אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "מתנות לאביונים"
(←מקור פון דער מצוה: מטרה) |
ק (טעות סופר) |
||
(54 מיטלסטע ווערסיעס פון 6 באַניצער נישט געוויזן.) | |||
שורה 1: | שורה 1: | ||
[[ | {{דעסקריפציע|איינע פון די פיר מצוות פון פורים}} | ||
[[טעקע:מתנות לאביונים.JPG|250px|ממוזער|צדקה פושקעס פאר מתנות לאביונים]] | |||
'''מתנות לאביונים''' איז איינע פון די מצוות פון [[פורים]], און איז א פליכט סיי אויף מענער און סיי אויף פרויען. די מצוה איז צו געבן "מתנות" אום פורים פאר כאטש צוויי ארעמעלייט, צום ווייניגסטנס איין מתנה פאר יעדן פון די צוויי באזונדער. וועגן דעם שיעור וויפיל מ'דארף געבן, זענען פארהאן עטליכע מיינונגען. | '''מתנות לאביונים''' איז איינע פון די מצוות פון [[פורים]], און איז א פליכט סיי אויף מענער און סיי אויף פרויען. די מצוה איז צו געבן "מתנות" אום פורים פאר כאטש צוויי ארעמעלייט, צום ווייניגסטנס איין מתנה פאר יעדן פון די צוויי באזונדער. וועגן דעם שיעור וויפיל מ'דארף געבן, זענען פארהאן עטליכע מיינונגען. | ||
== מקור פון דער מצוה == | == מקור פון דער מצוה == | ||
דער מקור פון דער מצוה איז אין [[מגילת אסתר]], אזויווי ס'ווערט געברענגט אינעם בריוו וואס [[מרדכי | דער מקור פון דער מצוה איז אין [[מגילת אסתר]], אזויווי ס'ווערט געברענגט אינעם בריוו וואס [[מרדכי]] האט געשריבן צו די אידישע איינוואוינער אין אלע לענדער וואס זענען אונטערטעניגט אונטערן קעניג [[אחשוורוש]]:{{ציטוט|תוכן=וַיִּכְתֹּב מָרְדֳּכַי אֶת הַדְּבָרִים הָאֵלֶּה, וַיִּשְׁלַח סְפָרִים אֶל כָּל הַיְּהוּדִים אֲשֶׁר בְּכָל מְדִינוֹת הַמֶּלֶךְ אֲחַשְׁוֵרוֹשׁ, הַקְּרוֹבִים וְהָרְחוֹקִים. לְקַיֵּם עֲלֵיהֶם לִהְיוֹת עֹשִׂים אֵת יוֹם אַרְבָּעָה עָשָׂר לְחֹדֶשׁ אֲדָר וְאֵת יוֹם חֲמִשָּׁה עָשָׂר בּוֹ, בְּכָל שָׁנָה וְשָׁנָה. כַּיָּמִים אֲשֶׁר נָחוּ בָהֶם הַיְּהוּדִים מֵאוֹיְבֵיהֶם, וְהַחֹדֶשׁ אֲשֶׁר נֶהְפַּךְ לָהֶם מִיָּגוֹן לְשִׂמְחָה וּמֵאֵבֶל לְיוֹם טוֹב, לַעֲשׂוֹת אוֹתָם יְמֵי מִשְׁתֶּה וְשִׂמְחָה וּמִשְׁלוֹחַ מָנוֹת אִישׁ לְרֵעֵהוּ '''וּמַתָּנוֹת לָאֶבְיוֹנִים'''.|מקור={{תנ"ך|אסתר|ט|כ|כג}}}} | ||
ווי עס ווערט געשילדערט אין די פסוקים פון דער מגילה, איז דער [[יום טוב]] פורים אפגעצייכנט געווארן אינעם ערשטן יאר פון דער פאסירונג, דורך ספאנטאנישע פייערונגען נאכן געווינס פון די אידן אין דער שטאט [[שושן]] און אין אלע אנדערע שטעט פון דער [[פערסישע אימפעריע|פערסישער אימפעריע]]. שפעטער, האבן מרדכי הצדיק און אסתר המלכה געבעטן פון די [[סנהדרין]] קובע צו זיין דעם פורים אלס א יערליכע פייערונג, און צוגעלייגט דערצו די מצוה פון געבן מתנות פאר די ארעמעלייט{{ | ווי עס ווערט געשילדערט אין די פסוקים פון דער מגילה, איז דער [[יום טוב]] פורים אפגעצייכנט געווארן אינעם ערשטן יאר פון דער פאסירונג, דורך ספאנטאנישע פייערונגען נאכן געווינס פון די אידן אין דער שטאט [[שושן]] און אין אלע אנדערע שטעט פון דער [[פערסישע אימפעריע|פערסישער אימפעריע]]. שפעטער, האבן מרדכי הצדיק און אסתר המלכה געבעטן פון די [[סנהדרין]] קובע צו זיין דעם פורים אלס א יערליכע פייערונג, און צוגעלייגט דערצו די מצוה פון געבן מתנות פאר די ארעמעלייט{{ביאור|די ערשטע פייערונגען האבן נישט אריינגערעכנט מתנות לאביונים, ווייל זיי האבן זיך געהאט געפירט אין דעם טאג ווי א געהעריגער יום טוב, ווען געלט איז [[מוקצה]]{{הערה|מהר"ם שיף, אין דברים נחמדים סוף חולין; שו"ת בית שערים, אורח חיים סימן שע"ט; {{אוצר הספרים היהודי|טעמא דקרא/אסתר/ט#יט|טעמא דקרא אסתר ט, יט}}}}; אדער פארקערט, ווייל אין אזא יום טוב פירט מען זיך סייווי צו שטיצן די ארעמעלייט{{הערה|יערות דבש, חלק ב', דרוש י"ג; שערי אמת אויף הלכות מגילה, חמדת אריה סימן תרצ"ה פרק כ"ג אות ד'}}.}}. אויף זייער בקשה, האבן די [[אנשי כנסת הגדולה]] טאקע מתקן געווען אלס חיוב די מצוה פון געבן "מתנות לאביונים"{{הערה|לויט {{ירושלמי|מגילה|א|ד}} און {{בבלי|מגילה|ב|א}}}}. | ||
