אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רבי אלעזר הקליר"

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
ק (←‏ביאורים: אויסדרוק)
שורה 87: שורה 87:
*{{היברובוקס|רבי יעקב קאפל באמבערגער, אב"ד [[ווארמס]]|המעין טז - א|29677|page=4|קעפל=תולדות הפייטן רבי אלעזר הקליר|מקום הוצאה=ירושלים|שנת הוצאה=ה'תשלו|מו"ל=הרב נתן רפאל אויערבאך}}
*{{היברובוקס|רבי יעקב קאפל באמבערגער, אב"ד [[ווארמס]]|המעין טז - א|29677|page=4|קעפל=תולדות הפייטן רבי אלעזר הקליר|מקום הוצאה=ירושלים|שנת הוצאה=ה'תשלו|מו"ל=הרב נתן רפאל אויערבאך}}
*{{היברובוקס|הרב נפתלי יעקב הכהן|אוצר הגדולים אלופי יעקב, חלק ב|22628|page=239|קעפל=ר' אלעזר הקליר הפייטן|מקום הוצאה=חיפה|שנת הוצאה=תשכ"ז-תש"ל|עמ=רלו-רלט|אות תתלה}}
*{{היברובוקס|הרב נפתלי יעקב הכהן|אוצר הגדולים אלופי יעקב, חלק ב|22628|page=239|קעפל=ר' אלעזר הקליר הפייטן|מקום הוצאה=חיפה|שנת הוצאה=תשכ"ז-תש"ל|עמ=רלו-רלט|אות תתלה}}
*{{אוצר החכמה|נפתלי פלינטנשטיין|קולמוס - 029|176211|page=19|מקום הוצאה=ירושלים|שנת הוצאה=תשס"ה|מו"ל=מוסף תורני - משפחה}}
*{{אוצר החכמה|נפתלי פלינטנשטיין|קולמוס|176211|page=14|קעפל=תעחומת הפייטן הגדול|באנד=29|מקום הוצאה=ירושלים|שנת הוצאה=תשס"ה|מו"ל=משפחה}}
*{{אוצר החכמה|אברהם מאיר הברמן|תולדות הפיוט והשירה|14675|page=35|קעפל=אלעזר הקלירי|מקום הוצאה=רמת גן|שנת הוצאה=תש"ל}}
*{{אוצר החכמה|אברהם מאיר הברמן|תולדות הפיוט והשירה|14675|page=35|קעפל=אלעזר הקלירי|מקום הוצאה=רמת גן|שנת הוצאה=תש"ל}}
*{{אייוועלט|57161|א בליק אריין אין פיוטים ויוצרות|ר' אלעזר הקליר|גוטע נקודה}}
*{{אייוועלט|57161|א בליק אריין אין פיוטים ויוצרות|ר' אלעזר הקליר|גוטע נקודה}}
* [[s:מחבר:אלעזר הקליר|מחבר: אלעזר הקליר]], אויף [[וויקיטעקסט]]
* [[s:מחבר:אלעזר הקליר|א צאל פיוטים פון קליר]], אויף [[וויקיטעקסט]]


==נאטיצן==
==נאטיצן==

רעוויזיע פון 20:27, 17 דעצעמבער 2024

רבי אלעזר בירבי קליר[1] (אדער רבי אלעזר הקליר) איז געווען א פייטן פון דער "קלאסישער תקופה" פון פיוט, פון די גרעסטע פייטנים ביי כלל ישראל. ער האט געוואוינט אין ארץ ישראל, און איז געווען א תלמיד פון דעם פייטן יניי[2][3], און האט פארפאסט הונדערטער פיוטים צו זאגן ביים דאווענען און אנדערע געלעגנהייטן. א גרויס טייל פון זיי זענען אריין אין דעם נוסח התפילה אין די מחזורים פון נוסח אשכנז, צרפת, איטאליע און ראמאַניאָטע. אין דער קאירא גניזה האט מען געפונען נאך א גרויסן צאל פיוטים פון אים וואס זענען נישט געווען באקאנט ביז דאן.

עס זענען נישטא קיין קראנטע ידיעות איבער זיין ביאגראפיע: לויט אסאך ראשונים איז ער געווען איינער פון די תנאים. שפעטערדיגע פארשער ווילן אראפרוקן זיין צייט ביז צו ארום ד'ת' (ענדע ביזאנטישע הערשאפט אויף ארץ ישראל און אנהייב פון די מוסלמענער הערשאפט).

