אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:רבי משולם זושא פון האניפאלי"

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
ק (בוט העברות האט באוועגט בלאט רבי משולם זושא פון האניפאלי צו רוי:רבי משולם זושא פון האניפאלי אן לאזן א ווייטערפירונג: סינון)
ק (החלפת טקסט – "[[צבי אלימלך שפירא" ב־"[[רבי צבי אלימלך שפירא")
 
(2 מיטלסטע ווערסיעס פון 2 באַניצער נישט געוויזן.)
שורה 10: שורה 10:
* הרב '''נתן''' ער איז געווען רב אין [[סטיטשין]]
* הרב '''נתן''' ער איז געווען רב אין [[סטיטשין]]
* הרב '''אברהם''' פון [[קעניגסבערג]]
* הרב '''אברהם''' פון [[קעניגסבערג]]
* די שוויגער פון הרב '''פסח לאנגזאם''' דער פאטער פונעם [[צבי אלימלך שפירא|בני יששכר]]
* די שוויגער פון הרב '''פסח לאנגזאם''' דער פאטער פונעם [[רבי צבי אלימלך שפירא|בני יששכר]]


אויף די עלטערע יארן האבן זיי זיך געצויגן קיין [[טיטשין]] און ליגן דארט אויפן [[בית החיים]]. אויף דער [[מצבה]] איז ארויפגעקריצט:
אויף די עלטערע יארן האבן זיי זיך געצויגן קיין [[טיטשין]] און ליגן דארט אויפן [[בית החיים]]. אויף דער [[מצבה]] איז ארויפגעקריצט:
שורה 28: שורה 28:
די לעצטע זיבן יאר פאר '''דער רבי ר' זושא''' איז נפטר געווארן, איז ער געלעגן אין בעט מיט שטארקע [[יסורים]], ער האט אויף זיך אונטערגענומען צו ליידן יסורים [[לכפרת ישראל]].  
די לעצטע זיבן יאר פאר '''דער רבי ר' זושא''' איז נפטר געווארן, איז ער געלעגן אין בעט מיט שטארקע [[יסורים]], ער האט אויף זיך אונטערגענומען צו ליידן יסורים [[לכפרת ישראל]].  


רבי מאט'עלע טשערנאבילער פלעגט זאגן, אז '''דער רבי ר' זושא''' איז געווען, ''דער אמת'ער צדיק הדור, ער האט אויף זיך געטראגן דעם יאך פונעם גאנצן כלל ישראל''.  
[[רבי מרדכי טווערסקי|רבי מאטעלע טשערנאבילער]] פלעגט זאגן, אז '''דער רבי ר' זושא''' איז געווען, ''דער אמת'ער צדיק הדור, ער האט אויף זיך געטראגן דעם יאך פונעם גאנצן כלל ישראל''.  


'''דער רבי ר' זושא''' איז נפטר געווארן [[ב' שבט]] [[ה'תק"ס]], און ער ליגט אין [[אניפאלי]] נעבן זיין רבי'ן, ''דער רבי ר' בער פון [[מעזריטש]]'', און נעבן זיין גיטרייען גוטן פריינד הרב יהודה ליב הכהן, דער פארפאסער פון ספר ''אור הגנוז''.
'''דער רבי ר' זושא''' איז נפטר געווארן [[ב' שבט]] [[ה'תק"ס]], און ער ליגט אין [[אניפאלי]] נעבן זיין רבי'ן, ''דער רבי ר' בער פון [[מעזריטש]]'', און נעבן זיין גיטרייען גוטן פריינד הרב יהודה ליב הכהן, דער פארפאסער פון ספר ''אור הגנוז''.
שורה 59: שורה 59:
[[קאַטעגאָריע:אויף יידיש]]  
[[קאַטעגאָריע:אויף יידיש]]  
{{קרד/ויקי/יידיש}}
{{קרד/ויקי/יידיש}}
[[he:משולם זושא מאניפולי]]

יעצטיגע רעוויזיע זינט 16:31, 14 דעצעמבער 2023

רבי משולם זוסיא זצ"ל (ה'תס"ה - ב' שבט ה'תק"ס), פון אניפאלי, באקאנט אלס דער רבי ר' זושא.

אפשטאם

דער רבי ר' זושא איז געבוירן (אומגעפעהר) אין יאר ה'תס"ה,[1] צו זיין פאטער הרב אליעזר ליפמאן. און צו זיין מוטער מרת מירל.[2] רבי אליעזר ליפמאן איז געווען א רייכער מענטש ער האט פארמאגט אן ארענדע נעבן טיטשין, גאליציע, (אכט קילאמעטער פון דער שטאט ריישא), דער רבי ר' זושא האט געזאגט אויף זיין פאטער ער איז געווען א "מרא דחושבנא".[2] אויף זיין מוטער האט דער רבי ר' זושא געזאגט, אז זי האט מיטאמאל נישט געקענט דאווענען פון א סידור, נאר ברכות זאגן האט זי געקענט. דערצו האט ער געזאגט אז אויף דעם ארט וואו זי האט געזאגט ברכות יעדן אינדערפרי, האט גערוט די שכינה הקדושה.