דער טעם | דער טעם פון דער מצוה איז, ווייל די גזירה פון [[המן]] האט אריינגערעכנט אויך צו בארויבן דאס געלט פון אידן, דערפאר טוען מיר לויבן מיט דעם וואס מיר צייגן עשירות מיט אונזער פארמעגן און מיר פארטיילן עס פאר אנדערע{{הערה|דרשות ר"י אבן שועיב, פרשת ואתה תצוה}}. אדער ווייל המן האט געוואלט אויסטיילן צען טויזנט ככר פאר ארימעלייט, און דער באשעפער האט נישט געקוקט אויף זיין צדקה און אונז געראטעוועט{{הערה|תורת משה חת"ס, אויף פורים}}. | ||
לויט ווי עס שטייט אין ראשונים, איז דער ציל פון | לויט ווי עס שטייט אין ראשונים, איז דער ציל פון דער תקנה צו פארמערן שמחה{{הערה|רמב"ן, ריטב"א און תוספות הרא"ש אויף {{בבלי|בבא מציעא|עח|ב}}. אזוי ווייזט אויף דער כתב סופר, יורה דעה סימן קל"ו, אויך פון די רייד פון רמב"ם.}}, צו דערפרייען אויך די ארעמעלייט{{הערה|רוקח אויף אסתר ט, כב; שבלי הלקט, סימן ר"ב; תניא רבתי, סימן מ"א; תשובות מהרי"ל, [[שית:Teshuvot_Maharil/57|סימן נ"ז]]. זעט אויך רלב"ג אויף {{תנ"ך|אסתר|ט|מפרש=רלב"ג}}, תועלת נ"א, אז דאס איז אזויווי ביי די [[שלש רגלים]], וואס די תורה האט געהייסן דערפרייען די ארעמעלייט בשעת מ'איז מקיים די [[שמחת יום טוב]]}}. טייל אחרונים לערנען אז דער עיקר ציל איז צוצושטעלן פאר די ארעמעלייט וואס פעלט זיי אויס פאר דער [[סעודת פורים]]{{הערה|מהר"י אסאד, סימן ר"ז; {{רמב"ם|מגילה|ב|טז|נאמען=ניין|מפרש=אור שמח}}; התעוררות תשובה, חלק ג', סימן מ"ז}}. | ||
לויט טייל מקורות, איז דאס געבן "מתנות לאביונים" א טייל פונעם אלגעמיינעם חיוב פון געבן [[צדקה]], נאר די אנשי כנסת הגדולה האבן איינגעפירט צו געבן צדקה דווקא אין דעם טאג{{הערה|שבלי הלקט, סימן ר"ב; אזוי טייטשט אויך דער {{תנ"ך|אסתר|ט|כב|מפרש=תרגום}}: "מעהא דצדקתא"}}. לויט אנדערע איז עס נישט קיין דין פון צדקה, נאר א פרישער חיוב צו געבן מתנות, נישט אנדערש ווי [[משלוח מנות]]{{הערה|רמב"ן און {{בבלי|בבא מציעא|עח|ב|מפרש=ריטב"א}}, און {{בבלי|מגילה|ז|א|מפרש=ריטב"א}}; כל בו, סימן מ"ה. זע שלמי תודה, פורים, סימן כ"ה}}. | |||
== אירע הלכות == | == אירע הלכות == | ||
[[ | [[טעקע:OfraPurim8128.JPG|250px|ממוזער|[[חז"ל]] זאגן אז די ארעמעלייט קוקן ארויס אויף מתנות לאביונים אין טאג וואס מען [[מגילה ליינען|ליינט די מגילה]]. מתנות לאביונים פושקעס אויפן [[באלעמער]] אין [[שול]] נאך מגילה ליינען, [[פורים]] [[תשע"ב]]]] | ||
=== די | === די מתנות === | ||
אין [[תלמוד בבלי|גמרא]]{{הערה|{{בבלי|מגילה|ז|א}}}} ברענגט [[רב יוסף]] פון א [[ברייתא]] אז עס איז א פליכט צו שיקן צוויי מתנות פאר צוויי ארעמעלייט, ווייל ס'שטייט אין פסוק "מתנות" (וואס קלינגט אפ כאטש צוויי) "לאביונים" (וואס קלינגט אויך אפ כאטש צוויי). | אין [[תלמוד בבלי|גמרא]]{{הערה|{{בבלי|מגילה|ז|א}}}} ברענגט [[רב יוסף]] פון א [[ברייתא]] אז עס איז א פליכט צו שיקן צוויי מתנות פאר צוויי ארעמעלייט, ווייל ס'שטייט אין פסוק "מתנות" (וואס קלינגט אפ כאטש צוויי) "לאביונים" (וואס קלינגט אויך אפ כאטש צוויי). די אנגענומענע מיינונג איז אז מען דארף געבן איין מתנה פאר יעדן פון די צוויי ארעמעלייט{{הערה|{{בבלי|מגילה|ז|א|מפרש=רש"י}}; {{רמב"ם|מגילה|ב|טז}}; {{שולחן ערוך|אורח חיים|תרצד|א}}}}, אבער לויט איין שיטה דארף מען געבן צוויי מתנות פאר יעדן פון די צוויי ארעמעלייט{{הערה|מסכת סופרים, פרק כ"א, הלכה ד'}}. | ||
די מתנות קענען זיין פון געלט אדער עסנווארג{{הערה|{{רמב"ם|מגילה|ב|טז}}; תרומת הדשן, סימן קי"א}}. טייל לערנען אז דער עיקר מצוה איז מיט געלט{{הערה|טורי אבן, אין אבני שוהם אויף {{בבלי|מגילה|ז}}}}; אנדערע נעמען אן אז דער חיוב איז צוצושטעלן עסנווארג, און מיט געלט איז מען נאר יוצא וויבאלד מען קען דערמיט קויפן צום עסן{{הערה|מהרי"ל דיסקין אין ספר אהלים, עמוד ל"ז; {{רמב"ם|מגילה|ב|טז|מפרש=אור שמח}}}}. מיט אנדערע ווערדפולע זאכן, ווי קליידונג, זענען דא וואס זאגן אז מ'איז נישט יוצא{{הערה|{{רמב"ם|מגילה|ב|טז|מפרש=אור שמח}} לערנט אז מען איז נישט יוצא, און דער פרי מגדים אין משבצות זהב אויף אורח חיים, סימן תרצ"ד סק"א, איז מסופק}}. | |||