די מיינונגען איבער זיין תקופה

דער פיוט אויף גשם פון שמיני עצרת פון קליר אין א מחזור כתב יד

די אפשטאם און די תקופה פון רבי אלעזר הקליר זענען נאך ביז היינט פארנעפלט. עס זענען נישט פארהאן קיין קראנטע באווייזן איבער זיין תקופה און ביאגראפיע, און עס זענען פארהאן עטליכע מיינונגען און השערות ארום דעם, דורכאויס א גרויסער צייט-אפשניט פון תקופות.

זיין וואוינארט איז געווען אין ארץ ישראל, דאס זעט מען פון זיינע מנהגים און נוסחאות. צום ביישפיל אין זיינע קרובות, איז ער כולל די ברכה פון את צמח דוד, צוזאמען מיט בונה ירושלים, ווי דער דעמאלטדיגער מנהג אין ארץ ישראל. אויך דערמאנט ער שמע ישראל ביי קדושה פון שחרית.

ביי די ראשונים

אסאך ראשונים שרייבן אז רבי אליעזר האט געלעבט אין די צייטן פון די תנאים. רבינו תם איז מצדד אז ער איז דער תנא רבי אלעזר ברבי שמעון, אויף וועמען דער מדרש[4] זאגט אז ער איז געווען א "פייטן"[5]. דער רשב"א שרייבט אז ער איז רבי אלעזר בן ערך, לכאורה לויט אן אנדערע גירסא וואס ער האט געהאט אינעם מדרש[6]. די ראשונים טוען מיט דעם אפשלאגן די הלכה'דיגע טענות וואס זענען ארויפגעברענגט געווארן קעגן דאס זאגן פיוטים אינמיטן דאווענען[5][6].

אויך רבי חיים וויטאל ברענגט אין שער הכוונות אז ער האט געהערט אין נאמען פון זיין רבי'ן דער אר"י אז דער קליר איז רבי אלעזר בר' שמעון[7]. דער יעב"ץ ברענגט אין נאמען פון אר"י אז ער איז געווען א גלגול פון ר' אלעזר ברבי שמעון[8]. דער מנחת אלעזר באמערקט אבער אז פון דער לשון האר"י איז משמע אז עס איז יא ממש ער[9].

עס זענען אבער פארהאן אנדערע ראשונים וואס ברענגען אים אראפ אלס איינער פון די פריערדיגע פייטנים און דערמאנען נישט אז ער איז געווען א תנא[10]. אזוי האבן אויך ווארשיינליך אנגענומען די ראשונים וואס קריטיקירן זיינע פיוטים[11].

רבי יצחק אברבנאל[12] און אנדערע[13] שרייבן אז דאס באזירן פיוטים אויפ'ן גראם אזוי ווי דער קליר האט געטון, געפינט מען נישט ביי די חכמים פון משניות און גמרא, נאר עס האט זיך אנגעהויבן אין גלות ביי אידישע חכמים וואס האבן זיך דאס געלערנט פון די חכמת השיר פון די אראבער.

עס זענען געווען וואס האבן געברענגט א ראיה פון די ווערטער "אַאֲבִין תְּשַׁע מֵאוֹת וְעוֹד" אין די קרובה אאביך ביום מבך פון תשעה באב, וואו מ'זעט אז ער איז געווען איבער 900 יאר נאכ'ן חורבן, אין דער צייט פון די גאונים[14]. אנדערע ווענדן עס אבער אפ, אז חכמים אין שפעטערע דורות האבן אלץ צוגעפאסט די נומער[15.1].

איינע פון די ראיות וואס רבינו תם ברענגט אז ער איז געווען א תנא איז אז מ'טרעפט נישט קיין פיוטים פון רבי אלעזר אויף די צווייטע טאג יום טוב, וואס דייט אן אז ער האט געלעבט ווען מ'האט נאך מקדש געווען דעם חודש על פי הראיה[5]. דער רדב"ז ווענדט אפ דער ראיה, וויבאלד ער איז געווען פון ארץ ישראל וואו מ'האלט דאך אלעמאל נאר איין טאג יום טוב. און אפילו ראש השנה ווען עס זענען דא צוויי טעג[15], האט אויסגעפעלט בלויז איין פיוט וויבאלד עס איז א יומא אריכתא[16][15.2]. אזוי אויך קען זיין אז זיין וועג איז געווען צו דיכטן אויף די קריאה פונעם טאג, און קריאת התורה (ביי מפטיר) ביידע טעג פון ראש השנה זענען די זעלבע[17]. אויך קען זיין אז אין זיין צייט האט מען זיך געפירט אין ארץ ישראל צו האלטן איין טאג אויך ראש השנה[18].

