב, פון משה יהודה גלייכער, "דאס אידישע ווארט", חשון תשט"ו
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!