צווישן די [[פוסק]]ים ווערט דיסקוטירט וואס איז די סומע געלט, אדער ווערד פון געלט, וואס א מענטש דארף געבן פאר מתנות לאביונים; טייל זאגן אז עס איז גענוג צו געבן איין "[[פרוטה]]" פאר יעדן פון די צוויי ארעמעלייט{{הערה|1={{בבלי|מגילה|ז|ב|מפרש=ריטב"א}}; שו"ת מהרי"ל, [[שית:Teshuvot_Maharil/56|סימן נ"ו]]; {{משנה ברורה|תרצד|ב}}}}, וואס די פונקטליכע סומע פון א פרוטה אין היינטיגע וואלוטעס איז אלץ געוואנדן לויט דער יעצטיגער ווערד פון געלט. נאך א מיינונג איז אז מען דארף געבן פאר יעדן פון זיי גענוג צו קענען קויפן א [[סעודה]], וואס אין דעם זענען אויך פארהאן עטליכע מיינונגען וויפיל דאס קומט אויס: טייל פוסקים שרייבן אז מען זאל געבן א סומע גענוג צו קויפן א שיעור פון דריי "[[כביצה|כביצים]]" ברויט{{הערה|שו"ת זרע יעקב, סימן י"א; מחזיק ברכה, סימן תרצ"ד סק"ב; בן איש חי, פרשת תצוה, אות ט"ו. דער כף החיים, סימן תרצ"ד סק"ז, שרייבט אז דער מנהג איז מחמיר צו זיין און געבן פאר צוויי ארעמעלייט ווי דעם שיעור}}. [[רבי שלמה זלמן אויערבאך]] און [[רבי בן ציון אבא שאול]] האבן אין זייער צייט געשטעלט די סומע אויף צען [[שקל]] (דעמאלטס, בערך דריי [[דאלער]]), די ווערד פון א פארציע [[פאלאפל]]{{מקור}}; ווידעראום, [[רבי יוסף שלום אלישיב]] האט אין זיין צייט געשטעלט דעם שיעור אויף ווייניגסטנס פופציג שקל (דעמאלטס, בערך פופצן דאלער) און צוגעגעבן אז ווי מער איז אלץ בעסער, וויבאלד פופציג שקל האט נישט אזא חשיבות היינטיגע צייטן{{הערה|וישמע משה, רל"ג}}. | |||
צווישן די [[פוסק]]ים ווערט דיסקוטירט וואס איז די סומע געלט, אדער ווערד פון געלט, וואס א מענטש דארף געבן פאר מתנות לאביונים; טייל זאגן אז עס איז גענוג צו געבן איין "[[ | |||
=== דער | די אחרונים נעמען אן אז מ'קען נישט יוצא זיין דורך געבן א [[מתנה על מנת להחזיר]], וויבאלד עס בלייבט גארנישט דערפון ביים ארעמאן{{הערה|[[חיד"א]] אין יוסף אומץ, סימן פ"ד אות ה'; מקור חיים סימן תרצ"ד; עיקרי הד"ט אורח חיים סימן ל"ו סקכ"ד. דער פרי מגדים, אין משבצות זהב אנהייב סימן תרצ"ד, איז מסופק דערין.}}. | ||
[[רבי יוסף ענגיל]] קלערט אז די מתנה דארף זיין אויף אזא וועג וואס דער ארעמאן ווייסט ווען ער געבט עס, און נישט דורך [[מתן בסתר]]{{הערה|גליוני הש"ס אויף שבת י, ב. זעט תשובות והנהגות חלק ראשון, סימן ת"ד, אז דער מנהג איז נישט אזוי.}}. | |||
אויב דער ארעמאן איז נישט גרייט צו נעמען מתנות לאביונים, ער נעמט נאר אן דאס געשאנק אלס משלוח מנות, האט מען נישט יוצא געווען דערמיט דעם חיוב פון מתנות לאביונים{{הערה|שו"ת קרן לדוד, סימן קסד}}. | |||
=== די אביונים === | |||
די ראשונים טייטשן אז אן "אביון" איז איינער וואס פארמאגט גארנישט, ד.ה. ער איז מער פארארעמט פון א געווענליכער "עני"{{הערה|{{תנ"ך|דברים|טו|ד|מפרש=רש"י}}; אבן עזרא נוסח שני און ר"מ חלאיו אויף {{תנ"ך|אסתר|ט|כב}}}}, און לויט איינעם פון די [[אחרונים]] דארף מען אכטונג געבן צו געבן די מתנות דווקא פאר אזעלכע אביונים{{הערה|מקור חיים פון חות יאיר, סימן תרצ"ד, ס"ק ג'}}; אנדערע קריגן אבער און האלטן אז מען קען געבן אויך פאר געווענליכע ארעמעלייט, און אז ס'איז גאר א גרעסערע מצוה צו געבן פאר עניים, ווייל זיי שעמען זיך צו בעטן, און דער פסוק קומט זאגן אז '''אפילו''' פאר אביונים, וועלכע שעמען זיך נישט, קען מען אויך געבן{{הערה|{{ערוך השולחן|אורח חיים|תרצד|ג}}; [[רבי חיים קאניעווסקי]] אין {{אוצר הספרים היהודי|טעמא דקרא/אסתר/ט#כב|טעמא דקרא אסתר ט, כב}} לויט {{בבלי|בבא מציעא|קיא|ב}}. זעט אויך דרשות חתם סופר, דף קע"ו עמוד ד', אז מען קען געבן פאר לומדי תורה וואס זיי דארפן געשטיצט ווערן, אויך אויב זיי זענען נישט ממש ארעמעלייט.}}. | |||
דער [[רמב"ם]] פסק'נט:{{ציטוט|תוכן=ואין מדקדקין במעות פורים, אלא כל הפושט ידו ליטול, נותנין לו; ואין משנין מעות פורים לצדקה אחרת.|מקור={{רמב"ם|מגילה|ב|טז}}}} | |||
עס איז אנגענומען צווישן די פוסקים אז אויב האט מען געגעבן די צוויי מתנות פאר איין ארעמאן, אפילו אין צוויי באזונדערע נתינות, האט מען נישט יוצא געווען{{הערה|שערי תשובה, סימן תרצ"ד סק"א. דער הלכות קטנות, חלק ב', סימן לט, איז מסופק דערין.}}. אפילו ווען ער געבט פאר צוויי ארעמעלייט וועלכע לעבן פון איין קאסע, ווי מאן און ווייב אדער פאטער און זון, איז פארהאן א דעה אז עס רעכנט זיך נאר ווי איין מתנה{{הערה|ערוך השולחן סימן תרצ"ד סק"ב}}; אנדערע קריגן אבער דערויף{{הערה|בנין עולם סימן ל"ו לגבי מאן און ווייב, און מהרש"א אין חידושי אגדות אויף {{בבלי|מגילה|ז|א}} לגבי פאטער און זון.}}. | |||