אנדערע לייגן צו א ראיה פון דעם וואס ער ברענגט אויך פון שפעטערדיגע מדרשים.[מקור פארלאנגט]

ביי די חוקרים

א גאס אין תל אביב אויפ'ן נאמען פון רבי אלעזר הקליר

אין דער תקופה פון השכלה האבן חוקרים שטארק גענויגט צו פארשפעטערן זיין צייט, און זיי האבן געוואלט זאגן אז ער איז פון ענדע תקופת הגאונים אדער אנהייב תקופת הראשונים (10טער אדער 11טער י"ה), און האט לויט זיי געוואוינט אין איטאליע, און עס זענען געווען וועלכע האבן אידענטיפיצירט זיין וואוינארט אין קליארי (Cagliari)[19].

זייערע ראיות זענען געווען, אז דער ערשטע מקור וואס מ'האט דאן געהאט פאר זיינע פיוטים איז געווען פון די מחזורים פון יענער צייט אין די אומגעגנט פון איטאליע; אזוי אויך אויפ'ן פאקט אז מען געפינט נישט זיינע פיוטים אין מנהג ספרד, און לויט'ן אפשאצונג פונעם סטיל פון זיינע פיוטים. לגבי דאס וואס מען טרעפט ביי אים מנהגים און נוסחאות פון ארץ ישראל, האבן זיי גע'טענה'ט אז איטאליע געפינט זיך ווייט פון בבל, דעריבער זענען זיי נמשך געווארן נאך די מנהגים פון ארץ ישראל, אנדערש ווי רוב אנדערע געגנטער וואס זענען נמשך געווארן נאך מנהגים פון בבל[20]. נאך א ראיה דערפאר איז פון דער הנחה אז גראמען האט דערגרייכט צו דער לשון־קודש'ער פאעזיע אונטער דער איינפלוס פון דער אראבישער פאעזיע, און דעריבער איז עס אוממעגליך אז ער האט געלעבט איידער דער איינפלוס[19].

רבי וואלף היידנהיים ברענגט ראיות אז ער איז געווען ממש ביי די ענדע פון די תקופת הגאונים, וויבאלד זיינע פיוטים ווערן נישט דערמאנט אין גמרא אדער מדרשים פון חז"ל, אין נישט דורך די רבנן סבוראי אדער די גאונים[א]; און אז אנדערש ווי אנדערע פריערדיגע פיוטים וואס זענען פארשפרייט געווארן אייניג אין ספרד און אין אשכנז, זענען דעם קליר'ס פיוטים בכלל נישט אנגעקומען קיין ספרד. דעריבער זאגט היידנהיים אז ער איז געווען שוין נאך רב האי גאון, און ער ברענגט א ראיה דערויף אז אין פירוש אויף ספר יצירה פון רבי משה בוטריל ווערט דערמאנט א ציטאט פון ספר כבודה פון הרב ר' אלעזר הקליר, וואס ברענגט נאך אין נאמען פון רב האי גאון[21][14].

למעשה זענען די דעות שפעטער באצייכנט געווארן אלס אומריכטיגע, וויבאלד די פיוטים פון קליר ווערן יא דערמאנט אויך דורך פריערדיגע גאונים, צווישן זיי רב נטרונאי גאון[22], און רב סעדיה גאון[23], דעריבער איז דאס נישט מעגליך[24].

מאדערנע חוקרים

מיט'ן אנטדעקן די קאירא גניזה, וועלכע האט אנטהאלטן פיל פון קליר'ס פיוטים, אויך אזוינע וואס זענען נישט געווען באקאנט ביז היינט האבן די חוקרים באקומען מער אינפארמאציע איבער דער קליר, און צוזאמען מיט דעם איז אפגעפרעגט געווארן די הנחה אז גראמען איז געקומען צו לשון־קודש דורך אראביש. אין די פיוטים זעט מען אז ער האט זיך געפירט מיט די שפעטערדיגע מנהגים פון א"י וואס זענען געווען מער נוטה צו מנהג בבל. אין מערבית אויף ראש השנה וואס פאלט אויס אום שבת האט ער צוגעענדיגט ביי 'ברכת גאולה' אזוי ווי די בבלי'שע חתימה 'גאל ישראל', אנשטאט נוסח ארץ ישראל צו ענדיגן 'צור ישראל וגואלו'[25], און ווי עס זעט אויס האט ער באזירט זיינע פיוטים אויף די סדר פון קריאת התורה וואס מען ענדיגט די תורה איינמאל א יאר, אנשטאט איין מאל אין דריי יאר ווי עס איז געווען איינגעפירט אין ארץ ישראל[26].

