אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:יהושע בן פרחיה"
ק (החלפת טקסט – "{{דעסקריפציע||ענגליש=" ב־"{{דעסקריפציע||ענגליש = ") |
אין תקציר עריכה |
||
שורה 37: | שורה 37: | ||
{{קרד/ויקי/יידיש}} | {{קרד/ויקי/יידיש}} | ||
[[he:יהושע בן פרחיה]] | [[he:יהושע בן פרחיה]] | ||
[[קאַטעגאָריע:כהנים פון תקופת בית שני]] |
יעצטיגע רעוויזיע זינט 07:51, 27 יוני 2024
יהושע בן פרחיה, איז געווען א תנא, וואס ווערט דערמאנט דריי מאל אין משניות.
זיין צייט
יהושע בן פרחיה איז געווען פון צווייטן דור זוגות,[1] פון פערטן דור נאך די אנשי כנסת הגדולה.[2]
דער ספר היוחסין שרייבט אז יהושע בן פרחיה איז געווען נשיא אין יאר ג'תק"ס, הונדערט צוויי און פופציג יאר פון דעם אויפבוי פון בית שני, און אז ער האט מאריך ימים געווען, און ער איז צוריק געקומען קיין ירושלים אין יאר ג'תש"ד צוויי הונדערט זעקס און ניינציג יאר פון אויפבוי פון בית שני.
צווייטער זוג
יהושע בן פרחיה איז געווען דער נשיא פון די סנהדרין, און נתאי הארבלי איז געווען דער אב בית דין. צווישן זיי איז ווייטער אנגעגאנגן דער מחלוקת אין הלכה צווישן די חכמי ישראל, צו מען מעג סומך זיין אין יום טוב, יהושע בן פרחיה האט געהאלטן אז נישט, און נתאי הארבלי האט געהאלטן אז יא.[3]
איבער אים
ווען דער קעניג ינאי האט אויסגעהארגעט אלע חכמים איז יהושע בן פרחיה אנטלאפן קיין אלכסנדריה אין מצרים, שפעטער האט זיין תלמיד שמעון בן שטח אפגעשריבן א בריוו מען זאל אים צוריק לאזן.[4]
אין משניות
- מסכת חגיגה פרק ב' משנה ב', יהושע בן פרחיה אומר, שלא לסמוך, נתאי הארבלי אומר, לסמוך, וכו'
- מסכת אבות פרק א' משנה ו', יהושע בן פרחיה ונתאי הארבלי קבלו מהם, יהושע בן פרחיה אומר, עשה לך רב, וקנה לך חבר, והוי דן את כל האדם לכף זכות
זעט אויך
רעפרענצען
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. העלפט איבערשרייבן!