אויך ווען דער ארעמאן איז א [[קטן]] קען מען מיט אים יוצא זיין, פון ווען ער פארשטייט שוין אז מען געבט אים פורים געלט{{הערה|כף החיים סימן תרצ"ד סקי"ב}}. | |||
=== די צייט פון געבן === | |||
די צייט פון דער מצוה איז אינעם טאג ווען מען ליינט די מגילה, דעריבער ווען מען ליינט נישט די מגילה אין פורים, ווי אין פאל פון [[פורים משולש]], איז די מצוה אויסצוטיילן די מתנות אין [[י"ד אדר]] - דער טאג ווען מען ליינט די מגילה, ווי חז"ל זאגן: {{ציטוטון|מפני שעיניהם של עניים נשואות למקרא מגילה}}{{הערה|{{בבלי|מגילה|ד|ב}}}}. | די צייט פון דער מצוה איז אינעם טאג ווען מען ליינט די מגילה, דעריבער ווען מען ליינט נישט די מגילה אין פורים, ווי אין פאל פון [[פורים משולש]], איז די מצוה אויסצוטיילן די מתנות אין [[י"ד אדר]] - דער טאג ווען מען ליינט די מגילה, ווי חז"ל זאגן: {{ציטוטון|מפני שעיניהם של עניים נשואות למקרא מגילה}}{{הערה|{{בבלי|מגילה|ד|ב}}}}. | ||
ווי די אנדערע מצוות פון פורים, איז אויך דער צייט פאר מתנות לאביונים בייטאג און נישט ווען עס איז נאך נאכט{{הערה|מגן אברהם סימן תרצ"ה, סקי"ג}}. איבער די גענויע צייט זענען פארהאן עטליכע מנהגים: בעפאר'ן דאווענען{{הערה|סידור היעב"ץ פרק מגילה עפה אות כ'; יסוד ושורש העבודה שער המפקד פרק ששי.}}; צווישן דאווענען און מגילה ליינען{{הערה|ספר סדר היום, סדר פורים}}; נאך מגילה ליינען{{הערה|מחזור מעגלי צדק דף מ"ג; מטה משה אות תתרי"ב; כף החיים סימן תרצ"ד סקי"ח. אזוי זעט מען אין ספר המנהיג און אין כל בו, אז מען פלעגט געבן דאס געלט ביים ארויסגיין פון בית הכנסת.}}. | |||
טייל זענען מהדר זיכער מאכן אז דאס געלט זאל שוין זיין ביי די ארעמעלייט אום פורים, און באגנוגענען זיך נישט מיטן אריבערפירן אין [[באנק]]. | טייל זענען מהדר זיכער מאכן אז דאס געלט זאל שוין זיין ביי די ארעמעלייט אום פורים, און באגנוגענען זיך נישט מיטן אריבערפירן אין [[באנק]]. | ||
אין פאל וואס איינער האט נישט באגעגנט קיין ארעמאן דורכאויס דעם גאנצן פורים, קען ער אפשיידן געלט פאר | אין פאל וואס איינער האט נישט באגעגנט קיין ארעמאן דורכאויס דעם גאנצן פורים, קען ער אפשיידן געלט פאר ארעמעלייט און עס איבערגעבן פאר נויטבאדערפטיגע נאך פורים{{הערה|{{שולחן ערוך|אורח חיים|תרצד|ד}}}}. | ||
אויב האט ער עס געגעבן בעפאר פורים, און דער ארעמאן האט עס שוין פארנוצט איידער פורים, האט ער זיכער נישט יוצא געווען{{הערה|מגן אברהם סימן תרצ"ד, סק"א, בשם בעל המאור}}. אויב דער ארעמאן האט באקומען דאס געלט איידער פורים, אבער ער האט עס געהיטן ביז פורים, איז פארהאן א דעה אז דער נותן האט יוצא געווען{{הערה|פרי מגדים, אין אשל אברהם אויף סימן תרצ"ד סק"א, בדעת מגן אברהם בשם בעל המאור.}}. אנדערע נעמען אן אז מ'קען בכל אופן נישט יוצא זיין די מצוה ווען עס ווערט געגעבן בעפאר פורים{{הערה|ערוך השולחן סימן תרצ"ד סעיף ב'; הליכות שלמה פרק י"ט אות כ"ב; אז נדברו, חלק ששי, סימן פ'.}}. | |||
=== דער וואס געבט === | |||
עס איז אנגענומען צווישן די פוסקים אז אן ארעמאן, וואס ער באקומט אליין מתנות לאביונים, דארף אויך געבן דערפון פאר אנדערע ארעמעלייט{{הערה|ב"ח, טורי זהב, אליה רבה, פרי מגדים און ברכי יוסף אויף {{שולחן ערוך|אורח חיים|תרצד}}; אזוי זענען דארט מכריע דער משנה ברורה און דער כף החיים. דער פרי חדש לערנט אבער אז מען האט נישט מחייב געווען דעם ארעמאן.}}. | |||
א פרוי דארף אויך געבן מתנות לאביונים{{הערה|רמ"א אויף {{שולחן ערוך|אורח חיים|תרצה|ד}}}}. דאס זעלבע מיט אן ערוואקסן קינד וואס לעבט פון זיין טאטן און ער האט נישט קיין אייגענע קאסע, דארף ער פארט געבן מתנות לאביונים{{הערה|ערוך השולחן סימן תרצ"ד סעיף ב'}}. | |||
== איר חשיבות == | == איר חשיבות == | ||
דער רמב"ם שרייבט אז די מצוה איז דאס וויכטיגסטע פון אלע מצוות פון פורים: | דער רמב"ם שרייבט אז די מצוה איז דאס וויכטיגסטע פון אלע מצוות פון פורים: | ||