די חוקרים לערנען אפ אסאך לשונות אין זיינע פיוטים אז זיי באציען זיך צו די ביזאנטישע קריסטן וועלכע געוועלטיגן אין ארץ ישראל, און אינאיינעם מיט'ן אפשאצן די סטיל פון זיינע פיוטים איז אנגענומען אז ער האט געלעבט בערך אין די תקופה פון די רבנן סבוראי אדער די ערשטע גאונים (6טער אדער 7טער י"ה). אין פארגאנגענהייט איז געווען פארשפרייט די דעה אז ער האט געלעבט פאר די אקופאציע פון די אראבער וואס האבן איבערגענומען ארץ ישראל פון די ביזאנטן אין יאר ד'שצ"ח (638 למס'), וויבאלד עס ווערן נישט דערמאנט קיין אראבער אין זיינע פיוטים. מיט די יארן זענען יא געפונען געווארן אויך אייניגע דערמאנונגען פון אראבער אין געוויסע פיוטים[27], און לויט דעם נעמט מען אן אז די אראבישע אקופאציע איז פארגעקומען סוף ימיו[28]. אלזא האט ער געלעבט אין ענדע פון דער תקופה וואס די ביזאנטישע אימפעריע האט געוועלטיגט אין ארץ ישראל און די ערשטע יארן פון די מוסלמענער הערשאפט אויף ארץ ישראל, ארום אנהייב פונעם 7טער יארהונדערט.

עזרא פליישער ווייזט אן אויף א געוויסע סילוק פון א קדושתא פונעם קליר אויף שבת איכה וואס רעדט ארום איבער ביאת המשיח, און לויט זיין מיינונג באציט זיך עס אויף די ווידערשטאנד קעגן הערקאליוס, און איז דעריבער געשריבן געווארן צווישן די יארן ד'שפ"ט און ד'שצ"ד (629–634)[29], און פון דא איז קלאר, אז דער קליר איז געווען אקטיוו אין די ערשטע האלב פון די 7'טע יארהונדערט. אנדערע פארשער האבן נישט צוגעשטימט צו דעם אפטייטש, און ממילא אויך צו די באווייזן וואס ווערן געברענגט דערפון[30].

נאמען

אין דער אקראסטיך פון זיינע פיוטים ערשיינט ער אפטמאל אלס "רבי אלעזר בריבי קליר מקרית ספר".

די משמעות פון די נאמען "קליר" איז נישט קלאר (צומאל ערשיינט ער אויך מיט קלר און קיליר). לויט רבי נתן בעל 'הערוך', איז די מקור פונעם נאמען פון די גריכישע ווארט κολλύρα[31]’ וואס איר טייטש איז א קוכן, און דאס איז וויבאלד די קלוגשאפט פון ר' אלעזר איז אים אנגעקומען פון עסן א קוכן וואס דערין איז געווען אויסגעקריצט א קמיע[32][ב]. דער רבינו תם לשיטתו אז דאס איז רבי אלעזר ברבי שמעון, צייכנט צו א פסיקתא[33] וואס דערציילט א געשיכטע איבער זיין עסן קוכן.

אנדערע האבן פארגעשלאגן אז מעגליך איז די מקור פון איבערדרייען די אותיות פון די ביזאנטישע נאמען קיריל, און מען דארף עס ליינען קיליר[34]. מאנכע קלערן אז די מקור פון זיין נאמען איז פון די באגריף "קליראָס" (גריכיש: κλήρος, איינציגער מאן), א קירכעריש באגריף וואס באצייכנט א מענטש פון קירכע קעגן די געווענליכע קריסטן[ג]. מעגליך אז דאס ווארט האט באנוצט אויך מענטשן פון אנדערע רעליגיעס ווי רבנים[ד].

נאך פארשלאגן זענען אז דאס איז דער נאמען פון זיין פאטער[14], אדער זיין זיידן וואס געווען א באקאנטער גדול הדור[35]. אדער אז דאס איז א לשון פון אן אוצר, באזירט אויפ'ן לשון פון מדרש[36] "קלרין של מלך"[13].

אויך די שטאט "קרית ספר" איז אומבאקאנט. לויט איין מיינונג איז דאס טבריה, וואס איז געווען א צענטער פאר חכמים און סופרים ביז די אראבישע אקופאציע. אנדערע ווילן זאגן אז עס איז א פאעטישער מליצה איבער זיינע עלטערן און משפחה וואס זענען געווען רבנים און חכמים[14], באזירט אויף א גמרא אין תמורה טז, א[37].

