אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "מאטערסדארף"
(יודאיקע) |
אין תקציר עריכה |
||
| שורה 1: | שורה 1: | ||
{{דעסקריפציע|שטאָט אין בורגנלאנד, עסטרייך}} | {{דעסקריפציע|שטאָט אין בורגנלאנד, עסטרייך}} | ||
{{דרעפט}} | {{דרעפט}} | ||
'''מאַטערסדאָרף''', (Mattersdorf; אפיציעלער נאמען זינט 1924: '''מאטערסבורג''' דייטש: Mattersburg; אונגאריש: Nagymárton, נאדימארטאָן), איז א שטאָט אין [[בורגנלאנד]], די מערסט | '''מאַטערסדאָרף''', (Mattersdorf; אפיציעלער נאמען זינט 1924: '''מאטערסבורג''' דייטש: Mattersburg; אונגאריש: Nagymárton, נאדימארטאָן), איז א שטאָט אין [[בורגנלאנד]], די מערסט מזרח'דיגע פראווינץ פון [[עסטרייך]]. ביז 1920 איז די שטאט געווען א טייל פון קעניגרייך פון אונגארן אין דער עסטרייך־אונגארישער אימפעריע. | ||
די שטאָט איז געווען איינע פון די "שבע קהילות" | די שטאָט איז געווען איינע פון די "שבע קהילות". | ||
== היסטאָריע == | == היסטאָריע == | ||
| שורה 9: | שורה 9: | ||
== די אידישע קהילה == | == די אידישע קהילה == | ||
מאטערסדארף איז געווען איינע פון די [[שבע קהילות]] | מאטערסדארף איז געווען איינע פון די [[שבע קהילות]] אין בורגנלאנד, וואס זענען געווען בארימט פאר זייער פרומקייט און די בארימטע רבנים וואס זיי האָבן פּראדוצירט. די שטאט איז טראדיציאנעל געווען צעטיילט אין צוויי דיסטריקטן: Izraelita-Nagymarton ("אידישע נאדימארטאָן") און Keresztény Nagymarton ("קריסטליכע נאדימארטאָן"). די אידישע גענגט איז געווען אַן [[אויטאנאמיע|אויטאָנאָמע]] [[פאליטישע געמיינדען|אַדמיניסטראַטיווע איינהייט]] ביז 1902. | ||
אידן זענען געגלייבט זיך צו האבן באזעצט אין מאטערסדארף שוין בערך אין יאר 800 אדער 1222. א פּלאטע אויף דער שיל-וואנט זאל האבן געוויזן אז זי איז געבויט געווארן אין 1354. אין | אידן זענען געגלייבט זיך צו האבן באזעצט אין מאטערסדארף שוין בערך אין יאר 800 (ד'תק"ס) אדער 1222 (ד'תתקפ"ב). א פּלאטע אויף דער שיל-וואנט זאל האבן געוויזן אז זי איז געבויט געווארן אין 1354 (ה'קי"ד). לויט א טראדיציע, האבן זעקס ברידער מיטן נאמען שישא, וועלכע זענען אנטלאפן פון שפאניע אין דעם 14טן אדער 15טן יארהונדערט, געפונען א נייעם היים אין אונגארן און האבן אנגעהויבן די אידישע קהילה פון מאטערסדארף. אלנפאלס, אידן האבן שוין געוואוינט דארט איידער די טערקן האבן איבערגענומען די געגנט אין 1526 (רפ"ו), ווען מאטערסדארף האט אריינגענומען פילע פליטים פון [[שאפראן|שאָפּראָן]]. אין שכ"ט האבן געוואוינט דארט 67 אידן אין 11 הייזער. | ||
די שטאט איז געווען אויפן וועג פון דער טערקישער אינוואזיע פון וויען און איז עטליכע מאל אויסגעפּלינדערט געווארן דורך די טערקן צווישן 1544 און 1671. | |||
אין 1622 (שפ"ב) איז די קהילה געקומען אונטער דער שוץ פון דער עסטערהאַזי פאמיליע, אונגארישע אדעל וואס זענען געווען געטריי צום עסטרייכישן האפסבורג מלוכה. | |||
באלד נאך וואס [[לעאפאלד דער ערשטער|לעאָפּאָלד דער ערשטער]] האט פארטריבן די אידן פון [[וויען]] אין 1670 (ת"ל), האבן די אידן אין 1671 געמוזט פארלאזן אויך מאטערסדארף. אין 1675/8 האט מען זיי ערלויבט צוריקצוקומען, אבער זיי האבן געמוזט צוריקקויפן זייערע פארמעגנס. | |||
אין 1694 (תנ"ד) האט פּאול עסטערהאַזי ארויסגעגעבן פאר די שבע קהילות א באשיצונגס-בריוו, וואס איז געווארן באנייט פיר מאל, און אין 1800 (תק"ס) איז עס פונדאסניי פארפאסט געווארן. | |||