{{ציטוט|תוכן=מוטב לאדם להרבות במתנות אביונים, מלהרבות בסעודתו ובשלוח מנות לרעיו; שאין שם שמחה גדולה ומפוארה, אלא לשמח לב עניים ויתומים ואלמנות וגרים, שהמשמח לב האומללים האלו דומה לשכינה, שנאמר{{הערה|{{תנ"ך|ישעיהו|נז|טו}}}}: ''''לְהַחֲיוֹת רוּחַ שְׁפָלִים, וּלְהַחֲיוֹת לֵב נִדְכָּאִים''''.|מקור={{רמב"ם | {{ציטוט|תוכן=מוטב לאדם להרבות במתנות אביונים, מלהרבות בסעודתו ובשלוח מנות לרעיו; שאין שם שמחה גדולה ומפוארה, אלא לשמח לב עניים ויתומים ואלמנות וגרים, שהמשמח לב האומללים האלו דומה לשכינה, שנאמר{{הערה|{{תנ"ך|ישעיהו|נז|טו}}}}: ''''לְהַחֲיוֹת רוּחַ שְׁפָלִים, וּלְהַחֲיוֹת לֵב נִדְכָּאִים''''.|מקור={{רמב"ם|מגילה|ב|יז}}}} | ||
טייל אחרונים באשטימען אז אויב האט ער נאר די מעגליכקייט צו מקיים זיין איין פון די צוויי מצוות, מתנות לאביונים אדער משלוח מנות, קומט מתנות לאביונים פריער{{הערה|חמדת אריה, אורח חיים סימן תרצ"ה; פסקי תשובה חלק ראשון, סימן קמ"ח; משיב דברים, אורח חיים סימן קע"ה.}}; אנדערע קריגן דערויף, אז משלוח מנות איז ערשט{{הערה|שאלות ותשובות קרן לדוד, אורח חיים סימן קס"ד; מור ואהלות סימן מ"א. זעט אויך נרות אהרן אויף רמב"ם הלכות מגילה פרק ב' הלכה ט', אז סעודת פורים דארף מען מקיים זיין אויך אויב בלייבט אים נישט קיין געלט פאר מתנות לאביונים.}}. | |||
א מענטש זאל פארמערן זיך צו פרייען און דערפרייען ארעמעלייט, ער זאל זיי טרייסטן און רעדן גוטס צו זיי, ווייל דאס איז די גאנצע שמחה{{הערה|אורחות חיים הלכות פורים אות ל"ח}}. | |||
==זעט אויך== | ==זעט אויך== | ||
שורה 38: | שורה 68: | ||
== ליינט מער == | == ליינט מער == | ||
*{{קשע| | *{{קשע|קמב}} | ||
*{{היברובוקס||משנה ברורה, חלק ו|14166|סימן תרצ"ד, הלכות מתנות לאביונים|page=321}} | |||
*{{היברובוקס||משנה ברורה, חלק ו|14166|סימן תרצ"ד, הלכות מתנות לאביונים| | |||
==נאטיצן== | |||
{{ביאורים}} | |||
== רעפערענצן == | == רעפערענצן == | ||
{{רעפערענצן}} | {{רעפערענצן}} | ||
{{ | {{הבהרה הלכתית}} | ||
[[קאטעגאריע:פורים]] | |||
[[קאַטעגאָריע:המכלול ארטיקלען]] | [[קאַטעגאָריע:המכלול ארטיקלען]] | ||
{{אבן הפינה ארטיקל}} | |||
[[he:מתנות לאביונים]] | |||
{{#related:משלוח מנות}} |
יעצטיגע רעוויזיע זינט 20:32, 25 נאוועמבער 2023
מתנות לאביונים איז איינע פון די מצוות פון פורים, און איז א פליכט סיי אויף מענער און סיי אויף פרויען. די מצוה איז צו געבן "מתנות" אום פורים פאר כאטש צוויי ארעמעלייט, צום ווייניגסטנס איין מתנה פאר יעדן פון די צוויי באזונדער. וועגן דעם שיעור וויפיל מ'דארף געבן, זענען פארהאן עטליכע מיינונגען.
מקור פון דער מצוה
דער מקור פון דער מצוה איז אין מגילת אסתר, אזויווי ס'ווערט געברענגט אינעם בריוו וואס מרדכי האט געשריבן צו די אידישע איינוואוינער אין אלע לענדער וואס זענען אונטערטעניגט אונטערן קעניג אחשוורוש:
וַיִּכְתֹּב מָרְדֳּכַי אֶת הַדְּבָרִים הָאֵלֶּה, וַיִּשְׁלַח סְפָרִים אֶל כָּל הַיְּהוּדִים אֲשֶׁר בְּכָל מְדִינוֹת הַמֶּלֶךְ אֲחַשְׁוֵרוֹשׁ, הַקְּרוֹבִים וְהָרְחוֹקִים. לְקַיֵּם עֲלֵיהֶם לִהְיוֹת עֹשִׂים אֵת יוֹם אַרְבָּעָה עָשָׂר לְחֹדֶשׁ אֲדָר וְאֵת יוֹם חֲמִשָּׁה עָשָׂר בּוֹ, בְּכָל שָׁנָה וְשָׁנָה. כַּיָּמִים אֲשֶׁר נָחוּ בָהֶם הַיְּהוּדִים מֵאוֹיְבֵיהֶם, וְהַחֹדֶשׁ אֲשֶׁר נֶהְפַּךְ לָהֶם מִיָּגוֹן לְשִׂמְחָה וּמֵאֵבֶל לְיוֹם טוֹב, לַעֲשׂוֹת אוֹתָם יְמֵי מִשְׁתֶּה וְשִׂמְחָה וּמִשְׁלוֹחַ מָנוֹת אִישׁ לְרֵעֵהוּ וּמַתָּנוֹת לָאֶבְיוֹנִים.
ווי עס ווערט געשילדערט אין די פסוקים פון דער מגילה, איז דער יום טוב פורים אפגעצייכנט געווארן אינעם ערשטן יאר פון דער פאסירונג, דורך ספאנטאנישע פייערונגען נאכן געווינס פון די אידן אין דער שטאט שושן און אין אלע אנדערע שטעט פון דער פערסישער אימפעריע. שפעטער, האבן מרדכי הצדיק און אסתר המלכה געבעטן פון די סנהדרין קובע צו זיין דעם פורים אלס א יערליכע פייערונג, און צוגעלייגט דערצו די מצוה פון געבן מתנות פאר די ארעמעלייט[א]. אויף זייער בקשה, האבן די אנשי כנסת הגדולה טאקע מתקן געווען אלס חיוב די מצוה פון געבן "מתנות לאביונים"[3].