זיינע פיוטים

רבי אלעזר הקליר איז געווען פון די ערשטע און גרעסטע פייטנים ביי כלל ישראל. ער האט מחבר געווען הונדערטער פיוטים פון אלע סארטן: קדושתות - סעריע פון פיוטים אויף די הויכע שמונה עשרה פון שבת, יום טוב און אנדערע געלעגנהייטן, שבעתות – אויף די הויכע שמונה עשרה פון מוסף, מנחה און מעריב, קרובות – פיוטים אויף די 18 ברכות פון שמונה עשרה, און אזוי אויך מערבית, יוצרות[38], קינות, הושענות, פיוטים אויף ברכת המזון און נאך. א גרויס טייל פון די פיוטים וואס ווערן געזאגט לויט מנהג אשכנז זענען פון זיינע פיוטים. א חלק פון זיינע פיוטים זענען פארקירצט געווארן במשך פון די יארן. אין דער קאירא גניזה זענען געפונען געווארן נאך א גרויסע צאל פיוטים וואס זענען נישט געווען באקאנט ביז דאן.

זיין אייגנארטיגער סטיל, האט געדינט אלס באזיס פאר שפעטערדיגע פייטנים וואס האבן פרובירט צו גיין אין זיין גאנג, און פארפאסן פיוטים אויף זיין שטייגער. דעם קליר'ס פיוטים האבן עטליכע חידושים אין פארגלייך צו פייטנים פאר אים; עס גייט אויף קאמפליצירטע גראם, די שורות פארמאגן א שטיקל א מעטער, און דאס געבוי פון א פיוט איז אויסגעשטעלט מיט א סיסטעם, פון א באשטימטע צאל ווערטער אין יעדן שורה, און א באשטימטע צאל שורות פאר יעדן גראם[39]. די אקראסטיך פון זיינע פיוטים גייען לויט די אלף בית, תשר"ק, אלב"ם, און עניני דיומא[40], אזוי אויך פלעגט ער חתמ'ענען דארט זיין נאמען.

זיין שפראך איז באזירט אויף לשון המקרא, אבער עס דערקענט זיך אויך עלעמענטן פון לשון חז"ל, און עטוואס ווייניגער אראמיש און יוונ'יש. פון די שטארקע אייגנשאפטן פון זיין שפראך זענען: דאס נוצן שורשים פון אלע גזרות ווי ווערטער מגזרת ע"ו (צב"ש, סע אנשטאט נסע, עש אנשטאט עשה, בט אנשטאט הביט); פריי ארומטוישן בנינים און משקלים, בפרט צום משקל פֶעֶל (צב"ש, רֶדֶם אנשטאט תרדמה, עיבר אנשטאט העביר); דאס שאפן שמות פון פועלים און פארקערט (צב"ש, המגיד פון מגד און עתר פון העתיר); דאס באנוצן זיך אסאך מיט כינוים פאר פלעצער און מענטשן (צב"ש, "אזרח" אנשטאט אברהם; "נעקד" אנשטאט יצחק), על פי רוב געבויט אויף מדרשים; און דאס נוצן פסוקים אלס פזמונות צו בויען פיוטים[41].

א קלאסישער ביישפיל אויף זיין אייגנארטיגער פארצווייגטער און מיסטעריעזער אויסשפראך, ווערט ברייט אנגעגעבן מיט דעם פיוט "אץ קוצץ" פון דעם קדושתא אויף פרשת זכור:

אָץ קוֹצֵץ בֶּן קוֹצֵץ / קְצוּצַי לְקַצֵּץ
בְּדִבּוּר מְפוֹצֵץ / רְצוּצַי לְרַצֵּץ
לֵץ בְּבוֹא לְלוֹצֵץ / פֻּלַּץ וְנִתְלוֹצֵץ
כְּעָץ מְחַצְּצִים לְחַצֵּץ / כְּנֵץ עַל צִפּוֹר לְנַצֵּץ

עטליכע פיוטים זיינע פארמאגן אין צוגאב אויך די אקראסטיך "יהודה", דער ראב"ן שרייבט אז דאס איז על שם זיין ברודער יהודה וואס איז נפטר געווארן יונגערהייט[42].

די אינהאלט פון זיינע פיוטים זענען באזירט אויף מדרשים און מקורות פון חז"ל אריינגערעכנט לויט קבלה. די פיוטים פון קליר ווערן געברענגט אין די ווערטער פון רש"י[43], תוספות[44], און נאך ראשונים[45] פיל מאל. ביי איין פאל באהאנדלט תוספות א הגה פון איין וא"ו אין די נוסח פון זיינס א פיוט[5].