אין 1744 האָבן דארט געוואוינט בערך 352 אידן אין 30 הייזער; אין 1770 זענען געווען רעגיסטרירט 179 אידישע משפחות; אין 1785 זענען געווען בערך 767 מענטשן אין 43 הייזער; אין 1818 האט מען געגעבן רשות צו בויען נאָך 12 הייזער. די אידן האבן געדארפט צאלן צינזן צו די שטעט שאפּראן און ווינער ניישטאַדט פארן רעכט צו האנדלען אין זייערע גרעניצן. | אין 1744 האָבן דארט געוואוינט בערך 352 אידן אין 30 הייזער; אין 1770 זענען געווען רעגיסטרירט 179 אידישע משפחות; אין 1785 זענען געווען בערך 767 מענטשן אין 43 הייזער; אין 1818 האט מען געגעבן רשות צו בויען נאָך 12 הייזער. די אידן האבן געדארפט צאלן צינזן צו די שטעט שאפּראן און ווינער ניישטאַדט פארן רעכט צו האנדלען אין זייערע גרעניצן. | ||
אין | אין תק"ד האבן געוואוינט אין דער שטאט 1,500 אידן (א דריטל פון דער גאנצער באפעלקערונג). | ||
אום י"ח אדר ב' תקס"ב האט א פייער פארניכטעט דעם אידישן פערטל אין מאטערסדארף, און פיל מענטשן פארלוירן זייערע הייזער, און טייל פון זייער פארמעגן. מענטשן פון די דערנעבנד שטעט האבן געשיקט נדבות צו שטיצן זייערע ברידער אין מאטערסדארף. דער רב פון מאַטערסדארף אין יענער צייט, דער חתם סופר, האט אין א תשובה פרובירט אויסצורעכענען א גלייכן וועג צו צעטיילן די נדבות צווישן די מענטשן{{הערה|[[שית:Responsa_Chatam_Sofer%2C_Yoreh_De'ah.239|שו"ת חתם סופר, חלק ב' יורה דעה, סי' רכב]]}}. | |||
א [[כאלערע|כאָלערע]] עפּידעמיע אין 1830–1832 האט אויך געהאט א שווערן אפעקט אויף דער אידישער קהילה, וואס האט געפירט צו א רעדוקציע אין דער צאל איינוואוינער. | |||
פון אנהייב פונעם 20סטן יאָרהונדערט איז די צאל אידן געשרינקען צוליב עמיגראציע צו גרעסערע שטעט; אין 1902 זענען זיי געפאלן צו 752, און ביי די צייט פונעם אַנשלוס פון עסטרייך דורך דייטשלאנד (1938) צו 511. | |||
די הונדערטער-יאריגע אויטאנאמיע האט געשאפן א שטארקע קהל'ישע רעגירונג, וואס האט רעגולירט נישט נאר רעליגיעזע ענינים, נאר אויך עקאנאמישע און געזעלשאפטליכע ענינים. צווישן די בארימטערבנים וואס האָבן געדינט אין דער קהילה זענען געווען [[רבי גרשון חיות|רבי גרשון ב"ר אברהם חיות]], [[רבי ירמיה מאטערסדארף]], [[רבי יששכר בער בלאך|רבי יששכר בער ב"ר שמשון בלאך]], [[רבי משה סופר]] (חתם סופר) און [[רבי שמעון סופר]]. די מאטערסדארפער ישיבה איז געווען בארימט און געצויגן תלמידים פון גאנץ אייראפּע. | די הונדערטער-יאריגע אויטאנאמיע האט געשאפן א שטארקע קהל'ישע רעגירונג, וואס האט רעגולירט נישט נאר רעליגיעזע ענינים, נאר אויך עקאנאמישע און געזעלשאפטליכע ענינים. צווישן די בארימטערבנים וואס האָבן געדינט אין דער קהילה זענען געווען [[רבי גרשון חיות|רבי גרשון ב"ר אברהם חיות]], [[רבי ירמיה מאטערסדארף]], [[רבי יששכר בער בלאך|רבי יששכר בער ב"ר שמשון בלאך]], [[רבי משה סופר]] (חתם סופר) און [[רבי שמעון סופר]]. די מאטערסדארפער ישיבה איז געווען בארימט און געצויגן תלמידים פון גאנץ אייראפּע. | ||
רעוויזיע פון 09:17, 19 מערץ 2025
מאַטערסדאָרף, (Mattersdorf; אפיציעלער נאמען זינט 1924: מאטערסבורג דייטש: Mattersburg; אונגאריש: Nagymárton, נאדימארטאָן), איז א שטאָט אין בורגנלאנד, די מערסט מזרח'דיגע פראווינץ פון עסטרייך. ביז 1920 איז די שטאט געווען א טייל פון קעניגרייך פון אונגארן אין דער עסטרייך־אונגארישער אימפעריע.