דער טעם פון דער מצוה איז, ווייל די גזירה פון המן האט אריינגערעכנט אויך צו בארויבן דאס געלט פון אידן, דערפאר טוען מיר לויבן מיט דעם וואס מיר צייגן עשירות מיט אונזער פארמעגן און מיר פארטיילן עס פאר אנדערע[4]. אדער ווייל המן האט געוואלט אויסטיילן צען טויזנט ככר פאר ארימעלייט, און דער באשעפער האט נישט געקוקט אויף זיין צדקה און אונז געראטעוועט[5].
לויט ווי עס שטייט אין ראשונים, איז דער ציל פון דער תקנה צו פארמערן שמחה[6], צו דערפרייען אויך די ארעמעלייט[7]. טייל אחרונים לערנען אז דער עיקר ציל איז צוצושטעלן פאר די ארעמעלייט וואס פעלט זיי אויס פאר דער סעודת פורים[8].
לויט טייל מקורות, איז דאס געבן "מתנות לאביונים" א טייל פונעם אלגעמיינעם חיוב פון געבן צדקה, נאר די אנשי כנסת הגדולה האבן איינגעפירט צו געבן צדקה דווקא אין דעם טאג[9]. לויט אנדערע איז עס נישט קיין דין פון צדקה, נאר א פרישער חיוב צו געבן מתנות, נישט אנדערש ווי משלוח מנות[10].
אירע הלכות
די מתנות
אין גמרא[11] ברענגט רב יוסף פון א ברייתא אז עס איז א פליכט צו שיקן צוויי מתנות פאר צוויי ארעמעלייט, ווייל ס'שטייט אין פסוק "מתנות" (וואס קלינגט אפ כאטש צוויי) "לאביונים" (וואס קלינגט אויך אפ כאטש צוויי). די אנגענומענע מיינונג איז אז מען דארף געבן איין מתנה פאר יעדן פון די צוויי ארעמעלייט[12], אבער לויט איין שיטה דארף מען געבן צוויי מתנות פאר יעדן פון די צוויי ארעמעלייט[13].
די מתנות קענען זיין פון געלט אדער עסנווארג[14]. טייל לערנען אז דער עיקר מצוה איז מיט געלט[15]; אנדערע נעמען אן אז דער חיוב איז צוצושטעלן עסנווארג, און מיט געלט איז מען נאר יוצא וויבאלד מען קען דערמיט קויפן צום עסן[16]. מיט אנדערע ווערדפולע זאכן, ווי קליידונג, זענען דא וואס זאגן אז מ'איז נישט יוצא[17].
צווישן די פוסקים ווערט דיסקוטירט וואס איז די סומע געלט, אדער ווערד פון געלט, וואס א מענטש דארף געבן פאר מתנות לאביונים; טייל זאגן אז עס איז גענוג צו געבן איין "פרוטה" פאר יעדן פון די צוויי ארעמעלייט[18], וואס די פונקטליכע סומע פון א פרוטה אין היינטיגע וואלוטעס איז אלץ געוואנדן לויט דער יעצטיגער ווערד פון געלט. נאך א מיינונג איז אז מען דארף געבן פאר יעדן פון זיי גענוג צו קענען קויפן א סעודה, וואס אין דעם זענען אויך פארהאן עטליכע מיינונגען וויפיל דאס קומט אויס: טייל פוסקים שרייבן אז מען זאל געבן א סומע גענוג צו קויפן א שיעור פון דריי "כביצים" ברויט[19]. רבי שלמה זלמן אויערבאך און רבי בן ציון אבא שאול האבן אין זייער צייט געשטעלט די סומע אויף צען שקל (דעמאלטס, בערך דריי דאלער), די ווערד פון א פארציע פאלאפל[מקור פארלאנגט]; ווידעראום, רבי יוסף שלום אלישיב האט אין זיין צייט געשטעלט דעם שיעור אויף ווייניגסטנס פופציג שקל (דעמאלטס, בערך פופצן דאלער) און צוגעגעבן אז ווי מער איז אלץ בעסער, וויבאלד פופציג שקל האט נישט אזא חשיבות היינטיגע צייטן[20].
די אחרונים נעמען אן אז מ'קען נישט יוצא זיין דורך געבן א מתנה על מנת להחזיר, וויבאלד עס בלייבט גארנישט דערפון ביים ארעמאן[21].
רבי יוסף ענגיל קלערט אז די מתנה דארף זיין אויף אזא וועג וואס דער ארעמאן ווייסט ווען ער געבט עס, און נישט דורך מתן בסתר[22].
אויב דער ארעמאן איז נישט גרייט צו נעמען מתנות לאביונים, ער נעמט נאר אן דאס געשאנק אלס משלוח מנות, האט מען נישט יוצא געווען דערמיט דעם חיוב פון מתנות לאביונים[23].
די אביונים
די ראשונים טייטשן אז אן "אביון" איז איינער וואס פארמאגט גארנישט, ד.ה. ער איז מער פארארעמט פון א געווענליכער "עני"[24], און לויט איינעם פון די אחרונים דארף מען אכטונג געבן צו געבן די מתנות דווקא פאר אזעלכע אביונים[25]; אנדערע קריגן אבער און האלטן אז מען קען געבן אויך פאר געווענליכע ארעמעלייט, און אז ס'איז גאר א גרעסערע מצוה צו געבן פאר עניים, ווייל זיי שעמען זיך צו בעטן, און דער פסוק קומט זאגן אז אפילו פאר אביונים, וועלכע שעמען זיך נישט, קען מען אויך געבן[26].
דער רמב"ם פסק'נט:
ואין מדקדקין במעות פורים, אלא כל הפושט ידו ליטול, נותנין לו; ואין משנין מעות פורים לצדקה אחרת.
