אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:רבי אברהם יהושע העשיל (אפטא)"
(איבערגעארבעט) |
|||
שורה 85: | שורה 85: | ||
* '''תורת אמת''' (לבוב תרי"א). | * '''תורת אמת''' (לבוב תרי"א). | ||
* '''אגרות האוהב ישראל''', בהוצאת [[מכון שפתי צדיקים]], ירושלים תש"ס. | * '''אגרות האוהב ישראל''', בהוצאת [[מכון שפתי צדיקים]], ירושלים תש"ס. | ||
== צו ליינען מער == | == צו ליינען מער == |
רעוויזיע פון 17:39, 14 אפריל 2024
דאס איז א דרעפט ארטיקל. עס איז אַן אַרבעט אין פּראָגרעס וואָס איז אָפן פאַר רעדאַגירונג דורך סיי וועם. ווען דער דרעפט איז פארטיג, ביטע גייט איבער דעם אריבערפירן טשעקליסט, זיכער צו מאכן אז עס איז גרייט. דערנאך קענט איר בעטן פון די דרעפט אריבערפירער אז זיי זאלן עס איבערגיין און אריבערפירן צום הויפט געביט. (אייער בקשה וועט פובליצירט ווערן אין המכלול:אריבערפירן דרעפטס, און דארט וועט אויך ערשיינען דער ענטפער - אויב פעלט אויס). |
דער ציון פון אפטער רב | |||
געבורט |
1748 ה'תק"ח דזימיגראד | ||
---|---|---|---|
פטירה |
מערץ 24 1825 (אלט: 77 בערך) ה' ניסן ה'תקפ"ה מעזעביזש | ||
כינוי | אפטער רב | ||
מקום קבורה | מעזעביזש | ||
וואוין אָרט | דזימיגראד, קאלבאסאוו, אפטא, יאסי, מעזעביזש | ||
טעטיגקייט אָרט | קאלבאסאוו, אפטא, יאסי, מעזעביזש | ||
רבי'ס | זלאטשוב'ער מגיד, רבי אלימלך פון ליזענסק | ||
ספרים | "אוהב ישראל", "תורת אמת" | ||
טאטע | רבי שמואל רב פון ניישטאט, פון די גרויסע רבנים אין פוילן | ||
מאמע | מרת רחל מרגלית | ||
|
רבי אברהם יהושע העשיל פון אפטא (ווערט אויך אנגערופן אפטער רב; דער אוהב ישראל, אויפן נאמען פון זיין ספר); (ה'תק"ח – ה' ניסן ה'תקפ"ה) איז געווען א רבי, דער ערשטער אינעם אפטא-מעזשיבוזשער דינאסטיע.
ביאגראפיע
נוסח פון זיין מציבה
|
---|
פ”נ הרב אדמו”ר אוהב ישראל מ”ה אברהם יהושע העשיל מק’ אפטא בהרב החסיד ועניו שלשלת היוחסין מ’ שמואל ז”ל. נפ’ ה’ ניסן תקפ”ה. לעת זקנותו תקע אהלו של תורה פ”ק מעזבוז ולו דומי’ תהילה ובמקום גדולתו שם ענותנותו, אשר יצוה את בניו שלא לכתוב על מצבתו שבחות. תנצב”ה.
|
רבי אברהם יהושע העשיל איז געבוירן אין יאָר ה'תק"ח צו רבי שמואל, איידעם פון רבי יעקב פון טאָרטשין (–י"ט סיון ה'תקמ"ה), וועלכער האט געשטאמט פון רבי העשיל פון קראקא, ט"ז, מהר"ם פון לובלין, מהר"ם פאדוואה און נאך גרויסע פערזענליכקייטן. זיין פאטער הרב שמואל, וועלכער האט געדינט אלס רב פון ניישטאט, איז געווען איינער פון די חשוב'סטע רבנים פון פוילן, און האט אויך געשטאמט פון בארימטע רבנישע משפחות.
אין זיין יוגנט האט ער שוין ארויסגעוויזן גרויסע פעאיגקייטן, און איז געווארן באקאנט אלס א גרויסער למדן. ער האט דאן משיג געווען הויכע מדרגות, ווי אז זיינע גלידער, די גראז פון פעלד, און די טריט פון א מענטש האבן אים געזאגט עתידות. ער האט אבער געבעטן פון הימל אז מ'זאל דאס אוועקנעמען פון אים[1].