דער אר"י הקדוש האט נישט געזאגט קיין שום פיוט פון די שפעטערדיגע דורות, אבער ער האט געזאגט די פיוטים און פזמונים וואס זענען פארפאסט געווארן דורך רבי אלעזר הקליר, און זענען געדרוקט אין די מחזורים פון נוסח אשכנז, וויבאלד די אלע פריערדיגע האבן מתקן געווען זייערע פיוטים על פי קבלה, און האבן געוואוסט וואס זיי האבן פארפאסט. ער האט דאס אויך געזאגט אינמיטן די ברכות פון יוצר אור, וויבאלד זיי זענען געווען תנאים[46].

רבי יהודה החסיד פארדאמט די וואס בייטן די אנגענומענע פיוטים פונעם קליר אויף נייע פיוטים, ליינענדיג אויף זיי דעם פסוק[47]: "אל תסג גבול עולם אשר עשו אבותיך"[48].

רבינו תם ברענגט בשם זיין פאטער, וואס האט געהערט פון די גאוני לותיר, אז דער קליר האט געמאכט דעם פיוט וחיות אשר הנה מרובעות כסא אין א וואלד, און א פייער האט געפלאקערט ארום אים[49].

התנגדות

דער אבן עזרא איז ארויס גאר שארף קעגן זיין ברייטע באנעמונג, און קריטיקירט אים אויף פיר פונקטן: דאס זיינע פיוטים זענען ווי חידות און משלים, און זייערע ערקלערונגען זענען פארהוילן; אז ער מישט אריין לשונות פון תלמוד וואס איז אויך באזירט אויף אנדערע שפראכן, אנשטאט זיך באנוצן מיט ריין לשון הקודש לויט לשון מקרא; אז טייל פון זיינע נייגונגען זענען נישט ריכטיג אויסגעהאלטן לויט די כללי הדקדוק; און אז ער טוישט ארום צווישן לשון זכר און לשון נקיבה אד"ג. ער פירט אויס אז מען זאל בלויז דאווענען אין די באשטימטע נוסח התפילה און נישט צולייגן קיין פיוטים[11]. אנדערע האבן זיך אבער אנגענומען פאר'ן קליר[50][51].

משכילים און פערזאנען וועלכע האבן אויפגעלעבט עברית האבן שטארק מזלזל געווען אין זיין סטיל. מענדעלע מוכר ספרים האט גענוצט א טערמין "מתאצקוצצים" צו שפעטן פון דער סטיל פון די פייטנים וואס ער האט נישט פארשטאנען[52], און ביאליק האט עס אנגערופן "אבני חצץ של אץ קוצץ"[53]. צוביסלעך האבן חוקרים און לינגוויסטן קענענגעלערנט די טיפקייט און רייכטום פון דעם קליר'ס סטיל, בפרט ווען מ'האט אנגעהויבן פארשן די קאירא גניזה.

ביבליאגראפיע

נאטיצן

  1. אויף דער טענה פארוואס זיינע פיוטים ווערן נישט דערמאנט אין חז"ל, זענען דא וואס ענטפערן אז אויך דער פיוט אתה כוננת פון יוסי בן יוסי ווערט נישט געברענגט אין חז"ל, טראץ וואס מען קען עס נוצן אלס ראיה פאר די שיטות, נאר פון דעם זעט מען אז די פיוטים זענען נישט געווען קיין נחלת הכלל אין יענער צייט, נאר יעדער האט עס געמאכט פאר זיך אליין, און הערשט שפעטער איז עס פארשפרייט געווארן[15.1].
  2. איבער דעם מנהג פון געבן צו עסן פאר קינדער קוכן מיט פסוקים, ברענגט רבי אלעזר בעל הרוקח א מנהג צו פיטערן די קינדער מיט קוכן און דערויף פסוקים פון ישעיהו נ, ד–ה און יחזקאל ג, ג ביים אריינגיין צו לערנען תורה שבועות ביינאכט.
  3. די גריכישע ווארט κλήρος און איר פשוט'ע טייטש מיינט א טייל פון א באדן, א גורל, א קארטע וואס מ'נוצט פאר א הגרלה, א פארמעגן אדער א זאך וואס מען באקומט ביי א הגרלה, און דאס גלייכן. א פארבונדענע באגריף צו די ווארט אין גריכיש איז ירושה, ווען κληρονομος איז א ווארט פארן יורש - ווער עס באקומט פארמעגן ביי די הגרלה אדער ביי די ירושה.
  4. אן ענליכער ערשיינונג איז געפונען געווארן אויך אין אנדערע שפראכן; אזוי צום ביישפיל, די אידישע כהנים-פאמיליע נאמען "קאפלאן" קומט פון א באגריף אויף א רעליגיעזע פאזיציע אין איטאליעניש.