— משנה תורה לרמב"ם, הלכות מגילה וחנוכה, פרק ב', הלכה ט"ז
עס איז אנגענומען צווישן די פוסקים אז אויב האט מען געגעבן די צוויי מתנות פאר איין ארעמאן, אפילו אין צוויי באזונדערע נתינות, האט מען נישט יוצא געווען[27]. אפילו ווען ער געבט פאר צוויי ארעמעלייט וועלכע לעבן פון איין קאסע, ווי מאן און ווייב אדער פאטער און זון, איז פארהאן א דעה אז עס רעכנט זיך נאר ווי איין מתנה[28]; אנדערע קריגן אבער דערויף[29].
אויך ווען דער ארעמאן איז א קטן קען מען מיט אים יוצא זיין, פון ווען ער פארשטייט שוין אז מען געבט אים פורים געלט[30].
די צייט פון געבן
די צייט פון דער מצוה איז אינעם טאג ווען מען ליינט די מגילה, דעריבער ווען מען ליינט נישט די מגילה אין פורים, ווי אין פאל פון פורים משולש, איז די מצוה אויסצוטיילן די מתנות אין י"ד אדר - דער טאג ווען מען ליינט די מגילה, ווי חז"ל זאגן: ”מפני שעיניהם של עניים נשואות למקרא מגילה”[31].
ווי די אנדערע מצוות פון פורים, איז אויך דער צייט פאר מתנות לאביונים בייטאג און נישט ווען עס איז נאך נאכט[32]. איבער די גענויע צייט זענען פארהאן עטליכע מנהגים: בעפאר'ן דאווענען[33]; צווישן דאווענען און מגילה ליינען[34]; נאך מגילה ליינען[35].
טייל זענען מהדר זיכער מאכן אז דאס געלט זאל שוין זיין ביי די ארעמעלייט אום פורים, און באגנוגענען זיך נישט מיטן אריבערפירן אין באנק.
אין פאל וואס איינער האט נישט באגעגנט קיין ארעמאן דורכאויס דעם גאנצן פורים, קען ער אפשיידן געלט פאר ארעמעלייט און עס איבערגעבן פאר נויטבאדערפטיגע נאך פורים[36].
אויב האט ער עס געגעבן בעפאר פורים, און דער ארעמאן האט עס שוין פארנוצט איידער פורים, האט ער זיכער נישט יוצא געווען[37]. אויב דער ארעמאן האט באקומען דאס געלט איידער פורים, אבער ער האט עס געהיטן ביז פורים, איז פארהאן א דעה אז דער נותן האט יוצא געווען[38]. אנדערע נעמען אן אז מ'קען בכל אופן נישט יוצא זיין די מצוה ווען עס ווערט געגעבן בעפאר פורים[39].
דער וואס געבט
עס איז אנגענומען צווישן די פוסקים אז אן ארעמאן, וואס ער באקומט אליין מתנות לאביונים, דארף אויך געבן דערפון פאר אנדערע ארעמעלייט[40].
א פרוי דארף אויך געבן מתנות לאביונים[41]. דאס זעלבע מיט אן ערוואקסן קינד וואס לעבט פון זיין טאטן און ער האט נישט קיין אייגענע קאסע, דארף ער פארט געבן מתנות לאביונים[42].
איר חשיבות
דער רמב"ם שרייבט אז די מצוה איז דאס וויכטיגסטע פון אלע מצוות פון פורים:
מוטב לאדם להרבות במתנות אביונים, מלהרבות בסעודתו ובשלוח מנות לרעיו; שאין שם שמחה גדולה ומפוארה, אלא לשמח לב עניים ויתומים ואלמנות וגרים, שהמשמח לב האומללים האלו דומה לשכינה, שנאמר[43]: 'לְהַחֲיוֹת רוּחַ שְׁפָלִים, וּלְהַחֲיוֹת לֵב נִדְכָּאִים'.
— משנה תורה לרמב"ם, הלכות מגילה וחנוכה, פרק ב', הלכה י"ז
טייל אחרונים באשטימען אז אויב האט ער נאר די מעגליכקייט צו מקיים זיין איין פון די צוויי מצוות, מתנות לאביונים אדער משלוח מנות, קומט מתנות לאביונים פריער[44]; אנדערע קריגן דערויף, אז משלוח מנות איז ערשט[45].
א מענטש זאל פארמערן זיך צו פרייען און דערפרייען ארעמעלייט, ער זאל זיי טרייסטן און רעדן גוטס צו זיי, ווייל דאס איז די גאנצע שמחה[46].
זעט אויך
ליינט מער
- קיצור שולחן ערוך, סימן קמב
- משנה ברורה, חלק ו, סימן תרצ"ד, הלכות מתנות לאביונים
נאטיצן
רעפערענצן
- ↑ מהר"ם שיף, אין דברים נחמדים סוף חולין; שו"ת בית שערים, אורח חיים סימן שע"ט; טעמא דקרא אסתר ט, יט
- ↑ יערות דבש, חלק ב', דרוש י"ג; שערי אמת אויף הלכות מגילה, חמדת אריה סימן תרצ"ה פרק כ"ג אות ד'
- ↑ לויט תלמוד ירושלמי, מסכת מגילה, פרק א', הלכה ד' און מגילה ב, א
- ↑ דרשות ר"י אבן שועיב, פרשת ואתה תצוה
- ↑ תורת משה חת"ס, אויף פורים
- ↑ רמב"ן, ריטב"א און תוספות הרא"ש אויף בבא מציעא עח, ב. אזוי ווייזט אויף דער כתב סופר, יורה דעה סימן קל"ו, אויך פון די רייד פון רמב"ם.