ער האט אנגעהויבן זיין קאריערע אלס רב פון דער שטעטל קאָלבאסאָוו אין פּוילן אום ה'תקמ"ח וואו ער האט אסאך געליטן[אויסקלארונג פארלאנגט]. נאך זייענדיג אין קאלבאסאוו האבן אים רבי לוי יצחק פון בארדיטשוב און רבי משה לייב סאסובער געצויגן צו רבי אלימלך פון ליזענסק, פון וועם ער איז געווארן פון די גרעסטע תלמידים.
אום ה'תק"ס האָט ער מסכים געווען צו ווערן באַשטימט אלס רב אין אפטא, פוילן. אום ה'תקס"ח איז ער פאררופן געווארן דורך דער חסידישער באנקיר יחיאל דניאל צו דינען אלס רב אין יאסי, מאלדאווע וואו ער האט אויך צוגעזאגט צו צושטעלן א הויז אין וואס ער וועט קענען אויפנעמען די וואס וועלן קומען לערנען מיט אים. אוועק פארנדיג פון אפטא האט ער זיי צוגעזאגט ער וועט זיך שטענדיג רופן אפטער רב. אויך אין יאסי האט ער עס נישט געהאט לייכט, און אין יאר ה'תקע"ג, נאך וואס אין קהילה אין יאסי איז געווארן מחלוקת, האט ער געמוזט אנטלויפן און איז אריבער קיין מעזשיבוזש אין פאדאליע (אוקראינע) וואו עס זענען געווען אסאך חסידים נעבן אים[2]. ער האט ווייטער געהאלטן קאנטאקטן מיט די חסידישע קהילות פון מאלדאווע, און איז צומאל אויך גערופן געווארן צו לייזן הלכה'דיגע פראגעס.
אין זיינע לעצטע יארן איז ער געווען דער זקן האדמו"רים אין זיין דור, און זיין מיינונג איז געווען פאררעכנט ביי אלע חסידים. זיין מערסטאויסגעצייכנט שטריך איז געווען זיין ליבשאפט צו אידן[מקור פארלאנגט].
ער האט זיך געשטעלט קעגן עטליכע דרוקן פון אנדערע חסידישע הויפן ווי פאלגנד: ער האט נישט מסכים געווען מיט די באוועגונג פון רבי צבי הירש פון זידיטשוב און איז געווען קעגן זיין איניציאטיוו איבערצודרוקן און ווידער פארשפרייטן דעם ספר הזוהר[3]. אזוי אויך האט ער זיך קעגן געשטעלט[א] די וואס האבן געוואלט דרוקן דעם ספר המשלים פון רבי נחמן מברסלב, ווייל ער האט געגלייבט אז אין די משלים זענען פארשפארט זייער טיפע סודות און אין א שפראך וואס איז שווה לכל נפש, און דעריבער נישט פאסיג[ב][4].
ער איז אוועק ה' ניסן ה'תקפ"ה, און איז באערדיגט געווארן אין בית החיים אין מעזעביזש נעבן דעם בעל שם טוב אין דעם זעלבן אוהל. די חסידישע לעגענדע זאָגט, אַז מלאכים האָבן געטראָגן זיין קערפער און באערדיגט אין בית החיים אין טבריה וואו עס איז געשטעלט געווארן אַ סימבאָלישן שטיין לכבוד אים. א בית מדרש איז געגרינדעט געווארן אין יאסי אויף זיין נאמען.
פאמיליע
- רבי יצחק מאיר פון זינקאוו, אוועק א' אדר ה'תרט"ו אין עלטער פון 79 יאר, האט געהאט איין זוהן:
- רבי משולם זוסיא פון זינקאוו, אוועק ג' אלול ה'תרכ"ד אין עלטער פון 52 יאר
- זיין איידעם הרב שמואל אשכנזי, שווער פון רבי יהושע רוקח פון בעלזא
- רבי יוסף משה פון מעזעביזש
- זיין איידעם רבי מנחם מנדל פון סאטאנאוו, אייניקל פון רבי יוסף פון יאמפאלא. אוועק ט"ו חשון ה'תרט"ז אין עלטער פון 75 יאר
- הרבנית יוכבד, בזיווג ראשון פרוי פון הרב קלמן טירער א זון פונעם באר מים חיים, און בזיווג שני, פרוי פון רבי דן פון ראדוויל, זוהן פון רבי יצחק פון ראדוויל, זוהן פון רבי יחיאל מיכל פון זלאטשאוו, זיי האבן געהאט צוויי טעכטער און דריי זוהן:
- זיין זוהן רבי לוי (משה יהודה) פון ראדוויל[5]
