אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "אשר"
אין תקציר עריכה צייכן: רויע רעדאגירונג |
אין תקציר עריכה צייכן: רויע רעדאגירונג |
||
שורה 28: | שורה 28: | ||
אשר'ס קינדסקינדער זענען טאקע אין מער ווי איין הינזיכט געווען גליקליך. שבט אשר איז געווען דער מערסט געבענטשט מיט קינדער זכרים ("ברוך מבנים אשר"){{הערה|שם=ספרי}}; און זיינע טעכטער זענען געווען שיינע, און זענען געווען פארהייראט צו כהנים גדולים אדער מלכים{{הערה|שם=רבהעא|{{מדרש רבה|בראשית|עא|י}}}}. דער שפע פון אויל אין דעם לאנד וואס אשר האט פארמאגט האט אזוי בארייכערט דעם שבט, אז זיי האבן אייביג געוואוינט אין ספעציעל גרויסע פאלאצן, און האבן קיינמאל געדארפט נעכטיגן אין אכסניות{{הערה|שם=רבהעא}}; און דער ערד איז געווען אזוי פרוכטבאר אז אין צייטן פון מאנגל, און ספּעציעל אין שמיטה האט אשר באזארגט אלע אידן מיט איילבירט אויל{{הערה|{{ספרי|1=דברים|4=שנה}}; {{בבלי|מנחות|פה|ב}}; {{תנך|דברים|לג|כד|מפרש=תרגום ירושלמי}}}}. שבט אשר איז אויך געווען בארימט מיט קלוגשאפט{{הערה|{{בבלי|מנחות|פה|ב}}}}. | אשר'ס קינדסקינדער זענען טאקע אין מער ווי איין הינזיכט געווען גליקליך. שבט אשר איז געווען דער מערסט געבענטשט מיט קינדער זכרים ("ברוך מבנים אשר"){{הערה|שם=ספרי}}; און זיינע טעכטער זענען געווען שיינע, און זענען געווען פארהייראט צו כהנים גדולים אדער מלכים{{הערה|שם=רבהעא|{{מדרש רבה|בראשית|עא|י}}}}. דער שפע פון אויל אין דעם לאנד וואס אשר האט פארמאגט האט אזוי בארייכערט דעם שבט, אז זיי האבן אייביג געוואוינט אין ספעציעל גרויסע פאלאצן, און האבן קיינמאל געדארפט נעכטיגן אין אכסניות{{הערה|שם=רבהעא}}; און דער ערד איז געווען אזוי פרוכטבאר אז אין צייטן פון מאנגל, און ספּעציעל אין שמיטה האט אשר באזארגט אלע אידן מיט איילבירט אויל{{הערה|{{ספרי|1=דברים|4=שנה}}; {{בבלי|מנחות|פה|ב}}; {{תנך|דברים|לג|כד|מפרש=תרגום ירושלמי}}}}. שבט אשר איז אויך געווען בארימט מיט קלוגשאפט{{הערה|{{בבלי|מנחות|פה|ב}}}}. | ||
דער מדרש טייטש אשר אלס "לויב", אז לאה האט אויסגעקליבן דעם נאמען, כּדי צו אנצייגן, אז אלע וועלן איר לויבן פאר דעם וואס, כאטש זי איז שוין געווען געבענטשט מיט קינדער, דאך איז זי געווען גענוג זעלבסטלאז צו געבן איר דינסט זילפה (אשר'ס מוטער) צו יעקב{{הערה|{{היברובוקס|2=מדרש הגדול|3=38103|page=262|לינק טעקסט=בראשית ל, יג}}}}; זי האט אויך נביאות געזאגט, אז אין קומענדיגע צייטן וועלן די קינדער פון אשר לויבן גאט פאר זייער פרוכטיגע פארמעגן אין ארץ ישראל{{הערה|{{תנך|בראשית|ל|יג|מפרש=תרגון יונתן}}}}. | |||
==אין חז"ל== | ==אין חז"ל== |
רעוויזיע פון 16:19, 12 דעצעמבער 2024
אשר, 1640–1645 מאלעריי | |
געבורט | פדן ארם |
---|---|
פטירה | אוראלט מצרים |
מקום קבורה | קדש נפתלי - 33°06′44″N 35°31′49″E / 33.112314°N 35.530317°E |
טאטע | יעקב |
מאמע | זלפה |
בת זוג |
עדון (זיווג ראשון) הדורה (זיווג שני) |
קינדער | שרח, ישוי, ימנה, ישוה, בריעה |
אָשֵׁר איז דער אכטער זון (אין סדר פון געבורט) פון יעקב אבינו, און דער פּאטריארך פון שבט אשר פון די צוועלף שבטים. ער איז פארגעשטעלט אלס דער יונגערער ברודער פון גד; וועלכע זענען ביידע די זין פון זִלפָּה, די דינסט פון לאה[1].