זיי האבן געהאט זיבן קינדער פון דעם איז באקאנט:

  • דער רבי ר' זושא
  • דער רבי ר' אלימלך
  • הרב נתן ער איז געווען רב אין סטיטשין
  • הרב אברהם פון קעניגסבערג
  • די שוויגער פון הרב פסח לאנגזאם דער פאטער פונעם בני יששכר

אויף די עלטערע יארן האבן זיי זיך געצויגן קיין טיטשין און ליגן דארט אויפן בית החיים. אויף דער מצבה איז ארויפגעקריצט:

פ"נ איש תם וישר האלוף התורני מו"ה ר' אליעזר ליפמאן ב"ר משה זצ"ל נפטר י"א אדר

וואנדערונגען

די צוויי הייליגע ברידער דער רבי ר' זושא מיט דער רבי ר' אלימלך האבן זיך ארויסגעלאזט אפרעכטן גלות. זיי זענען געגאנגען פון שטאט צו שטאט, ביז גאר ווייטע ערטער.

אין זיין יוגנט האט דער רבי ר' זושא געוואוינט אין פארשידענע פלעצער צווישן זיי אין אוסטראה, נאכהער האט ער זיך באזעצט אין האניפאלי.

הסתלקות

דער רבי ר' זושא האט געלעבט לאנגע יארן, אומגעפעהר פינף און ניינציג יאר, אויפן ספר שו"ת מאיר נתיבים (געדריקט אין יאר ה'תקנ"א) איז דא אן הסכמה פונעם רבי ר' זושא, ווערט ער שוין דארט באטיטלט "הישיש".

די לעצטע זיבן יאר פאר דער רבי ר' זושא איז נפטר געווארן, איז ער געלעגן אין בעט מיט שטארקע יסורים, ער האט אויף זיך אונטערגענומען צו ליידן יסורים לכפרת ישראל.

רבי מאטעלע טשערנאבילער פלעגט זאגן, אז דער רבי ר' זושא איז געווען, דער אמת'ער צדיק הדור, ער האט אויף זיך געטראגן דעם יאך פונעם גאנצן כלל ישראל.

דער רבי ר' זושא איז נפטר געווארן ב' שבט ה'תק"ס, און ער ליגט אין אניפאלי נעבן זיין רבי'ן, דער רבי ר' בער פון מעזריטש, און נעבן זיין גיטרייען גוטן פריינד הרב יהודה ליב הכהן, דער פארפאסער פון ספר אור הגנוז.

אויף זיין מצבה איז געווען אויסגעקריצט:

פ"נ קדוש ה, אדמו"ר הרב החסיד המפורסם רשכבה"ג עובד ה מאהבה והשמח ביסורים ורבים השיב מעון כ"ש מו"ה רבי משולם זיסל ברא"ל זלה"ה שנת תק"ס ב' שבט

פאמיליע

דער רבי ר' זושא'ס קינדער, פון זיין ערשטער פרוי:

פון זיין צווייטע פרוי מרת הענדל:

  • די פרוי פון הרב מנחם נחום פון האניפאלי, תלמיד מובהק פון זיין שווער דער רבי ר' זושא.

זיינע דברי תורה

דברי תורה פון רבי ר' זושא איז צושפרייט אין פארשידענע ספרים, ספעציעל:

  • מנורת זהב (ווארשע תרס"ד צוזאמען גענומען דברי תורה פון רבי ר' זושא)

רעפערענצן

  1. לויטן "שבת בשבתו נומער 775 בשם "שרפי קודש", אין יאר ה'תפ"ד
  2. 2.0 2.1 הסכמה פון אייניקל חיים דוב מזל אויף דעם ספר מנורת זהב
תלמידים פון מעזריטשער מגיד

רבי אברהם המלאך · רבי אברהם פון קאליסק · רבי אברהם חיים פון זלאטשאוו · רבי אהרן הגדול פון קארלין · רבי אלימלך פון ליזענסק · רבי ברוך מעזשיבוזשער · רבי ברוך פון קאסוב · רבי גדליהו ראבינאוויטש פון ליניץ · רבי זאב וואלף פון זיטאמיר · רבי זאב וואלף פון טשארנא-אוסטראה · רבי חיים פון אמדורא · רבי חיים טירער פון טשערנאוויץ · רבי יהודה לייב פון פולנאה · רבי יחיאל מיכל פון זלאטשוב · רבי יעקב יוסף פון אוסטראה · רבי יעקב שמשון שעפעטיווקער · רבי יצחק אייזיק פון קאריץ · רבי לוי יצחק פון בארדיטשוב · רבי מנחם מענדל פון וויטעבסק · רבי מנחם נחום טווערסקי פון טשערנאביל · רבי משה פון פשעווארסק · רבי משה חיים אפרים פון סדילקאוו · רבי משולם זושא פון האניפאלי · רבי משולם פייוויש העלער · רבי עוזיאל מייזליש · רבי פנחס הורוויץ · רבי צבי הערש פון נאדווארנא · רבי שלמה גאטליב · רבי שלמה לוצקער · רבי שמואל שמעלקא הורוויץ פון ניקלשבורג · רבי שמעון שלמה פון סאוואראן · רבי שניאור זלמן פון לאדי

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!