די שטאָט איז געווען איינע פון די "שבע קהילות".
היסטאָריע
די געגנט פון מאטערסדארף איז געווען באזעצט שוין אין דער אוראַלטער צייט, ווי ארכעאלאגישע אויסגראבונגען ווייזן. די ערשטע דערמאנונג פון דער שטאט איז געווען אין 1202, אונטערן נאמען "ווילאַ מאַרטיני". דער נאמען מאַטערסדארף שטאמט פונעם מענער־נאמען מאַרטין. אין 1354 האט מאטערסדארף באקומען מאַרק־רעכט. די אייזנבאַן פון ווינער נוישטאָט קיין מאַטערסדאָרף איז געעפנט געוואָרן אין 1847, וואָס האָט בייגעטראָגן צו דער אַנטוויקלונג פון דער געגנט. נאָך דער ערשטער וועלט־מלחמה איז מאַטערסדאָרף צוגעטיילט געווארן צו עסטרייך אין 1921. אין 1926 איז מאַטערסבורג דערקלערט געווארן א שטאָט. אין 1971 זענען מאטערסבורג און וואַלבערסדארף פאראייניגט געווארן אין איין געמיינדע.
די אידישע קהילה
מאטערסדארף איז געווען איינע פון די שבע קהילות אין בורגנלאנד, וואס זענען געווען בארימט פאר זייער פרומקייט און די בארימטע רבנים וואס זיי האָבן פּראדוצירט. די שטאט איז טראדיציאנעל געווען צעטיילט אין צוויי דיסטריקטן: Izraelita-Nagymarton ("אידישע נאדימארטאָן") און Keresztény Nagymarton ("קריסטליכע נאדימארטאָן"). די אידישע גענגט איז געווען אַן אויטאָנאָמע אַדמיניסטראַטיווע איינהייט ביז 1902.
אידן זענען געגלייבט זיך צו האבן באזעצט אין מאטערסדארף שוין בערך אין יאר 800 (ד'תק"ס) אדער 1222 (ד'תתקפ"ב). א פּלאטע אויף דער שיל-וואנט זאל האבן געוויזן אז זי איז געבויט געווארן אין 1354 (ה'קי"ד). לויט א טראדיציע, האבן זעקס ברידער מיטן נאמען שישא, וועלכע זענען אנטלאפן פון שפאניע אין דעם 14טן אדער 15טן יארהונדערט, געפונען א נייעם היים אין אונגארן און האבן אנגעהויבן די אידישע קהילה פון מאטערסדארף. אלנפאלס, אידן האבן שוין געוואוינט דארט איידער די טערקן האבן איבערגענומען די געגנט אין 1526 (רפ"ו), ווען מאטערסדארף האט אריינגענומען פילע פליטים פון שאָפּראָן. אין שכ"ט האבן געוואוינט דארט 67 אידן אין 11 הייזער.
די שטאט איז געווען אויפן וועג פון דער טערקישער אינוואזיע פון וויען און איז עטליכע מאל אויסגעפּלינדערט געווארן דורך די טערקן צווישן 1544 און 1671. אין 1622 (שפ"ב) איז די קהילה געקומען אונטער דער שוץ פון דער עסטערהאַזי פאמיליע, אונגארישע אדעל וואס זענען געווען געטריי צום עסטרייכישן האפסבורג מלוכה. באלד נאך וואס לעאָפּאָלד דער ערשטער האט פארטריבן די אידן פון וויען אין 1670 (ת"ל), האבן די אידן אין 1671 געמוזט פארלאזן אויך מאטערסדארף. אין 1675/8 האט מען זיי ערלויבט צוריקצוקומען, אבער זיי האבן געמוזט צוריקקויפן זייערע פארמעגנס.
אין 1694 (תנ"ד) האט פּאול עסטערהאַזי ארויסגעגעבן פאר די שבע קהילות א באשיצונגס-בריוו, וואס איז געווארן באנייט פיר מאל, און אין 1800 (תק"ס) איז עס פונדאסניי פארפאסט געווארן.