רעפערענצן

  1. אויך קיליר. רבי וואלף היידנהיים, מחזור רעדלהיים, סוכות (באגרעניצט צו באַצאָלטע אַבאָנענטן) (גוגל)
  2. כתב יד פון רבי אפרים מבונא, מנחם זולאי, פיוטי יניי, בערלין, תחר"ץ
  3. דער רמב"ן רופט קליר "דער ערשטער פייטן". מלחמות ה', יומא דף א עמוד א.
  4. באבער (רעדאקטאר), פסיקתא, קעט, א; ויקרא רבה, פרשה ל'; שיר השירים רבה, פרשה ג', פסקה ו'
  5. 5.0 5.1 5.2 5.3 תוספות, חגיגה יג, א, ד"ה ורגלי; תשובות רבינו תם, געברענגט אין שבלי הלקט, סימן כח; אין מחזור ויטרי, סי' שכה; און אין אור זרוע, הלכות ק"ש סימן יט. אין פסקי הרא"ש, ברכות פרק ה סימן כא שטייט "יש אומרים שהיה תנא", זעט דארט אין מעדני יום טוב סק"ה
  6. 6.0 6.1 שו"ת הרשב"א א, תס"ט
  7. שער הכוונות, דרושי עלינו לשבח ונוסח התפילה, א׳
  8. קולן של סופרים (חגיגה יג.) דער חיד"א ברענגט עס אין זיין נאמען, אין מחזיק ברכה או"ח קיב, יג
  9. רבי חיים אלעזר שפירא, שו"ת מנחת אלעזר, סימן יא
  10. שו"ת רבינו גרשום מאור הגולה, סימן א'; ספר הפרדס הגדול לרש"י, סימן קעד
  11. 11.0 11.1 ווי דער אבן עזרא, קהלת ה, א
  12. אברבנאל, שמות טו, ה
  13. 13.0 13.1 רבי אלעזר פלעקלש, שו"ת תשובה מאהבה, או"ח סימן א
  14. 14.0 14.1 14.2 14.3 רבי יוסף שטיינהארט, שו"ת זכרון יוסף, שאלה יג-יד
  15. זעט שו"ת נודע ביהודה מהדורא תנינא, או"ח סימן קיג
    1. 15.1.0 15.1.1 דארט, הגה מבן המחבר
    2. זעט די הגה פון רבי יוסף שאול נאטאנזאהן דארט.
  16. שו"ת הרדב"ז, חלק ג, סימן תתקס"ז (תקל"ב)
  17. זעט: פליישער, "לוח מועדי השנה בפיוט לר' אלעזר בירבי קיליר", תרביץ נב, עמ' 252‏, JSTOR 23595971. זעט אויך די פיוטים לראש השנה רעדאגירט פון שולמית אליצור, ירושלים תשע"ד, זייט 161
  18. אזא מנהג ווערט געברענגט אין בעל המאור ביצה דף ג עמוד א. זעט: מ"ד הֶר, "עוד על שני ימים של ראש השנה בארץ-ישראל", תרביץ נג, תשמ"ד, עמ' 142-143‏, JSTOR 23595766; און זעט אויך פליישער, "הערה להארה: בדבר שני ימים של ראש השנה בארץ ישראל", דארט, עמ' 293-295‏, JSTOR 23596028.
  19. 19.0 19.1 זעט שלמה יהודה ראפאפארט, תולדות גדולי ישראל, ירושלים, תש"ך
  20. זעט איבער דעם אין: רבי יעקב קאפל באמבערגער, אב"ד ווארמס, "תולדות הפייטן רבי אלעזר הקליר", המעין טז - א, ירושלים: הרב נתן רפאל אויערבאך, ה'תשלו
  21. רבי וואלף היידנהיים, מחזור רעדלהיים, אשכנז - סוכות (באגרעניצט צו באַצאָלטע אַבאָנענטן) (גוגל)
  22. רב נטרונאי גאון, חמדה גנוזה - תשובות הגאונים (תרכ"ג), ירושלים, תרכ"ג, אויך געברענגט אין שבלי הלקט, סימן כח
  23. רב סעדיה גאון, "הקדמת ספר האגרון", זכרון לראשונים וגם לאחרונים, פעטערבורג: אברהם אליהו הרכבי, תרנ"ב, עמ' נ; זעט אויך דארט אין הוספה ראשונה, עמ' קט
  24. זעט אויך תשובה פון רבי אפרים זלמן מרגליות: "תשובת רבי אפרים זלמן מרגליות", סדר עבודת ישראל, ירושלים, תשע"ח (באגרעניצט צו באַצאָלטע אַבאָנענטן)