פיר זין און איין טאכטער זענען געבוירן געווארן צו אשר אין כנען, וועלכע זענען אראפגעגאנגען מיט אים קיין מצרים ווי אויסגערעכנט אין די תורה[2]. אין דברי הימים ווערן אראפ געברענגט די קומענדיגע גענעראציעס פון אשר[3].
נאמען
לויט די פסוק איז אשר א לשון פון "גליק". די תורה דערציילט וואס לאה האט אויסגערופן ביי זיין געבורט:
וַתֹּאמֶר לֵאָה בְּאָשְׁרִי, כִּי אִשְּׁרוּנִי בָּנוֹת; וַתִּקְרָא אֶת שְׁמוֹ, אָשֵׁר
"לאה האט געזאגט 'וואספארא גליק! פרויען וועלן מיר האלטן גליקליך', דערפאר האט זי אים גערופן 'אשר'"
.
אשר'ס קינדסקינדער זענען טאקע אין מער ווי איין הינזיכט געווען גליקליך. שבט אשר איז געווען דער מערסט געבענטשט מיט קינדער זכרים ("ברוך מבנים אשר")[4]; און זיינע טעכטער זענען געווען שיינע, און זענען געווען פארהייראט צו כהנים גדולים אדער מלכים[5]. דער שפע פון אויל אין דעם לאנד וואס אשר האט פארמאגט האט אזוי בארייכערט דעם שבט, אז זיי האבן אייביג געוואוינט אין ספעציעל גרויסע פאלאצן, און האבן קיינמאל געדארפט נעכטיגן אין אכסניות[5]; און דער ערד איז געווען אזוי פרוכטבאר אז אין צייטן פון מאנגל, און ספּעציעל אין שמיטה האט אשר באזארגט אלע אידן מיט איילבירט אויל[6]. שבט אשר איז אויך געווען בארימט מיט קלוגשאפט[7].
דער מדרש טייטש אשר אלס "לויב", אז לאה האט אויסגעקליבן דעם נאמען, כּדי צו אנצייגן, אז אלע וועלן איר לויבן פאר דעם וואס, כאטש זי איז שוין געווען געבענטשט מיט קינדער, דאך איז זי געווען גענוג זעלבסטלאז צו געבן איר דינסט זילפה (אשר'ס מוטער) צו יעקב[8]; זי האט אויך נביאות געזאגט, אז אין קומענדיגע צייטן וועלן די קינדער פון אשר לויבן גאט פאר זייער פרוכטיגע פארמעגן אין ארץ ישראל[9].
אין חז"ל
אשר איז געבוירן געווארן צו זלפה די שפחה פון לאה נאך זיבן חדשים פון שוואנגער[10] אום ב' אדער כ' שבט[11] ב'קצ"ח אין פדן ארם. לויט דער גר"א איז ער געבוירן כסלו ב'קצ"ז[12].
לויט ספר הישר האט אשר חתונה געהאט צוויי מאל. זיין ערשטע ווייב איז געווען עדון בת אפלל, אייניקל פון ישמעאל, אבער זי איז געשטארבן אן קיין קינדער. דערנאך האט ער חתונה געהאט צו הדורה בת אבימאל, אייניקל פון עבר און אַן אלמנה. פון הדורה האט אשר געהאט זיינע קינדער יִמְנָה, יִשְׁוָה, יִשְׁוִי, און בְרִיעָה, און ער האט אויך אדאפטירט איר קינד פון איר זיווג ראשון, שֶׂרַח[13]. לויט ספר היובלים[14] האט אשר'ס ווייב געהייסן "יונה".
א שטיק צייט איז אשר געווען נישט אין גוטן מיט זיינע ברידער, וויבאלד ער האט זיי דערציילט פון ראובנ'ס זינד קעגן זיין שטיף־מוטער בלהה, און זיי האבן אים נישט געגלייבט; ערשט ווען ראובן האט תשובה געטון און זיך מודה געווען אויף זיין פארברעכן, האבן זיי פארשטאנען זייער אומרעכט קעגן אשר[15]. ווען זיינע ברידער האבן זיך געקריגט, פאר וועם צווישן זיי איז באשערט די לויה, האט ער פארגליכן צווישן זיי[4]. אין די צוואות השבטים ווערט אשר באטראכט ווי דער ביישפיל פון אן ערליכער מאן, וועלכער שטרעבט בלויז צו עבודת ה' און גוטסצוואות השבטים אשר ה׳.