- זיין זוהן רבי אברהם מאיר פון ביאלוברזיג, אוועק אום ה'תרי"ב, איידעם פון רבי איציק'ל ווארקער
- זיין זוהן רבי שמואל יחיאל פון בוטושאן, געווען ממלא מקום פון זיין טאט'ן
- זיין טאכטער הרבנית בלומה רייזל פרוי פון רבי שלום יוסף פרידמאן, עלסטער זוהן פון רבי ישראל פון רוזשין
- זיין טאכטער פרוי פון רבי יצחק טווערסקי פון סקווירא
- הרבנית דינה, פרוי פון רבי ישראל פון ליטשניץ
- זיין זוהן רבי יוסף פון טיברוב
- זיין איידעם רבי משה צבי פון סטאנאוויטש
- זיין איידעם רבי מנחם נחום פון לויעוו, זוהן פון רבי אהרן פון טשערנאביל
- זיין איידעם רבי משה צבי פון סטאנאוויטש
- זיין זוהן רבי יוסף פון טיברוב
- הרבנית רחל, פרוי פון רבי מרדכי אורנשטיין
- זיין זוהן רבי יעקב יואל, איידעם פון רבי משה אליקים בריעה האפשטיין פון קאזניץ
- זיין זוהן רבי ישראל
- זיין זוהן רבי אברהם יהושע העשיל פון מאגלאניצע
- זיין זוהן רבי ישראל
- זיין זוהן רבי יעקב יואל, איידעם פון רבי משה אליקים בריעה האפשטיין פון קאזניץ
באקאנטע תלמידים
- רבי ישכר בער פון ראדאשיץ
- רבי אשר ישעיה רובין
- רבי שמואל פון קאמינקא
- רבי חיים מאיר יחיאל שפירא דער שרף פון מאגלניצא
- רבי משה צבי פון סאווראן
- רבי צבי אלימלך שפירא
- רבי משה טייטלבוים (ישמח משה)
- רבי יצחק אייזיק ספרין
- רבי פנחס פון דינאוויטץ, בעל שפתי צדיקים
זיינע ספרים
- אוהב ישראל (ז'יטומיר תרכ"ה), וואס אויף דעם איז ער פאררופן געווארן דער "אוהב ישראל".
- תורת אמת (לבוב תרי"א).
- אגרות האוהב ישראל, בהוצאת מכון שפתי צדיקים, ירושלים תש"ס.
צו ליינען מער
- יצחק אלפסי, הרב מאפטא בעל אוהב ישראל, "תולדותיו, קורות חייו, אמרותיו, בניו וצאצאיו", בהוצאת מכון שפתי צדיקים, ירושלים תשמ"א.
- רבי שלום חיים פרוש, "רבי אברהם יהושע העשיל מאפטא", בתוך: אור יקרות, חלק שני עמ' פג-קב, ירושלים תשנ"ח.
- אנציקלופדיה לחכמי גליציה, מאיר וונדר.
דרויסנדע לינקס
וויקימעדיע פונדאציע פּראיעקטן |
---|
ציטאַטן אויף וויקיציטאט: אברהם יהושע השיל מאפטא |
- שמואל יוסף פין, הערך "הר"ר אברהם יהושע העשיל", בתוך: כנסת ישראל, ורשה תרמ"ז, עמ' 12
- רבי אברהם יהושע העשיל (אפטא), אין "אנציקלופדיה יהודית" אויף "דעת"
- רבי אברהם יהושע העשיל מאפטה בעל האוהב ישראל, באתר אהלי צדיקים
- ישראל מרדכי טייטלבוים, שלשלת היוחסין, סדר היחוס של רבי אברהם יהושע העשיל מאפטא
- תולדות בהוצאת מכון שפתי צדיקים, ירושלים, תשע"ו.
- כתביו
- ספרו "אוהב ישראל" באתר היברובוקס.
- ספרו "תורת אמת" באתר היברובוקס.
נאטיצן
רעפערענצן
- ↑ עירין קדישין השלם לשבת חזון, עמ' רסד; רבי יצחק אייזיק פון קאמארנא, נתיב מצוותיך, שביל אמונה, ה, ב; יצחק דוב בר, קהל חסידים החדש, לעמבערג, תרס"ו (פארלאנגט אומזיסטע רעגיסטראַציע)
- ↑ אוהב ישראל הוצאת פאר מקדושים, תולדות, זייט 44.;תולדות האוהב ישראל, מכון שפתי צדיקים אויף אוצר החכמה זייטל.
- ↑ דור דעה זייט רעב.
- ↑ א. מ. הברמן, 'קבוצי יחד', ירושלים תש"מ, זייט 134.
- ↑ זיין אור אייניקל איז געווען רבי יחיאל מיכל מעכלאוויטש הי"ד פון בראד-קלויזנבורג.
פריערדיגער: - |
אדמו"רי אפטא-זשינקאוו | קומענדיגער: רבי יצחק מאיר העשל |