  25. זעט פליישער, "פיוט על סדרי התקיעה בשופר בארץ-ישראל בראש-השנה ושבת", תרביץ, נד א, תשמ"ה, עמ' 66‏, JSTOR 23596090, הערה 14.
  26. זעט אויך: חיים סיימונס, "הבדלים בקריאת הפרשיות בין בני א"י ובין בני חו"ל", סיני קו (1990), זייט לד
  27. זעט צום ביישפיל: עזרא פליישער, "לוח מועדי השנה בפיוט לר' אלעזר בירבי קיליר", תרביץ נב [ב] (טבת תשמ"ג), עמ' 254–257‏, JSTOR 23595971.
  28. שולמית אליצור, סוד משלשי קודש, ירושלים: האיגוד העולמי למדעי היהדות, תשע"ט, עמ' 697–703,מסת"ב 9789657418109
  29. עזרא פליישר, ‏לפתרון שאלת זמנו ומקום פעילותו של ר' אלעזר בירבי קיליר, תרביץ, נד [ג] (ניסן תשמ"ה), זייטן 383–427, אויף Academia.edu.
  30. Hillel I. Newman, "Apocalyptic Poems in Christian and Jewish Liturgy in Late Antiquity", in Brouria Bitton-Ashkelony and Derek Krueger (eds.), Prayer and Worship in Eastern Christianities, 5th to 11th Centuries, London 2016, pp. 244-248.
  31. Richard Gottheil, Caspar Levias, ‏"ḲALIR, ELEAZAR", JewishEncyclopedia.com (ענגליש)
  32. ספר הערוך, ערך קלר
  33. פסיקתא דרב כהנא, פיסקא י, ויהי בשלח
  34. שד"ל ציטירט דעם געדאנק פון משה לנדאו אין זיין פירוש אויפ'ן ספר הערוך "מערכי לשון".
  35. רבי יום-טוב ליפמאן העלער, מעדני יום טוב, מסכת ברכות פרק ה סימן כא, סק"ה
  36. בראשית רבה, פרשה י"א, פסקה ד'
  37. זעט דארט אין רש"י "וילכדה עתניאל - לקרית ספר, ומאי קרית ספר הלכות"
  38. זעט באריכות: שולמית אליצור, למקומו של היוצר במורשתו של ר' אלעזר בירבי קליר: גילויים חדשים, תרביץ, סו, ג (ניסן תשנ"ז), עמ' 351-394, באתר JSTOR; דער ארטיקל אויף אוצר החכמה וועבזייטל.
  39. איבער די מעטער-סיסטעם פון די ארץ -ישראל'דיגע פיוטים זעט: עזרא פליישער, "עיונים בדרכי השקילה של שירת הקודש הקדומה", הספרות 24 (תשל"ז), עמ׳ 70–83
  40. די קדושתא שושן עמוק איז לויט די אקראסטיכן פון "שבת שבתון", "צום העשור", און "יום הכיפורים"
  41. משה יהודה רוזנווסר, השיר והשבח, ירושלים, תשעה, עמ' תקה (באגרעניצט צו באַצאָלטע אַבאָנענטן)
  42. שלמה יהודה ראפאפארט, תולדות גדולי ישראל, ירושלים, תש"ך
  43. בראשית ל, כב; יומא סז, א; יחזקאל מב, כ און מח, א; תהלים מב, ה; איכה ג, כ; דניאל ח, יד
  44. צום ביישפיל: תוספות, ראש השנה כז, א, ד"ה כמאן; תוספות, מגילה כה, א, ד"ה מפני; תוספות, חולין קט, ב, ד"ה נדה
  45. צום ביישפיל: רמב"ן אין מלחמות השם, יומא א, א; שבלי הלקט, הלכות מילה סימן ז.
  46. שער הכוונות, דרושי עלינו לשבח
  47. משלי כב, כח
  48. ספר חסידים (מרגליות) סימן קיד
  49. געברענגט אין שבלי הלקט, סימן כח, און אין מחזור ויטרי, סי' שכה.
  50. מהר"ל, נתיבות עולם, נתיב העבודה פרק יב
  51. רבי עקיבא אייגער, מכתבי רבי עקיבא איגר, סימן ג, ארץ ישראל, תשכ"ט, עמ' ה
  52. מנדלי מוכר ספרים, ספר הקבצנים, עמ' 23–24
  53. חיים נחמן ביאליק, "שירתנו הצעירה", אודסה, כסלו תרפ"ו