- ↑ רוקח אויף אסתר ט, כב; שבלי הלקט, סימן ר"ב; תניא רבתי, סימן מ"א; תשובות מהרי"ל, סימן נ"ז. זעט אויך רלב"ג אויף רלב"ג, אסתר ט, תועלת נ"א, אז דאס איז אזויווי ביי די שלש רגלים, וואס די תורה האט געהייסן דערפרייען די ארעמעלייט בשעת מ'איז מקיים די שמחת יום טוב
- ↑ מהר"י אסאד, סימן ר"ז; רבי מאיר שמחה פון דווינסק, אור שמח אויפ'ן רמב"ם, הלכות מגילה, פרק ב, הלכה טז; התעוררות תשובה, חלק ג', סימן מ"ז
- ↑ שבלי הלקט, סימן ר"ב; אזוי טייטשט אויך דער תרגום, אסתר ט, כב: "מעהא דצדקתא"
- ↑ רמב"ן און ריטב"א, בבא מציעא עח, ב, און ריטב"א, מגילה ז, א; כל בו, סימן מ"ה. זע שלמי תודה, פורים, סימן כ"ה
- ↑ מגילה ז, א
- ↑ רש"י, מגילה ז, א; משנה תורה לרמב"ם, הלכות מגילה וחנוכה, פרק ב', הלכה ט"ז; שולחן ערוך, אורח חיים, סימן תרצ"ד, סעיף א'
- ↑ מסכת סופרים, פרק כ"א, הלכה ד'
- ↑ משנה תורה לרמב"ם, הלכות מגילה וחנוכה, פרק ב', הלכה ט"ז; תרומת הדשן, סימן קי"א
- ↑ טורי אבן, אין אבני שוהם אויף מגילה ז
- ↑ מהרי"ל דיסקין אין ספר אהלים, עמוד ל"ז; רבי מאיר שמחה פון דווינסק, אור שמח אויפ'ן רמב"ם, הלכות מגילה, פרק ב, הלכה טז
- ↑ רבי מאיר שמחה פון דווינסק, אור שמח אויפ'ן רמב"ם, הלכות מגילה, פרק ב, הלכה טז לערנט אז מען איז נישט יוצא, און דער פרי מגדים אין משבצות זהב אויף אורח חיים, סימן תרצ"ד סק"א, איז מסופק
- ↑ ריטב"א, מגילה ז, ב; שו"ת מהרי"ל, סימן נ"ו; משנה ברורה, סימן תרצ"ד, סעיף קטן ב'
- ↑ שו"ת זרע יעקב, סימן י"א; מחזיק ברכה, סימן תרצ"ד סק"ב; בן איש חי, פרשת תצוה, אות ט"ו. דער כף החיים, סימן תרצ"ד סק"ז, שרייבט אז דער מנהג איז מחמיר צו זיין און געבן פאר צוויי ארעמעלייט ווי דעם שיעור
- ↑ וישמע משה, רל"ג
- ↑ חיד"א אין יוסף אומץ, סימן פ"ד אות ה'; מקור חיים סימן תרצ"ד; עיקרי הד"ט אורח חיים סימן ל"ו סקכ"ד. דער פרי מגדים, אין משבצות זהב אנהייב סימן תרצ"ד, איז מסופק דערין.
- ↑ גליוני הש"ס אויף שבת י, ב. זעט תשובות והנהגות חלק ראשון, סימן ת"ד, אז דער מנהג איז נישט אזוי.
- ↑ שו"ת קרן לדוד, סימן קסד
- ↑ רש"י, דברים טו, ד; אבן עזרא נוסח שני און ר"מ חלאיו אויף אסתר ט, כב
- ↑ מקור חיים פון חות יאיר, סימן תרצ"ד, ס"ק ג'
- ↑ רבי יחיאל מיכל הלוי עפשטיין, ערוך השולחן, אורח חיים, סימן תרצ"ד, סעיף ג'; רבי חיים קאניעווסקי אין טעמא דקרא אסתר ט, כב לויט בבא מציעא קיא, ב. זעט אויך דרשות חתם סופר, דף קע"ו עמוד ד', אז מען קען געבן פאר לומדי תורה וואס זיי דארפן געשטיצט ווערן, אויך אויב זיי זענען נישט ממש ארעמעלייט.
- ↑ שערי תשובה, סימן תרצ"ד סק"א. דער הלכות קטנות, חלק ב', סימן לט, איז מסופק דערין.
- ↑ ערוך השולחן סימן תרצ"ד סק"ב
- ↑ בנין עולם סימן ל"ו לגבי מאן און ווייב, און מהרש"א אין חידושי אגדות אויף מגילה ז, א לגבי פאטער און זון.
- ↑ כף החיים סימן תרצ"ד סקי"ב
- ↑ מגילה ד, ב
- ↑ מגן אברהם סימן תרצ"ה, סקי"ג
- ↑ סידור היעב"ץ פרק מגילה עפה אות כ'; יסוד ושורש העבודה שער המפקד פרק ששי.
- ↑ ספר סדר היום, סדר פורים
- ↑ מחזור מעגלי צדק דף מ"ג; מטה משה אות תתרי"ב; כף החיים סימן תרצ"ד סקי"ח. אזוי זעט מען אין ספר המנהיג און אין כל בו, אז מען פלעגט געבן דאס געלט ביים ארויסגיין פון בית הכנסת.
- ↑ שולחן ערוך, אורח חיים, סימן תרצ"ד, סעיף ד'
- ↑ מגן אברהם סימן תרצ"ד, סק"א, בשם בעל המאור
- ↑ פרי מגדים, אין אשל אברהם אויף סימן תרצ"ד סק"א, בדעת מגן אברהם בשם בעל המאור.
- ↑ ערוך השולחן סימן תרצ"ד סעיף ב'; הליכות שלמה פרק י"ט אות כ"ב; אז נדברו, חלק ששי, סימן פ'.
- ↑ ב"ח, טורי זהב, אליה רבה, פרי מגדים און ברכי יוסף אויף שולחן ערוך, אורח חיים, סימן תרצ"ד; אזוי זענען דארט מכריע דער משנה ברורה און דער כף החיים. דער פרי חדש לערנט אבער אז מען האט נישט מחייב געווען דעם ארעמאן.
- ↑ רמ"א אויף שולחן ערוך, אורח חיים, סימן תרצ"ה, סעיף ד'
- ↑ ערוך השולחן סימן תרצ"ד סעיף ב'
- ↑ ישעיהו נז, טו
- ↑ חמדת אריה, אורח חיים סימן תרצ"ה; פסקי תשובה חלק ראשון, סימן קמ"ח; משיב דברים, אורח חיים סימן קע"ה.
- ↑ שאלות ותשובות קרן לדוד, אורח חיים סימן קס"ד; מור ואהלות סימן מ"א. זעט אויך נרות אהרן אויף רמב"ם הלכות מגילה פרק ב' הלכה ט', אז סעודת פורים דארף מען מקיים זיין אויך אויב בלייבט אים נישט קיין געלט פאר מתנות לאביונים.
- ↑ אורחות חיים הלכות פורים אות ל"ח
קלארשטעלונג: די אינפארמאציע אויף המכלול איז בלויז פאר בארייכערונג און זאל נישט געזען ווערן ווי א פסק הלכה.