אשר איז געווען פון די פינף ברידער וואס יוסף האט געצייגט פאר פרעה[4].
ער איז נפטר געווארן אין מצרים אום כ' שבט ב'שכ"א אין עלטער פון 123 יאר[16] און זיינע ביינער זענען ארויפגעטראגן געווארן דורך זיין שבט ווען די אידן זענען ארויס פון מצרים, און נאך וואס זיי האב געענדיגט אייננעמען ארץ ישראל אין יאר ב'תצ"ה זענען זיי באערדיגט געווארן דארט[17].
אין ספר הישר ווערט דערציילט: "ויקברו את ארונות מטות אבותיהם... ואת נפתלי ואשר קברו אותם בקדש נפתלי איש איש במקומו אשר ניתן לבניו"[18]. היינט איז זיין קבר באצייכנט ביי כביש 899 אנקעגן 'תל קדש נפתלי'. צו די קבר איז דא אסאך מקורות פון די ה'ת' יארן און ווייטער[מקור פארלאנגט].
סימבאל
די שטיין פון אשר אויפ'ן חושן איז געווען א תרשיש[19]. אין מדרש תלפיות שטייט:
אשר על תרשיש, ונקרא קריאוליק. וגונה כגטו השמן. וסגלתה לעכל המאכל, וכל שכן למי ששוחקה ומערבה במאכלו, ונעשה בזה עב ושמן שנאמר מאשר שמנה לחמו.
[אויסקלארונג פארלאנגט]
— הרב אליהו הכהן, מדרש תלפיות
ברכות פון יעקב
אין די ברכות וואס יעקב האט געבענטשט זיינע קינדער פארן שטארבן האט ער אים צוגעזאגט אז ער וועט האבן א גוטע נחלה וואס וועט געבן 'מעדני מלך': ”מֵאָשֵׁר, שְׁמֵנָה לַחְמוֹ; וְהוּא יִתֵּן, מַעֲדַנֵּי-מֶלֶךְ” (בראשית מט, כ). די טייטש פון די ווארט 'לחמו' מיינט אויך 'מאכלו'[20].
משפחה בוים
יחוס בוים פון די אבות ביז די שבטים | |||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||
---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|
|
יעקב'ס קינדער | ||
---|---|---|
קינדער פון לאה | ראובן • שמעון • לוי • יהודה • יששכר • זבולון • דינה (טאכטער) | |
קינדער פון רחל | יוסף • בנימין | |
קינדער פון בלהה | דן • נפתלי | |
קינדער פון זלפה | גד • אשר | |
אנדערע | בנות יעקב |
רעפערענצן
- ↑ בראשית ל, י און ווייטער; לה, כו
- ↑ בראשית מו, יז
- ↑ דברי הימים א' ז, ל–מ
- ↑ 4.0 4.1 4.2 ספרי אויף דברים לג, כד (פיסקא שנה)
- ↑ 5.0 5.1 בראשית רבה, פרשה ע"א, פסקה י'
- ↑ ספרי פיסקא שנה; מנחות פה, ב; תרגום ירושלמי, דברים לג, כד
- ↑ מנחות פה, ב
- ↑ מדרש הגדול, בראשית ל, יג
- ↑ תרגון יונתן, בראשית ל, יג
- ↑ סדר עולם פרק ב'
- ↑ ספר היובלים, פרק כ"ח, פסוק כ"א; זעט מדרש תדשא, פרק ח', געברענגט אין ילקוט שמעוני, שמות, רמז קס"ב און רבינו בחיי, שמות א, ו, מיט עטליכע טוישונגען צווישן די מקורות.
- ↑ פירוש הגר"א אויף סדר עולם, פרק ב'. אזוי קוקט אויך אויס פון ילקוט שמעוני, בראשית, רמז קכ"ה; פרקי דרבי אליעזר, פרק ל"ו.
- ↑ ספר הישר, וישב כא
- ↑ ספר היובלים, פרק ל"ד, פסוק כ'
- ↑ ספרי אויף דברים לג, כד (פיסקא שנה); מדרש הגדול, וזאת הברכה
- ↑ סדר הדורות, שנת ב'קצ"ג–ב'קצ"ח; ילקוט שמעוני, שמות, רמז קס"ב
- ↑ תלמוד ירושלמי, מסכת סוטה, פרק א', הלכה י' (דפוס וילנא: דף ח', עמוד ב')
- ↑ ספר הישר, יהושע י
- ↑ שמות כח, כ
- ↑ זעט אויך אין חבקוק א, טז: "מַאֲכָלוֹ בְּרִאָה"[אויסקלארונג פארלאנגט]