אין 1744 האָבן דארט געוואוינט בערך 352 אידן אין 30 הייזער; אין 1770 זענען געווען רעגיסטרירט 179 אידישע משפחות; אין 1785 זענען געווען בערך 767 מענטשן אין 43 הייזער; אין 1818 האט מען געגעבן רשות צו בויען נאָך 12 הייזער. די אידן האבן געדארפט צאלן צינזן צו די שטעט שאפּראן און ווינער ניישטאַדט פארן רעכט צו האנדלען אין זייערע גרעניצן.
אין תק"ד האבן געוואוינט אין דער שטאט 1,500 אידן (א דריטל פון דער גאנצער באפעלקערונג).
אום י"ח אדר ב' תקס"ב האט א פייער פארניכטעט דעם אידישן פערטל אין מאטערסדארף, און פיל מענטשן פארלוירן זייערע הייזער, און טייל פון זייער פארמעגן. מענטשן פון די דערנעבנד שטעט האבן געשיקט נדבות צו שטיצן זייערע ברידער אין מאטערסדארף. דער רב פון מאַטערסדארף אין יענער צייט, דער חתם סופר, האט אין א תשובה פרובירט אויסצורעכענען א גלייכן וועג צו צעטיילן די נדבות צווישן די מענטשן[1].
א כאָלערע עפּידעמיע אין 1830–1832 האט אויך געהאט א שווערן אפעקט אויף דער אידישער קהילה, וואס האט געפירט צו א רעדוקציע אין דער צאל איינוואוינער.
פון אנהייב פונעם 20סטן יאָרהונדערט איז די צאל אידן געשרינקען צוליב עמיגראציע צו גרעסערע שטעט; אין 1902 זענען זיי געפאלן צו 752, און ביי די צייט פונעם אַנשלוס פון עסטרייך דורך דייטשלאנד (1938) צו 511.
די הונדערטער-יאריגע אויטאנאמיע האט געשאפן א שטארקע קהל'ישע רעגירונג, וואס האט רעגולירט נישט נאר רעליגיעזע ענינים, נאר אויך עקאנאמישע און געזעלשאפטליכע ענינים. צווישן די בארימטערבנים וואס האָבן געדינט אין דער קהילה זענען געווען רבי גרשון ב"ר אברהם חיות, רבי ירמיה מאטערסדארף, רבי יששכר בער ב"ר שמשון בלאך, רבי משה סופר (חתם סופר) און רבי שמעון סופר. די מאטערסדארפער ישיבה איז געווען בארימט און געצויגן תלמידים פון גאנץ אייראפּע.
אין 1938 האָבן די נאַציס חרוב געמאכט די שול און אנדערע קהל'ישע אינסטיטוציעס און געשעדיקט דעם אידישן קווארטל. אַ טייל פון די קהילה האט עמיגרירט, און די איבריגע, בערך 100, זענען געווארן דעפּארטירט צו די פארניכטונגס־לאגערן.
די איבערבלייבענישן אידישע געגנט איז שפּעטער חרוב געווארן דורכאויס מאדערניזירונג-פּראיעקטן, און ביז 1970 איז בלויז אַן אלטער בית-עולם איבערגעבליבן אלס זכר פון דער אלטער קהילה. בערך 7,000 דאקומענטן פון די קהילה-ארכיוון זענען פּרעזערווירט געווארן אין די צענטראלע שטאַט-אַרכיוון אין אייזענשטאַדט.
נאך דער גרינדונג פון מדינת ישראל האט רבי שמואל עהרנפעלד, אַן אייניקל פונעם חתם סופר, געגרינדעט אין ירושלים דעם קוואַרטאַל קרית מאַטערסדאָרף צום אָנדענק פון זיין בורגנלאַנדער שטאַם. די אנגעזעענע ישיבה פון מאטערסדארף ווערט דארטן ווייטערגעפירט ביזן היינטיגן טאג.
געאָגראַפיע
מאַטערסבורג געפינט זיך אין צפונ'דיגן טייל פון בורגנלאַנד, מזרח פון ווינער נוישטאָט, אין וואולקאַטאַל (Wulkatal).
באַוואוסטע פערזענליכקייטן
- רבי משה שרייבער (חתם סופר), פריער רב פון מאטערסדארף און שפּעטער פון פּרעשבורג.
- רבי שמואל עהרנפעלד, לעצטער רב פון מאַטערסדאָרף און גרינדער פון קרית מאַטערסדאָרף אין ירושלים.
- ד"ר ריכאַרד בערשעלער (Richard Berczeller), אידישער דאקטער אין מאטערסדארף פאר דער צווייטער וועלט־מלחמה. א גאס אין מאטערסבורג איז גערופן געווארן נאך אים.
אָנדענק
אין 2017 איז געעפנט געווארן א דענקמאל אין מאטערסבורג צום אנדענק פון דער פריערדיגער אידישער קהילה.